רעצעפּטן

צו דער שבתדיקער סעודה איז אַ טראַדיציע צו עסן פֿיש ווי אַ פֿאָרשפּײַז. בדרך־כּלל, איז עס געפֿילטע פֿיש, אָבער טאָמער ווערט אײַך שוין נימאס די געפֿילטע פֿיש, פּרוּווט אויס אָט דעם גרינגן פֿאָרשפּײַז מיט גערייכערטן לאַקס:

20 שטענגלעך שפּאַרגל

2 לעפֿל איילבערט־בוימל

1 לעפֿל צעשניטענע ראָזמאַרין־בלעטלעך

כּשר זאַלץ

שוואַרצער פֿעפֿער

20 דינע רעפֿטלעך גערייכערטער לאַקס



הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (200 צעלזיוס).

באַדעקט אַ בעקן מיט זילבער־פּאַפּיר און לייגט אַרײַן די שטענגלעך שפּאַרגל. באַשפּריצט זיי מיטן איילבערט־בוימל, ראָזמאַרין, זאַלץ און פֿעפֿער.

באַקט אינעם אויוון ביז די צוימען פֿון די שטענגלעך ברוינען זיך צו, בערך 10 מינוט. נעמט דעם בעקן אַרויס פֿון אויוון, לייגט די שטענגלעך אין אַ צווייטן בעקן זיך אָפּצוקילן, און דערנאָך וויקלט אַ רעפֿטל לאַקס אַרום יעדן שטענגל. לייגט די געוויקלטע שטענגלעך אַרײַן אין אַ טאַץ און דערלאַנגט צום טיש.