רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ טייל פֿון די באַשטאַנדטיילן פֿון אַ וועגעטאַרישער יויך: (פֿון רעכטס) סעלעריע־וואָרצל, פּאָרע־ציבעלעס, מערן און פּעטרישקע
אַז איר מאַכט זופּ, איז געשמאַקער צו ניצן יויך אַנשטאָט וואַסער. אָט איז אַ רעצעפּט פֿאַר אַ פּאַרעווען גרינסן־יויך. איר דאַרפֿט נישט אָפּשיילן די גרינסן (אַחוץ דעם סעלעריע־וואָרצל), ווײַל דאָס שאָלעכץ גיט אויך צו טעם. באַלד ווי דער יויך איז פֿאַרטיק, גיסט עס אַרײַן אין 5־6 קליינע סלויען און שטעלט די סלויען אין פֿרירקע.
ווען איר גרייט זיך צו מאַכן אַ זופּ, צעטאָפּעט דעם יויך און גיט עס אַרײַן מיט די גרינסן אין טאָפּ.

2 גרויסע מערן מיט די בלעטער
1 פּעטרישקע־וואָרצל מיט די בלעטער
2 פּאָרע־ציבעלעס (leeks), אויסגעוואַשן
4 גרויסע ציבעלעס
8 ציינדלעך קנאָבל
1 לעפֿל איילבערט־בוימל
סעלעריע־וואָרצל, אָפּגעשיילט
3 קוואָרטן (2.8 ליטער) וואַסער
1 גרויס צווײַגל טימיאַן
1 גרויס צווײַגל ראָזמאַרין
1 לאָרבער־בלעטל
6 גאַנצע שוואַרצע פֿעפֿערקאָרנס

"עסט געזונטערהייט!"
באָרשט מיט קניידלעך
אַ קאָך־פּראָגראַם פֿון געשמאַקע מאַכלים אויף ייִדיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך מיט שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאַכנאָוויץ

Eat In Good Health!
Borscht with Matza Balls
A Cooking Show in Yiddish with English subtitles
with Rukhl Schaechter and Eve Jochnowitz

געזעלשאַפֿט

מײַקל פֿרוינד מיט די אימיגראַנטן פֿון דער בני־מנשה, אויפֿן אויטאָבוס אין ניו־דעלי, אינדיע, פֿאָרנדיק צום פֿליפֿעלד
די וואָך האָבן צענדליקער מענטשן, וועלכע האַלטן זיך פֿאַר ייִדן אָפּשטאַמיקע פֿונעם פֿאַרלוירענעם שבֿט מנשה, פֿאַרלאָזט זייער שטעטל אין צפֿון־מיזרח אינדיע און עולה געווען קיין ישׂראל.
די עליה איז אַ פּועל־יוצא פֿון אַ רעזאָלוציע, דורכגעפֿירט פֿון פּרעמיער בנימין נתניהוס קאַבינעט אין אָקטאָבער, צו דערלויבן 275 מיטגלידער פֿון דער בני־מנשה, זיך צו באַזעצן אין ישׂראל במשך פֿון די קומענדיקע צוויי חדשים. די וואָך איז געקומען די ערשטע גרופּע פֿון 53 מענטשן.
די בני־מנשה וווינען הײַנט אין די אינדישע שטאַטן מיזאָראַם און מאַניפּוּר, און זאָגן, אַז זייערע אָבֿות האָבן זיך דאָרט באַזעצט, נאָך דעם ווי די אַשורים האָבן זיי פֿאַרטריבן, אינעם 8טן יאָרהונדערט פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג. אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן בריטישע מיסיאָנערן זיי געשמדט צו דער קריסטלעכער רעליגיע, אָבער במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 60 יאָר, האָבן זיי זיך אומגעקערט צו ייִדישקייט.
מײַקל פֿרוינד, דער דירעקטאָר פֿון "שבֿי־ישׂראל" — אַ ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט די "פֿאַרלוירענע" און "באַהאַלטענע" ייִדן איבער דער וועלט — איז מיטגעפֿאָרן מיט זיי אויפֿן עראָפּלאַן, און האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז די שטימונג איז געווען זייער אַ רירנדיקע.
"די בני־מנשה ווײַזן בטבֿע נישט אַרויס זייערע געפֿילן אין דער עפֿנטלעכקייט," האָט פֿרוינד געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "אָבער ווען מיר האָבן געלאַנדעט אין בן־גוריון פֿליפֿעלד, האָבן זיי אויסגעשאָסן אין אַ געשריי און אַפּלאָדירט. בײַם טויער האָבן זיי אויף אַ קול געמאַכט אַ שהחיינו, און געזונגען די ׳התּקווה׳. אַ צאָל פֿאַרבײַגייער, ישׂראלים און טוריסטן, זענען צוגעקומען און מיטגעזונגען מיט זיי."
"זיי האָבן געוואַרט אַזוי פֿיל יאָרן פֿאַר דעם מאָמענט; איז עס, אַוודאי, געווען זייער עמאָציאָנעל," האָט געזאָגט צבֿי כאַוטע, אַ מיטגליד פֿון דער בני־מנשה, וואָס האָט עולה געווען מיט צען יאָר צוריק, און איז געקומען באַגריסן די נײַע אימיגראַנטן אויפֿן פֿליפֿעלד. "אַ סך פֿון זייערע קרובֿים וואָס וווינען דאָ, זענען אויך געקומען; מענטשן, וואָס זיי האָבן נישט געזען יאָרן לאַנג, האָט מען זיך אַרומגעכאַפּט און געוויינט."

