- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וואָך האָט מען דערמאָנט אַ געשעעניש פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואָס האָט געהאַט אַ ממשותדיקע השפּעה, קודם־כּל, אויף אַ גיכערן סוף פֿון דער שרעקלעכער שחיטה אין אייראָפּע; מיר מיינען דאָ דעם טאָג פֿון 6טן יוני 1944, ווען אין נאָרמאַנדיע, פֿראַנקרײַך, האָבן זיך דעסאַנטירט די מיליטער־טיילן פֿון דער אַנטי־היטלעריסטישער קאָאַליציע. דערמיט איז געעפֿנט געוואָרן דער אַזוי גערופֿענער "צווייטער פֿראָנט". אויף די שפּאַלטן פֿון דער וועלט־געשיכטע ווערט עס אָפּגעשאַצט פֿון צוויי קוקווינקלען — די מערבֿדיקע אָפּשאַצונג און די סאָוועטישע. אייגנטלעך, קומט אַרויס דער טערמין "צווייטער פֿראָנט" פֿון די סאָוועטישע קוואַלן, און דערבײַ פֿלעגט שטענדיק צוגעגעבן ווערן אַ קאָמענטאַר וועגן "אַ פֿאַרשפּעטיקטער אַטאַקע" קעגן נאַצי־דײַטשלאַנד, ווען דער גורל פֿון דער מלחמה, לויט זייער השערה, איז שוין צו יענער צײַט געלייזט געוואָרן, און די היטלעריסטישע אַרמיי, אַן אויסגעמאַטערטע און אַן אַנטבלוטיקטע, האָט זיך קוים קעגנגעשטעלט דעם מערבֿדיקן מיליטער. לעצטנס בין איך אַוועק זען "אָנקל וואַניאַ" (Дядя Ваня), געשפּילט בלויז צוויי טעג אין ניו־יאָרק, מיטן אָנטייל פֿונעם מאָסקווער "קונסט־טעאַטער" (МХАТ). געוואָלט ממש זען מיט די אייגענע אויגן צום ערשטן מאָל די שילדערונג פֿון אַזאַ פּרעסטיזשפֿולן מאָסקווער "קונסט־טעאַטער" טשעכאָווס פּיעסע אין אָריגינעלן רוסיש. פֿאַרשטייט זיך, אַז מײַן רוסיש איז געווען גאַנץ נישטיק קעגן זייער עלעגאַנטן, פּרעציזן, שוין אָפּגערעדט ווען עס האַנדלט זיך אין טשעכאָווס רײַכן, רוסישן שפּראַך־אוצר. קיין אונטערטיטלען זײַנען נישט געווען בנימצא, אָבער אַן איבערזעצונג אײַנגעפֿעדעמט אין די אויערן — יאָ. אַזוי אַז איך האָב גענאָסן פֿון ביידע וועלטן — אי הערן אַ ביסל רוסיש, אי פֿאַרשטיין די דראַמע ווי מען פֿירט זי אויף פֿאַר מײַנע אויגן. און לאָמיר זיך נישט נאַרן. די רוסישע רעגירונג האָט לאַנגע, לאַנגע יאָרן אויסגעהאַלטן און האַלט נאָך אַלץ אויס די קונסט, צווישן זיי טעאַטער, באַלעט, אָפּערע, מוזיק אין רוסלאַנד; פּונקט ווי ס׳רובֿ ציוויליזירטע אייראָפּעיִשע לענדער וואָס סובסידירן זייערע קונסט־אַנשטאַלטן ווי עס באַדאַרף צו זײַן, אַ חוץ דעם רײַכסטן לאַנד אין דער וועלט, אַמעריטשקע. נישט אַנדערש, ווי עס איז אַ סימן פֿון אָפּגעשטאַנענקייט, פֿאַרגרעבטקייט און פּרימיטיווקייט. מוזן די קונסט־אַנשטאַלטן אין אַמעריקע זיך מאָרדעווען פֿון יאָר צו יאָר צו פֿאַרזיכערן זייער עקזיסטענץ. עס רײַסט מיר דאָס האַרץ אַזוי צו "באַזינגען" מײַן אַמעריקע, אָבער אונדזערע סענאַטאָרן און קאָנגרעסלײַט פֿון אייביק אָן קומען אַרויס פֿון פּשײַטש און אײַנשישאָק, אויסגעוויילט געוואָרן פֿון פּרימיטיווע וויילערס. אַזאַ פּנים האָט עס. ווען אַן אינטעליגענטער, טאַלאַנטירטער ייִדישער בחור אָדער מיידל גראַדויִרט פֿון