- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די ריגער גרופּע "פֿאָרשפּיל" האָט באַשלאָסן, אַז מע קען צופּאַסן די אַלטע ייִדישע לידער צו די נײַע קלאַנגען פֿון וועלט־מוזיק און ראָק־און־ראָל. די גרופּע איז נישט די ערשטע צו גיין אויף דעם דרך. אָבער, לויט מײַן מיינונג, איז זיי געראָטן צום בעסטן במשך פֿון די לעצטע יאָרן. די זינגערין פֿון דער גרופּע סאַשאַ לוריאַ איז ווייניק באַקאַנט אין אַמעריקע, אָבער איז אַן אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייט אין דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם אין דײַטשלאַנד. אַ פּראָפֿיל פֿון איר האָב איך אָנגעשריבן אין אַ רובריק וועגן דער פּראָגראַם מיט צוויי יאָר צוריק. איצט אַ דאַנק דער נײַער, און ערשטער, רעקאָרדירונג פֿון דער קאַפּעליע, וואָס הייסט, ווי די גרופּע, "פֿאָרשפּיל" Forshpil, קאָן אַ גרעסערער עולם געניסן פֿון איר קול וואָס קען קלינגען סײַ צאַרט, סײַ ענערגיש און שטאַרק. צוזאַמען מיט איר לאַנדסמאַן איליאַ שנייווייס, האָבן זיי מיט דער קאַפּעליע, געשאַפֿן פֿרישע, נאָוואַטאָרישע ייִדישע מוזיק וואָס קאָמבינירט דאָס אַלטע מיטן נײַעם. ווידער קלינגט אַ ייִדיש לידל, מאַמע־לשון — ס‘איז דאָך אַ מחיה. קלעזמער: הײַנטיקע חכמים שפּילן ייִדישע ניגונים צווישן אַלטע לידער שפּילט מען נײַע. מיט די שורות הייבט זיך אָן דאָס ליד "זינגט אויף ייִדיש" פֿון אַרקאַדי גענדלער. אַז דער זינגער, לערער און ייִדישער קולטור־טוער אַרקאַדי (אַבֿרהם) גענדלער פֿון אוקראַיִנע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ רײַכן אוצר פֿאַר דער ייִדיש־וועלט האָבן מיר שוין געשריבן מער ווי איין מאָל. דער 91־יאָריקער כעמיקער פֿון זאַפּאָראָזשע, אוקראַיִנע, פֿאַרמאָגט נאָך אַנדערע מעלות וואָס מע דאַרף אַרויסהייבן, דער עיקר, ווי אַ פֿרוכטפּערדיקער שרײַבער פֿון ייִדישע זינגלידער; אַ טאַלאַנט וואָס האָט זיך אַנטוויקלט שפּעט אין זײַן לעבן. אויף דעם נײַעם קאָמפּאַקטל "ייִדישע לידער" הערט מען צום ערשטן מאָל אַן אויסקלײַב פֿון זײַנע אייגענע מוזיקאַלישע שאַפֿונגען. די רעקאָרדירונג האָט אַרויסגעגעבן די קאַליפֿאָרניער פֿירמע Golden Horn, וועלכע האָט במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָרן פֿאַרנומען אַן אויבן אָן אין דער קלעזמער־וועלט מיט קאָמפּאַקטלטעך פֿון חנה קופּער, "ווערעצקי פּאַס", "בודאָוויץ" און לעצטנס, מײַקל ווינאָגראַד. אָבער פֿאַרן צוזאַמענשטעלן די רעקאָרדירונג טראָגט דאָס אַחריות אַ גרופּע פֿרײַנד פֿון גענדלערן, בראָש מיטן דײַטשן קלאַרנעטיסט קריסטיאַן דאַוויד. דעם פּראָיעקט האָבן געשטיצט גענדלערס חסידים פֿון איבער דער וועלט, און זיי וועלן נישט אַנטוישט ווערן פֿונעם רעזולטאַט. נישט קיין קליינעם חלק אין דער שאַפֿונג פֿון דער נײַער מיזרח־אייראָפּעיִשער מוזיק — די אַזוי־גערופֿענע "קלעזמער־מוזיק" — האָט צו טאָן מיט רעקאָנסטרויִרן; דאָס צונויפֿנעמען "ברעקלעך", פֿראַגמענטן, קרישקעס, וואָס אונדז איז געבליבן נאָכן חורבן און מיט דעם חומר ווי אַ באַזע, שאַפֿן אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס און קומען צו קינסטלערישע באַשלוסן און אויספֿירן. אָפֿט מאָל האָט מען נישט קיין סך אַזעלכע "פֿראַגמענטן", אָבער דער קינסטלער גייט זײַן אייגענעם וועג מיט זאַכן וואָס ער האָט נאָר בײַ דער האַנט. למשל, עס פֿרעגט זיך די קשיא — ווי אַזוי האָט געקלונגען דער ייִדישער פֿידל אינעם 19טן יאָהונדערט? וואָס האָט סטעמפּעניו געשפּילט און ווי אַזוי האָט ער געשפּילט אויף זײַן כּלי, אַז יעדער בײַ דער חתונה זאָל זיך צעוויינען? קיין רעקאָרדירונגען פֿון סטעמפּעניו האָבן מיר נישט. אָבער מיר האָבן יאָ רעקאָרדירונגען פֿון ש. אַנ־סקיס פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, אין וועלכע די פֿידלער שפּילן פֿאַר דעם פֿאָלקלאָריסט פֿידל־שטיקעלעך, וואָס ווי מע זאָגט, סטעמפּעניו אַליין האָט זיי קאָמפּאָנירט. צוהערנדיק זיך צו די רעקאָרדירונגען, צעוויינט מען זיך אָבער נישט, און דער פֿידלער קלינגט גאַנץ אַמאַטאָריש, "אַפֿילו פֿאַר אַ קלעזמער". די בראַנזשע פֿון קלעזמערײַ בײַ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָט זיך תּמיד געהאַלטן אין דער משפּחה, און איז איבערגעגעבן געוואָרן פֿון איין דור צום צווייטן. דער פּאָעט ירמיהו העשעלעס האָט געקענט באַשרײַבן ווי די אַלע קלעזמאָרים אין דער אַמאָליקער גאַליציע זענען באַשטאַנען פֿון בלויז געציילטע משפּחות, וואָס האָבן זיך משדך געווען איינע מיט דער אַנדערער, און האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער אַ גרויסער טעריטאָריע במשך פֿון יאָרן. מע דאַרף געדענקען, אַז דער סטאַטוס פֿונעם קלעזמער איז געווען אַ גאַנץ נידעריקער. דעריבער האָבן די קלעזמאָרים־משפּחות זעלטן געקענט געפֿינען אַ שידוך אין רײַכערע פֿאַמיליעס. דער זיידע פֿון עליין האָפֿמאַן־וואַטס, דער קלעזמער יוסף האָפֿמאַן, האָט געלעבט אינעם אוקראַיִנישן שטעטל באָגאָפּאָליע, נישט ווײַט פֿון אָדעס. זײַן זון יעקבֿ האָפֿמאַן (1899—1974) איז געקומען קיין אַמעריקע און אָנגעהויבן צו שפּילן דעם קסילאָפֿאָן אין "קאַנדעלס אָרקעסטער" אין די 1920ער יאָרן. איין רעקאָרדירונג פֿון דער תּקופֿה "דזשייקי דזשעז עם אָפּ" [Jakie, Jazz‘em Up] שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם באַקאַנטסטן משל פֿון אַ צונויפֿגוס פֿון קלעזמער־מוזיק מיט דזשעז־מוזיק, בפֿרט מיט דער דזשעז־מוזיק פֿון ניו־אָרלינס. דער אָנפֿירער פֿון דער גרופּע "קיצל אין האַרצן", אַנדרעאַס שמיטגאַס, האָט אין אַ פֿריִערדיקן געראָטענעם פּראָיעקט פֿאַרבעטן דעם אַמעריקאַנער ייִדיש־פּעדאַגאָג, פּסח פֿישמאַן, קיין דײַטשלאַנד אַרומצופֿאָרן און דערציילן זײַנע אויסגעטראַכטע מעשׂיות, וואָס ער האָט אויסגעשפּילט פֿאַרן דײַטשישן עולם. די מוזיקער אין דער גרופּע — דער גיטאַריסט שמיטגאַס, קלאַרנעטיסט