‫פֿון רעדאַקציע

אויף דער רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, דעם 28סטן מאַרץ, האָבן געוואַרט נישט בלויז די אַמעריקאַנער, נאָר די גאַנצע וועלט, ווײַל די וויכטיקייט פֿון דעם וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אינעם מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, איז נישט צו דערשאַצן; צוריק גערעדט, פֿון דעם ווי אַמעריקע, דער טאָן־געבער פֿון דער הײַנטיקער פּאָליטיק, וועט אויף די געשעענישן ענטפֿערן, ווענדט זיך דער מאָרגן פֿון דער גאַנצער ציוויליזאַציע.

אויף פּרעזידענטס אָבאַמאַס דערקלערונגען האָבן אַרויסגעקוקט סײַ די שטיצער און סײַ די קעגנער פֿון דער רעזאָלוציע, אָנגענומען פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" — נישט לאָזן דעם דיקטאַטאָר קאַדאַפֿי אומצוברענגען דאָס ליבישע פֿאָלק, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען קעגן זײַן טיראַנײַ. אַגבֿ, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן גופֿא, איז די צאָל שטיצער און קעגנער פֿון דער אַמעריקאַנער אַרײַנמישונג אין דעם אינערלעכן קאָנפֿליקט פֿון ליביע, כּמעט אַ גלײַכע; לעצטנס, מיט אַ קליינעם איבערוואָג בײַ די קעגנער.

ווי עס זעט אויס, איז צווישן די וויכטיקסטע פֿראַגעס, וואָס אויף זייער ענטפֿער האָט געוואַרט די מערהייט בירגער, געווען, פֿאַר וואָס האָבן געזאָלט די אַמעריקאַנער עראָפּלאַנען אַראָפּוואַרפֿן באָמבעס דווקא אויף ליביע, און נישט אויף אַנדערע לענדער, וווּ די מאַכט פֿירט זיך אויף צו אירע אייגענע רעוואָלטירטע בירגער נישט מילדער ווי קאַדאַפֿי?

וואָס דאַרף טאָן אַמעריקע און אירע אַליִיִרטע, כּדי די אָפּעראַציע "אָדיסיי: באַגינען", זאָל זײַן אַ דערפֿאָלגרײַכע? און וויפֿל צײַט דאַרף עס נעמען?

נאָך אַ וויכטיקע פֿראַגע, אפֿשר די וויכטיקסטע: ווער זײַנען די רעוואָלטירטע און וואָס איז זייער פּראָגראַם נאָכן אַראָפּנידערן קאַדאַפֿי?

די פֿירנדיקע פּאָליטאָלאָגן באַטאָנען אָבער, אַז קיין ענטפֿערס אויף די דאָזיקע פֿראַגעס האָבן זיי נישט באַקומען. אָבאַמאַ האָט אין זײַן רעדע דערקלערט, אַז דאָס באַזײַטיקן קאַדאַפֿי פֿון דער מאַכט גייט נישט אַרײַן אין די פּלענער פֿון דער מיליטערישער קאָאַליציע. נאָך מער, אָבאַמאַ האָט באַטאָנט, אַז צו באַזײַטיקן קאַדאַפֿי בגוואַלד, מיט די הענט פֿון מערבֿ, וואָלט געווען אַ גרויסער פֿעלער.

ס'איז מסתּמא טאַקע שווער זיך צו פֿונאַנדערקלײַבן אין דעם, ווער די רעוואָלטירטע כּוחות אין ליביע זײַנען; פֿון די טעלעוויזיע־רעפּאָרטאַזשן וואָס ווערן געוויזן, שאַפֿט זיך בפֿירוש אַ בילד, אַז אָפּגעזונדערטע כאַאָטישע גרופּעס, ענלעך צו היימלאָזע גזלנים, לויפֿן איבערן מידבר, אָדער טראָגן זיך אויף אויטאָס, באַוואָפֿנט מיט סאָפֿיסטיקירט געווער. צו מאָל איז בכלל נישט קלאָר, ווער שטייט איבער זיי און צי ס'איז בכלל דאָ עפּעס אַן אַלגעמיינער קאָמאַנדיר־שטאַב?

און עס הייבט אָן קלינגען מאָדנע: שוין זשע טאַקע אָט די אָפּגעריסענע און אָפּגעשליסענע נעכטיקע פּויערים פֿאַרכאַפּן שטעט און צעשמעטערן די פּראַפֿעסיאָנעלע מיליטער־לײַט פֿונעם פּאָלקאָווניק קאַדאַפֿיס אַרמיי?

דערווײַל קומען אָן ידיעות פֿון ליביע, אַז צווישן די קאָמאַנדירן פֿון די אויפֿשטענדלער, וואָס איצט ווערן זיי געשטיצט פֿון דער מערבֿדיקער מיליטערישער קאָאַליציע, זײַנען דאָ גאָר נישט ווייניק מיטגלידער פֿון "אַל־קײַדאַ", און אַנדערע בלוטיקע פֿאַנאַטיקער און שׂונאים פֿון אַמעריקע בכלל און די מערבֿ־לענדער בפֿרט. אַזוי, למשל, געפֿינען מיר אין דער איטאַליענישער פּרעסע אַ ווידוי פֿון איינעם, אַבדעל כאַקים על־כאַסידי, וואָס האָט אַליין ווערבירט 25 מיליטאַנטן פֿון ליביע צו קעמפֿן קעגן אַמעריקע אין איראַק. על־כאַסידי דערציילט, אַז אין 2002 האָבן אים די אַמעריקאַנער פֿאַרכאַפּט אין אַפֿגאַניסטאַן, אָבער שפּעטער איבערגעגעבן צו ליביע, וואָס האָט אים באַפֿרײַט אין 2008. איצט שלאָגט ער זיך קעגן קאַדאַפֿי, צוזאַמען מיט אַנדערע מיליטאַנטן פֿון "אַל־קײַדאַ".

קומט טאַקע דאָ אויפֿן זינען אַן אַנדער פֿאַל, וואָס איז געשען מיט לאַנגע יאָרן צוריק אין אַפֿגאַניסטאַן, אין די צײַטן פֿון דער סאָוועטישער אינוואַזיע. דעמאָלט איז איינער, אויך אַ הייסער מיליטאַנט־קאָמאַנדיר, זיך געשלאָגן קעגן די רוסישע אָקופּאַנטן, און די אַמעריקאַנער האָבן אים בפֿירוש זייער געשטיצט. זײַן נאָמען איז באַקאַנט — אָסאַמאַ בין־לאַדען...

ווער זשע וועט געבן אַן ענטפֿער אויף אָט דער גורלדיקער פֿראַגע: צי וועלן די איצטיקע רעוואָלטירטע קאָמאַנדירן, קעגנער פֿונעם קאַדאַפֿי־רעזשים, קומענדיק, סוף־כּל־סוף, צו דער מאַכט, נישט אײַנפֿירן אין ליביע די טעראָריסטישע געזעצן פֿון "אַל־קײַדאַ"?