קאָלעדזש, זוכן זיי געוויינטלעך אַ געביט, וווּ ער אָדער זי קען זיך אויסצייכענען און, אויב מעגלעך, גוט פֿאַרדינען: מעדיצין, יוריספּרודענץ, פֿינאַנץ, די אַקאַדעמישע וועלט, אאַז״וו. אַ טייל פֿון די יונגע לײַט באַשליסן אָבער אַנדערש: אויסצוניצן זייערע פֿעיִקייטן צו פֿאַרבעסערן די ייִדישע געזעלשאַפֿט דאָ אין אַמעריקע אָדער אין ישׂראל. דאָס זענען די מענטשן וואָס די אָרגאַניזאַציע Presentense (איבערזעצונג: "די איצטיקע צײַט") זוכט צו העלפֿן. הײַיאָר האָט Presentense — וואָס אירע צווײַגן געפֿינען זיך אין ניו־יאָרק, פֿילאַדעלפֿיע, באָסטאָן, ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ — אויסגעקליבן 64 אַזוינע געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמער, און במשך פֿון פֿינף חדשים זיי באַקענט מיט געניטע ייִדישע קאָמונאַלע פֿירער, לערער און עצה־געבער אין פֿאַרשידענע געביטן, וואָס האָבן זיי געגעבן קאָנקרעטע עצות, ווי אַזוי צו פֿאַרוואַנדלען זייערע אינאָוואַטאָרישע געדאַנקען אין ווירקלעכע (און פֿינאַנציעל געראָטענע) אונטערנעמונגען. צו אונדז אין רעדאַקציע איז געקומען אַ חשובֿער גאַסט — אַ לאַנג־יאָריקער קעמפֿער אין ישׂראל פֿאַר מענטשן־רעכט, שלום און גערעכטיקייט און דערצו — אַ רבֿ; און ניט סתּם אַ רבֿ, נאָר דער ערשטער סאַברע, וואָס האָט באַקומען סמיכות ווי אַ קאָנסערוואַטיווער רבֿ אין ישׂראל — אהוד באַנדעל. ער האָט באַזוכט די פֿאַראייניקטע שטאַטן צוליב דעם, וואָס מע האָט אים און הרבֿ אַריק אַשערמאַן, די צוויי גרינדער פֿון דער אָרגאַניזאַציע "שׁומרי־מישפּט: רבנים פֿאַר מענטשן־רעכט" אין ישׂראל, באַערט מיט דעם בכּבֿודיקן "גאַנדי שלום־פּריז". די אָרגאַניזאַציע "ראַבינער פֿאַר מענטשן־רעכט" דערקלערט וועגן זיך, לויט זייער וועבזײַטל, אַז זי איז די איינציקע אָרגאַניזאַציע הײַנט־צו־טאָג אין ישׂראל וואָס לאָזט הערן דאָס קול פֿון ציוניזם און פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, וואָס שייך מענטשן־רעכט; און זיי גלייבן, אַז אָט די דרײַ עלעמענטן גייען האַנט בײַ האַנט. מע האָט זי געגרינדעט אין יאָר תּשמ"ט (1988) און זי באַרימט זיך, אַז צווישן אירע הונדערט מיטגלידער אין ישׂראל, קען מען געפֿינען אַלע סאָרטן רבנים: אָרטאָדאָקסן, קאָסערוואַטיווע, רעקאָסטרוקציאָניסטן, רעפֿאָרמער און רעניועל. זיי אַלע טענהען, אַז זיי זענען די איינציקע רבנים־אָרגאַניזאַציע אין ישׂראל וווּ אַלע מינים ייִדישע צווײַגן אַרבעטן בשותּפֿות. מײַן שמועס מיט הרבֿ אהוד באַנדעל האָט זיך אָנגעהויבן פֿון מײַן ביטע ער זאָל דערציילן אַ ביסל וועגן דעם שלום־פּריז אויף גאַנדיס נאָמען. אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, זינט דעם 19טן יאָרהונדערט, זענען געווען ייִדישע שרײַבער וועלכע מיר קענען אָנרופֿן "טאָטאַלע שרײַבער". דאָס זײַנען שרײַבער וואָס האָבן געשריבן און געדרוקט אין פֿיל ליטעראַרישע זשאַנערן — פּראָזע, פּאָעזיע, פּובליציסטיק, ליטעראַטור־קריטיק, דראַמעס, בריוו, פּאָפּולערע