- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צווישן דעם איצטיקן זשום און רעש ערבֿ די וואַלן אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, דעם 7טן נאָוועמבער, האָט זיך די טעג דערהערט אַ קול, וואָס האָט צוגעצויגן אונדזער אויפֿמערק מיט זײַן ניכטערער אָפּשאַצונג פֿונעם מצבֿ. עס גייט דאָ אַ רייד וועגן דער דערקלערונג פֿון האַואַרד דין, דער הויפּט פֿונעם דעמאָקראַטישן נאַציאָנאַלן קאָמיטעט. און געזאָגט האָט ער, אַז אויב די דעמאָקראַטן וועלן איבערנעמען דעם קאָנטראָל איבערן קאָנגרעס, הייסט עס נאָך נישט, אַז עס וועט זיך בײַטן דער אַלגעמיינער פּאָליטישער קורס מכּוח דער מיליטערישער אַקציע אין איראַק. טאָמער מיינט איר, אַז דאָס איז דער נאַציאָנאַלער קריזיס, וואָס האָט דערמעגלעכט איוועט ליבערמאַנען אויפֿצופּראַלן די טויערן צו דער מאַכט און זיך אַרײַנצורײַסן אין דער רעגירונג ווי דער "רעטער פֿון פֿאָלק", אין אָנבליק פֿון דער דראָענדיקער איראַנישער אַטאָמישער געפֿאַר מצד דעם מיליטאַנטישן איראַנישן פֿונדאַמענטאַליזם — האָט איר אַ טעות. זײַן אויפֿשטײַג אויף דער מלוכישער אַרענע איז געקומען אויפֿן באָדן פֿון די "ייִדישע מלחמות" אַרום דעם רעגירונגס-בודזשעט פֿאַר דעם יאָר 2007. דער פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט, וואָס זײַן הערשערישע פּאָזיציע איז געוואָרן שטאַרק באַדראָט און זײַן פּאָפּולאַריטעט איז דראַסטיש געפֿאַלן, האָט אַרײַנגענומען ליבערמאַנען ווי אַ שותּף אין זײַן רעגירונג און האָט אויסגעצויגן צו אים די האַנט, כּדי ער זאָל אים, אָלמערטן, העלפֿן זיך שטעלן צוריק אויף די פיס. אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן, איז געווען אַ רעסטאָראַן, וואָס האָט געהייסן "לאַכטי" — לויטן נאָמען פֿון דער שטאָט אין דרום-פֿינלאַנד. בכלל, דאָס פּיצינקע פֿינלאַנד האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער סאָוועטישער געשיכטע. די צוויי לענדער, וואָס האָבן געהאַט געפֿירט צווישן זיך בלוטיקע מלחמות, זײַנען נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה געוואָרן בוזעם-פֿרײַנד און געפֿירט אַ זשוואַוון מיסחר אין די יאָרן פֿון דער קאַלטער מלחמה.
אין אונדזער פּרשה דערשײַנט דעם אויבערשטנס צוזאָג, אַז דאָס לאַנד ארץ־ישׂראל וועט געהערן צו די קינדער פֿון אַבֿרהם אָבֿינו. דער אויבערשטער זאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו: "לזרעך אתּן את הארץ הזאת" — צו דײַנע קינדער וועל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד.
וואָלף — וואָס זײַן פֿאַרשיידנאַרטיקע קאַריערע באַשטייט סײַ פֿון ענגליש־שפּראַכיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, סײַ פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע פּיעסעס ווי "יאַנקל דער שמיד" בײַם "פֿאָלקסבינע־טעאַטער" אין ניו־יאָרק — איז אויפֿגעטראָטן מיט אַן אָוונט פֿון געזאַנג און סקיצעס, וואָס יעדער האָט פֿון זיי הנאה געהאַט. אין זײַן קאָנצערט האָט ער אַרויסגעבראַכט אַ ברייטע גאַמע געפֿילן, פֿון טרויעריק ביז הומאָריסטיש, מיט אַ בולטער אַרטיסטישער פֿעיִקייט ווי אַן אַקטיאָר. ער האָט אפֿילו געשפּילט ביידע ראָלן אין אַ סצענע פֿון "יאַנקל דער שמיד", אין וועלכער דער תּמעוואַטער שמיד פּרובירט צו דערקלערן זײַן ליבע דעם דאָרפֿסמיידל.
אין אויגוסט 1984 האָט שמעון וועבער, דער דעמאָלטיקער שעף-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" (ער איז געשטאַנען בראָש דער צײַטונג אין די יאָרן 1970—1987), געגעבן אַן אינטערוויו פֿאַר מילדרעד פֿינגער, וואָס האָט עס געטאָן ווי אַ טייל פֿון אַ גרויסן פּראָיעקט פֿון רעקאָרדירן שמועסן מיט אַמעריקאַנער ייִדישע אַקטיוויסטן. סײַ מיט דער רעקאָרדירונג, סײַ מיטן טראַנסקריפּט פֿון דעם דאָזיקן אינטערוויו קען מען זיך באַקענען אין דער ניו-יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק. פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דאָס העכסטע געריכט פֿונעם שטאַט ניו־דזשערזי באַהאַנדלט דעם זעלבן ענין, וואָס ווערמאָנט האָט געטאָן אינעם יאָר 1999, און מאַסאַטשוסעטס — אין 2003: צי מע זאָל געבן האָמאָסעקסועלע פּאָרפֿעלקער די זעלבע רעכט ווי געוויינטלעכע חתונה־געהאַטע פּאָרפֿעלקער; למשל, צי איינער מעג ירשענען דעם פֿאַרמעגן פֿונעם צווייטן (אין פֿאַלן ווען מע האָט נישט אָנגעשריבן קיין צוואה), און צי די געזונט־פֿאַרזיכערונג פֿון אַ מלוכה־אָנגעשטעלטן קאָן אויך דעקן זײַן פּאַרטנער.
צו דער שבתדיקער סעודה איז אַ טראַדיציע צו עסן פֿיש ווי אַ פֿאָרשפּײַז. בדרך־כּלל, איז עס געפֿילטע פֿיש, אָבער טאָמער ווערט אײַך שוין נימאס די געפֿילטע פֿיש, פּרוּווט אויס אָט דעם גרינגן פֿאָרשפּײַז מיט גערייכערטן לאַקס: אַ רעגירונג־פּאַנעל האָט פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך רעקאָמענדירט, אַז די אַמעריקאַנער וואָס זענען אַלט 60 יאָר אָדער מער, זאָלן באַקומען אַן אײַנשפּריצונג קעגן דער דערוואַקסענער פֿאָרעם פֿון ווינטפּאָקן (shingles, בלע״ז). דער ווירוס איז גורם אַן אויסשיט אויף דער הויט וואָס טוט שטאַרק וויי. בערך 15 — 30 פּראָצענט פֿון די מענטשן, וואָס זענען אָנגעשטעקט מיטן ווירוס פֿאַר ווינטפּאָקן אַנטוויקלען די דערוואַקסענע ווינטפּאָקן מיט יאָרן שפּעטער. דער ווירוס ליגט צענדליקער יאָרן באַהאַלטן אין די נערוו־קעמערלעך לעבן דער חוט־השדרה, און ווערט מיט אַ מאָל אַקטיוו; |