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)

אַ מחיה אַהיימצוקומען נאָך אַ לאַנגן טאָג און קאָכט אָפּ די זופּ איין אויפֿדערנאַכט און שטעלט עס אַרײַן אין פֿרידזשידער. דאָס לעפֿעלע איטאַליענישע געווירצן קאָן באַשטיין פֿון אָרעגאַנאָ, באַזיליק, טימיאַן אָדער אַ געמיש פֿון די דרײַ.
2 לעפֿעלעך איילבערט־בוימל
1/2־1 טעפּלעך צעהאַקטע ציבעלע
3/4 טעפּל צעהאַקטע מערן
1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט
1/2 טעפּל נישט־געקאָכטע רײַז
1/2־2 טעפּלעך וואַסער
1 לעפֿעלע איטאַליענישע געווירצן
28 אונץ (794 גראַם) צעהאַקטע פּאָמידאָרן
2 טעפּלעך זוקיני־רעפֿטלעך
1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
1/2־1 טעפּל פּאַרעווע יויך
1/2־15 אונץ (440 גראַם) ווײַסע בעבלעך פֿון אַ פּושקע
10 אונץ (283 גראַם) פֿאַרפֿרוירענער שפּינאַט, צעטאָפּעט
פֿריש־צעריבענער פּאַרמעזשאַנער קעז
הייצט דעם בוימל אין אַ זופּטאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די ציבעלע, מערן און קנאָבל, און מישט 3 מינוט. שיט אַרײַן דעם רײַז, וואַסער, געווירצן, פּאָמידאָרן, זוקיני, שוואַרצן פֿעפֿער און יויך, און העכערט דאָס פֿײַער ביז דאָס געמיש הייבט אָן זידן.
דעקט צו דעם טאָפּ, פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און לאָזט מליִען 20 מינוט. שווענקט אויס די בעבלעך און זיפּט אָפּ דאָס וואַסער. גיט צו די בעבלעך און שפּינאַט צו דער זופּ און קאָכט עס נאָך 5 מינוט. גיסט די זופּ אַרײַן אין באַזונדערע שיסלען און באַשיט מיטן קעז.

