פּאָליטיק

טאָמער מיינט איר, אַז דאָס איז דער נאַציאָנאַלער קריזיס, וואָס האָט דערמעגלעכט איוועט ליבערמאַנען אויפֿצופּראַלן די טויערן צו דער מאַכט און זיך אַרײַנצורײַסן אין דער רעגירונג ווי דער "רעטער פֿון פֿאָלק", אין אָנבליק פֿון דער דראָענדיקער איראַנישער אַטאָמישער געפֿאַר מצד דעם מיליטאַנטישן איראַנישן פֿונדאַמענטאַליזם — האָט איר אַ טעות. זײַן אויפֿשטײַג אויף דער מלוכישער אַרענע איז געקומען אויפֿן באָדן פֿון די "ייִדישע מלחמות" אַרום דעם רעגירונגס-בודזשעט פֿאַר דעם יאָר 2007. דער פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט, וואָס זײַן הערשערישע פּאָזיציע איז געוואָרן שטאַרק באַדראָט און זײַן פּאָפּולאַריטעט איז דראַסטיש געפֿאַלן, האָט אַרײַנגענומען ליבערמאַנען ווי אַ שותּף אין זײַן רעגירונג און האָט אויסגעצויגן צו אים די האַנט, כּדי ער זאָל אים, אָלמערטן, העלפֿן זיך שטעלן צוריק אויף די פיס.

אָבער — באַקומענדיק דעם פֿאָרמעלן סטאַטוס פֿון אַ סטראַטעגישער סטראַשידלע קעגן דער אַטאָמישער באַוואָפֿענונג פֿון איראַן, איז ער געוואָרן אַ סטראַטעגישע סטראַשידלע קעגן אָלמערטס שותּפֿים אין דער קאָאַליציע, אין דער ייִדישער מלחמה אַרום דעם מדינה-בודזשעט און פֿאַר "איבערלעבן און אויפֿהאַלטן" די רעגירונג, זי זאָל נישט אַרײַנפֿאַלן אין די אָרעמס פֿון... נתּניהו.

אַנדערע זאָגן: מיט זײַנע כּהנא'יִסטישע און טראַנספֿעריסטיש-ראַסיסטישע אַרויסטרעטונגען שטעלט ליבערמאַן מיט זיך פֿאָר אַ סטראַטעגישע סטראַשידלע קעגן דעם דעמאָקראַטישן רעזשים פֿון דער מדינה. איז דאָך זײַן פֿאָרמעלער מאָטיוו אַרײַנצוטרעטן אין דער רעגירונג געווען, אַז די קאָאַליציע זאָל אַדאָפּטירן און די כּנסת זאָל באַשטעטיקן מיט אַ מערהייט שטימען — זײַן געזעץ-פּראָיעקט וועגן אײַנפֿירן אין ישׂראל אַ פּרעזידענט־רעזשים. אַ רעזשים מיט אויסגעברייטערטע אויטאָריטאַטיווע פֿולמאַכטן ווי אַ רעגירונגס-שעף, און מיט פֿאַרשמעלערן די פֿונקציעס און די קאָמפּעטענצן פֿון דער כּנסת. דאָס אַלץ, פֿאַרשטייט — אויס זאָרג פֿאַר דער מדינה און אין נאָמען פֿון פֿאַרשטאַרקן די סטאַביליטעט פֿון דער מאַכט. און ווען דאָס איז אים אָנגעקומען גאָר לײַכט און איז אַדורכגעגאַנגען "גלאַטיק", דערצו נאָך מיט דער וואַרעמער ברכה פֿון דער "עבֿודה", האָט זיך דער עקסטרעם-רעכטער ליבערמאַן דערפֿילט אין דער רעגירונג ווי בײַ זיך אין דער היים, געכּשרט און אָפּגערייניקט פֿון זײַנע מיליטאַנטיש-ראַסיסטישע חטאים אין זײַן סטראַטעגישן מיניסטער-פּאָרטפֿעל.

"ישׂראל נייטיקט זיך אין אַ בעל-הבית" — האָט ליבערמאַן דערקלערט, — און דער טויער צו דער מאַכט האָט זיך פֿאַר אים ברייט צעעפֿנט. און אָלמערט האָט געוווּנען נאָך אַ יאָר, און אפֿשר מער, צו פֿאַרלענגערן דאָס לעבן פֿון דער רעגירונג.

