- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
קום איך אײַך דערציילן וועגן דער לעצטער פּיעסע וואָס איך האָב בײַגעוווינט, וואָס הייסט "דער לעצטער סדר," און איך האָף, אַז זי וועט בײַ מיר זײַן טאַקע די לעצטע, ווײַל אויב איך זע נאָך אַמאָל אַזאַ פֿאַרפֿאַסונג, וואָס האָט צו טאָן מיט אַ ייִדישער משפּחה, מיט אַ פּסחדיקן סדר, מיט אַ העכסט אָפּגעשטאַנענעם סוזשעט, וועל איך נעמען לאַכן מיט יאַשטשערקעס. זעענדיק "דער לעצטער סדר" האָב איך נאָר זיך געשראָקן עס זאָל חלילה נישט זײַן אַ ייִדישע ווערסיע פֿון יעזוסעס "די לעצטע וועטשערע," וואָס לעאָנאַרדאָ דע־ווינטשי האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן מאָלערײַ. נו, האָט גאָט געהאָלפֿן און מען האָט מיר פֿאַרשפּאָרט דעם אײַנפֿאַל, אָבער נישט פֿאַרשפּאָרט צו לײַדן כּמעט צוויי שעה צײַט: די יסורים פֿון אַ פֿאָרשטעלונג וואָס די דראַמאַטורגין דזשעניפֿער מייזעל האָט פֿאַרפֿאַסט, און דזשעסיקאַ באַומען האָט רעזשיסירט. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז מיר פֿאַרמאָגן דאָ אין אַמעריקע אַ צווייטן, גאָר אַ באַגאַבטן דראַמאַטורג, וועלכער צייכנט זיך אויס אין שילדערן זײַן ייִדישע וועלט אויף ענגליש, אין סטיל פֿון קאָמעדיע, און דאָס איז ניל סײַמאָן. אַדאָפּטירט די פּיעסע האָט גאָר אַ באַגאַבטער דראַמאַטורג, מיט ייִחוס־בריוו דערצו, אַהרן פּאָסנער. דערצו האָט די ערנסטע דראַמע צובאַקומען אַן ערשטקלאַסיקן רעזשיסאָר, גאָרדאָן עדלשטיין, מיט אײַנפֿאַלן בלויז צו באַוווּנדערן. דאָ שפּילט זיך אָפּ גאָר אַן ערנסטע דראַמע וואָס האָט צו טאָן מיט פֿרומע עלטערן, וועלכע האָבן אַ געלונגענעם בן־יחיד אָשר (אַרי בראַנדט), גאָר אַן ערנסטן יונגער־מאַן, וועלכער איז אַ מאָלער, אַ קינסטלער, אָבער זײַן שעפֿערישקייט פֿאָדערט פֿון אים צו פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון קלאַסישער און ערנסטער קונסט וואָס געפֿינט זיך אין די מוזייען. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָ קומט פֿאָר אַ צוזאַמענשטויס צווישן צוויי וועלטן. די ייִדישע וועלט פֿון זײַנע פֿרומע עלטערן און די אַרומיקע, דרויסנדיקע, וועלט פֿון קונסט. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די ראָלע פֿון אָשר לעוו שפּילט אַרי בראַנדט, דער זון פֿון אַ ישׂראלדיקן פּיאַניסט נתן בראַנדט, אַן אַמאָליקער וווּנדערקינד, וועמענס אייגענער פֿאָטער, אַ כירורג אין ירושלים, האָט אַראָפּגעקוקט אויף זײַן זונס אָפּקלײַב פֿון אַ מוזיקאַלישער פּראָפֿעסיע. איינער צווישן זיי איז איבערצײַגט, אַז ער איז אין גאַנצן אומשולדיק. נאָך אַלעמען, ער האָט דאָך אַזוי געלויבט סטאַלינען, דעם קאָמוניזם, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ממש זיי געדינט ווי אַ נײַעם גאָט; און דער וואָס ווייסט אין וואָס דאָ האַנדלט זיך, כאַפּט זיך, אַז