|
האַרט לעווין דערציילט דעם עולם וועגן זײַן פּראָיעקט, Heart to Heart,
וואָס ער האָפֿט וועט אינספּירירן ייִדישע קאָלעדזש־סטודענטן מקרבֿ צו זײַן זייערע אַסימילירטע מיט־סטודענטן |
Credit: Brian Goldfarb |
ווען אַן אינטעליגענטער, טאַלאַנטירטער ייִדישער בחור אָדער מיידל גראַדויִרט פֿון קאָלעדזש, זוכן זיי געוויינטלעך אַ געביט, וווּ ער אָדער זי קען זיך אויסצייכענען און, אויב מעגלעך, גוט פֿאַרדינען: מעדיצין, יוריספּרודענץ, פֿינאַנץ, די אַקאַדעמישע וועלט, אאַז״וו.
אַ טייל פֿון די יונגע לײַט באַשליסן אָבער אַנדערש: אויסצוניצן זייערע פֿעיִקייטן צו פֿאַרבעסערן די ייִדישע געזעלשאַפֿט דאָ אין אַמעריקע אָדער אין ישׂראל. דאָס זענען די מענטשן וואָס די אָרגאַניזאַציע Presentense (איבערזעצונג: "די איצטיקע צײַט") זוכט צו העלפֿן.
הײַיאָר האָט Presentense — וואָס אירע צווײַגן געפֿינען זיך אין ניו־יאָרק, פֿילאַדעלפֿיע, באָסטאָן, ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ — אויסגעקליבן 64 אַזוינע געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמער, און במשך פֿון פֿינף חדשים זיי באַקענט מיט געניטע ייִדישע קאָמונאַלע פֿירער, לערער און עצה־געבער אין פֿאַרשידענע געביטן, וואָס האָבן זיי געגעבן קאָנקרעטע עצות, ווי אַזוי צו פֿאַרוואַנדלען זייערע אינאָוואַטאָרישע געדאַנקען אין ווירקלעכע (און פֿינאַנציעל געראָטענע) אונטערנעמונגען.
Presentense איז נישט קיין פֿונדאַציע, וואָס טיילט אויס סובסידיעס. "וואָס מיר טוען יאָ איז, מיר ווײַזן די אונטערנעמער אַ צאָל סטראַטעגיעס, ווי אַזוי אַליין צו אַנטוויקלען הכנסה פֿאַר זייער פּראָיעקט," האָט איבערגעגעבן דבֿורה פֿישמאַן, איינע פֿון די דירעקטאָרינס פֿון דער פּראָגראַם און די רעדאַקטאָרין פֿון דעם זשורנאַל, Presentense.
מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט דער ניו־יאָרקער צווײַג פֿון דער אָרגאַניזאַציע געפֿײַערט, אין מאַנהעטן, דעם סיום פֿון דער טרעניר־פּראָגראַם, וווּ מע האָט פֿאָרגעשטעלט די נײַע "שטערנס" צו דער עפֿנטלעכקייט, געבנדיק יעדן פֿון זיי אַ געלעגנהייט צו מעלדן וועגן זײַן פּראָיעקט, און האָפֿנטלעך געפֿינען דעם עולם, וואָס וואָלט צום מערסטנס גענאָסן דערפֿון.
איינע פֿון די אינאָוואַטאָרן, שאַראָן הייבערמאַן, האָט דערציילט וועגן איר פּראָיעקט, JS Matchpoint — אַן איניציאַטיוו וואָס האָפֿט אויסצושולן שדכנים און שדכנטעס צו טאָן די אַרבעט אויף אַ מער עפֿעקטיוון אופֿן. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס", האָט זי דערציילט, אַז זי און איר מאַן זענען שוין אַ לענגערע צײַט אַקטיוו בײַם העלפֿן "סינגלס" (נישט־חתונה געהאַטע) דורך אָרגאַניזירן קלאַסן און געזעלשאַפֿטלעכע אָוונטן פֿאַר זיי.
