טוסאָן — אַזוי הייסט די שטאָט אין שטאַט אַריזאָנאַ, וואָס איז פּלוצעם אַרײַן אין אַלע מינים מעדיאַ איבער דער וועלט, צוליב דער שיסערײַ פֿון איינעם אַ משוגענעם, וואָס האָט געטראָפֿן אין 20 מענטשן און זעקס פֿון זיי דערהרגעט. קיין שיסערײַען פֿון פּסיכיש ניט־געזונטע מענטשן אין אַמעריקע איז נישט קיין נאָווינע; דער גאַנצער זשום און רעש אַרום דער טראַגעדיע האָט אַרויסגערופֿן דער פֿאַקט, אַז דער ערשטער קרבן פֿון דעם מערדער איז געווען די קאָנגרעספֿרוי פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי גאַבריעל גיפֿאָרדס, וואָס איז געוואָרן שווער פֿאַרוווּנדעט.
אָט דער ערשטער שאָס האָט אויפֿגערודערט סײַ די גאַנצע מעדיאַ און סײַ די צוויי גרעסטע צדדים אויפֿן אַמעריקאַנער פּאָליטישן פֿעלד — רעפּובליקאַנער און דעמאָקראַטישע פּאַרטייען. פֿאַרשטייט זיך, אַז באַלד איז די דאָזיקע שיסערײַ פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פּאָליטישן ענין. און, זעט אויס, נישט אומזיסט...
ווי באַקאַנט פֿון דער מענטשלעכער געשיכטע, זײַנען קיין צופֿעליקע שיסערײַען אין פּאָליטישע פּערזענלעכקייטן נישט פֿאַראַן; עס זײַנען פֿאַראַן צופֿעליקע קרבנות פֿון אַזעלכע אַטענטאַטן. אויב אַזוי, מוז מען פֿרעגן: צי שטייט הינטער דעם מערדער עפּעס אַ כּוח, וואָס האָט אָנגעשטעלט זײַן געווער דווקא אויף דער קאָנגרעספֿרוי?
דער טוסאָן־ענין, ווי ס׳האָט זיך גאָר גיך אַרויסגעוויזן, טראָגט נישט אין זיך קיין געהיימע פֿאַרשווערונג, און קיין פֿינצטערע כּוחות שטייען אויך נישט הינטער אים; דער מערדער, דזשאַרעד לאָנער, איז פּראָסט און פּשוט אַן אַמעריקאַנער בירגער, וואָס האָט קיינעם ביז אַהער קיין שלעכטס נישט געטאָן און אויף בייזע מעשׂים נישט געכאַפּט געוואָרן; סײַדן זיך צו מאָל מאָדנע אויפֿגעפֿירט אָדער זיך אַרויסגעזאָגט אַנדערש. דאָס האָט אים אָבער נישט געשטערט אַרײַצוגיין אין קלייט און פֿרײַ זיך קויפֿן אַ רעוואָלווער...
און באַלד האָט זיך אַנטפּלעקט (ווידער — צו גיך!), אַז דער טוסאָן־ענין טראָגט בפֿירוש אַ פּאָליטישן כאַראַקטער; און אַז אין צענטער שטייט נישט אַבי ווער, נאָר סאַראַ פּיילין גופֿא, דער "שטערן" פֿון דער אַזוי גערופֿענער "טיי־פּאַרטיי". לאָגיש: אויב געשאָסן האָט מען אין אַ ליבעראַלן דעמאָקראַט, זײַנען אין דעם שולדיק די רעכט־קאָנסערוואַטיווע רעפּובליקאַנער!
וואָס קאָן מען דאָ זאָגן? נישט קיין גוטער גערוך טראָגט זיך סײַ אין דער אַמעריקאַנער גרויסער פּאָליטיק בכלל און סײַ אין דער אַמעריקאַנער מעדיאַ בפֿרט. פֿון ביידע קוואַלן הערט זיך אַ "שיסערײַ" — די רעטאָריק פֿון די הײַנטיקע פּאָליטיקער פֿון ביידע פּאַרטייען איז אָנגעזאַפּט מיט מיליטאַנטישע טערמינען און באַגריפֿן; די וויילער ווערן פֿאַרוואַנדלט אין שיסברעטער, און די פּאָליטישע אָפּאָנענטן — אין שיסצילן. צי קאָן דען זײַן אַ מער פֿאַרשטענדלעכע שפּראַך אין אַ לאַנד, וואָס הונדערטער טויזנטער אירע בירגער פֿירן מלחמות אין פֿרעמדע לענדער, און אַז אין אַמעריקע גופֿא, גייט נישט אַראָפּ פֿונעם מעדיאַ־סדר די טעמע פֿון גוואַלד און טעראָר?
מיליטאַנטישע פּאָליטיק און פּאָליטיזירטע מעדיאַ — בפֿרט נאָך הײַנט, ווען די עלעקטראָנישע נעץ כאַפּט אַרײַן כּמעט יעדן אײַנוווינער — ווערט אַלץ מער אַ סכּנותדיקער כּוח פֿאַר דער געזעלשאַפֿט. און ס׳איז גאָר נישט וויכטיק, צי אַ מענטש מיט אַ שוואַכער פּסיכיק וועט אויסשיסן אין אַ פּאָליטיקער פֿונעם רעכטן אָדער פֿונעם לינקן לאַגער. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט זיך שוין אײַנגעשטעלט אַ ביטערע טראַדיציע פֿון שיסן אין פּרעזידענטן און אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן. ס׳וואָלט זיך געוואָלט אָבער גלייבן, אַז די טוסאָן־שיסערײַ וועט אײַנשטילן די בלוט־דאָרשטיקע אַמביציעס פֿון הײַנטיקע פּאָליטיקער און זיי באַוואָפֿן מיט מער פֿרידלעכע אַרגומענטן.