כּדי אָבער נישט אָפּצושרעקן זײַנע קומענדיקע שותּפֿים, האָט ער דערווײַל זיך אָנגעבאָטן ווי אַן איינציקער פֿאַרטרעטער פֿון זײַן וואַקסנדיקער פּאַרטיי פֿון די רוסיש-רעדנדיקע — "ישׂראל ביתּנו" — מיטן צוזאָג, אַז מיט דער צײַט וועט ער פֿאַרלאַנגען אַ געהעריקע פּראָפּאָרציאָנעלע פֿאַרטרעטערשאַפֿט אין דער רעגירונג. ער באַנוגנט זיך דערווײַל נאָר מיט זײַן אייגענעם אַמט, ווי דער "מיניסטער פֿאַר דער סטראַטעגיע קעגן דער איראַנישער געפֿאַר", און אויך ווי דער וויצע-פּרעמיער פּון דער רעגירונג און מיטגליד אין דעם רעגירונגס-קאַבינעט פֿאַר די ענינים פֿון זיכערהייט און פֿאַר אויסערלעכע ענינים.

* * *

נאַציאָנאַלע קריזיסן לאָזן תּמיד אַרויסוואַקסן פֿון זיך נײַע מנהיגים און פּאָליטישע כּישופֿמאַכערס. זיי קומען אויף ווי "נאַציאָנאַלע רעטערס" אין דער אַטמאָספֿער פֿון ייִאוש און אַנטוישונג פֿון די פֿריִערדיקע מנהיגים מיט זייערע דורכפֿאַלן, מיט זייערע נישט דערפֿילטע אָדער פֿאַרפֿירטע הבֿטחות און נישט געלייזטע פּראָבלעמען. נאַציאָנאַלע קריזיסן זענען אַ פֿרוכטיקער באָדן פֿאַר דער בענקשאַפֿט נאָך אַ "שטאַרקער האַנט", אַ "באַלעבאָס", וואָס זאָל זיי באַפֿרײַען פֿון זייערע מוח-ראַנגלענישן און וואָס זאָל טראַכטן און זאָרגן פֿאַר זיי און זאָל זיי אויך באַשיצן פֿון די דראָענדיקע געפֿאַרן.

פֿיפֿיקע דעמאַגאָגן ווייסן ווי אויסצונוצן די נאַציאָנאַלע קריזיסן און אויף זייער באָדן אויסצופֿלאַסטערן פֿאַר זיך דעם וועג צו דער מאַכט. און — קיינער לייקנט שוין הײַנט נישט, אַז די מדינה לעבט איצט איבער אַ שווערן נאַציאָנאַלן קריזיס, אין רעזולטאַט פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה.

מדינת־ישׂראל, וועלכע האָט נאָך אַלץ נישט קיין סטאַבילע גרענעצן, איז שוין איבערגעקומען נישט איין מלחמה מיט אירע אַרומיקע אויסערלעכע פֿײַנט. לרובֿ זענען דאָס נישט פֿאַרענדיקטע מלחמות, כּל-זמן דער שלום איז נאָך פֿון זיי נישט אַרויסגעוואָקסן — חוץ אפֿשר דער יום־כּיפּור-מלחמה, וועלכע האָט געבראַכט מיט זיך דעם שלום-אָפּמאַך מיט מצרים; דאַקעגן זענען אָבער די אינערלעכע "ייִדישע מלחמות" געוואָרן אַ פּערמאַנענטע דערשײַנונג, ווײַל זיי באַציִען זיך צו דער אינערלעכער געשטאַלטונג פֿון דער מדינה. איינע פֿון די "סטאַבילע" פּלאָגן, פֿון וועלכע עס לײַדט די מדינה, איז — איר פּאָליטישע נישט-סטאַבילקייט, באַזונדערס, אין דער גאָר לעצטער צײַט. די איצטיקע רעגירונג איז שוין די 31סטע אין די קרובֿ 59 יאָר פֿון איר עקזיסטענץ, און יעדע נײַע רעגירונג קומט מיט אַ נײַער "אַדזשענדע", מיט אַ נײַעם סדר-היום פֿון די נאַציאָנאַלע באַשטימונגען — וואָס ווערן אָבער זייער זעלטן אַדורכגעפֿירט אָדער אויסגעפֿירט ביזן סוף. גרויסע פּראָיעקטן ווערן מערסטנס נישט רעאַליזירט אָדער פֿאַרשטערט צוליב דעם פֿעלן פֿון אַ קאָנסטיטוציע און צוליב — די אָפֿטע מלחמות און דעם פּערמאַנענטן טעראָר. נישט געקוקט אָבער אויף אָט די שווערע באַדינגונגען גייט אָן אַלע יאָרן די גרויסע עליה און דער גרויסער עקאָנאָמישער און אינדוסטריעלער פֿאַנאַנדערבוי פֿון דער מדינה. אין דער זעלבער צײַט אָבער גייט אויך אָן די ירידה און די פאַרטיפֿונג פֿון די סאָציאַלע קאָנטראַסטן צווישן אָרעמע און רײַכע, מיטן דראַסטישן וווקס פֿון דער אָרעמקייט. בן-גוריונס חזון פֿון "סאָציאַליזם בימינו" — סאָציאַליזם אין אונדזערע טעג — איז שוין פֿון לאַנג געוואָרן פֿאַרגעסן און פֿאַרוואָרפֿן. מדינת־ישׂראל פֿאַרנעמט הײַנט איינע פֿון די פֿאָדערשטע ערטער אויפֿן געביט פֿון סאָציאַלער אומגלײַכהייט און נישט-יושר.

