קונסט

אַ ייִדיש ייִנגלע

פּרײַטיק דעם 8טן דעצעמבער איז אַוועק פֿון דער וועלט, אין עלטער פֿון 86 יאָר, דער באַקאַנטער קינסטלער, און די לעצטע יאָרן אויך דיכטער, משה בערנשטיין.

ער איז אַוועק פֿון אונדז אומגעריכט, נאָך אַ פּלוצעמדיקער מאָגן־אָפּעראַציע — ווײַל מיט געציילטע טעג פֿריִער איז ער נאָך געווען מיט אונדז, אַזוי ווי יעדן מאָל, אויף דעם רעגולערן צוזאַמענטרעף פֿון דעם קולטור־קרײַז בײַם אַרבעטער־רינג אין תּל־אָבֿיבֿ. ער איז שוין אָבער אין יענע טעג געווען שטאַרק דערשלאָגן, צוליב זײַן שוואַכן געזונט און שלעכטער ראיה, וואָס האָבן אים נישט דערמעגלעכט מער אָנצוגיין מיט דער שאַפֿערישער שליחות, וואָס ער האָט אויף זיך גענומען אין זײַן קינסטלערישן באַרוף: דאָס פֿאַראייביקן אין זײַנע ווערק דעם זכר פֿון דעם גרויסן חורבן;

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס האָט ווידער אַ פֿינקל געטאָן אַ ליכט-שטראַל פֿון באַנײַטער האָפֿענונג פֿאַר ייִדן, פֿאַר די ישׂראלים בפֿרט: אַ נײַע ישׂראלדיקע איניציאַטיוו זיך אַרויסצוקריגן פֿון דעם טעמפּן ווינקל, אין וועלכן עס איז פֿאַרשטעקט דער ישׂראל-פּאַלעסטינער שלום-קאָנפֿליקט נאָך דער באַרויִקונג אויפֿן צפֿון; אַ נײַער פּרוּוו אָפּצושטעלן די פּאַלעסטינער "קאַסאַמען"-אָפֿענסיווע און צו באַזײַטיקן — כאָטש צײַטווײַליק, און אפֿשר אויף להבא — דעם קאָשמאַר פֿון טעראָר און דעם פּחד פֿאַר דער אָפּוואַרטנדיקער נײַער מלחמה.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען דער פֿריִערדיקער פּרעמיער-מיניסטער אַריאל שרון האָט מיט קרובֿ זעקס יאָר צוריק אָפּגעשטאַט זײַן ערשטן וויזיט אין ווײַסן הויז ווי דער שעף פֿון דער רעגירונג, האָט אים דער פּרעזידענט בוש אויפֿגענומען זייער העפֿלעך, אָבער נישט זייער פֿרײַנדלעך. דאָס איז געווען נאָך שרונס ערשטן אויסוואַל אין פֿעברואַר 2001. דער גאַסטגעבער האָט די רעזומירנדיקע פּרעסע-קאָנפֿערענץ נאָך זייער באַגעגעניש "אונטער פֿיר אויגן" פֿאַרוואַנדלט אין אַן אָפֿענעם וויכּוח, אין וועלכן עס זענען געקומען צום אויסדרוק די חילוקי-דעות צווישן די צוויי מנהיגים.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טאָמער מיינט איר, אַז דאָס איז דער נאַציאָנאַלער קריזיס, וואָס האָט דערמעגלעכט איוועט ליבערמאַנען אויפֿצופּראַלן די טויערן צו דער מאַכט און זיך אַרײַנצורײַסן אין דער רעגירונג ווי דער "רעטער פֿון פֿאָלק", אין אָנבליק פֿון דער דראָענדיקער איראַנישער אַטאָמישער געפֿאַר מצד דעם מיליטאַנטישן איראַנישן פֿונדאַמענטאַליזם — האָט איר אַ טעות. זײַן אויפֿשטײַג אויף דער מלוכישער אַרענע איז געקומען אויפֿן באָדן פֿון די "ייִדישע מלחמות" אַרום דעם רעגירונגס-בודזשעט פֿאַר דעם יאָר 2007. דער פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט, וואָס זײַן הערשערישע פּאָזיציע איז געוואָרן שטאַרק באַדראָט און זײַן פּאָפּולאַריטעט איז דראַסטיש געפֿאַלן, האָט אַרײַנגענומען ליבערמאַנען ווי אַ שותּף אין זײַן רעגירונג און האָט אויסגעצויגן צו אים די האַנט, כּדי ער זאָל אים, אָלמערטן, העלפֿן זיך שטעלן צוריק אויף די פיס.

