- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"עסט געזונטערהייט!"
Eat In Good Health! אין אונדזער פֿאָריקן לייט־אַרטיקל האָבן מיר געשריבן אין שײַכות מיט דער פּלעסנער־קאָמיסיע, וווּ עס ווערט רעקאָמענדירט צו שטעלן צום מיליטער־דינסט אויך דעם אָרטאָדאָקסיש־פֿרומען טייל פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט, אַז "די חרדישע מנהיגים סטראַשען אַרויסצופֿירן אויף די גאַסן אַ מיליאָן מענטשן קעגן דעם באַשלוס. און זײַט רויִק, זיי וועלן עס דורכפֿירן, אויב נתניהו וועט ווידער נישט איבערטראַכטן און פֿונאַנדערלאָזן שוין די נײַ־געשאַפֿענע קאָמיסיע." 5. "לימוד OZ", "בונד" און אינוועלאָק דער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער בילדונג און קולטור "לימוד", וואָס מיט יעדעס יאָר צעוואַקסט זיך אין דער ברייט און אין דער טיף, האָט אויך דערגרייכט די ייִדישע קהילה אין אויסטראַליע. וואָס מיינט "לימוד", ווי אַ וואָרט און באַגריף, פֿאַרשטיי איך אַליין, אָבער פֿאַר וואָס "OZ"? מײַן נײַגער איז גיך געשטילט געוואָרן: "OZ" — מיינט טאַקע "אויסטראַליע" און דאָס וואָרט ווערט נאָך הײַנט באַנוצט אין דער מינדלעכער שפּראַך. האָב איך שוין עפּעס, הייסט עס, אָפּגעלערנט פֿון דעם אויסטראַלישן לימוד. נישט נאָר פֿאָלקסלידער האָט מען געזונגען, נאָר אָריגינעלע ייִדישע לידער, געשאַפֿן פֿאַרן זומער־לאַגער. ווייניק פֿון די דאָזיקע לידער האָט מען רעקאָרדירט, און ס׳וואָלט אַוודאי געווען כּדאַי זיך צו טרעפֿן מיט די אַמאָליקע קעמפּער און די לידער פֿאַרשרײַבן. יענע וואָך האָב איך זיך געטראָפֿן מיט פֿרוי וויקי מאַניס פֿון ריווערדייל, ניו־יאָרק, כּדי צו רעקאָרדירן די לידער, וואָס זי געדענקט פֿונעם קעמפּ "קינדערוועלט". דער קעמפּ איז געווען אַ טייל פֿונעם "ייִדיש־נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד" און האָט זיך געפֿונען אין הײַלאַנד־מילס, ניו־יאָרק. דער שטח פֿונעם זומער־לאַגער האָט זיך געשטרעקט איבער 250 אַקער און דאָס לאַנד האָט מען געטיילט מיט דער "פֿאַרבאַנד"־קאָלאָניע פֿאַר דערוואַקסענע — "אונדזער קעמפּ". דאָס באַגעגעניש מיט פֿרוי מאַניס האָב איך אַראַנזשירט, נאָך דעם ווי איך האָב באַקומען אַ געזאַנג־ביכל פֿון "קינדערוועלט" פֿון די 1930ער יאָרן. זי האָט אָנגעקוקט דאָס ביכל און באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז זי איז געקומען אין קעמפּ עטלעכע יאָר שפּעטער ווי ווען דאָס ביכל איז אַרויס, און געקענט אַנדערע לידער. דער באַקאַנטער אַקטיאָר צבֿי סקולער איז אין די 1930ער יאָרן געווען דער דירעקטאָר פֿון "קינדערוועלט", אָבער נישט אין איר צײַט. דעם "קינדערוועלט־הימען", ווערטער פֿון אַ. מאיראָוויטש, מוזיק פֿונעם גרויסן קאָמפּאָזיטאָר לאַזאַר ווײַנער, האָט מען