משה קצבֿ |
Credit: Getty Images |
מיר דאַכט זיך, אַז עס איז נישט פֿאַראַן אין דעם לעקסיקאָן, אין דער שפּראַך גופֿא, קיין אויסדרוק, קיין וואָרט, וואָס זײַן מעמד און באַטײַט זאָל זײַן נידעריקער פֿון דעם וואָרט "שאַנד". אַזוי ווי דאָס וואָרט "שלום", וואָס איז צוליב זײַן תּכליתלאָזן געברויך געוואָרן אַן אָפּגעריבענע ווערטלאָזע מטבע, אַ קרבן פֿון דער סעמאַנטישער אינפֿלאַציע — אַזוי האָט אויך די "שאַנד" פֿאַרלוירן אין די לעצטע יאָרן איר "סטאַטוס", וועלכן זי האָט זיך געהאַט דערוואָרבן אויף דעם נידעריקסטן שטאַפּל אין דער היעראַרכיע פֿון דער "בכּבֿודיקער" הויכער געזעלשאַפֿט פֿון "די פֿאַרברעכערס אין ווײַסן קאָלנער". דער דאָזיקער פּראָצעס גייט אָן זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן — און האָט נישט אויפֿגעהערט — דער אויפֿמאַרש פֿון דער ישׂראלדיקער "וויערכושקע", די קרוין פֿון דער מלוכישער אָנפֿירונג, צום געריכט, צו דער באַשולדיקונגס־באַנק.
אין קעגנזאַץ אָבער צו די אַנדערע באַגריפֿן, וואָס זײַנען געוואָרן דעוואַלויִרט און האָבן פֿאַרלוירן זייער ווערט, האָט די שאַנד אויך פֿאַרלוירן די בושה... און דאָס — זינט צו דער רשימה פֿון די עבֿירות, פֿאַר וועלכע דער מענטש איז געוואָרן געמישפּט, זײַנען צוגעקומען די פֿאַרברעכנס אויפֿן שטח פֿון סעקס, ביז צום שענדלעכסטן פֿון זיי — דאָס אויפֿצווינגען סעקס מיט פֿיזישן כּוח און מיטן כּוח פֿון הויכן מלוכישן סטאַטוס, דאָס פֿאַרגוואַלדיקן אומבאַשיצטע פֿרויען, אויסנוצנדיק זייער אָפּהענגיקייט צום פֿאַרגוואַלדיקער, אדג"ל.
דאָס יאָר 2010, דאָס לעצטע יאָר פֿון דעם יאָרצענדליק, וואָס איז נאָר וואָס אָפּגעלאָפֿן, האָט זיך פֿאַרענדיקט בײַ אונדז מיטן שאַנדפֿלעק, מיטן קין־צייכן אויפֿן שטערן פֿון דער העכסטער רעפּרעזענטאַטיווער אינסטאַנץ, דעם פּרעזידענט פֿון דער מדינה. ממש אין די לעצטע, לעצטע טעג פֿון פֿאָריקן חודש, דעם 30סטן דעצעמבער, האָט דאָס קרײַזגעריכט אין תּל־אָבֿיבֿ דערקלערט דעם פּרעזידענט משה קצבֿ פֿאַר שולדיק אין צוויי פֿאַרגוואַלדיקונגען, אין סעקסועלע באַלעסטיקונגען און אין שקרים אין זײַן עדות־זאָגן פֿאַרן געריכט, און נאָך און נאָך האַרבע פֿאַרברעכנס.
עס איז זייער מעגלעך, אַז די "פּרשה" וואָלט פֿאַרבליבן אַ מלוכישער סוד, אַזוי ווי אַ סך סודות פֿון די מלוכישע סודות, וואָס ווערן אויפֿגעדעקט מיט צענדליקער יאָר שפּעטער — ווען נישט דער העלד פֿון דער אַוואַנטורע: דער פּרעזידענט אַליין, וועלכער האָט, וועלנדיק פֿאַרכאַפּן דעם פֿיש פֿאַר דער נעץ, זיך פֿאַרקלאָגט פֿאַר דעם יורידישן ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג אויף זײַן, דעם פּרעזידענטס, געוועזענער סעקרעטאַרין. וואָס איז? זי האָט פּרובירט אים שאַנטאַזשירן, פֿאַרלאַנגענדיק פֿון אים גרויסע סומעס געלט ווי אַ פֿאַרגיטיקונג פֿאַר אירע לײַדן און פּסיכאָלאָגישע באַהאַנדלונגען אין וועלכע זי נייטיקט זיך, אין רעזולטאַט פֿון דעם ראָמאַן מיט סעקסועלע באַציִונגען, וואָס ער האָט איר אויפֿגעצוווּנגען. אין גאַנג פֿון דער געהיימער פּאָליציייִשער אויספֿאָרשונג, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין יולי 2006, האָט דער פּרעזידענט קצבֿ זיך פֿאַרפּלאָנטערט אין סתּירות און שקרים, וועלכע האָבן אים פֿאַרוואַנדלט אין דעם באַשולדיקטן אין סעקסועלער באַלעסטיקונג און שאַנד־אַקטן נישט בלויז איבער דער פֿרוי "אַלף" פֿון דעם הויז פֿונעם פּרעזידענט, נאָר אויך קעגן צוויי אַנדערע פֿרויען, וואָס האָבן געאַרבעט בײַ אים אין דעם טראַנפּאָרט־מיניסטעריום און אין מיניסטעריום פֿאַר טוריסטיק, ווען ער איז געווען זייער מיניסטער, און זיי האָבן זיך אָנגעשלאָסן צו דער אָנקלאַגע.
