פֿאַרשײדנס
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אוּאַ, האָט ער מיר דאָס אַרײַנגעשאָסן! וואָס הייסט אַרײַנגעשאָסן — מיט איין שאָס מיך "אַוועקגעלייגט אויף די לאָפּאַטקעס", מיר אָפּגעצאָלט מיט אַ דראַמאַטישן גראַמאַטיש דעמאָקראַטישן גראַמאָטנעם שאָס פֿאַר מײַן העזה, ווי דער רעדאַקטאָר פֿון די "לעבנס־פֿראַגן", צו פֿאַרבײַטן זײַן "די" אויף "דאָס". און "דאָס", ווי באַוווּסט, גראַמט זיך דאָך מיט "שאָס"!
ממש אַרײַנגעשאָסן, כאָטש נישט דווקא אין ריכטיקן פּינטל. ער אַנטפּלעקט זיך דאָ פֿאַר דער וועלט נישט נאָר ווי אַ דיכטער, נאָר אויך ווי אַ לינגוויסט און ווי אַ מוטיקער ליטעראַט, וועלכער שיסט מיט שווערער גראַמאָטנער אַרטילעריע.
עס רעדט זיך דאָ וועגן מײַן פֿרײַנד, דעם פּאָעט ד״ר משה לעמסטער, וועלכער איז אין "פֿאָרווערטס" פֿון נאָוועמבער 9—15, 2012 אַרויסגעפֿאָרן אויף מיר מיט אַ פֿראָנטאַלן אַטאַק הלמאַי איך האָב זיך גענומען די העזה צו פֿאַרבײַטן דעם אַרטיקל "די" אויף "דאָס" פֿאַר דעם סובסטאַנטיוו "ליד". ער האָט מורא, אַז די שפּעטערדיקע דורות פֿאָרשער, פֿאַרערערס פֿון דעם פּאָעט משה לעמסטער, ווען זיי וועלן בלעטערן אין די נומערן פֿון די "לעבנס־פֿראַגן" אין אַ הונדערט יאָר אַרום און וועלן זיך אָנטרעפֿן אויף זײַן יצירה, וועלן זיי אַרײַנשרײַבן אין די ביכער פֿון דער געשיכטע, אַז משה לעמסטער האָט געשריבן "דאָס" און האָט דערמיט פֿאַרשוועכט דעם כּבֿוד פֿון דעם בעסאַראַבישן ייִדישן לשון.
דער "חטא" איז טאַקע געווען מײַנער: אין זײַן צוגעשיקטער באַגריסונג פֿאַר נחמה ליפֿשיץ צו איר 85סטן יוביליי האָט משה לעמסטער געשריבן: "איר זײַט דאָס קלינגענדיקע גלעקעלע פֿון דער ייִדישער פֿאָלקסליד"; "אײַער געטרײַשאַפֿט דער ייִדישער ליד האָט אונדז...", אאַז״וו. און איך, דער רעדאַקטאָר פֿון דעם זשורנאַל "לעבנס־פֿראַגן" האָב זיך באַנוצט מיט מײַן רעדאַקטאָרישן רעכט צו פֿאַרריכטן אַ צוגעשיקטן כתבֿ־יד, בפֿרט ווען דאָס איז געווען אַ פּראָזאַיִשע באַגריסונג און נישט קיין פּאָעזיע. איך האָב נאָך קיינמאָל נישט אָנגערירט, נישט געענדערט קיין דיכטערישע שאַפֿונג.

