‫פֿון רעדאַקציע

טוסאָן — אַזוי הייסט די שטאָט אין שטאַט אַריזאָנאַ, וואָס איז פּלוצעם אַרײַן אין אַלע מינים מעדיאַ איבער דער וועלט, צוליב דער שיסערײַ פֿון איינעם אַ משוגענעם, וואָס האָט געטראָפֿן אין 20 מענטשן און זעקס פֿון זיי דערהרגעט. קיין שיסערײַען פֿון פּסיכיש ניט־געזונטע מענטשן אין אַמעריקע איז נישט קיין נאָווינע; דער גאַנצער זשום און רעש אַרום דער טראַגעדיע האָט אַרויסגערופֿן דער פֿאַקט, אַז דער ערשטער קרבן פֿון דעם מערדער איז געווען די קאָנגרעספֿרוי פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי גאַבריעל גיפֿאָרדס, וואָס איז געוואָרן שווער פֿאַרוווּנדעט.


אַלעקס דאַפֿנער
אין דער פּראָגראַם: ייִדיש מעלבורן
צווייטער עפּיזאָד:
ערשטער ייִדיש מאַטורע־קלאַס 
פֿאַר דערוואַקסענע

Alex Dafner
In the program: "Yiddish Melbourne"
Second Report:
First Adult Yiddish Matriculation Class

אַנאָנסן

נאָך אַ טראַגעדיע זענען פֿאָרגעקומען וויכטיקע בײַטן אין דער אַמעריקאַנער לעגאַלער סיסטעם און אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן.
דערפֿאַר לאַנצירט דער "פֿאָרווערטס" אַ פּאָעזיע־קאָנקורס אָפּצומערקן, 100 יאָר נאָכן "טרײַענגל שוירטווייסט קאָמפּאַני" פֿײַער.
מיט הונדערט יאָר צוריק זענען 146 אַרבעטער — כּמעט אַלע פֿרויען —אומגעקומען אין די פֿלאַמען, וואָס האָבן פֿאַרשלונגען די גאָרנס וווּ זיי האָבן געאַרבעט. וועגן דעם קהלישן ווייגעשריי קעגן די אַרבעטער־באַדינגונגען האָט דער פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד דעמאָלט געשריבן אויף די זײַטן פֿונעם "פֿאָרווערטס".

פּובליציסטיק
ד״ר גבי אַלכּסנדר, אַן עקוואַדאָר־געבוירענער היסטאָריקער, וואָס וווינט הײַנט אין ירושלים, גיט דעם פֿירער פֿון דער ייִדישער קהילה אין ווײַאַקיל, דזשאָני טשאַרנינסקי, אַן אויסצייכענונג פֿון דער "קרן קימת", ווײַזנדיק, אַז מע האָט לכּבֿוד זײַן כּלל־אַרבעט פֿאַרפֿלאַנצט אַ סאָד פֿון 500 ביימער

אַ גרופּע ייִדן, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין עקוואַדאָר און זיך שפּעטער צעפֿאָרן איבער דער וועלט, האָט מיט דרײַ וואָכן צוריק זיך אומגעקערט אויף אַן עמאָציאָנעלן ווידערטרעף אין זייער היימלאַנד.

ס׳רובֿ פֿון די 48 ייִדן, וועלכע זענען אָנגעקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דרום־אַפֿריקע און ישׂראל, זענען דערצויגן געוואָרן אין דער גרעסטער שטאָט אין עקוואַדאָר, ווײַאַקיל (Guayaquil), און טאַקע דאָרט האָט מען פֿאַרבראַכט די ערשטע זעקס טעג פֿונעם ווידערטרעף. דעם לעצטן טייל פֿונעם טור האָט מען באַזוכט די ייִדישע ערטער אין דער קרוינשטאָט, קיטאָ (Quito), וווּ עס וווינט הײַנט ס׳רובֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. בערך 70 ייִדן וווינען אין ווײַאַקיל, און 500 אין קיטאָ.

אין די 1950ער און 60ער יאָרן איז אָבער געווען גאָר אַנדערש; דעמאָלט האָבן אין עקוואַדאָר געוווינט נאָענט צו 4,000 ייִדן.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"


Gabriella Safran.
Wandering Soul:
The Dybbuk’s Creator, S. An-sky.
Harvard University Press, 2010.


