אַז די ייִדן אַליין האָבן ליב דורכצופֿירן איבער דער וועלט אויספֿרעגן, כּדי פֿעסטצושטעלן דעם גראַד פֿון ליבע צו זיי, איז נישט קיין נאָווינע. אָבער לעצטנס האָט דווקא אַ דײַטשישער אינסטיטוט, דער פֿאָנד אויף פֿרידריך עבערטס נאָמען, פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַן אויספֿאָרשונג, וווּ די הויפּט־פֿראַגעס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו דער באַציִונג צו ייִדן און מוסולמענער אין 8 אייראָפּעיִשע לענדער: ענגלאַנד, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, האָלאַנד, איטאַליע, פּאָרטוגאַל, פּוילן און אונגערן.
ווי עס ווײַזט די סטאַטיסטיק, זײַנען די בירגער פֿון האָלאַנד מער באַזאָרגט מיט דער השפּעה אויף זייער לאַנד מצד די מוסולמענער (46.7%) אין פֿאַרגלײַך מיט די ייִדן (5.6%); אין דײַטשלאַנד גופֿא האָבן פֿײַנט ייִדן 19.7% פֿון דער באַפֿעלקערונג, אין ענגלאַנד — 13.9%, אין איטאַליע — 21.2%, אין פּאָרטוגאַל — 19.9% און די גרעסטע צאָל "ייִדן־פֿרײַנד" לעבן אין פֿראַנקרײַך — 27.7%.
מיר האָבן דאָ אָנגעוויזן די לענדער פֿון מערבֿ־אייראָפּע. אינטערעסאַנט איז, אַז די "ליבע" צו ייִדן וואַקסט בפֿירוש אין די מיזרחדיקע אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ עס זײַנען שוין כּמעט קיין ייִדן נישט געבליבן. אין פּוילן האַלטן נאָך אַלץ, אַז די ייִדן "פֿירן אָן מיט דער וועלט" 49.9% און אין אונגערן נאָך מער — 69.2%. די פּאָליאַקן און אונגאַרן זײַנען אויך איבערצײַגט, אַז די ייִדן נוצן אויס דעם חורבן, כּדי אויסצופּרעסן פֿון דער וועלט רחמנות און געלט. אין פּוילן —72.2% אין אונגערן — 68.1%.
זאָגן, אַז אין דעם ענין זײַנען די מערבֿ־לענדער ווײַט אַוועק פֿון די מיזרח־לענדער, וואָלט געווען אַ גוזמא: צווישן די פּאָרטוגעזער האַלטן זיך בײַ דער מיינונג 52.2%, צווישן די דײַטשן — 48.9%, צווישן די פֿראַנצויזן — 32.3%, צווישן די ענגלענדער — 21.8%.
נישט געקוקט דערויף, וואָס אַנטיסעמיטיזם — דאָס שוואַרצע קאַפּיטל אין דער אייראָפּעיִשער געשיכטע — איז נאָך ביז הײַנט נישט געשלאָסן, קאָנען אויך די לענדער נישט פֿאַרשווײַגן די ראָלע וואָס די אַמאָליקע ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט דאָרט געשפּילט, בפֿרט בײַם באַרײַכערן די אָרטיקע קולטור. דעם דאָזיקן פֿאַקט האָבן באַשטעטיקט 71.8% האָלענדער, 71.5% ענגלענדער, 49.7% איטאַליענער, ווי אויך — 57.3% אונגאַרן און 51.25% פּאָליאַקן.
וואָס שייך דער באַציִונג פֿון אייראָפּע צו ישׂראל, ווירקן אויף דער סטאַטיסטיק סײַ די אַלגעמיינע היסטאָרישע טראַדיציע פֿון יעדן לאַנד, סײַ די גרייס פֿון דער אָרטיקער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג און סײַ די אַלגעמיינע מוסולמענישע פּראָפּאַגאַנדע. בײַ דער מיינונג, אַז ישׂראל פֿירט קעגן די פּאַלעסטינער אַ טאָטאַלע מלחמה האַלטן זיך: 63% פּאָליאַקן, 48.8% פּאָרטוגעזער, 47.7% דײַטשן, 42.4% ענגלענדער, 38.7 האָלענדער און 37.6% איטאַליענער.
וואָס שייך די מוסולמענער, שטעלן זיי פֿאָר פֿאַר די אייראָפּעיִשע פֿעלקער אַ גרעסערן קאָפּ־ווייטיק. ווי מע זאָל נישט פֿײַנט האָבן די ייִדן בכלל און ישׂראל בפֿרט (וואָס שטענדיק ווערט עס אָפּגעטיילט), האָט מען די מוסולמענער "ליב" נאָך מער: 52.3% אין דײַטשלאַנד, אין ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך — 47.4%, אין 46.7% אין האָלאַנד, 60.2% אין איטאַליע, אין פּאָרטוגאַל — 62.2%. אין פּוילן (61.5%) און אונגערן (53.4%) זעט מען אויך נישט קיין גרויסע ליבע צו די מוסולמענער; אָבער פֿאָרט, האָט מען זיי ווייניקער פֿײַנט, ווי די ייִדן, שוין כּמעט ווי פֿאַרשוווּנדן פֿון זייערע שטעט און שטעטלעך.
דער פֿאַקט אָבער אַליין, אַז די ייִדן און מוסולמענער זײַנען געוואָרן די הויפּט־טעמע פֿון אַן אויספֿאָרשונג, איז אַ באַווײַז, אַז גראָד צו די צוויי רעליגיעזע גרופּעס איז פֿאַראַן נישט נאָר קיין וויסנשאַפֿטלעכער אינטערעס; ייִדן און הײַנט שוין אויך מוסולמענער זײַנען געוואָרן דער אָביעקט, וואָס קאָן בײַ געוויסע היסטאָרישע אומשטאַנדן אויסגענוצט ווערן ווי אַ בליץ־אָפּפֿירער פֿאַר די פֿעלקער אין אייראָפּע.