מיר געפֿינען זיך אין אַ צײַט ווען אַ סך ייִדן, דער עיקר יונגע, ווילן אויסדריקן זייער ייִדישקייט אויף אַזאַ אופֿן וואָס שטימט נישט מיט די אָנגענומענע דרכים פֿון די גרעסערע צווײַגן פֿון ייִדישקייט. עפּעס פֿעלט זיי, ווען זיי קומען דאַווענען אין שיל — צו טרוקן, אָן נשמה, אָן האַרץ. דער מוזיקער דזשאָיִ ווײַזענבערג, אַ באַקאַנטער גיטאַר־שפּילער און מאַנדאָדלין־שפּילער וואָס שטאַמט פֿון מילוואָקי, וויסקאָנסין, האָט באַוויזן, אַז מע קען העלפֿן אָנפֿילן דעם גײַסטיקן בלויז מיט נגינה און זמירות אינעם חסידישן נוסח, אָבער מיט אַ מאָדערנעם צוגאַנג. זײַנע געדאַנקען און עצות, ווי אַזוי צו ניצן נגינה כּדי צו דערהייבן דאָס רוחניות און אײַנפֿירן אַ ביסל האַרציקייט בײַם דאַווענען, האָט ער אויסגעדריקט אין זײַן נײַ בוך, ״Building Singing Communities: A Practical Guide to Unlocking the Power of Music in Jewish prayer״ [דאָס אַנטוויקלען געזאַנג־קהילות: אַ פּראַקטישער וועגווײַזער ווי צו פֿאַרשטאַרקן דעם כּוח פֿון מוזיק אין דער ייִדישער תּפֿילה], וואָס ווערט אַרויסגעגעבן פֿונעם פֿאַרלאַג "מכון הדר".
די גרויסע, אַלטע שיל אויף "קיין"־גאַס אין ברוקלין האָט פֿאַרבעטן ווײַזענבערגן צו ווערן דער מוזיק־דירעקטאָר דאָרטן מיט צוויי יאָר צוריק. אָנצושטעלן אַ מענטש אויף אַזאַ פּאָזיציע אין אַ שיל, איז אַ נײַע אַנטוויקלונג, און איז אַוודאי נישט קיין גוטע בשׂורה פֿאַר די חזנים, וואָס פֿלעגן דינען, למעשׂה, ווי די מוזיק־דירעקטאָרן פֿון דער סינאַגאָגע. עס שפּיגלט אָפּ דעם אינטערעס בײַ די הײַנטיקע מנינים אין דעמאָקראַטיזירן און פֿאַרשפּרייטן דאָס געזאַנג אין שיל, כּדי וואָס מער מתפּללים זאָלן זיך קענען באַטייליקן. אין גיכן האָט דזשאָיִ ווײַזענבערג געהאַט הצלחה בײַם צוציִען צו זײַן מנין אַ יונגן עולם, אַ מנין וואָס האָט געשטעלט דעם טראָפּ אויף נגינה.
ער שרײַבט אין דעם אַרײַנפֿיר, אַז דער ציל פֿונעם בוך "איז צו באַשרײַבן פּראַקטישע סטראַטעגיעס, ווי צו שאַפֿן מוזיק צוזאַמען, און ווי צו באַנײַען די אוראַלטע מוזיקאַלישע ירושה אויף אַזאַ אופֿן, וואָס זאָל אונדז געבן די מעגלעכקייט צו געפֿינען שיינקייט און גײַסטיקע באַוווּסטזיניקייט אין אונדזערע הײַנטיקע לעבנס".
בדרך־כּלל האַלט איך נישט פֿון פֿאַרבינדן די "אוראַלטע" ייִדישע ירושה (דאָס הייסט תּנ״כישע) מיט דער הײַנטיקער, מאָדערנער ירושה ("פֿון דוד המלך ביז יאָסעלע ראָזענבלאַט", שרײַבט ער ווײַטער), ווײַל אַזאַ גײַסטיקע, קולטורעלע קייט דורך אַזוי פֿיל דורות, איז מער אַ ראָמאַנטישע פֿאַנטאַזיע, ווי אַ רעאַליטעט. דערצו, איז נישט נייטיק אָנצורופֿן די ייִדישע מוזיק פֿון טויזנטער יאָרן צוריק, כּדי צו אָנערקענען די וויכטיקייט פֿון די הײַנטיקע טראַדיציעס; די שיינקייט פֿון דער ייִדישער מוזיק במשך פֿון די לעצטע 200 יאָר "קען זײַן שטעטל באַשטיין". די עיקר־טראַדיציע, פֿון וועלכער ווײַזענבערג שעפּט, איז די חסידישע; דאָס קען מען נישט לייקענען. אָבער ווײַזענבערג וויל פֿאַרברייטערן די טראַדיציע, זי זאָל אַרײַננעמען וואָס אַ גרעסערן עולם (פֿרויען אַוודאי!), ווי אויך אַרײַננעמען מער פֿאַרקוקטע מוזיקאַלישע השפּעות. ער האָט בעת זײַן יונגער מוזיקאַלישער קאַריערע געשפּילט און געזונגען מיט פֿאַרשיידענע ייִדישע מוזיקער און זינגער, סײַ יונגע און סײַ אַלטע, און האָט אײַנגעזען, אַז זייער ווייניק פֿון אונדזער מוזיקאַלישן אוצר ווערט אויסגעניצט, אָבער דווקא אין די אוצרות ליגט אַ שטאַרקער גײַסטיקער כּוח.