געזעלשאַפֿט

אַ פּאַשקוויל (פּלאַקאַט) אין וויליאַמסבורג, וואָס דערקלערט די פֿרויען און מיידלעך ווי זיך צו פֿירן אויף דער גאַס
מיט איבער אַ וואָך צוריק האָט אַ ברוקלינער זשורי דערקלערט, אַז נחמיה וועבערמאַן, אַן אָנגעזעענער 54־יאָריקער טעראַפּעפֿט אָן אַ ליצענץ, איז שולדיק אין האָבן סעקסועל באַלעסטיקט במשך פֿון צוויי־און־אַ־האַלב יאָר אַ יונג מיידל, וואָס מע האָט געשיקט צו אים נאָך גײַסטיקער הילף. די באַלעסטיקונג האָט זיך אָנגעהויבן ווען זי איז געווען בלויז צוועלף יאָר אַלט.
בעת דעם מישפּט, האָט מען זיך אויך דערוווּסט, אַז וועבערמאַן געהערט צום ועד־הצניעות — אַן אומפֿאָרמעלער קאָמיטעט, וואָס פֿאַרזיכערט, אַז יעדער אין דער קהילה זאָל זיך אויפֿפֿירן לײַטיש.
טאַקע דערפֿאַר האָט אויסגעזען אַזוי אויסטערליש, וואָס דווקא אַ מענטש פֿונעם ועד־הצניעות זאָל באַשולדיקט און פֿאַרמישפּט ווערן פֿאַר פֿאַרגוואַלטיקן אַ מיידל. יאַנקל, אַ סאַטמערער טאַטע פֿון זיבן קינדער, וועלכער אַרבעט אין אַ פֿאָטאָ־געשעפֿט אין מאַנהעטן, איז געווען ספּעציעל אויפֿגעבראַכט, וואָס וועבערמאַן האָט אויסגעניצט זײַן פּאָזיציע אינעם ועד־הצניעות צו באַקומען צוטריט צו דעם מיידל.
"מײַן טאָכטער איז גראַדע געוואָרן אַרויסגעוואָרפֿן פֿון סאַטמאַר, און מ׳האָט מיר אויך געצוווּנגען גיין צו וועבערמאַן נאָך זײַן היילונג," האָט יאַנקל דערציילט. "איך האָב אָבער גראַד אײַנגעזען, אַז דאָס איז אַ משוגענער ׳מאָני־ביזנעס׳ [קרום געלט־געשעפֿט] און מײַן טאָכטער איז צו איידל און שיין — ער וועט זיך צו איר נאָך חלילה טשעפּען. האָב איך איר געשיקט קיין באָראָ־פּאַרק לערנען. איצט וועט זי נישט קענען קיין שיינע שידוכים טאָן, אָבער פֿאָרט בעסער ווי ווערן גערייפּט [פֿאַרגוואַלדיקט]."

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אויב איר ווייסט, אַז עס קומען צו אײַך געסט, קאָנט איר טאָן איינס פֿון צוויי זאַכן: גיין אין קראָם און קויפֿן קאָמערציעל־פּראָדוצירטע שפּײַזן, אָדער אַליין מאַכן עפּעס פֿרישס און היימישס.
אָט איז אַ גרינגער, געשמאַקער רעצעפּט פֿאַר אַזאַ געלעגנהייט, וואָס איר קענט שיין אויסשטעלן אין אַ טאַץ און דערלאַנגען צום טיש מיט אַ באַבקע־לעקעך און הייסער טיי. אַזוי וועט איר מאַכן דעם רושם פֿון אַ געראָטענעם גאַסטגעבער.

1/2 טעפּל ווייניק־פֿעטיקער צוואָרעך
1 לעפֿל אָפּגעשעפּטע מילעך
4 בינטלעך אַשלעך (דעם ווײַסן טייל), צעשניטן
4 אונץ (113 גראַם) גערייכערטער לאַקס
1/4 טעפּל שמירקעז
1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
ווײַסער פֿעפֿער
2 גרויסע אוגערקעס
1 לעפֿל שטשיפּיער (chives)

צעמאָלט דעם צוואָרעך און מילך אין אַ שפּײַזמאַשין ביז ס׳ווערט גלאַטיק. גיט אַרײַן דעם אַשלעך, לאַקס, שמירקעז, לימענע־זאַפֿט און אַ לעק ווײַסן פֿעפֿער. ווען ס׳איז גוט אויסגעמישט, לאָזט אין פֿרידזשידער 1 שעה אָדער איבערנאַכט.
צעשנײַדט די אוגערקעס אין גרויסע קלעכלעך. גראָבט אַ גריבעלע אין יעדן אוגערקע־קײַלעכל, און פֿילט עס אָן מיט 2 לעפֿעלעך פֿונעם לאַקס־שמיר. באַשיט זיי מיט די שטשיפּיער. דעקט זיי צו און האַלט זיי אין פֿרידזשידער ביז איר זענט גרייט זיי צו סערווירן.