"לעצטנס, האָט זיך אָבער שטאַרק פֿאַרכּפֿלט די צאָל נישט־חתונה געהאַטע מענער און פֿרויען אין די דרײַסיקער און פֿערציקער, און מיר זאָרגן זיך, אַז אַ גרויסער טייל פֿון זיי וועלן אפֿשר קיין מאָל נישט חתונה האָבן אָדער האָבן קינדער. ממש אַ טראַגעדיע!"
"כאָטש אַ סך מענטשן פּרוּוון העלפֿן די מענטשן צו געפֿינען אַ שידוך, ווייסן זיי אָפֿט מאָל נישט, ווי אַזוי עס צו טאָן אויף אַן עפֿעקטיוון אופֿן," האָט הייבערמאַן געזאָגט. "צו פֿיל מאָל האָב איך שוין געזען ווי שדכנים פּאָרן צונויף אַ בחור מיט אַ מיידל, פּשוט ווײַל זיי וווינען אין דער זעלבער געגנט. זייער מי וואָלט געהאַט אַ סך מער דערפֿאָלג ווען זיי וואָלטן זיך בעסער באַקענט מיט די ׳סינגלס׳, און זיי צונויפֿצופּאָרן מיט מענטשן, וואָס זענען צו זיי פּסיכאָלאָגיש גוט צוגעפּאַסט. ס׳איז פּשוט נישטאָ קיין איין אָרגאַניזאַציע, וואָס טרענירט שדכנים אויף אַ סיסטעמאַטישן, פּראָפֿעסיאָנעלן אופֿן. מײַן ציל איז צו שאַפֿן אַזאַ אינסטיטוציע."
דורך JS Matchpoint האָפֿט הייבערמאַן צו פֿאַרבעטן פּסיכאָלאָגן און שדכנים, וואָס האָבן שוין בהצלחה צונויפֿגעשדכנט אַ סך פּאָרפֿעלקער, צו געבן קלאַסן און וואַרשטאַטן פֿאַר טאַטעס און מאַמעס, ראַבינער, קאָמונאַלע פֿירער און וואָלונטירן, וואָס ווילן זיך לערנען די קונסט פֿון שדכנות. צום סוף, וועלן די סטודענטן פֿון דער פּראָגראַם באַקומען אַ שדכנות־צערטיפֿיקאַט. הייבערמאַן האָפֿט אויך, אַז די שדכנים וועלן דינען ווי אַ וועגווײַזער במשך פֿון די ערשטע פּאָר ראַנדקעס, ווײַל אַ מאָל קאָן אַ שידוך קאַליע ווערן בלויז צוליב אַ מיספֿאַרשטענדעניש. אַ גוטער שדכן קאָן העלפֿן דאָס פּאָרל בײַצוקומען די קליינע אינצידענטן און פֿאַרשטאַרקן די פֿרײַנדשאַפֿט, כּדי עס זאָל קענען פֿירן צו אַן אמתער ליבע.
|
שאַראָן הייבערמאַן דערקלערט וועגן JS Matchpoint — דער פּראָיעקט צו גרינדן אַ לערן־פּראָגראַם פֿאַר שדכנות, בײַם סיום פֿון Presentense, דעם 25סטן מײַ, אין מאַנהעטן |
Credit: Brian Goldfarb |
אַ דאַנק הייבערמאַנס ענערגישער אַרבעט, האָט JS Matchpoint שוין צוגעצויגן אַ היפּשן אינטערעס אין דער ייִדישער קהילה. דער באַקאַנטער פּסיכאָלאָג, ד״ר דייוויד פּעלקאָוויץ, האָט שוין אָנגעבאָטן, אַז ער איז גרייט צו העלפֿן אָנפֿירן די וואַרשטאַטן פֿאַר שדכנים, און צוויי פּאָפּולערע שדכנות־ביוראָען האָבן געזאָגט הייבערמאַן, אַז זיי ווילן פֿאַרשרײַבן זייערע אייגענע שדכנים אויף דער פּראָגראַם. Saw You at Sinai וועט צושטעלן אירע 350 שדכנים, און Yeshiva University Connect וועט צושטעלן 200.