דאָ שילדערט מען דעם ייִדישן פּאָעט איציק פֿעפֿערן. ווי זאָגט מען, אַז מען טרינקט זיך, כאַפּט מען זיך אָן אין אַ שטרוי. האָב איך גענישטערט צווישן פֿעפֿערס ווערק און געפֿונען ציטאַטן פֿון זײַן ליד "איך בין אַ ייִד": "איך בין אַ ייִד, וואָס האָט געטרונקען פֿון סטאַלינישן כּוס פֿון גליק, - - - - - - - - - - און אויף צעפּיקעניש די שׂונאים, וואָס גרייטן קבֿרים שוין פֿאַר מיר, וועל איך אונטער די רויטע פֿאָנען נאָך האָבן נחת אָן אַ שיעור. כ׳וועל מײַנע ווײַנגערטנער פֿאַרפֿלאַנצן און פֿון מײַן גורל זײַן דער שמיד, כ׳וועל נאָך אויף היטלערס קבֿר טאַנצן! איך בין אַ ייִד!" ס׳איז מעגלעך, אַז דער מצבֿ הייבט זיך אָן בײַטן. דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק איז אינעם "פּאָבליק טעאַטער" אין ניו־יאָרק געוויזן געוואָרן די פּיעסע, "דער זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש" — אַ קינסטלערישע שילדערונג פֿון דער לעצטער נאַכט פֿון די דערמאָרדעטע סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער. דער זאַל איז געווען געפּאַקט, און דער עולם האָט דורך די האַרציקע אַפּלאָדיסמענטן אָנערקענט סײַ די פּיעסע, סײַ די אויפֿפֿירונג אויף דער בינע. נאָך מער טשיקאַווע איז, אַז דער מחבר פֿון דער פּיעסע — נתן ענגלענדער — איז אַן אַמעריקאַנער שרײַבער, דערצויגן אין לאָנג־אײַלאַנד בײַ אַמעריקאַנער עלטערן, און האָט בכלל נישט געהאַט קיין שײַכות צום סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די פּיעסע איז באַזירט אויף ענגלענדערס דערציילונג מיטן זעלבן נאָמען, וואָס איז פּובליקירט געוואָרן אין יאָר 2000, און איז שטאַרק געלויבט געוואָרן אין דער ליטעראַרישער וועלט. אין דער ערשטער סצענע באַקענט מען זיך מיט דרײַ פֿון די זעקס־און־צוואַנציק אַרעסטירטע ייִדישע אינטעליגענטן: יעווגעני צונזער, משה ברעצקי און וואַסילי קאָרינסקי. מיט אַ מאָל באַווײַזט זיך אַ זיבן־און־צוואַנציקסטער מענטש: פּינחס פּעלאָוויץ — אַ יונגער, כּמעט-תּמעוואַטער בחור, וועלכער האָט קיין מאָל אַפֿילו קיין איין ליד נישט אָפּגעדרוקט, כאָטש שרײַבן, זאָגט ער, איז זײַן לעבן. אַלע פֿיר פּרוּוון פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די געהיים־פּאָליציי האָט אַרײַנגערעכנט פּעלאָוויצן צווישן די באַרימטע שרײַבער. בשעת זייערע דיסקוסיעס, צעפֿלאַקערט זיך דער קאָנפֿליקט צווישן קאָרינסקי, וועלכער פֿאַרטיידיקט נאָך אַלץ די פּאַרטיי, און די אַנדערע צוויי, וואָס האָבן שוין פֿון לאַנג פֿאַרלוירן זייער "אמונה". מע זעט אויך די בולטע קאָנקורענץ צווישן די שרײַבער, דעם עגאָיִזם און צום טייל — נישט־פֿאַרגינערישקייט. אַלע אָבער פּרוּוון צו באַשיצן דעם אומשולדיקן יונגן פּעלאָוויץ ביזן סוף, ווען עס ווערט קלאָר פֿאַר אַלעמען, אַז אַ גוט־צונויפֿגעשטעלטע מעשׂה קאָן פֿאָרט איבערשטײַגן די ערגסטע