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ גרופּע ישׂראלדיקע מעדיקער עוואַקויִרן אַ פֿאַרוווּנדיקטן פֿונעם אַטאַק אויפֿן אויטאָבוס אין תּל־אָבֿיבֿ, 
דעם 21סטן נאָוועמבער
די זיבן־טאָגיקע ראַקעטן־מלחמה אין עזה האָט זיך פֿאַרענדיקט, ווי באַוווּסט, מיט אַ נצחון, און אַזוי ווי נאָך יעדן נצחון פֿון אונדזער אַרמיי — די שטאַרקסטע אַרמיי אין מיטעלן מיזרח — האָט שוין אויך דאָס מאָל אויפֿן אַנדערן טאָג פֿון דעם "געלונגענעם" אָנהייב זיך אָנגעהויבן די פּרעסטיזש־מלחמה אַרום דער שאלה, וועמען פֿון די קעמפֿנדיקע צדדים געהערט דער נצחון; וועמען עס קומט די לאָרבער־קרוין און וועמען די קרוין פֿון די דערנער.
אין דער אמתן אָבער האָט די פּאָליטישע אָנפֿירונג פֿון מדינת־ישׂראל אין לויף פֿון די אַכט טעג גענומען אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז און פֿאַרמינערן דעם ציל פֿון דער, דאָס מאָל, זאָרגפֿעליק צוגעגרייטער מלחמה אונטערן נאָמען "וואָלקן־זײַל", וואָס האָט זיך גיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ וואָלקן־ברוך. זי איז אויסגעבראָכן אונטער דעם שטאַרקן דרוק פֿון די ייִשובֿים אויפֿן דרום, וואָס האָבן געליטן פֿון דעם ראַקעטן־טעראָר מצד דעם הערשנדיקן "כאַמאַס" און די אַנדערע פֿונדאַמענטאַליסטישע טעראָר־אָרגאַניזאַציעס אין עזה, און האָט גענאָסן — אַזוי ווי יעדע מלחמה אין איר אָנהייב — פֿון דער מאַסיווער אונטערשטיצונג מצד דער גרויסער מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג, און דער פּאָליטישער אונטערשטיצונג פֿון דער מערהייט פּאַרטייען, אײַנגעשלאָסן די "עבֿודה", אונטער דער אָנפֿירונג פֿון שעלי יאַכימאָוויטש. אַזוי ווי ערבֿ דער פֿריִערדיקער מלחמה־אָפּעראַציע "צעשמאָלצענער בלײַ" קעגן עזה מיט זעקס יאָר צוריק, האָבן אויך דאָס מאָל די דעמאָנסטרירנדיקע מאַסן געשריִען: "דערלאַנגט זיי, שלאָגט זיי, לאָזט דער אַרמײַ מנצח זײַן!" אאַז״וו.
און צה״ל האָט דערלאַנגט און די רעגירונג האָס מאָביליזירט 60.000 זעלנער רעזערוויסטן, גרייט אַרײַנצומאַרשירן אין דעם געדיכט באַוווינטן עזה־שטרײַף. דער אינערן־מיניסטער אלי ישי, דער פֿירער פֿון דער ספֿרדיש־רעליגיעזער ש"ס־פּאַרטיי, האָט אינעם רעגירונגס־קאַבינעט געפֿאָדערט חרובֿ צו מאַכן די שטאָט עזה; און אין זייערע אויפֿטריטן האָבן די מיניסטאָרן, בראָש מיט דעם אויף ס׳נײַ אויפֿגעריכטן אָנפֿירנדיקן דרײַלינג פֿון נתניהו, ברק און ליבערמאַן פֿאַרזיכערט, אַז דאָס מאָל וועט דער "כאַמאַס" נישט קענען מער אויפֿהייבן דעם קאָפּ: ער וועט ווערן אויסגעוואָרצלט און עס וועט פֿון אים קיין זכר נישט בלײַבן.

פּערזענלעכקײטן
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָנאָ ווינער
מיר דאַכט זיך, אַז שוין אין דעם נאָמען אַליין ליגט דער תּמצית פֿון זײַן פּערזענלעכקייט — נישט געקוקט דערויף, וואָס דער נאָמען איז אַ קורצער, בעת דער בעל־הנאָמען איז געווען אַ "לאַנגער", דהײַנו — הויך און פֿעסט געבויט, און אַפֿילו, לפּחות אין די ייִנגערע יאָרן, אַ שלאַנקע פֿיגור. און אפֿשר פּשוט דערפֿאַר, ווײַל דער נאָמען איז דאָך דער סאַמע נאָענטסטער לעבנס־באַגלייטער, מ׳קען אים נישט אָפּטיילן פֿון דעם מענטש: ער איז, מ׳קען זאָגן, זײַן "רעפּרעזענטאַנט", זײַן וויזיט־קאַרטע — זײַן אינטימע אידענטיטעט, אַפֿילו זײַן כאַראַקטעריסטיק. נאָך מער: דער נאָמען איז די אידעע, די אייביקייט פֿון דער פּערזענלעכקייט — אין קעגנזאַץ צו דעם שטערבלעכן גוף…
אָבער ווען איך וועק אויף אין מײַן באַוווּסטזײַן און אין מײַן זכּרון דעם נאָמען "באָנאָ", דערשײַנט ער אין דעם דמיון מײַנעם ווי אַ מין געפֿלעכט פֿון שטיפֿערישן לײַכטזין מיט געווויגענער שׂכלדיקער ערנסטקייט, אַ געפֿלעכט פֿון לײַכטער הימל־פֿלאַטערנדיקער, באַפֿליגלט־שוועבנדיקער נאָנשאַלאַנטישקייט — מיט געזעצטער ערדיש־רעאַליסטישער פּראַקטישקייט, וואָס מען רופֿט עס, אויפֿן הײַנטיקן באַנאַלן לשון: פּראַגמאַטיזם…
ער איז בשום אופֿן נישט געווען קיין אָפּאָרטוניסט, ווי דאָס געשעט זייער אָפֿט מיט פּראַגמאַטיקער. ער איז אָבער נישט ווייניקער פֿון זײַן פּראַגמאַטיזם — געווען אַ טרוימער, אַן אידעאַליסט. ער איז געווען, אַלזאָ, סײַ אַן אידעאַליסט און סײַ אַ פּראַגמאַטיקער אין זײַן פּערזענלעכקייט און ווי אַזעלכן, יעדנפֿאַלס, זע איך אים פֿאַר זיך פֿון זינט איך האָב אים באַקענט נאָך מײַן צוריקקומען קיין פּוילן פֿון דער מלחמה־פֿאַרשיקונג און פּליטים־וואָגל אין סאָוויעטישן מיזרח. ער, דאַקעגן, האָט שוין פֿאַר דעם געהאַט זיך צוריקגעקערט פֿון מערבֿ, פֿון די היטלערישע פּײַן־ און אומקום־לאַגערן, וווּ ער האָט מיט אַ יאָר פֿריִער געהאַט אויפֿגענומען די באַפֿרײַונג.

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בעת דער דעמאָנסטראַציע, האָט איינער, משה סילמאַן, זיך אונטערגעצונדן, ווי אַ סימן פֿון זײַן פּראָטעסט. אויפֿן בילד: אַ גרופּע ישׂראלים פּרוּווט אויסלעשן דאָס פֿײַער, כּדי אים צו ראַטעווען. פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק איז ער געשטאָרבן פֿון די וווּנדן, און זונטיק האָט מען אים באַערדיקט אין חולון.
די וואָרענונג האָט שוין פֿון לאַנג אַראָפּגעשײַנט פֿון דער וואַנט, אָבער קיינער האָט צו איר זיך נישט גענוג ערנסט באַצויגן. ווייניק ווער האָט אויף איר זיך אומגעקוקט. נאָר אין פֿאָריקן יאָר, אין טאָג פֿון דער באַסטיליע, דעם 14טן יולי 2011, ווען עס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דער ערשטער פּראָטעסט־געצעלט אויפֿן ראָטשילד־בולוואַר אין תּל־אָבֿיבֿ און עס איז פֿרידלעך "אויסגעבראַכן" די "קאָטעדזש־רעוואָלוציע", האָט זי גענאָסן כּמעט פֿון אַלעמענס סימפּאַטיע: אַלע — פֿון די גאַסן־קערער ביז די באַנקירן און נאָך העכער — ביז דעם מדינה־פּרעזידענט מיטן פּרעמיער־מיניסטער און דעם פֿינאַנץ־מיניסטער — אַלע האָבן זי געצערטלט און זיך אין איר פֿאַרליבט. אַזוי שטאַרק זיך אין איר פֿאַרליבט, ביז וואַנען זי איז פֿון דער ברענענדיקער ליבע געוואָרן דערשטיקט. ווי זאָגט דאָס באַקאַנטע, עטוואָס באַנאַלע פֿאָלקס־ווערטל: די ליבע האָט געברענט, ווי אַ נאַסע שמאַטע...
די צוויי ווערטער: ליבע און פֿײַער זײַנען, אַזוי ווי דאָס וואָרט "שלום", געוואָרן אַן אָפּגעריבענע מטבע, זינט יצחק שמיר, דער נאָרוואָס פֿאַרשטאָרבענער, און נאָכן טויט שטאַרק געלויבטער פּרעמיער־מיניסטער פֿון די 1980ער יאָרן, האָט אַרויסגעלאָזט פֿון זײַן מויל די פּערלדיקע פֿראַגע: "וואָס ברענט?" — ווען מע האָט אים גערופֿן צוצואײַלן דעם שלום־פּראָצעס; און נאָך מער: זינט דער מלוכה־קאָנטראָלער מיכה לינדענשטראַוס האָט אַרויפֿגעלייגט אויף דעם אינערן־מיניסטער אלי ישי און אויף דעם פֿינאַנץ-מיניסטער יובֿל שטײַניץ די מיניסטעריאַלע און פּערזענלעכע אַחריות פֿאַר דער ריזן־שׂרפֿה, וועלכע האָט מיט צוויי יאָר צוריק פֿאַרצוקט דעם וואַלד אויפֿן כּרמל צוזאַמען מיט 42 נפֿשות פֿון דער פֿײַערלעשער־קאָמאַנדע.

פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַן אומבאַקוועם געפֿיל שרײַב איך איצט די דאָזיקע שורות, אינספּירירט פֿון אַ מאמר, וואָס איז דערשינען אין "פֿאָרווערטס" פֿון דעם 13—19 אַפּריל דאָס יאָר, אויף דער זעלבער זײַט, אויף וועלכער עס פֿלעגט אין משך פֿון 14 יאָר דערשײַנען רעגולער דער קאָלום מיט מײַנע קאָרעספּאָנדענצן פֿון ישׂראל. איך מיין דאָ דעם מאמר פֿון דעם חשובֿן ד"ר שלמה גאָלדמאַן (ניו־יאָרק) אונטערן קעפּל "ייִדישע טעמאַטיק", אין וועלכן ער באַהאַנדלט דעם כאַראַקטער און אופֿן פֿון אָפּמערקן דעם "טאָג פֿון אומקום און גבֿורה", דעם יאָרטאָג פֿון דעם ייִדישן חורבן אין אייראָפּע.

איך האָב באַוווּנדערט דעם חשובֿן מחבר פֿון דעם מאמר מחמת דער געניטער פּראָפֿעסיאָנעלער לײַכטקייט, מיט וועלכער ער באַהאַנדלט אַזאַ שווערע, אַזאַ פּײַנלעך אָנגעווייטיקטע טעמע, און באַזונדערס די לײַכטקייט מיט וועלכער ער ברענגט אַרויס זײַן עצה צו דערטיילן אַ רעליגיעזן סטאַטוס די יערלעכע אָנדענק־אַקטן פֿון דעם "יום השואה", ווי מען רופֿט אים אין ישׂראל. אָט די כּלומרשט זעלבסטפֿאַרשטענדלעכע לײַכטקייט האָט מיך אָבער אויך טיף שאָקירט.

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

קודם־כּל, באַדויערן מיר, וואָס אונדזער רעדאַקציע און די לייענערשאַפֿט מוז מסכּים זײַן מיט לודענס באַשלוס צו פּעניסיאָנירן זיך פֿונעם "פֿאָרווערטס". יצחק לודען איז נישט סתּם אַ זשורנאַליסט, נאָר אַ גאַנצע תּקופֿה פֿון ייִדישער זשורנאַליסטיק — מיט אַן אייגענער מיינונג, פֿליסיקער פּען און אַ פּינקטלעך־טרעפֿיק וואָרט.
מיר באַדאַנקען און באַגלייטן אויף "פּענסיע" אונדזער פֿרײַנד, יצחק לודען, אָבער מיר געזעגענען זיך נישט מיט אים. ער בײַט נאָר דעם סטאַטוס — פֿון אַ שטענדיקן אויף אַ פֿרײַוויליקן מיטאַרבעטער.
מיר ווינטשן אים געזונט און כּוח אָנצוגיין ווײַטער מיט זײַן אַקטיווער שאַפֿערישער אַרבעט לכּבֿוד דעם ייִדישן וואָרט.
רעדאַקציע: באָריס סאַנדלער, איציק גאָטעסמאַן, שׂרה־רחל שעכטער, יואל מאַטוועיעוו, אלעזר קאַץ, מרים האָפֿמאַן, גענאַדי עסטרײַך, מיכאל קרוטיקאָוו, לעאָניד ראַכמאַן, באָריס בודיאַנסקי, קאַרינאַ פֿאַלב, רות סאָלאָמאָן


ישׂראל, פּובליציסטיק
רונית תּמרי, איינע פֿון די ישׂראלים, וואָס האָט אַפּעלירט צום העכסטן געריכט אָפּצושטעלן דעם אויסבײַט פֿון סאָלדאַטן; מאָנטיק, אין ירושלים

דער נצחון איז געווען אַלעמענס, פֿון אַלע צדדים. נאָר דער חשבון איז נישט געווען קיין גלײַכער.