פֿון אַלע ייִדישע ליטעראַטן איז ש. אַנ־סקי (שלמה־זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, 1863—1920) אפֿשר געווען די סאַמע פֿילזײַטיקע פּערזענלעכקייט. ער האָט געשריבן אויף רוסיש און ייִדיש און געפֿאָרשט ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר, און דערבײַ איז ער געווען טיף פֿאַרטאָן אין דער ראַדיקאַלער רוסישער פּאָליטיק, געווען אַ ייִדישער עפֿנטלעכער טוער און האָט געהאָלפֿן ייִדישע קרבנות פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. אַנ־סקי איז געווען אַן אייגענער אין גאָר פֿאַרשידענע סבֿיבֿות, און האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע דאָקומענטאַלע און ליטעראַרישע ירושה, וואָס איז צעזייט און צעשפּרייט איבער פֿאַרשידענע לענדער און קאָנטינענטן.

נאָך זײַן טויט, טיילווײַז אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון זײַן נאָענטן פֿרײַנד חיים זשיטלאָווסקי, האָט זיך אויסגעפֿורעמט אַ מין קולט פֿון ש. אַנ־סקין, ווי אַ מוסטער פֿונעם ייִדישן אינטעליגענט, וואָס האָט מקריבֿ געווען זײַן גאַנץ לעבן פֿאַרן פֿאָלק. אָבער הײַנט־צו־טאָג געדענקט מען אים, דער עיקר, ווי דעם מחבר פֿונעם "דיבוק".

פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
משה קצבֿ

מיר דאַכט זיך, אַז עס איז נישט פֿאַראַן אין דעם לעקסיקאָן, אין דער שפּראַך גופֿא, קיין אויסדרוק, קיין וואָרט, וואָס זײַן מעמד און באַטײַט זאָל זײַן נידעריקער פֿון דעם וואָרט "שאַנד". אַזוי ווי דאָס וואָרט "שלום", וואָס איז צוליב זײַן תּכליתלאָזן געברויך געוואָרן אַן אָפּגעריבענע ווערטלאָזע מטבע, אַ קרבן פֿון דער סעמאַנטישער אינפֿלאַציע — אַזוי האָט אויך די "שאַנד" פֿאַרלוירן אין די לעצטע יאָרן איר "סטאַטוס", וועלכן זי האָט זיך געהאַט דערוואָרבן אויף דעם נידעריקסטן שטאַפּל אין דער היעראַרכיע פֿון דער "בכּבֿודיקער" הויכער געזעלשאַפֿט פֿון "די פֿאַרברעכערס אין ווײַסן קאָלנער". דער דאָזיקער פּראָצעס גייט אָן זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן — און האָט נישט אויפֿגעהערט — דער אויפֿמאַרש פֿון דער ישׂראלדיקער "וויערכושקע", די קרוין פֿון דער מלוכישער אָנפֿירונג, צום געריכט, צו דער באַשולדיקונגס־באַנק.