באַדינגונגען. ווי איך האָב שוין דערמאָנט, הייסט די פֿאָרשטעלונג "אַלטע ייִדן דערציילן וויצן," וואָס שפּילט שוין איבער אַ יאָר מיט גרויס דערפֿאָלג, אין "וועסטסײַד טהיעטער" אויף דער 43טער גאַס און נײַנטער עוועניו צו אויספֿאַרקויפֿטע הײַזער. עפּעס לייגט זיך מיר נישט אויפֿן שׂכל. דאַכט זיך מיר, אַז ביז אַהער זײַנען מיר געווען סטאַטעטשנע און אָנשטענדיקע ייִדן, וואָס מיט דעם טראָגן מיר זיך אַרום דורות־לאַנג, להבֿדיל, אַ מישכּן מיט עטיק און מאָראַל. אַ קלוג פֿאָלק, אַ שעפֿעריש פֿאָלק, אַ געראָטן פֿאָלק. מיט אַ מאָל קומט אונדז קאַפּויער דאָס אַמעריקע, די פֿרײַהייט, די לויזע באַציִונג צו קינד און קייט. מיר האָבן אײַנגעשלונגען די גאַס אַזוי ווי זי גייט און שטייט. די ייִדישע פּראָסטקייט, גראָבקייט און חזירישקייט, וואָס האָט מסתּמא עקזיסטירט אויך פֿריִער, אָבער בלויז צווישן געוויסע שיכטן ווי בלאַטע, גאַסנפֿרויען און סטראָגער־ייִדענעס. די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג באַשטייט העיקר פֿון דערציילן וויצן. אַלטע וויצן וואָס האָבן שוין בערד, נײַע וויצן וואָס קומען פֿון פֿרעמדע קוואַלן — נישט קיין ייִדישע — וואָס הייבן זיך אָן בזה־הלשון: "אַ גלח, אַ רבי און אַ זשאַבע..." איר פֿאַרשטייט דאָך שוין אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. כ׳דאַרף דאָך אײַך נישט אַרײַנלייגן אַ פֿינגער אין מויל. דער עולם כאַכאָטשעט אויפֿן הויכן קול. מען קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער פֿון יעדן ברודיקן וויץ וואָס האָט צו טאָן מיט אַ מענטשנס אַנאַטאָמיע, פֿון אויבן ביז אַראָפּ. אַלטע ייִדן און ייִדענעס וויצלען זיך וועגן סעקס, מיט דעם וואָס האָט צו טאָן מיטן קלאָזעט, מיט נאַקעטקייט און אָפּפֿירמיטלען. איין זאַך קען איך אײַך פֿאַרזיכערן. ס׳איז אַן איבערקערעניש אין ייִדישן לעבן אין אַמעריקע. מיר גייען פֿאַרלוירן צווישן דער אָפּגעשטאַנענקייט פֿונעם פּראָסטן המון אַמעריקאַנער ייִדן. די מוזיקאַלישע איין־פּערזאָניקע פֿאָרשטעלונג הייבט זיך אָן מיט מאַרטין לוטער קינגס רעדע וווּ ער האָט געפּריידיקט גלײַכהייט פֿאַר זײַנע ברידער און שוועסטער, וועלכע קומען אַרויס פֿון שקלאַפֿערײַ, מיט דעם לאָזונג: "איך האָב אַ חלום!" (I have a dream). גלײַך נאָך דער רעקאָרדירטער רעדע, פֿאַלט דער רעפֿלעקטאָר אויף אַ זינגערין, אָנגעטאָן אין אַ פּאָר, וואָס מען רופֿט דאָ־הי "דזשינס"־הויזן, מיט אַ שוואַרץ העמדל, מיט אַ צעפּלאָשעטן קאָפּ האָר, וואָס מען רופֿט דאָ אָן "אַפֿראָ." די חבֿרהמאַנטע הייבט אָן מיט כּל־נדרי, אויסטײַטשנדיק עס מיט דזשעז, און באַלד גייט זי אַריבער צו אַ ליד וואָס האָט צו טאָן מיט "געפּרעגלטע הון און לאַטקעס," און ווען זי ענדיקט, דערוויסט מען זיך ערשט, אַז זי איז די טאָכטער פֿונעם גאָר באַרימטן אַקטיאָר־פֿאַרווײַלער און מאָנאָלאָגיסט — ריטשאַרד