נאָך פֿינף און אַ פֿערטל יאָר פֿון דער שאַנטאַזש־געפֿאַנגעניש פֿון גלעד שליט און פֿון די דינגענישן איז די מדינה געצוווּנגען געוואָרן צו באַצאָלן דעם העכסטן שאַנטאַזש־פּרײַז אין איר געשיכטע פֿאַרן אויסלייזן דעם פֿאַרכאַפּטן צה"ל־סאָלדאַט: דעם סך־הכּל פֿון 1 פֿאַר 1027. איינעם קעגן 1000 מענער און 27 פֿרויען, אַרעסטירטע און פֿאַרמישפּטע פֿאַר אויספֿירן ברוטאַלן טעראָר, פֿאַר מאַסן־מערדערײַען און אַלערליי שווערע זיכערהייט־פֿאַרברעכנס קעגן ישׂראל און ישׂראלים.

אָן ספֿק — אַ הימלשרײַענדיקע עוולה. אַפֿילו די דזשיבריל־טראַנזאַקציע פֿון 1985, וואָס איז געווען אין יענער צײַט נישט ווייניקער הימל־שרײַענדיק, איז אויפֿן מענטשן־מאַרק געווען "ביליקער" ווי די איצטיקע, ווײַל פֿאַר 1050 צוריקגעקערטע טעראָריסטן האָט ישׂראל צוריקגעקראָגן אירע דרײַ פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן, לויטן חשבון: איינער פֿאַר 350...

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די דעמאָנסטראַנטן נעמען מאָנטיק פֿונאַנדער זייערע געצעלטן אויף דער ראָטשילד־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ

דער אָנגעזאָגטער דראָענדיקער סעפּטעמבער מיט זײַנע שוואַרצע נבֿואות האָט זיך הײַנטיקע וואָך — צווישן ראָש־השנה און יום־כּיפּור — פֿאַרענדיקט און... "עס איז גאָרנישט געשען", כאָטש פֿאָרגעקומען איז אין דעם חודש זייער אַ סך.

דער זיכערהייטלעכער "צונאַמי", וועלכן דער אויסערן-מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן האָט "צוגעזאָגט" אויף די ימים־נוראָים, איז אַדורך בשלום, כאָטש דער שלום האָט זיך ווידער דערווײַטערט אויף אַ היפּשן מהלך. די פּאָליציי אין ישׂראל האָט מאָביליזירט איר גאַנצן פּאָטענציאַל (אַרום צוואַנציק טויזנט פּאָליציסטן) צו זײַן גרייט אויף יעדער עווענטואַליטעט, און אויף יעדן מעגלעכן פּרוּוו פֿון די אויפֿגערעגטע פּאַלעסטינער צו פֿאַרשטערן דעם ייִדישן אַרײַנטריט אין דעם נײַעם יאָר תּשע"ב. די ייִדן, יעדער איינער אויף זײַן שטייגער, האָבן פֿרידלעך און אָן דאגות געפּראַוועט דעם יום־טובֿ — ווער אין די שילן, ווער אויף די סעודות אין זייערע היימען, און ווער אין די פול־געפּאַקטע האָטעלן אויף דער נאַטור, פּיקניקס אין די גערטנער און וועלדלעך; און אַרום 200 טויזנט — אין פּענסיאָנאַטן, אויף די אויספֿלוגן אין אויסלאַנד.