אויב די מדינה האַלט אויס און לעבט איבער די דאָזיקע אַלע שוואַכקייטן און פּלאָגן, נישט געקוקט אויף די אָפֿטע מלחמות און די אינערלעכע קעגנזאַצן — איז דאָס אין זכות פֿון איר דעמאָקראַטישן רעזשים, וועלכער איז דער שטאַרקער זײַל פֿון דער מדינה. עס זענען שוין אויסגעפּרוּווט געוואָרן ענדערונגען פֿון דער פּאַרלאַמענטאַרישער שיטה — זיי האָבן אָבער נישט פֿאַרבעסערט, נאָר אָפּגעשוואַכט די דעמאָקראַטיע און אויך איר סטאַביליטעט.

די סאָציאַלע נויט און די נאַציאָנאַלע קריזיסן שוואַכן אָבער אָפּ דעם דעמאָקראַטישן באַוווּסטזײַן און באַפֿרוכפּערן דעם באָדן פֿאַר כּלערליי זעלבסטבאַרופֿענע משיחים און טאָטאַליטאַרע שאַרלאַטאַנען, וואָס באַדראָען די דעמאָקראַטיע, און מיט זייערע מיליטאַנטישע און אַַוואַנטוריסטישע אידעאָלאָגיעס באַדראָען זיי דעם קיום פֿון דער מדינה. אַזעלכע אידעאָלאָגיעס וואַקסן אויס, געוויינטלעך, אויפֿן באָדן פֿון דער סאָציאַלער נויט.

די גרויסע אויפֿטרייסלונגען, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין פֿאַרגאַנגענעם און אָנהייב איצטיקן יאָר — די עוואַקואַציע פֿון עזה, די שפּאַלטונג אין "ליכּוד" און דער אויפֿקום פֿון דער "קדימה"-באַוועגונג, דער מוח-שלאַק פֿון אריאל שרון און דאָס אויפֿשטעלן אָן אים די נײַע קאָאַליציע בראש מיט אהוד אָלמערטן נאָך די צוגעאײַלטע וואַלן צו דער כּנסת — האָבן געשאַפֿן אַ נײַע קאָנסטעלאַציע פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע כּוחות, אַן אַנטוויקלונג, וואָס האָט זיך אָבער איבערגעריסן מיטן אויסברוך פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה.