נאָך געזונגען אין אירע קעמפּ־יאָרן, און זי האָט דאָס פֿאַר מיר אויפֿגעזונגען. דער פּראָפֿעסאָר, פֿאָלקלאָריסט דובֿ נוי, האָט אויף אַ לעקציע זײַנער געגעבן אַזאַ ענטפֿער: אין אָדעס האָבן געוווינט רײַכע, פֿאַרמעגלעכע ייִדן, האָבן זיי ניט געהאַט קיין טענות צו גאָט, ניט געדאַרפֿט בעטן בײַם אייבערשטן פֿאַר זיך פֿאַרשיידענע לעבנס־פֿאַרגעניגנס... דערפֿאַר האָט גאָט געקאָנט זיך דאָ, אין אָדעס, אָפּרוען, ווײַל קיינער האָט אים ניט געדולט דעם קאָפּ. דאָך, האָב איך אויף דער פֿראַגע מײַן אייגענעם ענטפֿער און, ווי מיר דאַכט, אַ מער פּרטימדיקן. וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי, אַ געבוירענער אין אָדעס, האָט אין זײַנע מעמואַרן "זכרונות פֿון מײַנעם אַ בן־דור" אַזוי געשריבן: "אָדעס איז געווען איינע פֿון יענע ווייניקע שטעט, וואָס שאַפֿן זייער אייגענעם טיפּ מענטשן. אין גאַנץ רוסלאַנד פֿאַרן קריג [1914—1918 — רעד.) זענען געווען נאָר דרײַ אַזעלכע שטעט: מאָסקווע, פּעטערבורג און אָדעס — וועגן פּעטערבורג — איז נאָך אַ פֿראַגע... אָבער וועגן מאָסקווע און אָדעס איז קיין פֿראַגע ניט: צוויי בולטע, ווי פֿון מאַרמאָר אויסגעהאַקטע טיפּן..." ווײַטער שילדערט זשאַבאָטינסקי אַ טיפּישן אָדעסער: "...אַ געניטער, אַ געריבענער, אַ שייגעץ, אַ פֿײַערדיקער יונגאַטש; אַ דרייער, אַ פֿאַרדרייער, אַ מענטש מיט פֿאַנטאַזיע, אַ לעבעדיקער, אַ שרײַער, אַן איבערטרײַבער, אַ שפּעקולאַנט..." פֿאַרשטייט איר דאָך, חשובֿע לייענער, אַז אַ מענטש מיט אַזוי פֿיל מעלות איז אַוודאי און אַוודאי, געווען אַ פֿריילעכער אָפּטימיסט. נאָך איין ציטאַט פֿון די "זכרונות...": "געלעבט האָט זיך גרינג און לוסטיק. די שטאָט האָט געהאַט איין תּורה־שבעל־פּה: כּל־זמן דו האָסט אויף וועטשערע, מעגסטו פֿײַפֿן אויף אַלע אַנדערע דאגות..." אַרײַנגעגאַנגען אין זאַל, וואָס אָט-אָט ווערט ער פֿול געפּאַקט, הער איך, ווי איין עלטערע פֿרוי זאָגט צום עלטערן מאַן אָנווײַזנדיק אויף מיר: "אָ, אָט נאַ דיר אַ יונגער־מאַן וואָס פֿאַראינטערעסירט זיך מיט ייִדיש!". איך בין אייגנטלעך נישט געווען דער איינציקער רעלאַטיוו יונגער־מאַן, וואָס איז בײַגעווען דאָרט. אָבער עס האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ מין סיטואַציע: דער עולם האָט זיך ווי צעטיילט אויף צוויי עיקרדיקע גרופּעס — די אמתע חסידים פֿון ייִדישן טעאַטער און די, וואָס די ערשטע גרופּע (די "חסידים") האָט זיי מיטגעשלעפּט מיט זיך אין טעאַטער. האָט די ערשטע גרופּע געמוזט כּסדר באַרעכטיקן און דערקלערן דער צווייטער גרופּע דעם ווערט און דעם זינען פֿון דער גאַנצער אונטערנעמונג. אָבער תּל-אָבֿיבֿ, די ערשטע העברעיִשע שטאָט אין דער וועלט, האָט גאַנץ ערנסט אויפֿגענומען דעם פֿאַקט, אַז מע שטעלט