קצבֿ האָט זיך, מיט דער הילף פֿון זײַן הויכן געהאַלט, פֿאַרזאָרגט מיט אַ מאַנשאַפֿט פֿון די טײַערסטע אַדוואָקאַטן, אָבער מיט פֿיר יאָר צוריק, דעם 25סטן יאַנואַר 2007, נאָכן אַרײַנטראָגן דעם באַשולדיקונגס־אַקט אין געריכט, האָט די כּנסת אים געגעבן עטלעכע חדשים "אָפּוועזנהייט פֿן זײַן אַמט". אַ האַלב יאָר שפּעטער, דעם 15טן יולי 2007, האָט זיך פֿאַרענדיקט די 7־יאָריקע קאַדענץ פֿון דעם קאָמפּראָמיטירטן מדינה־פּרעזידענט, און אויף זײַן אָרט איז געוואָרן אויסגעוויילט דורך דער כּנסת זײַן פֿריִערדיקער ריוואַל, דער איצטיקער מדינה־פּרעזידענט שמעון פּרס.
דער באַשולדיקונגס־אַקט האָט אין צווישן אַדורכגעמאַכט ממשותדיקע ענדערונגען, מיט אַ "מאָטיוון־טראַנזאַקציע" באַזירט אויף אַ פּשרה, וואָס דער באַשולדיקטער האָט צו ערשט אָנגענומען און צום סוף זיך צוריקגעצויגן, מיט אַן אַגרעסיוו־מיליטאַנטישער אויפֿפֿירונג פֿון דעם געמישפּטן פּרעזידענט, וועלכער האָט פֿון דעם אָפּיציעלן פּרעזידענטישן שטענדער אונטער דער פֿאָן פֿון דער מדינה שאַרף אַטאַקירט די פּראָקוראַטור, די פּאָליציי און די מעדיאַ. צום סוף איז די וויכטיקסטע העלדין פֿון דער שפּאַנענדיקער דראַמע געוואָרן עלימינירט פֿון דעם מישפּט און די געריכט־פֿאַרהאַנדלונגען, וואָס האָבן זיך געפֿירט הינטער געשלאָסענע טירן, האָבן געברענגט צו דער טאָטאַלער און אומצוויידײַטיקער פֿאַרשולדיקונג פֿון דעם "בירגער נומער איינס", וועלכער האָט מיסגעברויכט מיט דער הויכער מאָראַלישער פֿונקציע, וואָס איז אים געוואָרן אָנפֿאַרטרויט.
אַ גרופּע ישׂראלדיקע פֿרויען פּראָטעסטירן קעגן דעם ישׂראלדיקן פּרעזידענט משה קצבֿ, פֿאַר אַ געריכט אין תּל־אָבֿיבֿ, דעם 30סטן דעצעמבער |
Credit: Getty Images |
די שטראָף קעגן אים אין רעזולטאַט פֿון דעם אורטייל, וועט אַנטשיידן ווערן אין די נאָענטע טעג.
די פֿאַרטיידיקונגס־מאַנשאַפֿט פֿון דעם פֿאַרמישפּטן פּרעזידענט האָט שוין אָנגעזאָגט, אַז זיי וועלן דערלאַנגען אַן אַפּעלאַציע צום העכסטן געריכט פֿאַר צדק. דער דאָזיקער מישפּט האָט אָבער אַרויסגערופֿן אַ ריי אויספֿירן און באַטראַכטונגען וועגן דעם מאַראַלישן צושטאַנד פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט.