פּרײַער. כ׳ווייס נישט וויפֿל פֿון אײַך געדענקען דעם קאָמיקער. איך געדענק אים גוט, ווײַל ער איז אויפֿגעטראָטן אין די זעכציקער יאָרן אויף דער טעלעוויזיע. גאָר אַ באַגאַבטער קאָמעדיאַנט געווען, פֿול מיט טאַלאַנט, קאָמיזם און פֿאַרווײַלונג. איך דערמאָן זיך אויך די ביטערע בשׂורה, אַז דער חבֿרהמאַן, דער לץ, האָט זיך אונטערגעצונדן וועלנדיק באַגיין זעלבסטמאָרד. די זאַך איז אים אָבער נישט געלונגען, אָבער קיין שטיק געזונט איז אים דערפֿון אויך נישט צוגעקומען. דער פֿאָטער איז געווען אַן אונגאַרישער ייִד וואָס איז אַדורכגעגאַנגען דאָס גיהנום אויף די אייגענע פּלייצעס און, על־פּי נס, ניצול געוואָרן. געקומען קיין ישׂראל נאָך דער מלחמה, אויפֿגעשטעלט אַ משפּחה, דרײַ זין און אַ טאָכטער, אָפּגעלעבט זײַנע יאָרן אין ליידן און אין פֿריידן און איז אַוועק פֿון דער וועלט. דער ייִד האָט אָבער איבערגעלאָזט אַ ביכל מיט זכרונות פֿון אַלע זײַנע ליידן און יסורים אונטער דעם נאַצי־רעזשים. לויט זײַן זון, דוד פֿישער, קומט אויס אַז קיינער פֿון די קינדער האָט נישט געוווּסט, אַז דער פֿאָטער שרײַבט זײַנע מעמואַרן, וואָס דאָס שטעל איך אויך אונטער אַ גרויסן פֿרעגצייכן. אָבער נישט אין דעם גייט עס דווקא. דעם דאָקומענטאַרן פֿילם האָט צוגעגרייט דער פֿילם־מאַכער, זון, דוד פֿישער. פֿאַרשטייט זיך אַן ישׂראלי. שוין ווײַט פֿון זײַנע מיידלשע יאָרן, מסתּמא אין די זעכציקער. דאָ האַנדלט זיך אין אַ רײַזע קיין עסטרײַך, נאָכצוגיין אין פֿאָטערס פֿוסטריט איבער די טויטלאַגערן פֿון אוישוויץ ביז עסטרײַך, פֿון וואַנען דער פֿאָטער איז אַרויס קוים־קוים בײַם לעבן. איז אַזוי. די דרײַ ברידער מיט דער איינציקער שוועסטער, נעמען זיך אונטער די רײַזע קיין "גוסען" און "קונסקירכען," שטעטלעך שיין ווי גאָלד אין עסטרײַך טאַקע, וווּ די פּרעכטיקע בערגלעך און ביימער, בלומען און פּאַנאָראַמע, באַהאַלטן דעם סוד פֿון זייער פֿאָטערס פּײַן. אין אַ נײַעם באַנד וועגן דעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער — ״Modern Yiddish Stage״ — רעדאַקטירט פֿון די פּראָפֿעסאָרן יואל בערקאָוויץ און באַרבאַראַ הענרי קען מען אויך לייענען אַ סך אינטערעסאַנטע אַרבעטן וועגן ייִדישער מוזיק; בפֿרט, וואָס שייך מוזיק אויף דער בינע. אַלע עסעען אינעם באַנד זענען אינטערעסאַנט, אָבער מיר וועלן נאָר באַטראַכטן די אַרבעטן וואָס רירן אָן די טעמע פֿון אונדזער רובריק, מוזיק. די ייִדישע פֿאָלקס־פּאָעזיע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט מען אָפֿט געזונגען, און די לידער פֿון אליקום צונזער, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וועלוול זבאַרזשער, מיכל גאָרדאָן און יואל לינעצקי, צווישן אַנדערע, זענען פֿאַרשפּרייט געוואָרן דורך געזאַנג, כאָטש מע האָט געוויינטלעך נישט געוווּסט ווער ס׳איז דער מחבר פֿונעם ליד. אַליסאַ קווינט שרײַבט