פֿאָר אַ נײַע קאָמעדיע בײַם ייִדישן טעאַטער. אַזעלכע באַקאַנטע פֿיגורן פֿון דער העברעיִשער קולטור, ווי חנן יובֿל און דאַני סאַנדערסאָן האָט מען געקאָנט זען צווישן דעם עולם; די חשובֿע צײַטונג "האָרץ" האָט אין יענעם אָוונט זיך פֿאַרגינט צו שיקן איר לאַנג-יאָריקן טעאַטער-קריטיקער מיכאל הענדלזאַלץ צו רעצענזירן די נײַע פֿאָרשטעלונג; און ווי געזאָגט, איז קיין ליידיק אָרט נישט געווען. דער "האָרץ" קריטיקער, הענדלזאַלץ, האָט זיך אַליין באַשריבן אין זײַן אַרטיקל (האָרץ 12\06\24) ווי "דער איינציקער צוקוקער צווישן דעם עולם, וואָס האָט נישט געפּלאַצט פֿאַר געלעכטער פֿון אילן דאַרס און יעקבֿ באָדאָס וויצן; זיי קלינגען ערגער אויף ייִדיש, ווי אויף ענגליש". די הײַנטיקע טאָפּלטע סדרה איז די לעצטע אינעם חומש "במדבר", וווּ עס גייט כּסדר אַ רייד, ווי מיר האָבן דאָס באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, וועגן די דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן די געוויינטלעכע טאָג-טעגלעכע זאַכן און אויסנאַמען. אָבער דאָס איז געווען אין אַן אַנדער וועלט. אין דער איצטיקער וועלט איז כּמעט אוממעגלעך זיך אויסצודרייען אָן הלוואָות. אויף אַ דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער תּושבֿ קומט נאָענט צו זעקס טויזנט דאָלאַר, וואָס הענגען ווי אַ חובֿ אויף איר, צי זײַן, קרעדיט-קאַרטל. און דאָס איז נאָך אַ קלייניקייט, אין פֿאַרגלײַך מיט דער דורכשניטלעכער היפּאָטעק ("מאָרטגיידזש"), וואָס איז אַריבער 167 טויזנט דאָלאַר. צו דעם קומען אָפֿט מאָל צו אַנדערע הלוואָות, וואָס מענטשן נעמען כּדי קויפֿן אַ נײַעם אויטאָ, באַצאָלן פֿאַר דער בילדונג, צו רעכט מאַכן די ציין, וכ’. די גאַנצע עקאָנאָמיע, פּערזענלעכע, געשעפֿטלעכע און מלוכישע, דרייט זיך אַרום באָרגן געלט. כּנרת, זמורה־ביתן, 2011 מתן חרמוני, אַ ישׂראלדיקער שרײַבער און אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור, האָט זיך געווענדעט אין זײַן ערשטן ראָמאַן צו אַ טעמע, וואָס איז עד־היום געווען כּמעט ווי ניט־דערטאַפּט אין דער העברעיִשער ליטעראַטור׃ דער ייִדישער ניו־יאָרק אינעם ערשטן טייל פֿון 20סטן יאָרהונדערט. עס איז ממש אַ חידוש, פֿאַרוואָס האָט דער גרעסטער אין דער וועלט ייִדישער כּרך אַזוי ווייניק אינטערעסירט די גאַנצע העברעיִשע ליטעראַטן. דער עלטסטער ייִדישער ליאַלקע־קינסטלער ווערט 100 יאָר אַלט מיט צוויי יאָר צוריק האָט דער ליאַלקע־קינסטלער נאָרבערט (נחמיה) בוכהאָלץ, בעסער באַקאַנט ווי נאַט נאָרבערט, צוזאַמענגעקליבן זײַנע דרײַ טוץ ליאַלקעס, און זיי אַרײַנגעזעצט אין קליינע וועגעלעך, וואָס ער האָט געניצט פֿאַר זיי אין זײַנע פֿאָרשטעלונגען. דערנאָך האָט ער זיי געשלעפּט צו דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם "אַנטיק ראָוד שאָו" (פּרעזענטאַציע פֿון אַנטיקן), וווּ הונדערטער מענטשן ברענגען אַלטע אוצרות פֿון דער היים — צירונג, מעבל, אַלטע דאָקומענטן, — האָפֿנדיק, אַז די "מציאות" וואָס זיי האָבן געקויפֿט פֿאַר עטלעכע טאָלער בײַ אַן אויספֿאַרקויף, וועלן זײַן ווערט טויזנטער. בוכהאָלצעס זון און שנור האָבן אים געהאָלפֿן שלעפּן די קליינע וועגעלעך, און מענטשן האָבן געגאַפֿט אויף דעם בייזוווּנדער — צווישן די ליאַלקעס איז געווען "מיסטער וואָלסטריט", און ליאַלקעס פֿון באַקאַנטע האָליוווּדער אַקטיאָרן. ווען דער אָפּשאַצער און מבֿין פֿון שפּילעכלעך אויף דער פּראָגראַם האָט אים אויסגעפֿרעגט (http://www.pbs.org/wgbh/roadshow/archive/201003A08.html), האָט בוכהאָלץ דערציילט, ווי זײַן מומע אין ווין פֿלעג אים אַלע מאָל ברענגען צו דער ליאַלקע־שפּיל, און פֿון קינדווײַז אָן האָט ער זיך פֿאַרליבט אין זיי. מיט יאָרן צוריק איז מיאַמי־ביטש געווען אַ שטיקל ייִדישע מדינה. איך געדענק אַפֿילו ווען אָנווײַזונגען צום ים זײַנען געווען געשריבן אויף ייִדיש. די שטאָט איז בדרך־כּלל געווען באַזעצט מיט ייִדן פֿון עלטערן דור; דער עיקר, ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון דער גאַנצער וועלט. און כאָטש זיי האָבן דאָ אין אַמעריקע געוווינט לענגער ווי אין די שטעט און שטעטלעך פֿון וואַנען זיי זײַנען געקומען, דאָך איז די אַלטע היים געווען זיי אײַנגעבאַקן אין האַרצן. דער פֿעטער יעקבֿ מײַן פֿעטער יעקבֿ איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1860 — פּונקט מיט צען יאָר עלטער פֿון מײַן טאַטן. גאָר יונג האָט ער זייער אַ סך געלערנט. ער איז ניט געווען אַזוי באַרימט ווי דער אַבֿרהמל פּאַלאָנגער מיט אַ פּאָר דורות פֿריִער, נאָר מע האָט אים אויך געהאַלטן פֿאַר אַן עילוי, פֿאַר אַן אויסערגעוויינטלעך פֿעיִקן. און אַז בײַ אים האָט זיך עס פֿאַרבונדן מיט גיין צוויי יאָר צײַט אין אַ דײַטשער פּראָגימנאַזיע, האָב איך שוין דערציילט. איז ווען דער יעקבֿ האָט חתונה געהאַט, האָט ער חתונה געהאַט מיט גאָר אַ גרויסן ייִחוס — מיט אַן אוראייניקל פֿון ווילנער גאָון. דאָס איז געווען דער גרעסטער ייִחוס בײַ אונדז. האָט ער זיך באַזעצט אין ליבאַווע און געוואָרן אַ בוכהאַלטער. דעמאָלט זײַנען געווען גרויסע ייִדישע פֿירמעס וואָס האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט אימפּאָרט; מיט אימפּאָרטירן, דער עיקר, הערינג. די הערינג איז כּמעט פֿאַר דער גאַנצער, גרויסער רוסישער אימפּעריע דורכגעגאַנגען דורך דעם האַוון ליבאַווע (אָדער ליפּײַ). בײַ איינעם פֿון די אימפּאָרטערן איז ער געוואָרן אַ בוכהאַלטער. ווי אַזוי האָט ער זיך אויסגעלערנט בוכהאַלטעריע — ווער ווייסט? ער האָט זיך אויסגעלערנט [און] געענדיקט. |