- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ דאַנק דער סמעטענע אין דעם רעצעפּט, דערמאָנט מיר דער קוכן אין די געשמאַקע געבעקסן פֿון דער "אַלטער היים". ווען איר גרייט עס צו, וואַרט ביז די פּוטער, אייער און סמעטענע זענען בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור. שפּריצבוימל 1/2 טעפּל פּוטער 1/2־1 טעפּלעך צוקער 2 אייער 1 טעפּל ווייניק־פֿעטיקע סמעטענע 1 לעפֿעלע וואַניל 2 טעפּלעך מעל 1 לעפֿעלע באַקסאָדע 1 לעפֿעלע באַקפּודער 1/2 לעפֿעלע זאַלץ 1 לעפֿעלע צימערינג 3 צײַטיקע פֿערשקעס 1/2 טעפּל צעהאַקטע פּעקאַנען אין די 1960ער און 70ער יאָרן איז געווען זייער שווער צו זײַן אַ ייִדישער שרײַבער — דאָס הייסט, אַ שרײַבער אויף ייִדיש — נישט בלויז צוליב פּרנסה, נאָר אויך צוליב עמאָציאָנעלע סיבות. בײַ די ייִדן אין אַמעריקע און אין אויסלאַנד, און ספּעציעל אין ישׂראל, איז ייִדיש געווען די שפּראַך פֿונעם עלטערן דור, פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט. דערפֿאַר האָט מען אויף די כּלערליי ייִדיש־רעדנדיקע אונטערנעמונגען — די באַנקעטן פֿונעם "קולטור־קאָנגרעס" און "בונד", און לעקציעס פֿון "פּען־קלוב" און ייִוו״אָ — געזען כּמעט בלויז גראָע קעפּ. הײַנט זענען די ייִדן איבער דער וועלט אַ סך וואַרעמער געשטימט צו ייִדיש נאָר, צום באַדויערן, זענען ס׳רובֿ פֿון יענעם דור ייִדישע שרײַבער און אינטעליגענטן שוין אויף יענער וועלט. אַליין אַ טאָכטער פֿונעם ייִדישן פֿילאָלאָג און לעקסיגראַף, ד״ר מרדכי שעכטער, וואָס האָט אָנגעשריבן 10 ביכער און אָן אַ שיעור אַרטיקלען, כּדי צו הייבן דעם ניוואָ פֿונעם גערעדטן און געשריבענעם ייִדיש — איז מיר לעצטנס אײַנגעפֿאַלן, אַז ס׳וואָלט געווען כּדאַי צונויפֿצוברענגען די קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער (בפֿרט די שרײַבער, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין מיזרח־אייראָפּע) אויף אַן אָוונט, כּדי צו דערגיין, צי אונדזערע געשיכטעס זענען טאַקע געווען ענלעך, און אויב יאָ, ווי אַזוי. אַ דאַנק דער אינטערנעץ, האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט צען קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער אין אַמעריקע, קאַנאַדע און ישׂראל, און פֿאָרגעלייגט, אַז מיר זאָלן דורכפֿירן אַ שמועס, אָדער עלעקטראָניש, אָדער פּנים־אל־פּנים. ווען איך האָב זיך דערוווּסט, אַז עטלעכע פֿון די אויסלענדער קלײַבן זיך זומערצײַט צו קומען קיין אַמעריקע, האָב איך באַשטימט אַ דאַטע און פֿאַרבעטן אַלעמען צו זיך אַהיים אויף אַ וועטשערע. זומערצײַט איז אַ מחיה צו קאָכן מאָלצײַטן אויף אַ בראָט־אויוון (grill). ווי איר קענט זען פֿון דעם ווײַטערדיקן רעצעפּט, קען מען אויפֿן בראָט־אויוון צוגרייטן סײַ דאָס פֿלייש, סײַ די גרינסן, גייט דאָס קאָכן דעריבער אַ סך גיכער — און קיין טעפּ דאַרף מען נישט אָפּוואַשן! 2 ציינדלעך קנאָבל, צעקוועטשט 1/4 לעפֿעלע זאַלץ שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק 1/2 טעפּל איילבערט־בוימל 1/2 טעפּל פּעטרישקע די בלעטעלעך פֿון 6 צווײַגעלעך טימיאַן 1 הינדל (4 פֿונט אָדער 1.8 קילאָ) 2 קליינע הייפֿטלעך ווילדע ציקאָריע (radicchio) 4 פּאָרטאַבעלאָ־שוועמלעך אַ מאָרד פֿון אַ קינד שאָקירט און רופֿט אַרויס אַ גרויל אין יעדער געזעלשאַפֿט. פֿון דעסטוועגן, איז די הריגה פֿונעם 8־יאָריקן חסידישן ייִנגל, לייבי קלעצקי, אין ברוקלין פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק, געווען אַ יחיד־במינו: ערשטנס, וואָס דער מערדער, לוי אַהרן, האָט נאָכן דערשטיקן דאָס קינד געטאָן אַ שוידערלעכע זאַך — צעשניטן דעם קערפּער — און צווייטנס, ווײַל דער 35־יאָריקער אַהרן איז אַליין אַ פֿרומער ייִד, "אַן אייגענער", אַזוי צו זאָגן. יענעם מאָנטיק נאָכמיטאָג איז קלעצקי אַהיימגעגאַנגען פֿונעם "בויאַנער טאָג־לאַגער" אויף 44סטער גאַס און 12טער עוועניו אין קענסינגטאָן, אַ געגנט האַרט לעבן באָראָ־פּאַרק. דאָס ייִנגל האָט געהאַט זיך געבעטן בײַ טאַטע־מאַמע צו לאָזן אים אַהיימגיין אַליין, און מע האָט געהאַט אָפּגערעדט, אַז זיי וועלן אים טרעפֿן אין מיטן וועג, אויף 50סטער גאַס און 13טער עוועניו. ווען דאָס קינד איז נישט געקומען צום באַשטימטן אָרט, האָט די משפּחה געקלונגען דעם באָראָ־פּאַרק־צווײַג פֿון "שומרים" — אַ פּאַטראָל־אָרגאַניזאַציע פֿון 150 פֿרומע וואָלונטירן, וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער דעם ראַיאָן, זוכנדיק דאָס קינד. אַז מע האָט נאָך צוויי שעה און אַ האַלב נאָך אַלץ עס נישט געפֿונען, האָט מען אינפֿאָרמירט די פּאָליציי. במשך פֿונעם קומענדיקן מעת־לעת האָבן טויזנטער מענטשן געהאָלפֿן מיטן אויפֿהענגען מעלדונגען און זוכן רמזים, וווּ דאָס קינד קאָן זײַן. מיטוואָך פֿאַרטאָג האָט די פּאָליציי געפֿונען אַ טייל פֿון קלעצקיס אבֿרים אין אַהרנס פֿריזער. ווען מע האָט געפֿרעגט אים, פֿאַר וואָס האָט ער דערהרגעט דאָס קינד, האָט ער געענטפֿערט, אַז ער האָט זיך איבערגעשראָקן, ווען ער האָט דערזען ווי מאַסן מענטשן זוכן עס. אויף דער פֿראַגע, וווּ איז דאָס איבעריקע געביין פֿונעם קינד, האָט ער זיי געבראַכט צו אַ מיסטפּלאַץ אין דער שכנותדיקער געגנט, פּאַרק סלאָופּ, וווּ דער מת איז געלעגן אין אַ רויטער וואַליזע.
"עסט געזונטערהייט!"