וועגן דעם טערמין "פֿאָלקס־פּאָעזיע" לגבי דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. זי דערמאָנט אונדז, אַז דער פֿרעפֿיקס "פֿאָלק" מיינט נישט, לאַוו־דווקא, אַז די פּאָעזיע איז פּשוט. די ביכער פֿון די דאָזיקע שרײַבער האָבן בפֿירוש געצילט אויף אַ מער סאָפֿיסטיצירטן עולם, נישט דאָס "פּראָסטע" פֿאָלק. אין איר פֿאָרמולירונג, האָבן זיי געשאַפֿן פֿאַרן סאַלאָן און נישט דער קרעטשמע. אַרײַנגעגאַנגען אין זאַל, וואָס אָט-אָט ווערט ער פֿול געפּאַקט, הער איך, ווי איין עלטערע פֿרוי זאָגט צום עלטערן מאַן אָנווײַזנדיק אויף מיר: "אָ, אָט נאַ דיר אַ יונגער־מאַן וואָס פֿאַראינטערעסירט זיך מיט ייִדיש!". איך בין אייגנטלעך נישט געווען דער איינציקער רעלאַטיוו יונגער־מאַן, וואָס איז בײַגעווען דאָרט. אָבער עס האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ מין סיטואַציע: דער עולם האָט זיך ווי צעטיילט אויף צוויי עיקרדיקע גרופּעס — די אמתע חסידים פֿון ייִדישן טעאַטער און די, וואָס די ערשטע גרופּע (די "חסידים") האָט זיי מיטגעשלעפּט מיט זיך אין טעאַטער. האָט די ערשטע גרופּע געמוזט כּסדר באַרעכטיקן און דערקלערן דער צווייטער גרופּע דעם ווערט און דעם זינען פֿון דער גאַנצער אונטערנעמונג. אָבער תּל-אָבֿיבֿ, די ערשטע העברעיִשע שטאָט אין דער וועלט, האָט גאַנץ ערנסט אויפֿגענומען דעם פֿאַקט, אַז מע שטעלט פֿאָר אַ נײַע קאָמעדיע בײַם ייִדישן טעאַטער. אַזעלכע באַקאַנטע פֿיגורן פֿון דער העברעיִשער קולטור, ווי חנן יובֿל און דאַני סאַנדערסאָן האָט מען געקאָנט זען צווישן דעם עולם; די חשובֿע צײַטונג "האָרץ" האָט אין יענעם אָוונט זיך פֿאַרגינט צו שיקן איר לאַנג-יאָריקן טעאַטער-קריטיקער מיכאל הענדלזאַלץ צו רעצענזירן די נײַע פֿאָרשטעלונג; און ווי געזאָגט, איז קיין ליידיק אָרט נישט געווען. דער "האָרץ" קריטיקער, הענדלזאַלץ, האָט זיך אַליין באַשריבן אין זײַן אַרטיקל (האָרץ 12\06\24) ווי "דער איינציקער צוקוקער צווישן דעם עולם, וואָס האָט נישט געפּלאַצט פֿאַר געלעכטער פֿון אילן דאַרס און יעקבֿ באָדאָס וויצן; זיי קלינגען ערגער אויף ייִדיש, ווי אויף ענגליש". די ייִדישע מאַמע אין אַמעריקע איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ נעווראָטיש געשטאַלט, אַ סטערעאָטיפּ און אַ מיאוסע פֿיגור פֿון דער ייִדישער משפּחה. די קינדער קלאָגן זיך, אַז זי איז נישט מער ווי אַן עגאָיִסטקע, וואָס מען דאַרף זי האַסן, שפּעטן פֿון איר, און אין דעם גייט עס טאַקע אין דער פֿאָרשטעלונג "די לײַאָנס." די הויפּט־ראָליסטקע ריטאַ (לינדאַ לאַווין) איז נישט קיין אַנדערע ווי די באַרימטע טעלעוויזיע־ און פֿילם־אַקטריסע. זי שפּילט עס די אַכזריותדיקע מאַמע; און ווען די סצענע עפֿנט זיך, ליגט איר מאַן אין שפּיטאָל אויפֿן טויטנבעט, און האַלט בײַם שטאַרבן. די פֿרוי ווידער מיט די קינדער, קענען זיך שוין גאָרנישט