פּאָליטיק, ישׂראל
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿײַערלעכע דערעפֿענונג פֿון דער װינטער-סעסיע פֿון דער כּנסת איז פֿאָרגעקומען הײַנטיקע װאָך — צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה, בײַ דער שטאַרק אָנזעעװדיקער אָפּװעזנהייט פֿון דעם ערשטן בירגער פֿון דער מדינה, דעם מדינה-פּרעזידענט. געװײנטלעך פֿלעגט דאָס שופֿר-בלאָזן מיטן אַרײַנקומען פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט און דאָס דערעפֿענען דורך אים די סעסיע, צוגעבן אַ מאַיעסטעטישן כּבֿוד דעם פּאַרלאַמענט און אַ געװיסע פֿאַרביקייט דעם פֿײַערלעכן ריטואַל פֿון דער דערעפֿענונג.

פּאָליטיק, אַמעריקע
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון אַלע לײַדענישן און לײַדנשאַפֿטן, װאָס עס האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך די צװײטע לבֿנונישע מלחמה, איז די שטאַרקסטע פֿון זיי — דער מנהיגים-סינדראָם, פֿון װעלכן עס לײַדט איצט די מדינה.

לויט די אינערלעכע ראַנגלענישן, װאָס קומען פֿאָר אויפֿן פּאָליטישן און געזעלשאַפֿטלעכן פֿאָרום, און גאָר באַזונדערס, אין דער צװײטהערשנדיקער "עבֿודה", קאָן מען מײנען, אַז מדינת־ישׂראל איז געבענטשט מיט אַ שפֿע, ביז אַן עודף, פֿון פּאָטענציעלע אָדער גרייטװיליקע מנהיגים. פֿון די דורכגעפֿירטע פּובליק-טעסטן װײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז װען עס קומט צום אויסװײלן צװישן זיי, איז קיינער נישט גענוג פּאָפּולער, כּדי צו װערן געקרוינט װי דער געװוּנטשענער מנהיג. רוקט דעריבער זיך אַרויס פֿון דאָס נײַ אויפֿן העכסטן שטאַפּל פֿון דעם לייטער דער קאַנדידאַט, װעלכער איז שוין צװײ מאָל פֿון אים געװאָרן אַראָפּגעשלײַדערט צוליב זײַן מנהיגישן דורכפֿאַל.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נישט געקוקט אויף דער זיגערישער רעדע פֿון דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט בײַם סוף פֿון דער צװײטער לבֿנונישער מלחמה, איז שוין הײַנט פֿאַר קיינעם קיין ספֿק נישט, אַז זי איז געװען פֿון אַלע שטאַנדפּונקטן אַ שװערער דורכפֿאַל. סײַ פֿון מיליטערישן, סײַ פֿון פּאָליטישן און — אויך פֿון סאָציאַלן אַספּעקט. משה אַרענס, אַ געװעזענער זיכערהייטס-מיניסטער (פֿון "ליכּוד"), האָט דאָס באַצײכנט, אין אַן אַרטיקל הײַנטיקע װאָך אין "הארץ", װי אַ קאַטאַסטראָפֿע.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

װי עס זעט אויס, איז אויך דער רעגירונג פֿון אהוד אָלמערט באַשערט, אַזוי װי דעם גרעסטן רובֿ פֿון די 30 פֿריִערדיקע רעגירונגען, אַ קורץ לעבן. אפֿשר נאָך אַ יאָר, און אפֿשר אַפֿילו נאָך װײניקער.

פֿון װאַנען נעם איך די דאָזיקע השערה?