געזעלשאַפֿט

טובֿיה טענענבוים מיט אַ גרופּע פֿוסבאָל־פֿאַנאַטיקער אין דאָרטמונד, דײַטשלאַנד
אין אַ וואָך אַרום וועט אין דײַטשלאַנד אַרויסגעלאָזט ווערן אַ זעלטן בוך: אַ רײַזע־באַריכט פֿון לאַנד, וואָס אַנטפּלעקט, דורך הונדערטער אינטערווויוען אין כּמעט 40 שטעט און שטעטלעך פֿון דײַטשלאַנד, ממש אַן אָבסעסיע אַרום דעם ייִדישן פֿאָלק בײַ די הײַנטיקע דײַטשן, און אָפֿט מאָל אַ באַהאַלטענעם (און אַפֿילו נישט־אַזאַ־באַהאַלטענעם) אַנטיסעמיטיזם.
דער מחבר פֿונעם בוך, Allein Unter Deutschen [אַליין אונטער דײַטשן], איז טובֿיה טענענבוים, אַ תּל־אָבֿיבֿ־געבוירענער קאָלומניסט פֿון דער דײַטשישער צײַטונג "די צײַט" (Di Zeit). די רובריק, וואָס באַהאַנדלט ענינים וועגן ספּאָרט און געזונט, קומט אַרויס צוויי מאָל אַ חודש, און שפּיגלט אָפּ טענענבוימס חוש פֿאַר הומאָר און איראָניע, ווײַל ער אַליין איז אַ דיקלעכער און רייכערט אַ פּעקל פּאַפּיראָסן אַ טאָג.
טענענבוים איז אויך דער גרינדער, רעזשיסאָר און פּראָדוצענט פֿון אַ מאָדערניסטישן ענגליש־שפּראַכיקן ייִדישן טעאַטער, The Jewish Theater of New York. זײַן געטרײַער אַסיסטענט בײַ דער טעאַטער־אַרבעט איז זײַן פֿרוי, מרים.
הגם דאָס געפֿינען אַ פֿאַרלאַג אַרויסצוגעבן דאָס בוך איז דעם מחבר אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם, זעט מען דאָס נישט אָן אויף זײַן פּנים. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" אין זײַן ביוראָ אין מאַנהעטן, האָט ער גאַסטגעבעריש דערלאַנגט טיי, און זיך געוויצלט וועגן זײַן לאַגע, נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן.
דער ביוראָ שפּיגלט אָפּ זײַן פֿילפֿאַרביקע געשיכטע: אויף איין וואַנט הענגען די פּלאַקאַטן פֿון זײַנע פֿאָרשטעלונגען, The Last Jew in Europe [דער לעצטער ייִד אין אייראָפּע] און The Last Virgin [די לעצטע בתולה]; און אויף אַ צווייטער וואַנט — צענדליקער רעצענזיע־אויסשניטן פֿון זײַנע ווערק. בײַ דער דריטער וואַנט זעט מען אַ הילצערנעם שראַנק מיט ביכער אויף פֿאַרשידענע טעמעס, אַרײַנגערעכנט עפּעס אין גאַנצן אומגעריכטס: ספֿרים אויף לשון־קודש. ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער קאָסמאָפּאָליטישער טענענבוים קומט דווקא פֿון אַ חרדישער משפּחה אין בני־ברק. "׳חזון־אישניקעס׳, חסידים פֿונעם ראַדזינער רבין," האָט ער באַטאָנט.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אָט איז איינער פֿון די געזונטע לאַטקע־רעצעפּטן פֿונעם בלאָגער פֿון כּשרער קאָכקונסט, שעיה קלעטשעווסקי:

איילבערט־שפּריצבוימל
6 טעפּלעך אָפּגעשיילטע צעמאָלענע מערן
3 לעפֿל מעל
3 לעפֿל ראַזעווע מעל
1/2־1 לעפֿעלעך זאַלץ
3/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
7 לעפֿעלעך צעמאָלענער אָפּגעשיילטער אינגבער
3 אייער, צעשלאָגן
איילבערט־בוימל

הייצט דעם אויוון ביז 425 גראַד (218 צעלזיוס). באַלייגט אַ בעקן מיט זילבער־פּאַפּיר און באַשפּריצט עס מיט שפּריצבוימל.
גיט די צעמאָלענע מערן אַרײַן אין אַ שיסל. זאַפּט אָפּ די פֿײַכטקייט מיט פּאַפּירענע האַנטעכלעך.
אין אַ צווייטער שיסל מישט צונויף ביידע מינים מעל, זאַלץ, באַקפּולווער און פֿעפֿער. מישט אַרײַן די מערן, אינגבער און אייער. לאָזט דאָס געמיש שטיין 10־12 מינוט.
מאַכט קאָטלעטן פֿונעם געמיש מיט די הענט. אויב ס׳איז צו נאַס, גיט צו אַ ביסל מעל; אויב צו טרוקן — נאָך אַ ביסל פֿון אַ צעקלאַפּט איי.
לייגט די קאָטלעטן אַרײַן אינעם באַשפּריצטן בעקן, און באַקט זיי 10־12 מינוט. דרייט זיי איבער און באַקט זיי נאָך 10 מינוט. סך־הכּל: בערך 15 לאַטקעס.