אָן ספֿק האָט דער מישפּט געהויבן דעם לעצטנס שטאַרק געפֿאַלענעם רעספּעקט צו דעם אַזוי אָפֿט אַטאַקירטן דעמאָקראַטישן געריכט־וועזן, וועלכער פֿירט זיך — כאָטש ניט אַלע מאָל — לויט דעם אַזוי גערופֿענעם "בוזאַגלאָ־מאָדעל", האַנדלענדיק גלײַכווערטיק צום פּשוטן פֿאָלקסמענטש ביז צום העכסטן ראַנג פֿון פּרעזידענט. דאָך פֿרעגט זיך, הלמאַי איז דעם פאַרמישפּטן פּרעזידענט דערלויבט געוואָרן צו בלײַבן אויף דער פֿרײַ ביז צום באַשטימען די שטראָף, און אפֿשר ביז דער אָפּעלאַציע פֿאַרן העכסטן געריכט, אַ זאַך וואָס איז געוויינטלעך נישט דערלויבט.
אָבער אַ סך וויכטיקער איז דער געדאַנק, וואָס איז אויפֿגעקומען בײַ מיר שוין בעתן לייענען דעם אורטייל — אַז איצט דאַרפֿן געשטעלט ווערן פֿאַרן מישפּט יענע פּאַרטיייִשע מנהיגים, וואָס האָבן אַרויסגעשטעלט מיט עלף יאָר צוריק די קאַנדידאַטור פֿון משה קצבֿן קעגן שמעון פּערעסן און געברענגט צו זײַן אויסוואַל, וויסנדיק בפֿירוש וועגן קצבס סעקס־נטיות און זײַן אויפֿפֿירונג אויף זײַנע פֿריִערדיקע אַמטן, ווי מיניסטער פֿאַר טוריסטיק און דערנאָך פֿאַר וווילשטאַנד און צום סוף, פֿאַר טראַנספּאָרט. נאָך מער, צו זײַן אויסוואַל האָט באַזונדערס צוגעהאָלפֿן דער גאון הדור, דער גײַסטיקער מנהיג פֿון ש"ס הרבֿ עובֿדיה יוסף. פֿאַר דער געהיימער אָפּשטימונג אין דער כּנסת (דער פּרעזידענט פֿון ישׂראל ווערט געוויילט דורך דער כּנסת) האָט הרבֿ יוסף געבענטשט פּרסן און אים צוגעזאָגט די פֿולע אונטערשטיצונג פֿון ש"ס. אָבער שוין אין גאַנג פֿון דער אָפּשטימונג האָט דער רבֿ געשיקט אַן אָפּגערעדטן צייכן צו זײַנע מענטשן און די דעפּוטאַטן פֿון ש"ס האָבן אַלע אָפּגעגעבן זייערע שטימען פֿאַר משה קצבֿס קאַנדידאַטור, — כאָטש זיי האָבן אַלע געוווּסט ווער דער מענטש איז.
דעמאָלט האָט דער ש"ס געהאַט אַ קליינע השפּעה אויפֿן "ליכּוד", אין וועלכן עס האָט שוין געהערש שרון און דער האָט געוואַרט אויף זײַן ריי איבערצונעמען די שליטה אין דער פּאַרטיי נאָך נתּניהוס דעמיסיע. הײַנט זײַנען דער ש"ס אונטער אלי ישי און "ישׂראל ביתּנו" פֿון אבֿיגדור ליבערמאַן די צוויי וויכטיקסטע אָנשפּאַרזײַלן פֿון נתּניהוס הערשאַפֿט. זיי זײַנען אָבער אין דער זעלבער צײַט די צוויי גרעסטע געפֿאַרן פֿאַר זײַנע פּלענער אויף דער צוקונפֿט און די שטאַרקסטע ריוואַלן אין דעם קומענדיקן פֿאַרמעסט איבער דער מאַכט.
ליבערמאַן, וועלכער האָט געלערנט בײַ נתּניהו די פּאָליטישע סטראַטעגיע בעת ער איז געווען נתּניהוס געהילף, דער פֿאַרוואַלטער פֿון זײַן פּאַרטיייִשער און פּרעמיער־קאַנצעלאַריע אין דער ערשטער קאַדענץ, איז איצט דער זעלבשטענדיקער ריוואַל קעגן נתּניהו. ליבערמאַן וויל דעראָבערן די פֿירערשאַפֿט איבער דעם גאַנצן רעכטן "נאַציאָנאַלן" לאַגער, און דער פֿאַרמעסט האָט זיך שוין אָנגעהויבן נאָכן דערפֿילן דעם ריח פֿון די עווענטועל אָנקומענדיקע וואַלן צו דער כּנסת. אַ שאַרפֿער קאָנפֿליקט איז אויסגעבראַכן אין דער זיך צעפֿאַלנדיקער "עבֿודה", און אירס אַ וויכטיקער דעפּוטאַט, דניאל בען סימאָן, האָט הײַנטיקע וואָך אָנגעזאָגט, אַז ער פֿאַרלאָזט די פּאַרטיי און וויל שאַפֿן אַ זעלבשטענדיקע פֿראַקציע פֿון איין מענטש. די אַנדערע קאַנדידאַטן אין דעם פֿאַרמעסט קעגן דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון אהוד ברק גרייטן זיך צו דער געפּלאַנטער פּאַרטיי־קאָנפֿערענץ אין פֿעברואַר צו פֿאַרלאַנגען דאָס פֿאַרלאָזן די רעכטע קאָאַליציע מחמת דער סטאַגנאַציע פֿון דעם שלום־פּראָצעס.