בערנד שפּעהל, באַסיסט טאָמאַס פֿריצע — זענען שוין צוזאַמען 12 יאָר, און דאָס צוזאַמענשפּילן קלינגט אָן אַ פּגם. נאָכן טויט פֿון אַבֿרהם סוצקעווער איז די גרופּע אינספּירירט געוואָרן פֿון זײַן פּאָעזיע און פֿײַערדיקער פּערזענלעכקייט. דער טיטל פֿון דער נײַער רעקאָרדירונג "פֿידלרויז" נעמט זיך פֿון סוצקעווערס פּאָעזיע. לויט די מוזיקער פֿון "קיצל אין האַרצן", שטעלט מיט זיך פֿאָר די רויז אַ סימבאָל פֿון ליבע און שיינקייט, און די פֿידל — אַ סימבאָל פֿון דער ייִדישער מוזיק. דעריבער קען מען פֿאַרן ייִדישן מוזיקער קיין מער פּאַסיקן אימאַזש נישט געפֿינען. נישט נאָר פֿאָלקסלידער האָט מען געזונגען, נאָר אָריגינעלע ייִדישע לידער, געשאַפֿן פֿאַרן זומער־לאַגער. ווייניק פֿון די דאָזיקע לידער האָט מען רעקאָרדירט, און ס׳וואָלט אַוודאי געווען כּדאַי זיך צו טרעפֿן מיט די אַמאָליקע קעמפּער און די לידער פֿאַרשרײַבן. יענע וואָך האָב איך זיך געטראָפֿן מיט פֿרוי וויקי מאַניס פֿון ריווערדייל, ניו־יאָרק, כּדי צו רעקאָרדירן די לידער, וואָס זי געדענקט פֿונעם קעמפּ "קינדערוועלט". דער קעמפּ איז געווען אַ טייל פֿונעם "ייִדיש־נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד" און האָט זיך געפֿונען אין הײַלאַנד־מילס, ניו־יאָרק. דער שטח פֿונעם זומער־לאַגער האָט זיך געשטרעקט איבער 250 אַקער און דאָס לאַנד האָט מען געטיילט מיט דער "פֿאַרבאַנד"־קאָלאָניע פֿאַר דערוואַקסענע — "אונדזער קעמפּ". דאָס באַגעגעניש מיט פֿרוי מאַניס האָב איך אַראַנזשירט, נאָך דעם ווי איך האָב באַקומען אַ געזאַנג־ביכל פֿון "קינדערוועלט" פֿון די 1930ער יאָרן. זי האָט אָנגעקוקט דאָס ביכל און באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז זי איז געקומען אין קעמפּ עטלעכע יאָר שפּעטער ווי ווען דאָס ביכל איז אַרויס, און געקענט אַנדערע לידער. דער באַקאַנטער אַקטיאָר צבֿי סקולער איז אין די 1930ער יאָרן געווען דער דירעקטאָר פֿון "קינדערוועלט", אָבער נישט אין איר צײַט. דעם "קינדערוועלט־הימען", ווערטער פֿון אַ. מאיראָוויטש, מוזיק פֿונעם גרויסן קאָמפּאָזיטאָר לאַזאַר ווײַנער, האָט מען נאָך געזונגען אין אירע קעמפּ־יאָרן, און זי האָט דאָס פֿאַר מיר אויפֿגעזונגען. וואָס איז דאָס שײַכות צווישן וווּדי גאָטרי און די ייִדן? קודם־כּל איז זײַן ווײַב מאַרגאָ גאָטרי געווען די טאָכטער פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע עליזה גרינבלאַט (1888—1975), דיכטערין פֿון אַזוינע לידער ווי "פֿאָרט אַ פֿישער אויפֿן ים", "חלומען חלומות" און "חבֿיבֿהלע". הייסט עס, אַז וווּדיס קינדער זענען ייִדן, און זײַנע קינדער זענען געוואָרן גאַנץ באַקאַנט אין דער וועלט פֿון פֿאָלקמוזיק. דער זון אַרלאָ גאָטרי, אַ בן־דור פֿון באָב דילאָן, איז נאָך אַלץ פֿון די באַליבטסטע פֿאָלקזינגערס. די טאָכטער נאָראַ גאָטרי פֿירט אָן מיטן "וווּדי גאָטרי־אַרכיוו", אַ וויכטיקע זאַמלונג, צו וועלכער מיר