טעאַטער



דער מחבר נתן ענגלענדער (רעכטס) און דער רעזשיסאָר באַרי עדלשטיין
מיט בערך זעקס יאָר צוריק האָב איך געהערט ווי אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָר באַקלאָגט זיך, אַז זײַנע אַמעריקאַנער סטודענטן ווייסן גאָרנישט וועגן סטאַלינס שחיטה פֿון די ייִדישע שרײַבער אין אויגוסט 1952, און נאָך ערגער — אַז זיי אינטערעסירן זיך בכלל נישט מיטן ייִדישן קולטור־לעבן, וואָס האָט אַ מאָל געבליט אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
ס׳איז מעגלעך, אַז דער מצבֿ הייבט זיך אָן בײַטן. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק איז אינעם "פּאָבליק טעאַטער" אין ניו־יאָרק געוויזן געוואָרן די פּיעסע, "דער זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש" — אַ קינסטלערישע שילדערונג פֿון דער לעצטער נאַכט פֿון די דערמאָרדעטע סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער. דער זאַל איז געווען געפּאַקט, און דער עולם האָט דורך די האַרציקע אַפּלאָדיסמענטן אָנערקענט סײַ די פּיעסע, סײַ די אויפֿפֿירונג אויף דער בינע.
נאָך מער טשיקאַווע איז, אַז דער מחבר פֿון דער פּיעסע — נתן ענגלענדער — איז אַן אַמעריקאַנער שרײַבער, דערצויגן אין לאָנג־אײַלאַנד בײַ אַמעריקאַנער עלטערן, און האָט בכלל נישט געהאַט קיין שײַכות צום סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
די פּיעסע איז באַזירט אויף ענגלענדערס דערציילונג מיטן זעלבן נאָמען, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין יאָר 2000, און איז שטאַרק געלויבט געוואָרן אין דער ליטעראַרישער וועלט. אין דער ערשטער סצענע באַקענט מען זיך מיט דרײַ פֿון די זעקס־און־צוואַנציק אַרעסטירטע ייִדישע אינטעליגענטן: יעווגעני צונזער, משה ברעצקי און וואַסילי קאָרינסקי. מיט אַ מאָל באַווײַזט זיך אַ זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש: פּינחס פּעלאָוויץ — אַ יונגער, כּמעט-תּמעוואַטער בחור, וועלכער האָט קיין מאָל אַפֿילו קיין איין ליד נישט אָפּגעדרוקט, כאָטש שרײַבן, זאָגט ער, איז זײַן לעבן. אַלע פֿיר פּרוּוון פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די געהיים־פּאָליציי האָט אַרײַנגערעכנט פּעלאָוויצן צווישן די באַרימטע שרײַבער. בשעת זייערע דיסקוסיעס, צעפֿלאַקערט זיך דער קאָנפֿליקט צווישן קאָרינסקי, וועלכער פֿאַרטיידיקט נאָך אַלץ די פּאַרטיי, און די אַנדערע צוויי, וואָס האָבן שוין פֿון לאַנג פֿאַרלוירן זייער "אמונה". מע זעט אויך די בולטע קאָנקורענץ צווישן די שרײַבער, דעם עגאָיִזם און צום טייל — נישט־פֿאַרגינערישקייט. אַלע אָבער פּרוּוון צו באַשיצן דעם אומשולדיקן יונגן פּעלאָוויץ ביזן סוף, ווען עס ווערט קלאָר פֿאַר אַלעמען, אַז אַ גוט־צונויפֿגעשטעלטע מעשׂה קאָן פֿאָרט איבערשטײַגן די ערגסטע באַדינגונגען.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

געוויינטלעך אַסאָציִיִרט מען אַ שפּיגל־איי (sunny side up) מיט פֿרישטיק, אָבער דאָ דינט עס ווי דער פּראָטעיִן פֿון אַ וועגעטאַרישן הויפּט־געריכט, וואָס איר קענט דערלאַנגען צו מיטאָג אָדער וועטשערע.
גערייכערטע פּאַפּריקע געפֿינט מען אין ס׳רובֿ שפּײַזקראָמען. דער רעצעפּט גילט פֿאַר פֿיר מענטשן.