וויסנשאַפֿטן און איבערזעצונגען; יעדער איינער פֿון זיי האָט אויך רעדאַגירט זשורנאַלן און ליטעראַרישע זאַמלביכער, זיי האָבן געשריבן פּאָלעמישע אַרטיקלען, און דער עיקר, זיי זײַנען געווען צוויי־שפּראַכיקע שרײַבער (אויף ייִדיש און העברעיִש), אָדער אַפֿילו דרײַ־שפּראַכיקע, און פּאָליגלאָטן ממש. צווישן אָט די ייִדישע שרײַבער דאַרף מען דערמאָנען: מענדעלע מוכר־ספֿרים, י. ל. פּרץ, שלום־עליכם, אַהרן צייטלין, דער הומאָריסט דער טונקעלער, און צוויי שרײַבער פֿון שארית־הפּליטה — מרדכי שטריגלער און אלי וויזעל. אלי וויזעל, אַ געבוירענער אין סיגעט־מאַרמאָרעש (1928), באַהערשט ייִדיש, העברעיִש, פֿראַנצויזיש, רומעניש, אונגאַריש, ענגליש און דײַטש. ווי אַ טאָטאַלער שרײַבער, שרײַבט ער און דרוקט אין פֿיר שפּראַכן לכל־הפּחות: פֿראַנצויזיש, ייִדיש, העברעיִש און ענגליש, און די זשאַנערן פֿון זײַן ליטעראַרישער טעטיקייט נעמען אַרום קורצע דערציילונגען, מעמואַרן און דערציילערישע פּראָזע, חסידישע שריפֿטן, אגדות, לעגענדאַרישע פּראָזע, דראַמעס, פֿילמיניקע זשורנאַליסטישע שריפֿטן, ליטעראַטור־קריטיק, ראָמאַנען, פּובליציסטישע שריפֿטן וועגן גורל און געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק אין סאָוועט־רוסלאַנד און ארץ־ישׂראל, רעפֿעראַטן און רעדעס אויף אַ שלל טעמעס אויפֿן געביט פֿון יודאַיִסטישע וויסנשאַפֿטן, אַקטועלע רעפּאָרטאַזשן, רעדאַקטאָר פֿון אַ טעאַטער־צײַטונג אויף ייִדיש, און אַ לאַנג־יאָריקע פּובליציסטישע טעטיקייט אין דער ייִדישער פּרעסע אין פּאַריז און ניו־יאָרק, ווי אויך אין דער העברעיִשער פּרעסע פֿון מדינת־ישׂראל. ס’רובֿ ביכער זײַנע דערשײַנען קודם־כּל אויף פֿראַנצויזיש און ווערן איבערגעזעצט אויף ענגליש און אויף העברעיִש. חג־השבֿועות דער הײַנטיקער יום־טובֿ, שבֿועות, האָט עטלעכע נעמען. אין דער תּורה הייסט ער "חג־הביכּורים" — דער טאָג, ווען די ייִדישע פֿאַרמער פֿלעגן ברענגען די ערשטע פּירות פֿון דער נײַער גערעטעניש — די ביכּורים. מע פֿלעגט אויך ברענגען צוויי ספּעציעלע לאַבנס ברויט, געמאַכט פֿון דער פֿריש־געשניטענע ווייץ — מנחת־הביכּורים. שבֿועות ווערט אויך אָנגערופֿן אין אַן אַנדער פּסוק "חג־הקציר" — דער יום־טובֿ פֿון שניטצײַט, ווײַל ער האָט באַצייכנט דעם אָנהייב פֿון ווייץ־שניט. מע זעט, אַז אין דער תּורה ווערט דער הײַנטיקער יום־טובֿ פֿאַבונדן מיטן יערלעכן לאַנדווירטשאַפֿטלעכן ציקל. די ספֿירות־העומר איז געווען בעצם אַן אַגריקולטורערע מיצווה: פֿונעם צווייטן טאָג פּסח ביז שבֿועות פֿלעגט מען ברענגען אינעם בית־המיקדש אַ געוויסע מאָס גערשטן, ציילנדיק די טעג. אין מישנה און גמרא, ווערט שבֿועות אָנגערופֿן "עצרת" — אָפּשטעלונג — ווײַל דאָס איז דער לעצטער טאָג פֿון אַ גאַנצער סעריע מיצוות, וועלכע הייבן זיך אָן פֿון פּסח. מע קאָן זאָגן, אַז דער געוויינטלעכער הײַנטיקער נאָמען פֿונעם יום־טובֿ — שבֿועות, וואָס מיינט "וואָכן" — האָט אַן ענלעכן באַדײַט: מע ציילט זיבן וואָכן נאָך פּסח און מע מאַכט אַ סך־הכּל.