אין קעגנזאַץ אָבער צו די אַנדערע באַגריפֿן, וואָס זײַנען געוואָרן דעוואַלויִרט און האָבן פֿאַרלוירן זייער ווערט, האָט די שאַנד אויך פֿאַרלוירן די בושה... און דאָס — זינט צו דער רשימה פֿון די עבֿירות, פֿאַר וועלכע דער מענטש איז געוואָרן געמישפּט, זײַנען צוגעקומען די פֿאַרברעכנס אויפֿן שטח פֿון סעקס, ביז צום שענדלעכסטן פֿון זיי — דאָס אויפֿצווינגען סעקס מיט פֿיזישן כּוח און מיטן כּוח פֿון הויכן מלוכישן סטאַטוס, דאָס פֿאַרגוואַלדיקן אומבאַשיצטע פֿרויען, אויסנוצנדיק זייער אָפּהענגיקייט צום פֿאַרגוואַלדיקער, אדג"ל.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ס'איז געווען אַ צײַט אין די 1990ער יאָרן, ווען דײַטשלאַנד איז געווען דאָס איינציקע אָרט, וווּ קלעזמאָרים האָבן געקענט גענוג פֿאַרדינען אויף צו לעבן. צו גלײַך מיט די פֿאָרשטעלונגען און קאָנצערטן דאָרטן פֿון אַמעריקאַנער, אייראָפּעיִשע, און בפֿרט דײַטשישע קלעזמאָרים, איז געוואַקסן דער אינטערעס צו דער פֿאָלקסמוזיק אויך אין דער אַקאַדעמישער וועלט. יואל רובין און ריטאַ אוטענס האָבן אַנאַליזירט די מוזיק אין אירע אַלטע און נײַע קאָנטעקסטן אין זייערע פֿאַרשיידענע אַרטיקלען אויף דײַטש. די צוויי פֿאָרשער האָבן אַרויסגעגעבן דאָס בוך "קלעזמער מוזיק" אין 1999. אין דײַטשלאַנד האָט מען זיך אינטערעסירט אויך מיט די ייִדישע פֿאָלקסלידער, און מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דעם ריזיקן פּראָיעקט אַרויסצוגעבן די פֿעלד־רעקאָרדירונגען פֿון דער סאָוועטישער עטנאָמוזיקאָליגין סאָפֿיאַ מגיד, וואָס מיט אים האָט אָנגעפֿירט פּראָפֿ׳ עלווירע גראָזינגער בײַם פּאָטסדאַמער אוניווערסיטעט. פֿון דעם פּראָיעקט איז אַרויס אַ גראָבע זאַמלונג לידער, מיט אַ קאָמפּאַקטל פֿון די אָריגינעלע אַלטע פֿעלד־רעקאָרדירונגען.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרשה האָבן מיר געלייענט, ווי פּרעה האָט פֿאַרטריבן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, כּדי אָפּצושטעלן די מכּות. ווען די ייִדן האָבן שוין פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד, האָט ער פּלוצעם באַשלאָסן זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן. ווען די באַפֿרײַטע שקלאַפֿן האָבן געמיינט, אַז זיי זענען פֿאַרקלעמט צווישן דעם ים און פּרעהס אַרמיי, האָט דער ים זיך צעשפּאָלטן און זיי האָבן זיך געראַטעוועט בדרך־נס. דער בייזער מיצרישער קיניג האָט געפּרוּווט זיי ווײַטער נאָכצוּיאָגן, אָבער דאָס צעשפּאָלטענע וואַסער האָט זיך צונויפֿגעשלאָסן, און די מיצרים זענען דערטרונקען געוואָרן.

פּערזענלעכקײטן
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די הילע פֿון אַ. באָווינס בוך

עס דערנענטערט זיך דער צוואַנציקסטער יאָרטאָג פֿון באַנײַען די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און ישׂראל. די אינפֿאָרמאַציע־מיטלען דערמאָנען הײַנט גענוי ווי אין יאָר 1967, נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, האָט דער ראַטן־פֿאַרבאַנד איינזײַטיק איבערגעריסן די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט אונדזער לאַנד און אין משך פֿון אַלע יאָרן, ביז 1991, געפֿירט אַ גרויל־פּראָפּאַגאַנדע קעגן ישׂראל. מיר, די געוועזענע אײַנוווינער פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿלעגן קוים קענען דערהערן דורכן ראַדיאָ די ידיעות פֿון די ישׂראל־אוידיציעס. ס׳איז קלאָר, ווי אַזאַ אידעאָלאָגישע אַטאַקע האָט געווירקט אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אויף דער באַציִונג צו ייִדן און צו זייער שטרעבונג עולה צו זײַן קיין ישׂראל.

אין יענע יאָרן איז דער נאָמען פֿון אַלעקסאַנדער באָווין געווען גוט באַקאַנט יעדן פֿון אונדז, וואָס האָט דאָרט געוווינט: ער איז געווען אַ פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר, פֿלעגט אָפֿט אַרויסטרעטן אין טעלעוויזיע און אויך, זײַענדיק אַ וויכטיקע פּערזאָן אין די העכסטע פּאַרטיי־אָרגאַנען, פֿאָרשטעלן אויף זײַן אייגנאַרטיקן אופֿן, זייער קלוג און אָביעקטיווער פֿון אַנדערע, די פּאָליטישע לאַגע אין דער וועלט און אויפֿן נאָענטן מיזרח.