מיט איבער אַ יאָר צוריק האָט עמיר פּרץ דעראָבערט די אָנפֿירונג פֿון דער אַרבעטער-פּאַרטיי, די "עבֿודה" און האָט מיט זײַן אַרויספֿאָדערונג אַוועקגעשטעלט די סאָציאַלע נויט אויפֿן אויבן-אָן פּון דעם נאַציאָנאַלן סדר-היום פֿון דער מדינה. אַרײַנטרעטנדיק אין דער קאָאַליציע-רעגירונג, האָט עמיר פּרץ, דער נײַער מנהיג פֿון "עבודה", זיך פֿײַערלעך פֿאַרפליכטעט, אַז ער וועט אין קיין שום פֿאַל נישט זיצן אין איין רעגירונג מיט דעם פֿירער פֿון "ישׂראל ביתּנו", איוועט־אבֿיגדור ליבערמאַן, צוליב זײַן כּהנא'יִסטישער ראַסיסטיש-טראַנספֿעריסטישער וועלט-אויפֿפֿאַסונג און זײַן אַוואַנטוריסטישער פּאַרטיי-פּלאַטפֿאָרם.

ליבערמאַן האָט אָנגעהויבן זײַן פּאָליטישע קאַריערע אין "ליכּוד", געווען פֿאַרוואַלטער אין דער פּרעמיער-קאַנצעלאַריע פֿון בנימין נתניהו, שפּעטער געשאַפֿן די פּאַרטיי פֿון די רוסיש-רעדנדיקע, "ישׂראל ביתנו".

ווי אַ מיניסטער אין דער ערשטער רעגירונג פֿון שרון, ווען זײַן פּאַרטיי, וועלכע האָט פֿאַרמאָגט פֿיר מאַנדאַטן און איז געווען אַ טייל פֿון דעם עקסטרעם-נאַציאָנאַליסטישן בלאָק (צוזאַמען מיט רחבעם זאבֿי, אפֿי איתּן און אריה אלדר) האָט ער דעמיסיאָנירט נאָך דעם ווי שרון האָט אָנגעהויבן אַדורכפֿירן זײַן אָפּשיידונגס-פּראָגראַם אין עזה. געניסנדיק פֿון דער גרויסער פּאָפּולאַריטעט צווישן די רוסיש-רעדנדיקע עולים, האָט זײַן פּאַרטיי אין די וואַלן צו דער איצטיקער (17טער) כּנסת שוין אָנגעצויגן 11 מאַנדאַטן, און אין די איצטיקע פּובליק-טעסטן דערגרייכט ער שוין 20 און מער פּאָטענציעלע מאַנדאַטן.

צוריק געשמועסט, האָבן זײַנע פּראָוואָקאַטיווע אַרויסטרעטונגען אין דער כּנסת און אין דער עפֿנטלעכקייט בכלל אַרויסגערופן אַ שטאַרקן ווידערווילן און כּעס אין די אַנדערע טיילן פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג. איין מאָל האָט ער אַפֿילו גערופֿן צו באָמבאַדירן די אַסואַן-דאַמבע אין מצרים, אַ צווייטן מאָל צו פֿאַרניכטן ביירוט און אָפּצוּווישן פֿון דער ערד גאַנצע קוואַרטאַלן אין עזה, און לעצטנס אויך — צו אַטאַקירן פֿון דער לופֿט די זיך בויענדיקע אַטאָמישע רעאַקטאָרן אין איראַן. די שטחים אין ישׂראל מיט אַן אַראַבישער באַפֿעלקערונג האָט ער גערופן אַריבערצופֿירן צו די פּאַלעסטינער, ווי אַן אויסטויש פֿון טעריטאָריעס אויפֿן מערבֿדיקן ברעג, אַרויסוואַרפֿן פֿון דער כּנסת די אַראַבישע דעפּוטאַטן און פֿאַרמישפּטן זיי ווי פֿאַררעטער פֿאַר זייערע פּראָ-פּאַלעסטינער אַרויסזאָגונגען אאַז"וו.

ווי געזאָגט, האָט דער מנהיג פֿון "עבֿודה" מיט אַ יאָר צוריק און מיט אַ האַלבן יאָר צוריק פֿאַרזיכערט, אַז צוזאַמען מיט דעם ראַסיסט און שאָוויניסט, וועט ער אין דער זעלבער רעגירונג נישט זיצן. אָבער ווען ס'איז געקומען צו דער אַנטשיידונג פֿון דער דילעמע: פֿאַרלירן די באַגלויבטקייט בלײַבנדיק אין דער רעגירונג, אָדער פֿאַרשוווּנדן צו ווערן פּאָליטיש אין דער אָפּאָזיציע — האָט ער אויסגעוויילט דאָס ערשטע.



תּל-אָבֿיבֿ, דעם 31סטן אָקטאָבער 2006