- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צו צרות, זאָגט דאָס ווערטל, געוווינט מען זיך אויך צו; שוין אָפּגערעדט, פֿון שלעכטע בשׂורות. זעט אויס, אַז צו די "אַראַבישע רעוואָלוציעס" אין מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, האָט מען זיך שוין צוביסלעך צוגעוווינט, שוין איבערגעשלאָפֿן מיט זיי נישט איין נאַכט. און כאָטש די קאָנסעקווענצן פֿון דעם אַלעמען זײַנען גאָר פֿאַרנעפּלט, איז פֿאָרט שוין דער ערשטער שאָק אַדורך. וואָס זשע טוט מען ווײַטער? דאָס בעסטע איז זיך אומצוקערן צום אײַנגעשטעלטן סדר־היום. דהײַנו: וואָס אַרום און אַרום זאָל נישט געשען, בלײַבט ווײַטער אין צענטער פֿון דער "מיטל־מיזרחדיקער פּראָבלעם" — ישׂראל. די "הייליקע קו", די ישׂראל־פּאַלעסטינער שלום־פֿאַרהאַנדלונגען מוזן אויפֿגעשטעלט ווערן, נישט געקוקט אַפֿילו אויף דעם, וואָס אַ היפּשע צאָל עקספּערטן האַלטן, אַז די ווירקלעכקייט האָט זיך געביטן, און מע מוז אויך בײַטן דעם גאַנצן צוגאַנג צו דער פּראָבלעם. די עקשנים האַלטן אַנדערש; אויפֿגעכאַפּט האָט זיך פֿונעם טיפֿן דרעמל דער אַזוי גערופֿענער "מיטל־מיזרחדיקער קוואַרטעט". און אָט הערט מען שוין פֿון דעם "יו־ען"־שליח, ראָבערט סערי, אַז עס זײַנען פֿאַרפּלאַנירט געוואָרן באַזונדערע טרעפֿונגען פֿון דער ישׂראל־ און פּאַלעסטינער־פֿאָרשטייערשאַפֿט אין בריסל, כּדי אויסצוקלאָרן די פּאָזיציעס פֿון ביידע צדדים. די ידיעות וואָס קומען די לעצטע וואָכן אַרויס פֿון מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע שאָקירן און שרעקן די מערבֿ־וועלט. זיי לאָזן די פּאָליטיקער פֿון אייראָפּע און אַמעריקע אין פֿאַרלעגנהייט, און עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז פֿאַר זיי איז עס ממש אַ וווּלקאַן־אויסבראָך. אמת, די מעשׂים פֿונעם המון קומען בדרך־כּלל פֿאָר ספּאָנטאַן, אומדערוואַרט און דערמאָנען טאַקע אַ וווּלקאַן, וואָס וועקט זיך פּלוצעם אויף. און דאָך, ווי שווער עס זאָל נישט זײַן פֿאָרויסצוזען די אויפֿפֿירונג פֿונעם המון, קומען אין דער געזעלשאַפֿט כּסדר פֿאָר זאַכן, וואָס ווײַזן אָן, אַז נישט הײַנט, מאָרגן קאָן פֿאָרקומען אַזאַ אויפֿברויז, טאַקע ווי עס קומט פֿאָר בעת אַ וווּלקאַן־אויסבראָך. אַ מאָל, ווען דער "פֿאָרווערטס" האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פּאָליטיש-אַפֿיליִיִרטע, סאָציאַליסטישע צײַטונג, איז שאַרף געשטאַנען די פֿראַגע וועגן דעם מין סאָציאַליזם, וואָס זי איז געווען גרייט אונטערצוהאַלטן. תּחילת, האָט מען געפּסלט אַלץ, וואָס האָט אַפֿילו נאָר אַ ביסל געשמעקט מיט ציוניזם צי אַן אַנדער סאָרט נאַציאָנאַליזם. רק אינטערנאַציאָנאַליזם — אַזאַ איז געווען די "גענעראַל-ליניע" פֿון דער צײַטונג. אמת, אין די הענט פֿון דעם פּראַגמאַטיקער אַב. קאַהאַן איז עס אָפֿט מאָל געווען אַן אינטערנאַציאָנאַליזם מיט אַן אויג אויף דער שטימונג, וועלכע האָט געהערשט צווישן די לייענער. און טאָמער די לייענער האָבן אויף עפּעס אַן ענין געקוקט דווקא מיט ייִדישע אויגן, האָט דער "פֿאָרווערטס" קאָרעגירט זײַן קורס, אַרויסרופֿנדיק דערמיט אַ שטורעם צווישן דאָגמאַטישע סאָציאַליסטן. הײַיאָר וועט מען זיך, בלי-ספֿק, ניט איין מאָל אומקערן צו אַדאָלף אײַכמאַנס געריכט, ווײַל דעם 11טן אַפּריל וועט ווערן פֿופֿציק יאָר זינט דעם טאָג, ווען אין ירושלים האָט מען אָנגעהויבן מישפּטן דעם נאַציסטישן פֿאַרברעכער. דער פּראָצעס איז, בכלל, געוואָרן אַ וויכטיקער מאָמענט אין דער געשיכטע פֿון 20סטן יאָרהונדערט. ס'איז אָנגענומען געוואָרן צו האַלטן, למשל, אַז דער אײַכמאַן-פּראָצעס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין דער הײַנטיקער ייִדישער אידענטיטעט, בפֿרט פֿון דעם אָרט וואָס דער חורבן האָט אין אים פֿאַרנומען. טוסאָן — אַזוי הייסט די שטאָט אין שטאַט אַריזאָנאַ, וואָס איז פּלוצעם אַרײַן אין אַלע מינים מעדיאַ איבער דער וועלט, צוליב דער שיסערײַ פֿון איינעם אַ משוגענעם, וואָס האָט געטראָפֿן אין 20 מענטשן און זעקס פֿון זיי דערהרגעט. קיין שיסערײַען פֿון פּסיכיש ניט־געזונטע מענטשן אין אַמעריקע איז נישט קיין נאָווינע; דער גאַנצער זשום און רעש אַרום דער טראַגעדיע האָט אַרויסגערופֿן דער פֿאַקט, אַז דער ערשטער קרבן פֿון דעם מערדער איז געווען די קאָנגרעספֿרוי פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי גאַבריעל גיפֿאָרדס, וואָס איז געוואָרן שווער פֿאַרוווּנדעט. אַוועק זײַנען אין דער פֿאַרגאַנגענהייט די ערשטע צען יאָר פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט. עס גייען אָבער אונדז ווײַטער נאָך די פֿאַלשע קלאַנגען, וואָס האָבן די דאָזיקע יאָרן באַגלייט, אַרויסגעלאָזט נאָך ערבֿ דעם נײַעם מילעניום. איר געדענקט אַוודאי דעם אָנגעבלאָזענעם בלאָטער פֿון אַ קאָמפּיוטער־קראַך, וועלכער קאָן, חלילה, אומברענגען די גאַנצע באַנק־סיסטעם, ווירטשאַפֿט, וויסנשאַפֿט און וואָס נאָר נישט... דעמאָלט האָט מען אים אָנגעהויבן אָנבלאָזן, געקראַכט האָט ער אָבער מיט צוויי יאָר צוריק; און גאָר נישט צוליב קאָמפּיוטערײַ, נאָר צוליב מענטשלעכער געלטגיריקייט. אינעם לעצטן לייט־אַרטיקל פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם קאַלענדאַר־יאָר, וואָלטן מיר געוואָלט זיך אָפּשטעלן אויף דער געשעעניש, וואָס איז געשען ממש אין די לעצטע טעג פֿון דעצעמבער, אין מאָסקווע. די רייד גייט וועגן דעם באַשולדיקונג־אורטייל פֿאַר מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי און פּלאַטאָן לעבעדיעוו, צוויי פּאָליטישע אַרעסטאַנטן, קרבנות פֿון פּוטין־רעזשים. דעם געוועזענעם הויך־געשטעלטן