די סאַמע הייסע נײַעס הײַנט קומען פֿונעם מיטעלן מיזרח. מע פֿאַלט צו צום קאָמפּיוטער, צו די עלעקטראָנישע צײַטונגען, נישט נאָר ווײַל מע נעמט זיך אַזוי שטאַרק איבער פֿאַרן גורל פֿון די רעוואָלטירטע פֿעלקער; זייערע רעוואָלוציעס ברענגען אַרײַן אַן איבערקערעניש אין אונדזער אייגן לעבן. זיי דראָען נישט בלויז צו דעסטאַביליזירן דעם ענערגעטישן וועלט־מאַרק, נאָר אַרויפֿוואַרפֿן אויף די מערבֿ־לענדער אַ מסוכּנעם עמיגראַציע־צונאַמי.
דערווײַל איז אייראָפּע געשטימט קעמפֿעריש און לאָזט זיך נישט פֿאַרפֿלייצט צו ווערן מיט "פֿרעמדע". אָבער ווי עס זאָל נישט זײַן, איז ביז אַהער געוואַקסן די עמיגראַציע פֿון יאָר צו יאָר; צו שטעלן אַ דאַמבע פֿאַר דעם שטראָם אויסגעהונגערטע, בייזע און אויפֿגערייצטע מענטשן איז כּמעט אוממעגלעך. אַ בין, זאָגט מען, זוכט וווּ ס'איז זיסער, אַ פֿיש — וווּ ס'איז טיפֿער, און אַ מענטש זוכט אַן אָרט, וווּ ס'איז אים בעסער.
די אינטערנאַציאָנאַלע מיגראַציע־אָרגאַניזאַציע האָט דערקלערט, אַז די צאָל אינטערנאַציאָנאַלע אימיגראַנטן איז פֿאַר די לעצטע פֿינף יאָר געשטיגן פֿון 191 ביז 214 מיליאָן מענטשן. עס ווערט פּראָגנאָזירט, אַז די צאָל מענטשן, וואָס וואַנדערט איבער די לענדער צו זוכן אַ בעסער לעבן, וועט צום יאָר 2050 דערגרייכן איבער 400 מיליאָן.
די דאָזיקע סטאַטיסטיק איז אָבער באַגרינדעט אויף "נאָרמאַלע באַדינגונגען", נישט האָבנדיק אין זינען קיין פּלוצעמדיקע ענדערונגען, ווי עס קומען, למשל, פֿאָר לעצטנס אין צפֿון־אַפֿריקע און מיטעלן מיזרח. די אַראַבישע יוגנט, אַנטוישט פֿון זייער איצטיקן לעבן אין דער היים, און אויפֿגערייצט פֿונעם לעבן אין מערבֿ, רײַסט זיך קיין אייראָפּע און אַמעריקע — צו מאַכן דאָרט אַ גוט לעבן. די בילדער פֿון די הײַנטיקע פּליטים־לאַגערן זײַנען בלויז אַן אָנהייב. ווי גרויס עס זאָל נישט זײַן די הומאַניטאַרע הילף פֿון די מערבֿ־לענדער, וועט זי נישט דעקן די וואַקסנדיקע באַדערפֿענישן פֿון די פּליטים־שטראָמען, וואָס ציִען זיך פֿון טוניס און ליביע.
דעם אינדזל לאַמפּעדוז אין איטאַליע האָבן ממש "פֿאַרכאַפּט" די פּליטים פֿון טוניס. די אָרטיקע באַפֿעלקערונג באַטרעפֿט אַרום 4.5 טויזנט נפֿשות, און כאָטש דער אינדזל איז אויך פֿריִער געווען אַ מין טויער אין אייראָפּע, איז עס נישט צו פֿאַרגלײַכן מיטן איצטיקן אַרײַנדרינג פֿון עמיגראַנטן — איבער 6 טויזנט מענטשן. נאָך מער: קיין איטאַליע אַנטלויפֿן די טוניסער, און קיין טוניס קומען אָן פּליטים פֿון ליביע — שוין איבער 50 טויזנט מענטשן, וואָס וועלן זיך דאָרט אויך לאַנג נישט פֿאַרהאַלטן. צוריק גערעדט, געפֿינען זיך אין ליביע גופֿא איבער אַ מיליאָן אימיגראַנטן, געקומען פֿון אַנדערע אַפֿריקאַנישע לענדער... און אַלע שטרעבן זיי זיך דורכצורײַסן קיין אייראָפּע.
לויט די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן, אויב די "רעוואָלוציעס" וועלן אַזוי אָנגיין ווײַטער און זיך, חלילה, צעוואַקסן אין אַ בירגער־קריג, ווי עס קומט שוין פֿאָר אין ליביע, וועלן אַ סך פֿון די פּליטים פֿאָדערן צוטיילן זיי דעם סטאַטוס פֿון "פּאָליטישע פּליטים". דאָס מיינט, אַז אָפּצוזאָגן זיי אַרײַנצולאָזן אין לאַנד וועלן די אייראָפּעיִשע רעגירונגען שוין נישט האָבן קיין סיבה.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אייראָפּע איז מיט אַזאַ פּערספּעקטיוו נישט צופֿרידן. ווי מיר ווייסן, האָט די ביז־איצטיקע פּאָליטיק פֿון דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד, מכּוח זייער אייגענער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג, אין גאַנצן געקראַכט. עס איז אָבער שווער זיך פֿאָרצושטעלן וואָס ס'וועט געשען, אויב אין די און אויך אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, וועט זיך אַרײַנרײַסן אַ שטראָם פֿון נײַע אימיגראַנטן, וואָס וועט זיך גיך צונויפֿגיסן מיט די אַלטגעזעסענע אימיגראַנטן פֿונעם זעלבן גלויבן, וועלכע לעקן אויך נישט קיין האָניק...
דאַרף מען עפּעס טאָן. האָבן די לענדער פֿון דרום־אייראָפּע פֿאָרגעלייגט אײַנצופֿירן אַן אַלגעמיינע שיטה פֿאַרן גאַנצן קאָנטינענט פֿון אויפֿנעמען פּליטים. דערבײַ פֿאָדערט איטאַליע עס זאָל באַשטימט ווערן אַ פּראָגראַם, לויט וועלכער די פּליטים וועלן זײַן באַזעצט איבער גאַנץ אייראָפּע.
מע שרײַבט הײַנט אַ סך וועגן די שווערע מיליאַרדן פֿון די געוועזענע און נאָך דערווײַל נישט אַרויסגעטריבענע דיקטאַטאָרן, וואָס ווערן געהאַלטן אין די אייראָפּעיִשע און אַמעריקאַנער בענק. איז אפֿשר וואָלט געווען יושרדיק די אָנגעראַבעוועטע סומעס "צעפֿרירן" און זיי אויסנוצן פֿאַר די אָנגעבידעוועטע און היימלאָזע פּליטים?!