פֿאַרשײדנס
אַן עפּל־בוים

פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, פֿאַרן קידוש, זאָגט מען אין די חסידישע קהילות אַ תּפֿילה אויף לשון־תּרגום, וואָס קלינגט ווי אַ באַצויבעריש מיסטיש געדיכט: "אתקינו סעודתא דמהימנותא שלימתא חדותא דמלכּא קדישא; אתקינו סעודתא דמלכּא; דאָ היא סעודתא דחקל תּפּוחין קדישין וזעיר אַנפּין ועתּיקא קדישא אתין לסעדה בהדה". נישט בלויז דער קלאַנג און ריטעם, נאָר דער באַדײַט פֿון דער דאָזיקער תּפֿילה איז אַ באַצויבעריש־סודותפֿולער: "גרייט צו אַ סעודה פֿון אמונה־שלימה, אַ שׂימחה פֿונעם הייליקן מלך; גרייט צו אַ סעודה פֿאַרן מלך; דאָס איז אַ סעודה פֿונעם הייליקן עפּל־סאָד, פֿון זעיר־אַנפּין און פֿון עתּיקא־קדישא, וואָס קומען צו דער סעודה צוזאַמען מיט איר". שבת בײַטאָג און בײַ די שלוש־סעודות זאָגט מען ענלעכע תּפֿילות; דער זעלבער מאָטיוו וועגן דעם "הייליקן עפּל־סוד" פֿאַרנעמט אויך אַ צענטראַל אָרט אין די פֿרײַטיק־צו־נאַכטיקע זמירות, ווו עס ווערט דורך דעם עראָטישן סימבאָליזם באַזונגען דער מיסטישער פֿאַרבאַנד צווישן דעם הקדוש־ברוך־הוא און זײַן שכינה.

װעלט פֿון ייִדיש

די יערלעכע פֿאַרטיילונג פֿונעם "גראָפּער־פּרײַז" איז אין חודש דעצעבמער, ווי יעדעס יאָר, פֿאָרגעקומען אין זאַל פֿון "בעלגישן הויז" בײַם העברעיִשן אוניוועריסטעט אין ירושלים.

דער "גראָפּער־פֿאָנד" איז געגרינדעט געוואָרן לויט דער צוואה פֿון יעקבֿ גראָפּער, איינעם פֿון די אָנגעזעענסטע ייִדישע דיכטער אין רומעניע, מיטן ציל צו דערמוטיקן ייִדישע דיכטער, שרײַבער, קינסטלער און פֿאָרשער פֿון רומענישן ייִדנטום און דערמעגלעכן זיי אַרויסצוגעבן און פֿאַרעפֿנטלעכן זייערע שאַפֿונגען, ווי אויך סטיפּענדיעס פֿאַר 4 סטודענטן און דאָקטאָראַנטן, וועלכע שטודירן די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור און די געשיכטע פֿון רומענישן ייִדנטום.

דער פֿאָרזיצער פֿון "יעקבֿ גראָפּער־פֿאָנד", ד"ר יאַנקו שעכטער, האָט אין זײַן וואָרט בעת א פֿײַערלעכער אַקאַדעמיע צום אָנדענק פֿון יעקבֿ גראָפּער אין דער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים באַטאָנט, אַז יעקבֿ גראָפּער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש איז אַ יתום — ייִדיש געהערט נישט צו קיין שום מדינה און דעריבער דאַרף מען שטיצן און דערמוטיקן ייִדישע שאַפֿערס.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
...

אין אַ יאָר אַרום וועלן מיר, מירטשעם, אָפּמערקן 115 יאָר זינט ס'איז געשאַפֿן געוואָרן אונדזער צײַטונג. זי האָט זיך באַוויזן ווי אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון אינטריגעס אין די סאָציאַליסטישע קרײַזן, וועלכע האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פֿאַרשיידנשפּראַכיקע סבֿיבֿה, אין וועלכער מע האָט נאָך געדאַרפֿט אויסזוכן אַ מענטשן מיט אַ ווייניק-געהרגעטן ענגליש. דײַטש איז אין יענע יאָרן געווען די הויפּט-שפּראַך פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבעטער-פּאַרטיי, אין וועלכער עס האָט דאָמינירט דאַניעל דעלעאָן, אַ פּאַרשוין פֿון אַ סך שפּראַכן און קולטורן. אַב. קאַהאַן און נאָך אַ צאָל ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן קרום געקוקט אויף דעלעאָנען. איצט איז שווער צו זאָגן, וועלכע סיבות — פּערזענלעכע צי אידעאָלאָגישע — זײַנען געווען שטאַרקער, אָבער אויסגעלאָזט האָט זיך, אַז זיי האָבן באַשלאָסן צו מאַכן שבת פֿאַר זיך, אָן דעלעאָנען. מע האָט זיך צעבוצקעווען און געשאַפֿן אַ באַזונדערע צײַטונג, מיטן דײַטשישן נאָמען "פֿאָרווערטס", וועלכע איז שפּעטער, אין יאָר 1901, געוואָרן אַ פֿאָרום פֿאַר דער נײַ-געשאַפֿענער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי.