פֿון רעכטס: באָדאָ, וואַרדימאָן און דאַר אין דער נײַער קאָמעדיע פֿון "ייִדישפּיל"-טעאַטער "די גאָלדענע באַנק" |
אַרײַנגעגאַנגען אין זאַל, וואָס אָט-אָט ווערט ער פֿול געפּאַקט, הער איך, ווי איין עלטערע פֿרוי זאָגט צום עלטערן מאַן אָנווײַזנדיק אויף מיר: "אָ, אָט נאַ דיר אַ יונגער־מאַן וואָס פֿאַראינטערעסירט זיך מיט ייִדיש!". איך בין אייגנטלעך נישט געווען דער איינציקער רעלאַטיוו יונגער־מאַן, וואָס איז בײַגעווען דאָרט. אָבער עס האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ מין סיטואַציע: דער עולם האָט זיך ווי צעטיילט אויף צוויי עיקרדיקע גרופּעס — די אמתע חסידים פֿון ייִדישן טעאַטער און די, וואָס די ערשטע גרופּע (די "חסידים") האָט זיי מיטגעשלעפּט מיט זיך אין טעאַטער. האָט די ערשטע גרופּע געמוזט כּסדר באַרעכטיקן און דערקלערן דער צווייטער גרופּע דעם ווערט און דעם זינען פֿון דער גאַנצער אונטערנעמונג.
אָבער תּל-אָבֿיבֿ, די ערשטע העברעיִשע שטאָט אין דער וועלט, האָט גאַנץ ערנסט אויפֿגענומען דעם פֿאַקט, אַז מע שטעלט פֿאָר אַ נײַע קאָמעדיע בײַם ייִדישן טעאַטער. אַזעלכע באַקאַנטע פֿיגורן פֿון דער העברעיִשער קולטור, ווי חנן יובֿל און דאַני סאַנדערסאָן האָט מען געקאָנט זען צווישן דעם עולם; די חשובֿע צײַטונג "האָרץ" האָט אין יענעם אָוונט זיך פֿאַרגינט צו שיקן איר לאַנג-יאָריקן טעאַטער-קריטיקער מיכאל הענדלזאַלץ צו רעצענזירן די נײַע פֿאָרשטעלונג; און ווי געזאָגט, איז קיין ליידיק אָרט נישט געווען. דער "האָרץ" קריטיקער, הענדלזאַלץ, האָט זיך אַליין באַשריבן אין זײַן אַרטיקל (האָרץ 12\06\24) ווי "דער איינציקער צוקוקער צווישן דעם עולם, וואָס האָט נישט געפּלאַצט פֿאַר געלעכטער פֿון אילן דאַרס און יעקבֿ באָדאָס וויצן; זיי קלינגען ערגער אויף ייִדיש, ווי אויף ענגליש".
"די גאָלדענע באַנק" איז אַ באַאַרבעטונג פֿון אַן אַמעריקאַנער פּיעסע פֿון ראָן קלאַרק, אַ דראַמאַטורג וואָס פֿלעגט אויך שרײַבן סצענאַרן צוזאַמען מיט מעל ברוקס. דאָ קומען זיך צונויף דרײַ ריזיקע קאָמישע טאַלאַנטן: דער באַרימטער יאַנקעלע באָדאָ, די אַקטריסע מאָניקאַ וואַרדימאָן און אילן דאַר (אַ באַקאַנט פּנים אין דער ישׂראלדיקער טעאַטער־ און טעלעוויזיע־וועלט, מיט זײַן ערשטער אויפֿטרעטונג אויף ייִדיש, אין דער עלטער פֿון אַ בן-שׁיבֿעים וחמש).
באָדאָ און דאַר (מענדל און לייזער) זענען צוויי מיטוווינער פֿון אַ מושבֿ-זקנים (אָדער בעסער געזאָגט, "אַ באַשיצטע וווינונג"), וואָס פֿלעגן נישט איין מאָל זיצן אויף איין באַנק אין דרויסן און זיך קריגן איינער מיטן אַנדערן. אין זייער לעבן רײַסט זיך אַרײַן אַ נײַע מיטוווינערין, סאַנדראַ (וואַרדימאָן), אַ געוועזענע אַקטריסע און זינגערין פֿון האָליוווּד, און די צוויי אַלטע קנאַקערס הויבן אָן קאָנקורירן פֿאַר איר האַרץ. אַזוי קומט אויף אַ ראָמאַנטישער ‘גאָלדענער’ דרײַעק־פּלאָנטער, וואָס ווערט ‘געלייזט’ מיטן פֿאַרקויף פֿון דעם מושבֿ-זקנים. די דרײַ פֿאַרליבטע ווערן געצוווּנגען צו פֿאַרלאָזן זייער ‘בשותּפֿותדיקע בעט’, די באַנק, און פֿאַרגעסן פֿון ממשותדיקע ראָמאַנטישע אַספּיראַציעס אין זייער אַוואַנסירטן עלטער.
די ערשטע הויפּט-מעלה פֿון אָט דער נײַער קאָמעדיע ליגט בלי-שום-ספֿק אין די אַקטיאָרן אַליין. באָדאָ, דאַר און וואַרדימאָן ווײַזן, אַז אַפֿילו נישט מיט די סאַמע אָריגינעלע וויצן און קאָמישע סיטואַציעס קען מען פֿאָרט צופֿרידנשטעלן אַן עולם. אַ פֿיזישע קאָמעדיע איז עפּעס אַזוינס, וואָס אַז מע טוט עס ווי געהעריק און מיט טאַלאַנט, וועט עס קיינמאָל נישט נימאס ווערן, און אָט די אַלטע קאָנווענציע דערווײַזט עס ווידער אַ מאָל אין דער דאָזיקער פֿאָרשטעלונג.
די צווייטע הויפּט-מעלה ליגט אין דער ייִדישער באַאַרבעטונג פֿון דער פּיעסע. שמואל עצמון-ווירצער און יצחק שאולי (וואָס האָט אויך רעזשיסירט די פּיעסע) האָט זיך גאַנץ ווויל אײַנגעגעבן צו ישׂראליזירן די אַמעריקאַנער פּיעסע. מע וויצלט זיך שטענדיק וועגן דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק, מע באַניצט זיך מיט ישׂראלדיקע באַגריפֿן ווי "קופּת-חולים" וכּדומה. אַזוי אַז מען באַקומט צום סוף אַ ייִדישע ישׂראלדיקע קאָמעדיע. "וועגן וואָס לאַכן זיי?" פֿרעגט יצחק שאולי אין דער פּראָגראַם, און ענטפֿערט זיך אַליין: "נישט וויכטיק. דער עיקר איז, אַז זיי לאַכן..."