אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרשה האָבן מיר געלייענט, ווי פּרעה האָט פֿאַרטריבן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, כּדי אָפּצושטעלן די מכּות. ווען די ייִדן האָבן שוין פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד, האָט ער פּלוצעם באַשלאָסן זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן. ווען די באַפֿרײַטע שקלאַפֿן האָבן געמיינט, אַז זיי זענען פֿאַרקלעמט צווישן דעם ים און פּרעהס אַרמיי, האָט דער ים זיך צעשפּאָלטן און זיי האָבן זיך געראַטעוועט בדרך־נס. דער בייזער מיצרישער קיניג האָט געפּרוּווט זיי ווײַטער נאָכצוּיאָגן, אָבער דאָס צעשפּאָלטענע וואַסער האָט זיך צונויפֿגעשלאָסן, און די מיצרים זענען דערטרונקען געוואָרן.
די ייִדן האָבן געלויבט דעם באַשעפֿער פֿאַרן נס, און געזונגען אַ לויב־געזאַנג, באַקאַנט ווי "שירת־הים". צוליב דעם, טראָגט דער הײַנטיקער שבת אַ באַזונדערן נאָמען — "שבת־שירה".
די ייִדן זענען אַריבערגעגאַנגען דעם ים און אַרײַנגעקומען אינעם מידבר. נאָך דרײַ טעג וואַנדערונגען, האָבן זיי אָנגעהויבן טענהן, אַז זיי קאָנען נישט אויסלעבן צוליב דורשט און הונגער אין אַן אָרט, וווּ זיי האָבן געפֿונען בלויז אַ קוואַל מיטן ביטערן וואַסער. משה האָט אַרײַנגעוואָרפֿן אַ ספּעציעלע שטיק סגולה־האָלץ אינעם קוואַל, און דאָס וואַסער איז געוואָרן זיס. דערנאָך, האָט דער אייבערשטער געשיקט די ייִדן דעם מן — דאָס וווּנדערלעכע הימל־ברויט.
ס׳איז פֿאַראַן אַ באַקאַנטער מינהג פֿון "שבת־שירה": צו געבן עסן פֿאַר ווילדע פֿייגעלעך. אין אַ טייל קהילות טוט מען אויס שבת אין דער פֿרי, און אין די אַנדערע וואַרפֿט מען אַרויס דעם שפּײַז פֿון פֿריִער, פֿרײַטיק. איין סיבה פֿון אַזאַ מינהג איז דער פּשוטער פֿאַקט, אַז דאָס איז די קעלטסטע און הונגעריקסטע צײַט אינעם יאָר, און די פֿייגל קאָנען זיך נישט באַגיין אָן דער מענטשלעכער הילף. דער מחבר פֿון די שורות האָט טאַקע געראַטעוועט, אינמיטן דער הײַנטיקער וואָך, אַ פֿאַרפֿרוירן פֿייגעלע. עס זענען פֿאַראַן אויך פֿאַרשיידענע פּירושים, וואָס פֿאַרבינדן די פֿייגל מיט דער קריעת־ים־סוף, מיט דעם ליד, וואָס די ייִדן האָבן געזונגען, און מיט די שפּעטערדיקע געשעענישן פֿון דער פּרשה.
ווי ס׳איז באַקאַנט, קאָן מען אין יעדער סדרה געפֿינען רמזים אויף די ענינים פֿון דער קומענדיקער וואָך, ווײַל שבת איז משפּיע אויף די אַנדערע טעג און טראָגט אין זיך זייער גײַסטיקן פּאָטענציאַל. די קומענדיקע וואָך איז חמשה־עשׂר־בשבֿט — דער ראָש־השנה פֿון ביימער. בפּשטות, קאָן מען אויך זאָגן, אַז דער דאָזיקער טאָג האָט צו טאָן מיט דער באַזונדערס קאַלטער טעמפּעראַטור פֿונעם חודש שבֿט, ווען דער ווינטער דערגרייכט דעם קריטישן פּונקט און הייבן אָן צו ביסלעך אַוועקגיין. הגם דאָס איז דער קעלטסטער טייל פֿונעם סעזאָן, ווערן די טעג שוין לענגער, און די נאַטור גרייט זיך אויפֿצוּוועקן פֿונעם שלאָף; דערפֿאַר, איז עס טאַקע אַ פּאַסיקע צײַט צו פּראַווען דאָס נײַע יאָר פֿון די ביימער.
דער הויכפּונקט פֿון דער הײַנטיקער פּרשה איז די קריעת־ים־סוף — די קולמינאַציע פֿון יציאת־מצרים. דער אַריז״ל און אַנדערע מקובלים זאָגן, אַז אינעם חודש תּישרי איז די וועלט באַשאַפֿן געוואָרן בלויז במחשבֿה און איז באמת פֿאַרווירקלעכט געוואָרן ערשט אינעם חודש ניסן, נאָך יציאת־מצרים. דערפֿאַר זאָגט מיר ראָש־השנה בײַם מוסף "היום הרת־עולם" — דאָס איז דער טאָג, ווען די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן בלויז ווי אַן "עמבריאָן". פֿאַר יציאת־מצרים, האָט דער אייבערשטער, כּבֿיכול, געטראָגן די וועלט אין זײַן מחשבֿה, ווי אַ מין חלום, ביז דער צײַט, ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים. דעמאָלט איז דער אוניווערס "געבוירן געוואָרן".