וועלן זיך אין גיכן אומקערן. אין מיטן פֿון דער בפֿירוש נישט־ייִדישער אונטערנעמונג (כאָטש עס קומען אַ סך רוסישע ייִדן), איז אויפֿגעטראָטן דער מוזיקער דן קאַהן פֿון בערלין, צוזאַמען מיט די רוסיש־ייִדישע מוזיקער, באַקאַנט פֿאַר זייער עקצענטרישקייט, דער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ און גיטאַר־שפּילער וואַניע זשוק. דאַכט זיך, אַז זשוקן האָט מען אָראָפּגעבראַכט גלײַך צו פֿליִען פֿון מאָסקווע; אַ סימן, איך האַלט, אַז מסתּמא גיט אַ רוסישער אָליגאַרך דאָס געלט צו דעקן די קאָסטן פֿונעם פֿעסטיוואַל, ווײַל דער עולם איז געווען אַ רעלאַטיוו קליינער. דן קאַהן האָט געזונגען זײַנע ראַדיקאַלע לידער און באַאַרבעטונגען פֿון ייִדישע לידער אויף ייִדיש און ענגליש, ווי געבירטיגס "אַרבעטסלאָזע מאַרש" און וואַרשאַווסקיס "מילנערס טרערן" (כּדאַי צו זען זײַן מוזיקאַלישן ווידעאָ פֿון דעם "מאַרש" אויף יו־טוב https://www.youtube.com/watch?v=6KFVVKFxr60. אויב די ייִדיש־וועלט וואָלט געהאַט אַ פּריז פֿאַרן בעסטן מוזיקאַלישן ווידעאָ, וואָלט דאָס זיכער געוווּנען!). ווער וועט בלײַבן וואָס וועט בלײַבן? בלײַבן וועט אַ ווינט בלײַבן וועט די בלינדקייט פֿונעם בלינדן, וואָס פֿאַרשווינדט. בלײַבן וועט אַ סימן פֿונעם ים, אַ שנירל שוים. בלײַבן וועט אַ וואָלקנדל פֿאַרטשעפּעט אויף אַ בוים... זשעניע לאָפּאַטניק איז הײַנט אַ לערערין פֿון ייִדיש פֿאַר קינדער אין כאַרקאָוו, אוקראַיִנע, און איז צווישן אַ גרופּע מוזיקער, וועלכע איז ערשט באַקאַנט געוואָרן אין די מערבֿ־לענדער נאָך דעם ווי "קלעזפֿעסט־קיִעוו" און "קלעזפֿעסט־פּעטערבורג", און פֿעסטיוואַלן אין מאָסקווע האָבן צוזאַמענגעבראַכט יונגע טאַלאַנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט די קלעזמאָרים און ייִדישע זינגער פֿון אַמעריקע און אייראָפּע אין די 1990ער און אָנהייב 2000ער יאָרן. לאָפּאַטניק איז געוואָרן די זינגערין פֿון דער "כאַרקאָווער קאַפּעליע" וואָס דער פֿידלער סטאַש רײַקאָ האָט געשאַפֿן; אַ גרופּע וואָס איז אָנערקענט ווי איינע פֿון די בעסטע אין מיזרח־אייראָפּע. די זינגערין און אַקאָרדעאָן־שפּילערין, נשמה לעוויצקי, שטאַמט פֿון צפֿון־קאַליפֿאָרניע, אָבער האָט אַרומגעוואַנדערט, און האָט אין ניו־יאָרק געוווינט עטלעכע יאָר. אפֿשר האָט איר זי געהערט זינגען ייִדישע לידער אין אַן אונטערבאַן־סטאַנציע? אין ניו־יאָרק האָט זי געזונגען אין דער גרופּע "מאַקס און מינקאַ", און אַראַנזשירט מוזיק פֿאַרן קינדער־קאָמפּאַקטל "פֿלי, מײַן פֿלישלאַנג". בסך־הכּל האָט זי אַרויסגעלאָזט זיבן קאָמפּאַקטלעך מיט פֿאַרשיידענע גרופּעס. אויף איר נײַער רעקאָרדירונג "די גנבֿים" (אויף ענגליש The gonifs), הערט מען, אַז לעוויצקי האָט ליב צו זינגען לידער מיט אינטערעסאַנטע ווערטער, און נישט סתּם פּאָפּולערע לידער. איר אופֿן פֿון פֿאָרשטעלן אַ ליד, וואָלט איך באַצייכנט ווי אַ קאַבערע־סטיל — אַ ביסל דראַמאַטישקייט, און אַ ביסל ראָמאַנטישקייט. מע קען זיך לײַכט פֿאָרשטעלן ווי זי זינגט די לידער אין אַ קאַפֿע אָדער קאַבערע. זעט אויס, אַז אַ קאַבערע־סטיל און קאַבערע־לידער זענען אין דער מאָדע: מיר האָבן אָקאָרשט רעצענזירט נאָך אַ נײַע קאַבערע־רעקאָרדירונג פֿון "מאַפּאַמונדי" — וואַרשעווער ייִדישע קאַבערע־לידער. הלוואַי וואָלט געווען כאָטש איין קאַבערע אין דער גרויסער ניו־יאָרק, וווּ מע וואָלט געקענט רעגולער הערן די ייִדישע לידער! אַזעלכע געדאַנקען זענען מיר געקומען אין קאָפּ, ווען איך האָב איבערגעלייענט דעם נײַעם נומער פֿונעם זשורנאַל "Musica Judaica“ (באַנד 19). עטלעכע אַרבעטן אין דער פּובליקאַציע באַהאַנדלען טעמעס און פּערזענלעכקייטן, וועלכע רופֿן אַרויס בײַם לייענער קשיאות וועגן דעם ענין, ווי אַזוי צו באַצייכענען די מוזיקאַלישע שאַפֿערישקייט אין געוויסע קהילות. רחלי גלאַי, אַ טשעליסטין, איז די טאָכטער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און כּלל־טוער פֿון דער ייִדישער קולטור אין ישׂראל, דניאל גלאַי. זי פֿאָרשט איצט דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון יאָאַכים סטוטשעווסקי, און האָט אָנגעשריבן אַן אַרבעט אינעם זשורנאַל וועגן זײַן אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אין תּל־אָבֿיבֿ. אין דער קלעזמער־ און ייִדישער פֿאָלקלאָר־וועלט קען מען גוט די אַרבעטן פֿון סטוטשעווסקי, ווײַל זײַנע צוויי ביכער אויף העברעיִש וועגן קלעזמאָרים און דעם מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿאַרמאָגן אַ סך אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן. טילסאָן־טאָמאַס, אַן אַמאָליקער פּראָטעזשע פֿונעם באַרימטן דיריגענט און קאָמפּאָזיטאָר לעאָנאַרד בערנשטיין, שטרעבט אויך, ווי זײַן לערער, צו מאַכן אַ רושם סײַ אין דער וועלט פֿון דער קלאַסישער מוזיק, סײַ אין דער וועלט פֿון פּאָפּולערער מוזיק. טילסאָן־טאָמאַס איז באַקאַנט ווי דער דיריגענט פֿון דער "סאַן־פֿראַנציסקאָ־סימפֿאָניע", און דער גרינדער און קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער "נײַער וועלט־סימפֿאָניע"; אַן אָרקעסטער פֿון ייִנגערע מוזיקער, מיט וועלכן ער דיריגירט אין דער פֿאָרשטעלונג. אָבער אַ מאָל איז ער געווען אַ קליין ייִנגל אויף זײַן באָבע בעסיס שויס, און די באָבע האָט אים דערציילט וועגן איר לעבן און וווּנדערלעכע מעשׂיות וועגן דעם ייִדישן טעאַטער. זײַן טאַטע און פֿעטער פֿלעגן אויך אויסשפּילן סצענעס פֿאַר אים אין זייער היים און אים באַקענען מיט די באַקאַנטסטע לידער. טילסאָן־טאָמאַס האָט אָנגעשריבן דעם סקריפּט און איז דער נאַראַטאָר פֿון דער פֿאָרשטעלונג, וואָס מע האָט פֿילמירט אין אַפּריל 2011, אינעם "נײַער וועלט־צענטער" אין מיאַמי־ביטש. שוין אין 1998 האָט טילסאָן־טאָמאַס געשאַפֿן דעם "טאָמאַשעווסקי־פּראָיעקט" צו זאַמלען מאַטעריאַלן וועגן זײַן זיידע־באָבע פֿון איבער דער וועלט. |