אויב עס האָט ווער פֿאַרשטערט די רו און די אידיליע פֿון די "פֿאָרכטיקע טעג", זײַנען דאָס געווען גראָד די ייִדישע גאָטפֿאָרכטיקע פֿאַנאַטיקער, וואָס האָבן פּרובירט אָנצינדן אַ נאַציאָנאַלע שׂרפֿה, פֿאַרברענענדיק אַ מעטשעט אין דעם בעדויִנישן דאָרף זאַגאַריִאַ, נישט ווײַט פֿון דער שטאָט צפֿת אין גליל. די מוסולמענישע הייליקע שריפֿטן און דער קאַרפּעט אויפֿן דיל זײַנען געוואָרן פֿאַרברענט, די ווענט אינעווייניק פֿאַרטשאַדעט און פֿון דרויסן באַשמירט מיט ראַסיסטישע לאָזונגען, מיט דער חתימה "תַּג מחיר", וואָס מיינט דער פּרײַז־עטיקעט פֿון דער נקמה. די כוליגאַנען האָבן עס באַשטימט פֿאַר יעדן פֿײַנטלעכן אַקט, נישט בלויז מצד די פּאַלעסטינער טעראָריסטן, נאָר אויך מצד די מאַכט־אָרגאַנען פֿון דער מדינה. צו די לעצטע פֿײַנטלעכע אַקטן אין דער לענגסטער תּקופֿה פֿון פֿאַרהעלטנישמעסיקער רו געהערן דער מאָרד פֿון דער משפּחה פֿאָגעל דעם 11טן מערץ 2011 אין דעם ייִשובֿ איתמר נעבן שכם, און דאָס אָפּרוימען, אויפֿן באַפֿעל פֿונעם העכסטן געריכט, דרײַ אויפֿגעבויטע הײַזער אין דעם אומגעזעצלעכן פֿאָרפּאָסטן מגרון.

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַרויסצוּווײַזן שטיצע פֿאַר די ייִדן אין די שטחים, האָבן ישׂראלים מאַרשירט פֿון דער קאָלאָניע איתמר ביז דער פּאַלעסטינער שטאָט שכם, דעם 20סטן סעפּטעמבער

דער שטרויספֿויגל האָט צוגעטראַכט אַ געניאַלע סטראַטעגיע פֿאַר זײַן זעלבסט־פֿאַרטיידיקונג קעגן אַלע מעגלעכע געפֿאַרן: ער פֿאַרשטעקט דעם קאָפּ אין אַ גריבל, כּדי נישט צו זען דעם אָנקומענדיקן, לאָמיר זאָגן, שׂונא, און אַז ער וועט דעם שׂונא נישט זען, איז אַ סימן, אַז אים, דעם קלוגן פֿויגל, דראָט נישט קיין געפֿאַר. ווײַל וואָס מען זעט נישט, עקזיסטירט נישט. דערויף דאַרף מען נישט זײַן נישט קיין פֿילאָסאָף און נישט קיין שטרויספֿויגל...
און, פֿון דער אַנדערער זײַט ווידער, טראַכט אויך דער קאָפּ פֿון דעם שטרויס, זײַענדיק אײַנגעגראָבן אין זײַן "זיכערהייטלעכער" באַהעלטעניש: אויב איך זע נישט דעם שׂונא, זעט דאָך דער שׂונא מיך נישט, בין איך אַזוי אַרום צוויי מאָל פֿאַרזיכערט!
אַבדאַלאַ דער צווייטער, דער קעניג פֿון יאָרדאַניע, דער דירעקטער וואַנט־צו־וואַנט־שכן לענג־אויס דער לענגסטער גרענעץ מיט ישׂראל, איז אַזוי ווי זײַן פֿאָטער כוסיין און ווי זײַן זיידע אַבדאַלאַ דער ערשטער, אין דעם מאָמענט דער איינציקער פֿרײַנד און אינטערעסן־פֿאַרבינדעטער אין דעם עלעקטריזירטן ראַיאָן, נאָך דעם ווי עגיפּטן און טערקײַ האָבן זיך אָנגעשלאָסן צו אונדזערע שׂונאים. אויך ער האָט די טעג אין זײַנע אויפֿטריטן דערקלערט, אַז די מנהיגים פֿון ישׂראל פֿירן זיך אויף ווי דער שטרויספֿויגל און באַהאַלטן זייער קאָפּ אין זאַמד.

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סעפּטעמבער שטעלט מיט זיך פֿאָר כּלערליי אַסאָציאַציעס און היסטאָרישע געשעענישן, ווי די טעראָר־גרופּע "דער שוואַרצער סעפּטעמבער"

אין די לעצטע חדשים ביז די איצטיקע טעג, ווען מיר זאָגן אַרויס דאָס וואָרט סעפּטעמבער, דעם געוויינלעכן נאָמען פֿונעם נײַנטן חודש פֿון יאָר אויפֿן צײַט־קאַלענדאַר, רופֿט ער אַרויס בײַ אונדז אַ היפּשן פּחד, אַ מורא פֿאַר דעם וואָס ער איז עלול אונדז צו ברענגען. בכלל האָט דער דאָזיקער חודש אַן אָפּשרעקנדיקע קאָנאָטאַציע; ער רופֿט אַרויס צומאָל אַ שוידער שוין דערפֿאַר, ווײַל דער סאַמע ערשטער טאָג פֿון דעם חודש, דער 1טער סעפּטעמבער, מיט 72 יאָר צוריק, האָט געברענגט מיט זיך די גרויזאַמע היטלער־מלחמה און מיט איר דעם חורבן פֿון אונדזער פֿאָלק.

שפּעטער, מיט 41 יאָר צוריק — דער "שוואַרצער סעפּטעמבער", דער נאָמען פֿון דער פּאַלעסטינער טעראָר־אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט בײַ איר אָנהייב, אַנטלויפֿנדיק דעם 17טן סעפּטעמבער 1970 פֿון די רדיפֿות אין דעם שכנותדיקן יאָרדאַנישן קעניגרײַך, געפֿונען אַ שוץ־אַזיל גראָד אין דער ייִדישער מדינה און דאָ זיך אויסגעהאָדעוועט אין דער געשטאַלט פֿונעם "כאַמאַס" און פֿון די אַנדערע טעראָריסטישע שלעק. און (נאָך נישט) צום סוף, מיט צען יאָר צוריק, דער "נײַן אילעווען", דער 11טער סעפּטעמבער 2001: דער חורבן־קלאַפּ, וועלכן דער איסלאַמישער פֿונדאַמענטאַליסטישער טעראָר האָט דערלאַנגט דעם אַמעריקאַנער צענטער פֿון פֿינאַנציעלן און מיליטערישן כּוח און פֿון דער אַמעריקאַנער גאווה...

פֿון דער אַנדערער זײַט איז דער סעפּטעמבער נישט דווקא אַזוי שוואַרץ ווי עס איז זײַן נאָמען. ער האָט אויך נישט ווײַניק "ווײַסע פֿלעקן" פֿון נחמה און האָפֿענונג — ווי דאָס איז געווען, למשל, דער 13טער סעפּטעמבער 1993, מיט ח"י יאָר צוריק, דער טאָג פֿון אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך פֿון אָסלאָ, וואָס איז געוואָרן די גרונט־באַזע פֿאַר דעם שלום־פּראָצעס און וועלכער איז אָבער אַרײַן אין דעם בלינדן געסל פֿון סעפּטעמבער 2011.

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק איז געווען דער ערשטער טאָג, וואָס מע קען פֿאָרן אויף דער נײַער באַן־סיסטעם אין ירושלים. אויפֿן בילד: ישׂראלים גרייטן זיך צו פֿאָרן אין דער באַן.

וואָס איז געבליבן פֿון יענער עקזאָטישער לאַנדשאַפֿט, אין וועלכער עס האָט זיך געשטאַלטיקט אין ייִדישן — און נישט נאָר אין ייִדישן — באַוווּסטזײַן דער נאָענטער און דער מיטעלער אָריענט, און אין אים, דאָס הייליקע לאַנד מיט זײַן געטלעכן רום און אָריענטאַלישער אידיליע? און ווי פּאַסן זיך צונויף די בילדער פֿון דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט און פֿון די איצטיקע געשעענישן אין דעם צעטרייסלטן ראַיאָן, מיט די אימאַזשינירטע בילדער פֿון אונדזער אײַנגעבילדעטן אַמאָל?

יעדע אידעאָלאָגישע באַוועגונג, יעדער אידעאַליזם בכלל, פֿאָרמאָגט זײַן רעוואָלוציאָנערע ראָמאַנטיק פֿונעם אידעאַליזירטן אַמאָל. דער אַמאָל טראָגט אין זיך דעם צויבער פֿון פֿאַרלוירן־געגאַנגענע, אָדער פֿאַרגעסן־געוואָרענע, ווערטן פֿון הויכער מאָראַל, פֿון גרייטקייט זיך מקריבֿ צו זײַן פֿאַר אידעאַלן. אונדזער הײַנטיקע מאַטעריאַליסטישע עפּאָכע פֿון ראַציאָנעלן געדאַנק, וועלכער שטויסט פֿאָרויס און דערנערט די מאָדערנע טעכנאָלאָגיע און עפֿנט פֿאַר דעם מענטשן נײַע וועלטן מיט נײַע פּערספּעקטיוון, לאָזט נישט איבער קיין אָרט פֿאַר קיין סענטימענטן און קיין צײַט אויף צו בענקען נאָך דער אַמאָליקער ראָמאַנטיק.