סאָוועטישן און שפּעטער רוסלענדישן פֿונקציאָנער יעווגעני פּרימאַקאָוו, אַ באַקאַנטער אַראַביסט, אַ גרויסער פֿרײַנד פֿון יאַסיר אַראַפֿאַט, סאַדאַם כוסיין און דעם פּאָליטישן פֿירער פֿון "כאַמאַס" כאַלעד מאַשאַל, איז שווער צוצושרײַבן צו די פֿרײַנד פֿון ישׂראל. פֿונדעסטוועגן, איז פֿאָרט כּדאַי אויסצוהערן זײַן פּראָפֿעסיאָנעלע מיינונג וועגן דעם וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אין מיטעלן מיזרח צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע. אַז פּרימאַקאָוו איז אַ גרויסער מומחה אין די פֿראַגעס איז קיין צווייפֿל נישט. ווערטן פֿון ייִדישן פֿאָלק — זיי זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער דער וועלט, ווי דאָס פֿאָלק אַליין, וואָס לאָזט זיך נישט באַזעצן אין איין אָרט, הגם אַזאַ שטח איז שוין דאָ. ייִדן, וווּ זיי זאָלן נישט געווען צושטיין אין זייער צוויי טויזנט־יאָריקן נע־ונד, פֿלעגן זיי מיטברענגען מיט זיך דעם בטחון, אַז דאָ, אויף דעם ברעג, וועט שוין זייער גוט מזל זיך טיף און פֿעסט פֿאַראַנקערן, ביז משיחס קומען. די גוט־באַקאַנטע אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע "פֿעלקער־בונד", אָדער "יו־ען", האָט שוין פֿון לאַנג אַ שם פֿון שאַפֿן און אויסהאַלטן הונדערטער (און אפֿשר טויזנטער) קאָמיטעטן און אָרגאַניזאַציעס איבער דער וועלט, וואָס וואָלטן געדאַרפֿט מאַכן דאָס לעבן פֿון די פֿעלקער לײַכטער, ריינער, זאַטער, זיכערער, געזעצלעכער; מיט איין וואָרט — העלפֿן אויסרייניקן אונדזער פּלאַנעט פֿון דעם גאַנצן אומיושרדיקן מיסט, וואָס די מענטשן אַליין לאָזן נאָך זיך איבער. ווי מיר געדענקען פֿון דער אַלט־גריכישער מיטאָלאָגיע, האָט די נײַגעריקע פּאַנדאָראַ געעפֿנט דאָס קעסטעלע, וואָס דער מאַן אירער האָט עס פֿאַרווערט צו טאָן. דעמאָלט האָבן זיך אַ שיט געטאָן פֿון דעם אַלע צרות אויף דער וועלט, וואָס אַרײַנטרײַבן זיי צוריק אינעם קעסטעלע איז שוין געווען אוממעגלעך. צווישן די צען געבאָט, וואָס משה רבינו האָט אַראָפּגעבראַכט זײַן פֿאָלק פֿון באַרג סיני, געפֿינען מיר אויך דעם "לא תּעשׂה לך פּסל" — מאַך זיך נישט קיין געצל. מיר ווייסן שוין אָבער גוט, אַז ס'איז נישטאָ אַזאַ "לא" מע זאָל פֿון אים זיך נישט קאָנען מאַכן "כּלא ידע". נישט איין מאָל האָט די מענטשלעכע וועלט זיך געמאַכט נישט וויסנדיק און געשאַפֿן פֿאַר זיך קלענערע און גרעסערע געצלעך. בדרך־כּלל, טרעפֿט זיך עס, אין די אַזוי גערופֿענע סמוטנע, אומזיכערע צײַטן, ווען די פֿעלקער זוכן אַן אויסוועג אינעם שטעלן איבער זיך אַ געצל; אָדער ווען אַ פּשוטער בשׂר ודם שטעלט זיך אַליין אַרויס פֿאַר אַ געצל און דער המון כאַפּט עס אונטער, ווײַל קיין אַנדער ברירה זעט ער נישט. אין ביידע פֿאַלן ווערט אַזאַ פֿאָלק געשטראָפֿט! |