Eat In Good Health! איך מאַך די טערטלעך אויף פֿרישטיק, אָבער מע קען זיי אויך עסן ווי אַ צובײַסן אָדער אַ געזונטן דעזערט. כּדי דאָס צו מאַכן דאַרף מען ניצן אַ טערטל־בעקן, וואָס האָט אָרט אויף 12 טערטלעך. 3/4 טעפּל מעל 1/2 טעפּל ראַזעווע מעל 2/3 טעפּל ברוינער צוקער 2 לעפֿל ווייצנשפּראָץ (wheat germ) 2 לעפֿעלעך צימערינג 1 לעפֿעלע באַקפּראָשיק 1/2 לעפֿעלע באַקסאָדע אַ לעק זאַלץ 2 אייער 1/3 טעפּל קאַנאָלע־בוימל 1 לעפֿל וואַניל 2 טעפּלעך מערן, צעריבן 1/2 טעפּל צעהאַקטער אַנאַנאַס פֿון אַ פּושקע (אָן דעם זאַפֿט) בײַ מיר אין שטוב ליגן עטלעכע ראָמאַנען און דערציילונג־זאַמלונגען פֿון חסידישע און אַנדערע פֿרומע שרײַבער. ווי עס זעט אויס, איז דער ציל פֿון די ביכער אַ צוויי־פֿאַכיקער: ערשטנס, צו פֿאַרווײַלן די לייענער, אַוודאי, אָבער צווייטנס, צו אינספּירירן אים (אָדער זי) וועגן דער פּראַכט פֿון גאָטס וועלט; אָנצוּווײַזן ווי אַזוי אַ מענטש קען געפֿינען אַ גײַסטיקן חיזוק אַפֿילו פֿון די פּשוטסטע טאָג־טעגלעכע געשעענישן. די ביכער זענען זייער פּאָזיטיוו־געשטימט, און מײַדן אויס לשון־הרע (מיט אַנדערע ווערטער, קריטיק און נעגאַטיווע באַמערקונגען). דער ציל קלינגט שיין. די פּראָבלעם איז אָבער, אַז די העלדן קומען אויס איין־זײַטיק. איך קען זיך מיט זיי נישט אידענטיפֿיצירן ווײַל אין מיר אַליין געפֿינען זיך דאָך סײַ פּאָזיטיווע, סײַ נעגאַטיווע געפֿילן; סײַ האָפֿענונגען, סײַ אַנטוישונגען; סײַ פֿרייד, סײַ כּעס. דערפֿאַר, ווען איך לייען אַזאַ דערציילונג, קען איך נישט מיטפֿילן מיטן שרײַבער, סײַדן ער ווײַזט אָן זײַנע, אָדער זײַן העלדס אמתדיקע געפֿילן און געדאַנקען. במשך פֿון די לעצטע צען יאָר האָט זיך אָבער געפֿונען אַ חסידישער שרײַבער אויף דער אינטערנעץ, וואָס שרײַבט יאָ פֿון האַרצן, און טאַקע אויף ייִדיש. מיט אַ קריטיש אויג און אַ שאַרפֿן הומאָר, גיט ער איבער זײַנע אָבסערוואַציעס סײַ פֿון דער חסידישער, סײַ פֿון דער סעקולערער געזעלשאַפֿט: וועגן ליבע און חתונה האָבן, וועגן ערלעכקייט און היפּאָקריטסווע, אַפֿילו וועגן זײַנע אייגענע סעסיעס בײַ אַ סעקולערער פּסיכאָטעראַפּעווטין. ער שרײַבט די אָבסערוואַציעס אונטערן פּסעוודאָנים, קטלא קניא (דער טײַטש דערפֿון: "אַיִר־שנײַדער" אָדער "פֿאַרשטאָפּטן קאָפּ"), אינעם בלאָג* http://www.katlekanye.blogspot.com מײַן חבֿרטע האָט אונדז לעצטנס געבראַכט אַ קאַווע־קוכן מיט מאַרציפּאַן, וואָס איז געווען אַזוי געשמאַק, אַז ביזן סוף פֿון טאָג איז קיין ברעקל נישט געבליבן. אויב איר געפֿינט נישט קיין מאַרציפּאַן אין געשעפֿט, קענט איר ניצן מאַנדל־פּאַסטע (almond paste). שפּריצבוימל 1/2 טעפּל פּוטער 1/2 טעפּל צוקער 1/2 טעפּל ברוינער צוקער 