צווישן די אַנדערע יונגע פֿירער וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער פּראָגראַם בײַ Presentense איז מרים ביידער, אַ מוזיי־פּעדאַגאָג, וואָס האָפֿט צו באַקענען ייִדישע קינדער צווישן 12 און 14 יאָר מיט דער היסטאָרישער "עלדרידזש־גאַס־שיל און מוזיי" אין דער ניו־יאָרקער איסט־סײַד. זי איז אינספּירירט געוואָרן דאָס צו טאָן בעת זי האָט געאַרבעט ווי די בילדונג־דירעקטאָרין פֿונעם מוזיי. "כ׳האָב באַמערקט, אַז די קלאַסן וואָס זענען געקומען זען אונדזער שיל און אויסשטעלונג זענען געווען בלויז פֿון די עפֿנטלעכע שולן, נישט פֿון די ייִדישע שולן, און דאָס האָט מיך איבערראַשט," האָט ביידער געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס".
"דאָס איז דאָך אַן אויסערגעוויינטלעכער מיטל צו פֿאַרשטיין די אַמעריקאַנער ייִדישע געשיכטע! ס׳איז איין זאַך צו לערנען וועגן דער אימיגראַציע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט אין אַ לערנבוך; ס׳איז אָבער גאָר אַנדערש, ווען דו זעצט זיך אַוועק אויף דער זעלבער באַנק, וווּ די אימיגראַנטן זענען אַמאָל אַליין געזעסן!"
כּדי צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס די ייִדישע שולן אָרגאַניזירן נישט קיין עקסקורסיעס אינעם "עלדרידזש־גאַס מוזיי", האָט ביידער אַרויסגעשיקט אַנקעטעס צו 45 לערער פֿון ייִדישע טאָגשולן אין ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי; 11 פֿון זיי האָבן געענטפֿערט. פֿון די אַנקעטע־רעזולטאַטן, האָט ביידער זיך דערוווּסט, אַז די לימודים פֿון תּנ״ך, פֿונעם חורבן און מדינת־ישׂראל פֿאַרנעמען אַזוי פֿיל אָרט אינעם הײַנטיקן קוריקולום פֿון דער ייִדישער טאָגשול, אַז עס בלײַבט זייער ווייניק צײַט צו לערנען וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע — שוין אָפּגערעדט, צו ברענגען די קינדער אויף עקסקורסיעס צו היסטאָרישע ערטער.
"דער חורבן און ישׂראל זענען טאַקע וויכטיקע טעמעס, אָבער ווען אַ קינד פֿון 12 אָדער 13 יאָר לערנט זיך וועגן דער אימיגראַציע קיין אַמעריקע, איז עס אים נענטער צום האַרצן," האָט ביידער דערקלערט. "ווען די ייִדישע אימיגראַנטן זענען געקומען קיין אַמעריקע האָבן זיי געמוזט באַשליסן וואָס פֿאַר אַ מין ייִדיש לעבן וועלן זיי דאָ האָבן? וואָס פֿאַר אַ מין שילן דאַרף מען בויען? זיי האָבן געדאַרפֿט אַנטוויקלען זייער אייגענע ייִדישע אידענטיטעט. אַ קינד אין די בר־ און בת־מיצווה יאָרן מאַכט דורך אַן ענלעכן פּראָצעס, בעת זיי באַשליסן, וואָס וועט ווען זײַן זייער אייגענע ייִדישע אידעניטעט."
ווען ביידער האָט אויפֿגעטראָטן בײַם סיום, האָט די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿונעם "עלדרידזש־גאַס־מוזיי" זי באַגלייט, כּדי צו ווײַזן, אַז זי איז גרייט ממשיך צו זײַן דעם פּראָיעקט, וואָס ביידער האָט אָנגעהויבן — מיט אַנדערע ווערטער, אָנהאַלטן נאָענטע פֿאַרבינדונגען מיט די אָרטיקע ייִדישע שולן, און מוטיקן זיי צו ברענגען זייערע תּלמידים אינעם מוזיי און דערבײַ אײַנגלידערן די אַמעריקאַנער ייִדישע געשיכטע אין זייער קוריקולום, אויף ווי ווײַט מעגלעך.