געוויינטלעך, זעט אויס אַ חלום ווי אַ אומסטאַבילע, זיך־בײַטנדיקע וועלט, אין פֿאַרגלײַך מיט דער פֿעסטער ווירקלעכקייט. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן טאַקע, אַז די וועלט איז געווען בײַם אָנהייב אומסטאַביל; אויב די ייִדן וואָלטן נישט מקבל געווען די תּורה, וואָלט דער אוניווערס זיך צעפֿאַלן און זיך אומגעקערט צום כאַאָס, ווי פֿאַרן מעשׂה־בראשית. דערפֿאַר ווערט יציאת־מצרים באַטראַכט ווי דער אמתער אָנהייב פֿון דער וועלט און ווערט פֿאַררעכנט אויך ווי אַ מין ראָש־השנה. אויב אַזוי, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז דער הײַנטיקער שבת, ווען מיר לייענען וועגן די דאָזיקע געשעענישן, איז פֿאַרבונדן מיט חמשה־עשׂר־בשבֿט, וואָס קאָן אויך באַטראַכט ווערן ווי דער טאָג, ווען די וועלט ווערט סטאַביליזירט און אויפֿגעלעבט יעדעס יאָר פֿונסנײַ.
די מאָטיוון פֿונעם הײַנטיקן שבת־שירה און דעם קומענדיקן יום־טובֿ — פֿייגל און ביימער — זענען, מסתּמא, די סאַמע נאַטירלעכע סימבאָלן פֿון דער לעבעדיקער נאַטור. דווקא פֿייגעלעך און פֿלאַנצן פֿיגורירן כּסדר אויף אַזעלכע תּשמישי־קדושה, ווי פּרוכתן און מיזרח־שילדן, כּדי צו דערמאָנען, אַז דער ג־טלעכער כּוח באַלעבט די וועלט.
די הײַנטיקע פּרשה איז אָבער געווידמעט, פּאַראַדאָקסיש, די סאַמע אומגעוויינטלעכע און אומנאַטירלעכע געשעענישן אינעם גאַנצן חומש. צוערשט, האָט דער באַשעפֿער באַשטראָפֿט מצרים מיט אויסטערלישע מכּות; דערנאָך האָט ער צעשפּאָלטן דעם ים, כּדי צו ראַטעווען די ייִדן פֿון שקלאַפֿערײַ. פֿאַרקערט, ווען די נאַטור־כּוחות האָבן זיך אומגעקערט צו זייערע געוויינטלעכן צושטאַנד, האָט דאָס וואַסער אינעם פֿאַרפֿלייצט די מיצרים. מיט אַנדערע ווערטער, איז דאָס לעבן פֿאַרבונדן אין אונדזער סדר מיט ניסים, און דער דרך־הטבֿע — מיט צעשטערונג און טויט. פֿאַרוואָס זשע ווערט דער הײַנטיקער שבת אַסאָציִיִרט דווקא מיט אַזעלכע קלאַסישע אַנטפּלעקונגען פֿון דער לעבעדיקער נאַטור, ווי ביימער און פֿייגל?
ווי עס שטייט אין תּהילים, "עולם חסד יבנה" — די וועלט האַלט זיך אויף דער מידת־החסד. צדק און יושר איז דער יסוד פֿונעם מענטשלעכן לעבן, און דער גאַנצער אוניווערס איז, ווי באַוווּסט, באַשאַפֿן געוואָרן צוליב דעם מענטש. ממילא, ווען די מענטשן פֿירן זיך אומיושרדיק, ברעכן זיי דערמיט דעם סאַמע יסודותדיקן געזעץ פֿון דער נאַטור. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, האָט פּרעה געשאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט, וואָס האָט אויסגעזען סטאַביל, אָבער איז געווען אויפֿגעבויט אויף רציחה און שקלאַפֿערײַ. דער טיפֿער, אמתער ג־טלעכער עצם פֿון דער נאַטור האָט אויפֿגעבונטעוועט קעגן אַזאַ מצבֿ. מצרים איז געווען אַן אָרגאַניזירטע, אָבער אַ טויטע וועלט, און בעת די מכּות און דעם נס פֿון קריעת־ים־סוף האָט זיך אַנטפּלעקט די לעבעדיקע, דינאַמישע נאַטור פֿונעם וועלט־באַשאַף.
דער זעלבער פֿרײַער גײַסט פֿון לעבן, וואָס מאַכט די פֿייגעלעך פֿליִען און צוויטשערן און די ביימער וואַקסן און בליִען, האָט אומגעבראַכט די רשעים, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַן אַכזריותדיקע געזעלשאַפֿט פֿון מאָרד און שקלאַפֿערײַ, און זענען שוין געווען, אין דער אמתן זין, טויט. די סטאַביליטעט און פֿאַרוויקלעכונג פֿונעם וועזן איז באַגרינדעט נישט אויף אַ טויטער אָרדענונג, נאָר אויף די לעבעדיקע און ברידערלעכע באַציִונגען צווישן מענטשן, דורך וועלכע דאָס ג־טלעכע חיות אַנטפּלעקט זיך אין דער וועלט.