דער מחבר האָט געשריבן דאָס ווערק פֿאַרן מוזיקאַלישן אָנהייבער וואָס וויל זינגען אין אַזאַ געזאַנג־קהילה, ווי אויך פֿאַרן לערער, וואָס וויל אָרגאַניזירן אַזאַ גרופּע. הייבט ער אָן מיט עצמדיקע אָבסערוואַציעס, ווי — די "ענערגיע" פֿון די מענטשן אין אַ צימער, ווען מע זינגט צוזאַמען, האָט אַ השפּעה אויפֿן קלאַנג און אויפֿן עמאָציאָנעלן אויפֿנעם פֿון אַ טאָן, אַ מעלאָדיע.
ווי שאַפֿט מען אַ גרופּע וואָס זאָל זינגען צוזאַמען אויף אַ דערהויבענעם, גײַסטיקן אופֿן? קודם־כּל, דאַרף מען שטיין נאָענט איינער צום אַנדערן, און ווײַזענבערג גיט אַ משל, ווי דאָס איז געגליכן צו לייגן די קלעצער פֿאַר אַ פֿײַער איינער לעבן דעם אַנדערן' כּדי צו בויען אַ גרעסערן, שטאַרקערן פֿײַער. ער גיט אויך פּראַקטישע עצות ווי מע זאָל זיך באַוועגן בשעת מע זינגט, ווי אַזוי אויסצושטעלן די בענקלעך אין שיל, מע זאָל וואָס מער אַרויסהייבן דאָס צוזאַמען־געזאַנג, (וואָס קלענער דער צימער, אַלץ בעסער, האַלט ער). אין בוך ווערן אויך געדרוקט, סײַ די מוזיק, סײַ די ווערטער, פֿון ניגונים און זמירות, וואָס דער מחבר האָט אַליין געשאַפֿן.
צווישן אַנדערע עצות, שרײַבט ווײַזענבערג, דאַרף די גרופּע נישט זינגען קיין האַרמאָניע, ביז מע לערנט זייער גוט אויס די מעלאָדיע; און "קענען גוט" הייסט זינגען די מעלאָדיע לפּחות 20 מאָל צוזאַמען. ער וויל אַרויסהייבן, אַז מע קען בפֿירוש זינגען אַ מעלאָדיע אַ סך מאָל, און יעדעס מאָל קען דאָס קלינגען פֿריש און נײַ, אויב מע באַציט זיך גײַסטיק ריכטיק צום ניגון.
אינעם קאַפּיטל — "ייִדישע מוזיק־טעאָריע פֿאַרן אָנהייבער" — באַשרײַבט ער די ייִדיש־מוזיקאַלישע גאַמעס, דעם געדאַנק פֿון ריטעם אין ייִדישע ניגונים און די אָרנאַמענטאַציע פֿון ייִדישע מעלאָדיעס. ווי אַ האַנטביכל פֿאַר שילן וואָס ווילן אויך אײַנפֿירן נגינה־קהילות, וועט דאָס ביכל דעקן אַלע וויכטיקע פּונקטן.
די קליינע נגינה־באַוועגונג, אין וועלכער דאָס ביכל און קאָמפּאַקטל נעמען אָנטייל וועט זיכער וואַקסן אין די שילן איבער אַמעריקע; איר צײַט איז געקומען. עס איז שווער נישט מיטגעריסן צו ווערן מיט די לידער, און דזשאָיִ ווײַזענבערגס נאָמען, ווי אַ מוזיקאַלישער נאָוואַטאָר, וועט מען אָפֿט הערן אין די קומעדיקע יאָרן.