ליידער, קאָן מען הײַנט נישט זאָגן, אַז דער דאָזיקער נאָסטאַלגישער זכּרון, די בענקשאַפֿט צו דער ראָמאַנטיק און די בענקשאַפֿט צו די אידעאַלן פֿון אַמאָל ווערן פֿאַרטומלט אין דעם ווירוואַר פֿון דער טעכנאָלאָגיע, פֿון בויען די אויסגעחלומטע און אידעאַליזירטע "נײַע וועלט". דאַקעגן קאָן מען יאָ זאָגן, אַז די שיינע צוקונפֿט־חלומות ווערן פֿאַרטומלט אין דעם רויש און אין וועלטלויף פֿון דער ווילדער קאָנקורענץ; פֿון יאָגן זיך נאָך רווחים אויפֿן "פֿרײַען מאַרק" פֿון דער מאָדערנער שקלאַפֿערײַ, אין דער וועלט פֿון קינאה און שׂינאה; פֿון אייגנליבע, פֿון נישט פֿאַרגינערישקייט און אויסנוצערײַ.

געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בערך 200,000 ישׂראלים מאַרשירן אינעם צענטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ, דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת

"פּלוצעם שטייט אויף דער מענטש אין דער פֿרי און דערזעט, אַז ער איז געוואָרן אַ פֿאָלק, און ער הייבט אָן צו גיין".

אַזוי, בערך, זינגט זיך אין איינעם פֿון די לידער פֿון איינעם פֿון די הײַנטצײַטיקע העברעיִשע דיכטער. די ווערטער אין דעם ליד שפּיגלען אָפּ דעם גײַסט פֿון דער פּראָטעסט־באַוועגונג, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען דורכן אינטערנעט מיט זעקס וואָכן צוריק קעגן דער פֿאַרטײַערונג פֿון דעם קליינטשיקן "קאָטעדזש"־פּראָדוקט, און איז מיטן לויף פֿון די טעג אויסגעוואַקסן צו דער ריזיקער דעמאָנסטראַציע קעגן דעם יקרות און סאָציאַלן אומרעכט — און פֿון איר, ווי אַ מעכטיקע סטיכיע, צו דער נאָך גרעסערער מאַניפֿעסטאַציע, צו דער מרידה פֿונעם פֿאָלק, אונטערן לאָזונג: "העם דורש צדק חבֿרתי" — דאָס פֿאָלק פֿאָדערט סאָציאַלע גערעכטיקייט!

און — הערט אַ מעשׂה: עס איז נאָך נישט געווען אין לאַנד קיין סאָציאַלע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע דערשײַנונג, וואָס זאָל געניסן פֿון אַזאַ כּמעט טאָטאַלער סימפּאַטיע — פֿון אַלע זײַטן און שיכטן, פֿון יונג און אַלט — ווי דער פּראָטעסט־רעוואָלט אויף דער ראָטשילד־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ.

דאָס איז אויך איינער פֿון די גרויסע פּאַראַדאָקסן פֿון אונדזערע טעג: דער זיווג פֿון די צוויי קאָנטראַסטן: ראָטשילד — דער היסטאָרישער סימבאָל פֿון דעם וועלט־באַרימטן טײַקון, דעם באַנק־מאַגנאַט, דעם גרויסן ייִדישן גבֿיר און נדבֿן, און דאָס אויף דער גאַס וואָס טראָגט זײַן נאָמען — און דער רעוואָלט פֿון דער סאָציאַלער נויט קעגן דער מאַכט פֿון די גבֿירים.

און דאָך איז עס אַ פֿרידלעכע מרידה — אָן באַריקאַדן און אָן גוואַלד, אָבער מיט דער שטאַרקער מאָטיוואַציע פֿון די ברייטע פֿאָלקס־מאַסן — אַרויסצוטרעטן קעגן דעם שרײַענדיקן אומרעכט אינעם סדר פֿון דער הערשנדיקער רעגירונג־סיסטעם, קעגן דער נישט יושרדיקער פֿאַרטיילונג פֿון די נאַציאָנאַלע רעסורסן פֿון דער מדינה.