אַן אַנדער פּראָיעקט, וואָס דער ניו־יאָרקער צווײַג פֿון Presentense האָט הײַיאָר געשטיצט, איז Heart to Heart — אַ באַוועגונג פֿון ייִדישע קאָלעדזש־סטודענטן, וואָס באַמיט זיך צוצוציִען אַסימילירטע ייִדישע סטודענטן אויף די קאַמפּוסן דורך פֿאַרבעטן זיי אויף שבתדיקע מאָלצײַטן, ייִדישע יום־טובֿים און לערן־סעסיעס פֿאַר אָנהייבער.
"מיר קענען זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף די פֿילאַנטראָפּן און חב״ד צו אַנטוויקלען אַ פֿאַרבינדונג צווישן די ייִדישע סטודענטן, אָדער צו באַקעמפֿן דעם גלײַכגילט פֿון אַ סך יונגע ייִדן," האָט באַמערקט דער גרינדער, האַרט לעווין. "נישט גענוג יונגע ייִדן פֿאַרשטייען, אַז זיי קענען, און דאַרפֿן אַליין צולייגן אַ האַנט."
|
דזשאָרי סטילמאַן גיט איבער וועגן איר פּראָיעקט, Shalom Kids Yoga |
Credit: Brian Goldfarb |
צווישן די אַנדערע פּראָיעקטן: 1) Shalom Kids Yoga — אַ DVD, געמאַכט פֿון דזשאָרי סטילמאַן, וואָס ווײַזט די קינדער, ווי אַזוי אויסצוניצן דעם גוף, מוח און נשמה בײַם לערנען זיך ייִדישע באַגריפֿן, ווי, למשל, די זעקס טעג פֿון בריאות־העולם און שבת. דער DVD נעמט אויך אַרײַן אינסטרוקציעס פֿאַר עלטערן, לערער פֿון טאָגשולן און נאָכמיטאָג־שולן און ייִדישע זומער־לאַגערן; 2) ElissaBeth SEO, אַ פֿירמע וואָס לערנט פֿול־צײַטיקע באַלעבאָסטעס ווי אַזוי אויסצוניצן דעם קאָמפּיוטער צו פֿאַרדינען געלט בײַ זיך אין דער היים — אַ גרויסע הילף פֿאַר פֿרומע ייִדישע מאַמעס מיט אַ סך קינדער, און 3) Arts by Day, וואָס מוטיקט ייִדישע טאָגשולן אַרײַנצוברענגען קינסטלער אין קלאַס צו העלפֿן די תּלמידים אויסדריקן וואָס זיי האָבן געלערנט אין זייערע ייִדישע קלאַסן דורך קינסטלערישע שאַפֿונגען: אָנשרײַבן און אויסשפּילן פּיעסעס; מאַכן פֿילמען און שאַפֿן סקולפּטורן. אָנהייבנדיק פֿון סעפּטעמבער, וועט די גרינדערין, שׂרה סאָקאָליק, דורכפֿירן די פּראָגראַם אין דער "סאָלאָמאָן שעכטער טאָגשול פֿון בערגען קאַונטי", און אויך אַנדערע שולן האָבן זיך שוין אָפּגערופֿן, אַז זיי זענען פֿאַראינטערעסירט אין אַזאַ פּראָגראַם.
"די יונגע טאַלאַנטן וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין Presentense זענען זייער איבערגעגעבן זייערע פּראָיעקטן, און פֿול מיט ענערגיע," האָט פֿישמאַן געזאָגט. "טאַקע דערפֿאַר האָבן מיר במשך פֿון די פֿינף חדשים כּסדר געפֿרעגט: וואָס ווילט איר דערגרייכן? ווי אַזוי קענען מיר אײַך העלפֿן קומען פֿון מצרים קיין כּנען?
"איך האַלט, אַז זיי האָבן דעם כּוח ממש איבערצומאַכן דעם ניו־יאָרקער ייִדישן ציבור," האָט זי געזאָגט.