דערוואַרטן אויף זײַן טויט. די מאַמע לאָזט נישט אָפּ דעם האַלבטויטן מאַן און שפּאַרט זיך מיט אים וועגן וואָס צו טאָן נאָך דעם ווי ער גייט אַ גאַנג. דער קראַנקער שעפּטשעט ניבול־פּה, וווּלגאַרע רייד קומען אַרויס פֿון זײַנע גסיסהדיקע ליפּן. די פֿרוי בלײַבט אים נישט שולדיק, און באַזינגט אים מיט די יום־טובֿדיקע קללות און מיאוסע רייד. דער עיקר זאָגט זי אים, אַז זי האָט אים קיין מאָל נישט ליב געהאַט. כ׳מיין, אַז איך האָב אײַך אַרײַנגעפֿירט אינעם מאָמענט פֿון גלייבן אין אַ "בעסערער וועלט." דאָ האַנדלט זיך וועגן אַן 91־יאָריקער באָבע (מערי לויִס־ווילסאָן) וועלכע איז אויפֿגעכאָוועט געוואָרן אין אַ צײַט ווען מען האָט זי געוויקלט אין "די רויטע ווינדעלעך," און איר אויסגעלינקט 21־יאָריקע אייניקל לעאָ (גייבריעל עבערט) פֿאַלט נישט ווײַט פֿון ביימעלע. נעמט זיך אין זינען. די זקנה וווינט אין אַ דירה אין גרעניטש־ווילעדזש, אַן אָרט וווּ אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט זיך באַזעצט די סמעטענע פֿון לינק־געשטימטע באַרימטע אַרטיסטן, מאָלער און קינסטלער. זייער אידעאַל איז געווען צו קעמפֿן פֿאַר מענטשן־רעכט, אַרבעטער־רעכט, פֿרויען־רעכט און ראַסן־רעכט. זיי האָבן טאַקע בײַגעשטײַערט, מאַרשירט, פּראָטעסטירט און אײַנגעשטעלט זיך פֿאַר זייער אידעאַל. ניין, גראָד פֿאַרקערט! עס שטעלט זיך אַרויס, אַז הײַנט איז זייער אַן אינטערעסאַנטע צײַט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער דאָ אין ניו־יאָרק. עס שפּילן צוויי טעאַטערס — די גרויסע "פֿאָלקסבינע" און דער קליינער "נײַער ייִדישער רעפּערטואַר" (ני״ר) — און מע שפּילט דווקא גוטע סחורה. די וואָך, למשל, בין איך געווען אויף אַ געראָטענער פֿאָרשטעלונג פֿון שלום־עליכמס "אַגענטן" בײַם ני"ר, ווי אויך אַליין געשפּילט אין אַ פּרעכטיקער פֿאָרלייענונג פֿון "ליבע, אַרבעט, פֿאַרלוסט" (בעסער אויף ענגליש: Love, Labor, Loss), באַזירט אויף דרײַ איינאַקטערס פֿון כאַווער פּאַווער, שלום־עליכם און משה נאַדיר. עס לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל, אַז אַן אַקטיאָר זאָל רעצענזירן אַ פֿאָרשטעלונג, אין וועלכער ער אַליין טרעט אויף; אָבער מײַן ראָלע איז גענוג קליין, אַז איך מעג זאָגן מיט דער גאַנצער זשורנאַליסטישער אָביעקטיווקייט, אַז דאָס איז אַן אויסנאַם פֿון אַ פּיעסע, אַ מחיהדיקער מוזיקאַלישער ספּעקטאַקל, וואָס דאָס פּובליקום האָט עס ליב ווי אַן אייגן קינד. דאָס אַלץ אַ דאַנק דער באַאַרבעטונג און רעזשי פֿון מאָטל דידנער, ווי אויך דער מוזיקאַלישער אָנפֿירונג פֿון אַבֿי פֿאָקס־ראָזען. (אַלע אַקטיאָרן און מוזיקער קען איך דאָ ניט אויסרעכענען, אָבער אויף איין פֿוס: אַלע שפּילן וווּנדערלעך!) זעט איר, ייִדן, דאָס רעדל דרייט זיך: גוטע טעאַטערס זײַנען דאָ, גוטע אַקטיאָרן, פּיעסעס — ס׳איז אונדז דאָך ווויל ווי די וועלט. |