אַ טייל פֿון די באַשטאַנדטיילן פֿון אַ וועגעטאַרישער יויך: (פֿון רעכטס) סעלעריע־וואָרצל, פּאָרע־ציבעלעס, מערן און פּעטרישקע |
ווען איר גרייט זיך צו מאַכן אַ זופּ, צעטאָפּעט דעם יויך און גיט עס אַרײַן מיט די גרינסן אין טאָפּ.
2 גרויסע מערן מיט די בלעטער
1 פּעטרישקע־וואָרצל מיט די בלעטער
2 פּאָרע־ציבעלעס (leeks), אויסגעוואַשן
4 גרויסע ציבעלעס
8 ציינדלעך קנאָבל
1 לעפֿל איילבערט־בוימל
סעלעריע־וואָרצל, אָפּגעשיילט
3 קוואָרטן (2.8 ליטער) וואַסער
1 גרויס צווײַגל טימיאַן
1 גרויס צווײַגל ראָזמאַרין
1 לאָרבער־בלעטל
6 גאַנצע שוואַרצע פֿעפֿערקאָרנס
שנײַדט אָפּ די בלעטער פֿון די מערן און פֿונעם פּעטרישקע־וואָרצל און לייגט די בלעטער אויף אַ זײַט. וואַרפֿט אַוועק דעם האַרטן, גרינעם טייל פֿון די פּאָרע־ציבעלעס.
צעשנײַדט די ציבעלע אין פֿערטלען און די מערן אויף פֿיר שטיקלעך. גיט אַ האַק יעדעס ציינדל קנאָבל מיט דער זײַט פֿון אַ מעסער.
הייצט אָן דעם בוימל אין אַ זופּטאָפּ איבער אַ הויכן פֿײַער. פּרעגלט די ציבעלע 2 מינוט, און דערנאָך גיט צו די מערן, סעלעריע־וואָרצל, פּעטרישקע־וואָרצל, קנאָבל און פּאָרע־ציבעלעס. פּרעגלט זיי 5־10 מינוט, ביז די גרינסן הייבן אָן זיך צוברוינען.
גיט צו דאָס וואַסער, די מערן־בלעטער, פּעטרישקע־בלעטער, טימיאַן, ראָזמאַרין, לאָרבער־בלעטל און פֿעפֿערקאָרנס. ווען דאָס וואַסער הייבט אָן זידן, פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט מליִען 1 שעה.