2 אייער 1/2־2 טעפּלעך מעל 1 לעפֿעלע באַקסאָדע 1/2־1 לעפֿעלע באַקפּראָשיק 1 לעפֿעלע וואַניל אָדער ווישניאַק 1/4 לעפֿעלע זאַלץ 1/2־1 טעפּל נישט־פֿעטיקע סמעטענע 1 טעפּל מאַרציפּאַן, צעשניטן אויף שטיקלעך 1/2 טעפּל פּעקאַנען־ניס 1/2 טעפּל צוקער בײַ אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס קענען זיך אויס אויף דער אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקער פּאָליטיק, איז מאָרטאָן קלײַן, דער פּרעזידענט פֿון דער "ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פֿון אַמעריקע" (ZOA), אַ באַקאַנטער נאָמען. מער ווי 300 פֿון זײַנע בריוו און אַרטיקלען זענען שוין אָפּגעדרוקט געוואָרן אין צײַטונגען און זשורנאַלן איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט דער "ניו־יאָרק טײַמס", "וואַשינגטאָן פּאָסט", "יו־עס־איי טודיי", "וואָל־סטריט דזשורנאַל", "הארץ", דזשערוסאַלעם פּאָסט" און דער ישׂראלדיקער רוסישער צײַטונג "וועסטי". אויף דער וועבזײַט פֿון דער ZOA שטייט געשריבן, אַז איר ציל איז צו באַקענען דעם ברייטן עולם, די אַמטירנדיקע פּאָליטיקער, די מעדיאַ און די קאָלעדזש־סטודענטן מיט דער אָנגייענדיקער אַראַבישער מלחמה קעגן ישׂראל. קאַרטאָפֿל און קנאָבל זענען אַזוי געשמאַק צוזאַמען, אַז דאָס ווײַטערדיקער מאכל קען מען אַפֿילו עסן קאַלטערהייט. דערלאַנגט עס מיט פֿיש און אַ סאַלאַט, האָט איר אַ פֿאַרטיקע מאָלצײַט.
1/2־1 פֿונט (0.68 קילאָ) רויטע קאַרטאָפֿל
ווען אַן אינטעליגענטער, טאַלאַנטירטער ייִדישער בחור אָדער מיידל גראַדויִרט פֿון קאָלעדזש, זוכן זיי געוויינטלעך אַ געביט, וווּ ער אָדער זי קען זיך אויסצייכענען און, אויב מעגלעך, גוט פֿאַרדינען: מעדיצין, יוריספּרודענץ, פֿינאַנץ, די אַקאַדעמישע וועלט, אאַז״וו. אַ טייל פֿון די יונגע לײַט באַשליסן אָבער אַנדערש: אויסצוניצן זייערע פֿעיִקייטן צו פֿאַרבעסערן די ייִדישע געזעלשאַפֿט דאָ אין אַמעריקע אָדער אין ישׂראל. דאָס זענען די מענטשן וואָס די אָרגאַניזאַציע Presentense (איבערזעצונג: "די איצטיקע צײַט") זוכט צו העלפֿן. הײַיאָר האָט Presentense — וואָס אירע צווײַגן געפֿינען זיך אין ניו־יאָרק, פֿילאַדעלפֿיע, באָסטאָן, ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ — אויסגעקליבן 64 אַזוינע געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמער, און במשך פֿון פֿינף חדשים זיי באַקענט מיט געניטע ייִדישע קאָמונאַלע פֿירער, לערער און עצה־געבער אין פֿאַרשידענע געביטן, וואָס האָבן זיי געגעבן קאָנקרעטע עצות, ווי אַזוי צו פֿאַרוואַנדלען זייערע אינאָוואַטאָרישע געדאַנקען אין ווירקלעכע (און פֿינאַנציעל געראָטענע) אונטערנעמונגען.
"עסט געזונטערהייט!"
Eat In Good Health! |