5 לעפֿל איילבערט־בוימל
4 ציינדלעך קנאָבל, אין דינע רעפֿטלעך
8 טעפּלעך שפּינאַט, צעשניטן
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
1 טעפּל צעשניטענע ציבעלע
1 לעפֿעלע קעמיניק־קערעלעך
1/4 לעפֿעלע גערייכערטע פּאַפּריקע
2 פּושקעס (4 טעפּלעך) נאַהיט
(chickpeas), אָפּגעשווענקט
5 צעהאַקטע פּאָמידאָרן פֿון אַ פּושקע
3 טעפּלעך יויך
4 אייער

הייצט אָן 1 לעפֿל בוימל אין אַ גרויסן טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. מישט אַרײַן אַ פֿערטל פֿונעם קנאָבל ביז ס׳ווערט גאָלדן־ברוין, 1־2 מינוט; דערנאָך — דעם שפּינאַט, זאַלץ און פֿעפֿער, ביז דער שפּינאַט ווערט ווייך, 2־3 מינוט. גיט דאָס געמיש אַרײַן אין אַ שיסל, און ווישט אָפּ דעם טאָפּ.

געזעלשאַפֿט

אַ חנוכּה־וואַרשטאַט פֿאַר נישט־אַפֿיליִיִרטע משפּחות, דורכגעפֿירט פֿון דער JOI, דעצעמבער 2011, אין מערילאַנד
"דערציט איר ייִדישע קינדער, אָבער איר אַליין זענט נישט קיין ייִדישע טאָכטער? איר דאַרפֿט עס נישט טאָן אַליין. שליסט זיך אָן אין אונדזער מוטערס־קרײַז."
די מעלדונג אין אַ צײַטונג אין פּראָווידענס, ראָד־אײַלאַנד, מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז געווען געווידמעט די נישט־ייִדישע פֿרויען, וועלכע האָבן חתונה געהאַט מיט ייִדישע מענער און מסכּים געווען צו דערציִען די קינדער ווי ייִדן, כאָטש זיי אַליין זענען נישט גרייט זיך מגייר צו זײַן. אין אַ צײַט ווען דער פּראָצענט געמישטע חתונות באַטרעפֿט 50%, איז דער פֿענאָמען — נישט־ייִדישע מאַמעס, וועלכע דערציִען קינדער ווי ייִדן — הײַנט געוואָרן גאַנץ פֿאַרשפּרייט.
דער ציל פֿונעם מוטערס־קרײַז, באַקאַנט בלע״ז ווי The Mothers Circle, איז צו דערקלערן די פֿרויען וועגן דעם באַטײַט פֿון די ייִדישע טראַדיציעס (שבת, יום־טובֿים, אאַז״וו), און זיי צו געבן עמאָציאָנעלע שטיצע פֿאַר זייער באַשלוס אויפֿצוכאָווען ייִדישע קינדער.
די קרײַזן, וועלכע געפֿינען זיך הײַנט אין צענדליקער שטעט איבער די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע, זענען אַ טייל פֿון אַ ריי פּראָיעקטן געגרינדעט און דורכגעפֿירט פֿונעם "ייִדישן קירובֿ־אינסטיטוט" (Jewish Outreach Institute), אויך באַקאַנט מיט די ראשי־תּאבֿות JOI — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס באַמיט זיך אַרײַנצוציִען אין דער ייִדישער קהילה יענע מיטגלידער פֿון געמישטע חתונות, וועלכע ווערן אָפֿט איגנאָרירט.
ס׳רובֿ פֿון די שילן, וואָס באַטייליקן זיך אין די מוטערס־קרײַזן, זענען פֿון די ליבעראַלע שטראָמען פֿון ייִדישקייט, ווי רעפֿאָרם, רעקאָנסטרוקציאָניסטיש און "ריניואַל". לויט דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, ווערן די קינדער פֿון אַ ייִדישן טאַטן פֿאַררעכנט פֿאַר ייִדן, אַפֿילו אויב די מאַמע איז נישט קיין ייִדישע. די אָרטאָדאָקסישע און קאָנסערוואַטיווע ייִדן האַלטן זיך בײַם דין, אַז קינדער פֿון אַ נישט־ייִדישער מאַמען זענען נישט קיין ייִדן.
פֿון דעסטוועגן, האָבן געוויסע קאָנסערוואַטיווע שילן לעצטנס אויך געגרינדעט מוטערס־קרײַזן פֿאַר די משפּחות מיט נישט־ייִדישע מאַמעס, האָט אַמאַנדע קאַלעצקי, די פּירסום־דירעקטאָרין פֿון JOI, געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "די דאָזיקע קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס זעען, ווי עס האַלט אין איין פֿאַלן בײַ זיי די מיטגלידערשאַפֿט, און ווען זיי באַמערקן וויפֿל משפּחות קומען אין דער רעפֿאָרם־סינאַגאָגע, ווילן זיי עס שוין אויך פּרוּוון."