Marat Grinberg,
דער סאָוועטישער דיכטער באָריס סלוצקי (1919—1986) געהערט צו דעם ערשטן — און דעם לעצטן — דור, וואָס זייער גאַנץ לעבן איז אַדורך אונטער דער שליטה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. די מלחמה האָט צעשפּאָלטן זייער לעבן אויף צוויי טיילן. "דאָס געבוירן־יאָר נײַנצן נײַנצן — צוויי און צוואַנציק אין איין און פֿערציקסטן יאָר", אַזוי הייבן זיך אָן די באַקאַנטסטע לידער זײַנע. אין דער רוסישער דיכטונג איז סלוצקי באַקאַנט, קודם־כּל, ווי אַ מלחמה־דיכטער. זײַן קוק איז תּמיד ניכטער און זאַכלעך, זײַן וואָרט — וואָגיק און שפּאָרעוודיק. אַ זעלטענער מײַסטער פֿון דער פּאָעטישער טעכניק, מײַדט ער בכּיוון אויס וואָסער ניט איז עפֿעקטן און באַנוצט זיך מיטן "פּראָזאַיִשן" לעקסיקאָן. סלוצקי, ווי אַ מענטש, לאָזט זיך ניט אַרײַנלייגן אין אַ סדום־בעטל פֿון דער פּשוטער אַלטערנאַטיוו סאָוועטיש/אַנטי־סאָוועטיש׃ ער איז פֿאַרבליבן אַ מיטגליד פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און אַ געטרײַער סאָוועטישער פּאַטריאָט, אָבער ער איז אויך געווען אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון דער סאָוועטישער ווירקלעכקייט, און בפֿרט פֿונעם מלוכישן אַנטיסעמיטיזם נאָך דער מלחמה. אויפֿן פֿראָנט איז ער שווער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן און איז פֿאַרבליבן אַן אינוואַליד. די לעצטע אַכט יאָר פֿון זײַן לעבן, נאָכן טויט פֿון זײַן פֿרוי, האָט ער געליטן פֿון אַ שווערער דעפּרעסיע און גאָרניט ניט געשריבן. מיר געפֿינען זיך אין אַ צײַט ווען אַ סך ייִדן, דער עיקר יונגע, ווילן אויסדריקן זייער ייִדישקייט אויף אַזאַ אופֿן וואָס שטימט נישט מיט די אָנגענומענע דרכים פֿון די גרעסערע צווײַגן פֿון ייִדישקייט. עפּעס פֿעלט זיי, ווען זיי קומען דאַווענען אין שיל — צו טרוקן, אָן נשמה, אָן האַרץ. דער מוזיקער דזשאָיִ ווײַזענבערג, אַ באַקאַנטער גיטאַר־שפּילער און מאַנדאָדלין־שפּילער וואָס שטאַמט פֿון מילוואָקי, וויסקאָנסין, האָט באַוויזן, אַז מע קען העלפֿן אָנפֿילן דעם גײַסטיקן בלויז מיט נגינה און זמירות אינעם חסידישן נוסח, אָבער מיט אַ מאָדערנעם צוגאַנג. זײַנע געדאַנקען און עצות, ווי אַזוי צו ניצן נגינה כּדי צו דערהייבן דאָס רוחניות און אײַנפֿירן אַ ביסל האַרציקייט בײַם דאַווענען, האָט ער אויסגעדריקט אין זײַן נײַ בוך, ״Building Singing Communities: A Practical Guide to Unlocking the Power of Music in Jewish prayer״ [דאָס אַנטוויקלען געזאַנג־קהילות: אַ פּראַקטישער וועגווײַזער ווי צו פֿאַרשטאַרקן דעם כּוח פֿון מוזיק אין דער ייִדישער תּפֿילה], וואָס ווערט אַרויסגעגעבן פֿונעם פֿאַרלאַג "מכון הדר". די גרויסע, אַלטע שיל אויף "קיין"־גאַס אין ברוקלין האָט פֿאַרבעטן ווײַזענבערגן צו ווערן דער מוזיק־דירעקטאָר דאָרטן מיט צוויי יאָר צוריק. אָנצושטעלן אַ מענטש אויף אַזאַ פּאָזיציע אין אַ שיל, איז אַ נײַע אַנטוויקלונג, און איז אַוודאי נישט קיין גוטע בשׂורה פֿאַר די חזנים, וואָס פֿלעגן דינען, למעשׂה, ווי די מוזיק־דירעקטאָרן פֿון דער סינאַגאָגע. עס שפּיגלט אָפּ דעם אינטערעס בײַ די הײַנטיקע מנינים אין דעמאָקראַטיזירן און פֿאַרשפּרייטן דאָס געזאַנג אין שיל, כּדי וואָס מער מתפּללים זאָלן זיך קענען באַטייליקן. אין גיכן האָט דזשאָיִ ווײַזענבערג געהאַט הצלחה בײַם צוציִען צו זײַן מנין אַ יונגן עולם, אַ מנין וואָס האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף נגינה. אין אונטערשטן מאַנהעטן, ניו־יאָרק, אין איינער פֿון די עלטסטע סינאַגאָגעס (172 Norfolk Street) האָבן צוויי אַמעריקאַנער קונסט־אָרגאַניזאַציעס אײַנגעאָרדנט אַן אויסשטעלונג פֿון זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס, פֿאַרבונדן מיטן לעבן פֿונעם גרויסן רוסישן קינסטלער, איליאַ רעפּין, געבראַכט פֿון רוסישן מוזיי אין סאַנקט־פּעטערבונג. בסך־הכּל, 40 פֿאָטאָגראַפֿיעס, געמאַכט צווישן די יאָרן 1899 און 1930. איליאַ רעפּין איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע אין 1844 און געשטאָרבן אין פֿינלאַנד, אין 1930. די פֿאָטאָגראַפֿיעס האָט געמאַכט זײַן צווייטע פֿרוי, נאַטאַליאַ נאָרדמאַן. אין 1899 האָט רעפּין געקויפֿט אַן ערד־חלק אינעם דאָרף קואָקאַלאַ, פֿינלאַנד, און דאָרט אויפֿגעבויט אַ דאַטשע, וועלכע איז אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון רוסישער קולטור אונטערן נאָמען "פּענאַטי". דאָרטן האָט ער אויסגעלעבט זײַנע לעצטע 30 יאָר. אין 1918 איז פֿינלאַנד געוואָרן אומאָפּהענגיק פֿון רוסלאַנד, איז דאָס דאָרף פֿאַרבליבן אויסער דער רוסישער גרענעץ. צוויי דינע ביכלעך, ביידע צוויי־שפּראַכיק, ייִדיש און ענגליש, זענען אָנגעקומען אין דער רעדאַקציע; איינס פֿון אָריגענעלע לידער פֿונעם פּאָעט שלום בערגער, דאָס צווייטע — אַ זאַמלונג פֿון איבערזעצונגען פֿון ייִדישע לידער געשריבן אין קופּלעטן־פֿאָרעם, צונויפֿגעשטעלט און איבערגעזעצט פֿונעם באַקאַנטן איבערזעצער בערל זומאָף. כאָטש שלום בערגער איז נישט קיין פּנים־חדשות אין דער ייִדישער ליטעראַרישער וועלט, און שרײַבט און דרוקט לידער שוין יאָרן לאַנג אין זשורנאַלן און אין דער אינטערנעץ, איז דאָס דאָזיקע פּאָעזיע־ביכל — "זאָג כאָטש להבֿדיל" — זײַן ערשטע פּובליקאַציע אין בוך־פֿאָרעם. דאָס ווערק נעמט אויך אַרײַן אינטערעסאַנטע און טשיקאַווע גראַפֿישע בילדער צו אילוסטרירן געוויסע לידער און קופּלעטן. אינעם בוך לייענט מען גאַנצע לידער אויף ענגליש אָדער ייִדיש, און אויף דער אַנדערער זײַט לייענט מען אַן איבערגעזעצטן פּאָעטישן תּמצית פֿונעם ליד אויף דער אַנדערער שפּראַך. בערגער שרײַבט סײַ געגראַמטע לידער, סײַ ווײַסע פֿערזן, און די לידער אין דער זאַמלונג, זענען, מיר דאַכט, נישט אַזוי "געדיכט" ווי די פֿריִערדיקע. ווי באַקאַנט איז דער "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק" געוואָרן