בײַ דעם צושטאַנד האָט די פֿראַקציע פֿון ליבערמאַנס "ישׂראל ביתּנו" אין דער רעגירונג און אין דער כּנסת אַדורכגעפֿירט אַ גאַנצע ריי רעאַקציאָנערע געזעצן — אין גײַסט פֿון דעם ראַסיסטישן בריוו פֿון די רבנים קעגן פֿאַרדינגען וווינונגען צו ישׂראלדיקע אַראַבער און דעם געזעץ־פּראָיעקט וועגן שאַפֿן אַ פּאַרלאַמענטאַרישע קאָמיסיע צו פֿאָרשן די פֿינאַנציעלע מקורות פֿון די לינקע אָרגאַניזאַציעס און די אויסלענדישע שפּענדונגען פֿאַר זייער טעטיקייט (אָבער נישט די אויסלענדיקע שפּענדונגען פֿאַר די בויפּראָיעקטן אויף די באַזעצטע שטחים) — עפֿענענדיק אַ מכשפֿות־געיעג קעגן לינקן לאַגער, געזעצן לויטן מאַקאַרטיסטישן מאָדעל פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿופֿציקער יאָרן.
דער הויכפּונקט פֿון ליבערמאַנס אינטענסיווער אַקטיוויטעט און העצע אויפֿצוּוועקן די פּאָליטישע אַרענע איז געקומען צום אויסדרוק אין זײַן אָנפֿאַל אויף די דרײַ איבערגעגעבענע רעוויזיאָניסטישע מנהיגים — בני בעגין, דעם כּנסת־פֿאָרזיצער ראובֿן ריבֿלין און דעפּוטאַט מיכאל איתּן, וועלכע האָבן געשטימט אין דער רעגירונג קעגן דעם ליבערמאַנישן געזעץ־פּראָיעקט אויסצופֿאָרשן די פֿינאַנצקוואַלן פֿון די לינקע אָרגאַניזאַציעס. ער האָט זיי אָנגערופֿן "פֿײַנשמעקערס" אין מוסרים און נאָך אַנדערע עפּיטעטן.
דער פּרעמיער נתּניהו האָט מיט מעסיקע רייד זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר זײַנע אָנגעגריפֿענע מיניסטאָרן און האָט דערקלערט, אַז דער "ליכּוד" איז אַ דעמאָקראַטישע פּאַרטיי מיט פֿאַרשיידענע מיינונגען. פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן זעען אָבער אין דעם ליבערמאַנישן קאַמפּיין דעם אָנהייב פֿון אַ וואַל־קאַמפּאַניע.
לויטן כאַראַקטער פֿון דעם רוישיקן פּאָליטישן יאַריד שטעקט אָבער אין דעם די געפֿאַר פֿון אַ "פּאַרלאַמענטאַרישער דיקטאַטור", וואָס ליבערמאַן שטרעבט אײַנצופֿירן קעגן דער אָפּאָזיציע אין לאַנד, לויטן מוסטער פֿון דער סאָוועטיש קאָמוניסטישער "דיקטאַטור פֿון פּראָלעטאַריאַט".
און דאָס איז ערשט פֿאַר ליבערמאַנען און פֿאַר די יורשים פֿון ראַבײַ כּהנא אַן אַנהייב, ווען עס באַווײַזן זיך אין די לעצטע טעג פֿילמען אין דער אינטערנעץ, וואָס רופֿן בפֿירש צו דערמאָרדן דעם וויצע־פּראָקוראָר פֿון דעם ישׂראלדיקן געריכט־וועזן, און מיר הערן אַלץ מער און מער דעם לאָזונג אַז "כּהנא איז געווען גערעכט" — איז פֿאַראַן אַ באַרעכטיקטער גרונט פֿאַר אַן ערנסטן אומרו, מיטן באַווײַזן זיך פֿון אַ נײַעם שאָנדפֿלעק, וועלכן עס וועט שווער זײַן אָפּצוּוואַשן.
תּל־אָבֿיבֿ, 11טער יאָנואָר, 2011