געזעלשאַפֿט

אַ טייל פֿון די דעמאָנסטראַנטן, פֿאַראַכטאָגן זונטיק
דינסטיק, דעם 30סטן אָקטאָבער, וועט זיך אָנהייבן דער מישפּט פֿון הרבֿ נחמיה וועבערמאַן, אַ 53־יאָריקער קאָנסולטאַנט פֿאַר תּלמידים און תּלמידות אין די סאַטמערער ישיבֿות, וועלכער ווערט באַשולדיקט אין סעקסועל באַלעסטיקן אַ חסידיש מיידל אין וויליאַמסבורג, דרײַ יאָר לאַנג.
וועבערמאַן איז אַרעסטירט געוואָרן אין פֿעברואַר 2011, נאָך דעם ווי דאָס מיידל האָט דערציילט, אַז ער איז געווען איר טעראַפּעווט און האָט איר געצוווּנגען, בעת דער קאָנסולטיר־סעסיע, צו טאָן סעקסועלע מעשׂים מיט אים. אָנגעהויבן האָט זיך עס, ווען זי איז געווען 12 יאָר אַלט. לויט געוויסע קוואַלן, האָט וועבערמאַן אויך באַלעסטיקט אַנדערע סאַטמערער מיידלעך בעת זײַן כּלומרשטיקער טעראַפּיע.
זינט זײַן אַרעסט, האָט די סאַטמערער קהילה, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם רבין, זלמן־לייב טייטלבוים, געשטיצט פּעדאָפֿילן, טענהנדיק, אַז ער איז אומשולדיק. אַ וואַקסנדיקע צאָל מענטשן, סײַ פֿון דער חסידישער וועלט, סײַ פֿון נישט־חסידישע קרײַזן, האָבן שוין עפֿנטלעך אויסגעדריקט זייער פּראָטעסט קעגן דער סאַטמערער פֿאַרטיידיקונג פֿון וועבערמאַן, און פֿאַראַכטאָגן זונטיק האָט אַ גרופּע דעמאָנסטרירט פֿאַר אַ הויז אין פֿלעטבוש, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען אַ בענעפֿיט לטובֿת דער סאַטמערער קהילה. די גאַסטגעבער, שימי לאַקס און זײַן פֿרוי, זענען ברייטהאַרציקע שטיצער פֿון די סאַטמערער געזעלשאַפֿטן, הגם זיי זענען אַליין נישט קיין חסידים.
כאָטש דער בענעפֿיט איז נישט געווען ספּעציפֿיש צו העלפֿן וועבערמאַן, האָט דער אָרגאַניזירער פֿון דער דעמאָנסטראַציע, ירחמיאל לאָפּין — דער גרינדער פֿון Frum Follies, אַ בלאָג וואָס קריטיקירט שאַרף די סאַטמערער שטיצע פֿון וועבערמאַן — דערקלערט, אַז דאָס איז געווען אַ גוטע געלעגנהייט צו לאָזן די מנדבֿים וויסן, אַז די סאַטמערער קהילה פֿאַרטיידיקט די סעקסועלע באַלעסטיקער פֿון קינדער; בפֿרט, אַז דער ערן־גאַסט פֿונעם בענעפֿיט איז געווען נישט ווייניקער ווי דער רבי, זלמן־לייב טייטלבוים, אַליין.