אַ וועלטצענטער פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך־ און ליטעראַטור־פֿאָרשונג. מיט דער וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט פֿירט אָן פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי און אַן איבערגעגעבענע געטרײַע גרופּע פֿון לערער און פֿאָרשער. אָקאָרשט האָט מען מודיע געווען, אַז ס'איז אַרויס פֿון דרוק אַ נײַע, פֿאַרבעסערטע אויסגאַבע פֿונעם "ייִדיש־פֿראַנצייזיש ווערטערבוך", וואָס איז רעדאַקטירט געוואָרן פֿון בערל ווײַסבראָט און פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי, מיט דער צוזאַמענאַרבעט פֿון פּראָפֿ׳ שמעון נויבערג. דאָס ווערטערבוך, וואָס איז צו ערשט אַרויס אין 2000 און איז כּולל 37,000 ווערטער, האָט מען אין גאַנצן אויספֿאַרקויפֿט. דערצו, האָט מען געכאַפּט פֿאַרשיידענע גרײַזן און אומפּינקטלעכקייטן אין דער ערשטער אויסגאַבע און, אויף וויפֿל ס'איז געווען טעכניש מעגלעך, זיי אויסגעבעסערט אין דער איצטיקער אויסגאַבע. ווען מיר, ייִדן, רעדן וועגן די-פּי-לאַגערן און די מענטשן פֿון די דאָזיקע צײַטווײַליקע ייִשובֿים אין דער נאָך-מלחמהדיקער אייראָפּע, מיינען מיר, בדרך-כּלל, די ייִדן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן; ס’רובֿ אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און זײַנען פֿאַרבליבן שטעקן אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך צי איטאַליע, וואַרטנדיק אויף אַ מעגלעכקייט צו פֿאָרן קיין ארץ-ישׂראל, אַמעריקע צי נאָך ערגעץ-וווּ. ס’איז באַוווּסט, אַז די דאָזיקע שארית-הפּליטה האָבן אַרײַנגעטראָגן אַ ממשותדיקן בײַטראָג אין דעם אויפֿבוי פֿון ישׂראל, און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן זיי געשפּילט — און זייערע קינדער שפּילן ביזן הײַנטיקן טאָג — אַן אָנגעזעענע ראָלע אין ייִדישן לעבן. אמת, דאָס איז געוויינטלעך אַ ראָלע פֿון יחידים, ניט פֿון אַן אָרגאַניזירטן ציבור — די שארית-הפּליטה איז גלײַך ווי צערונען געוואָרן אין דער ייִדישער סבֿיבֿה. אין דער אמתן, האָט די שארית-הפּליטה געשאַפֿן נאָר איינעם, און דווקא גאָר ניט דעם גרעסטן, חלק אין דער אַלגעמיינער די-פּי-באַפֿעלקערונג. למשל, אין 1946 איז די צאָל פּוילישע "די-פּיס" געווען פֿיר מאָל גרעסער פֿון דעם ייִדישן קאָנטינגענט. איך ווייס פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג, אַז דאָס קען זײַן אַ נײַעס פֿאַר אַ סך ייִדן, בפֿרט פֿון דעם ייִנגערן דור. ווען איך דערמאָן אין מײַנע לעקציעס ניט-ייִדישע ד־י־פּיס, זע איך, אָפֿט מאָל, אַז די סטודענטן בלײַבן פֿאַרחידושט פֿון דער דאָזיקער אינפֿאָרמאַציע, ווײַל פֿאַר זיי איז די-פּי אַ ייִדישער באַגריף, ניט זעלטן — אַ טייל פֿון זייער משפּחה-געשיכטע. ניט צופֿעליק איז דאָס וואָרט "די-פּי" אַרײַן אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך, בײַנאַנד מיטן סינאָנים "פֿאַרוואָגלטע". |