צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
אַ שמועס מיט ד״ר יונתן בויאַרין
פּראָפֿעסאָר, צפֿון־קאַראָלײַנער אוניווערסיטעט
די פּראָגראַם פֿירט איציק גאָטעסמאַן

A Guest at the Forverts
A Talk with Dr. Jonathan Boyarin,
Professor, University of North Carolina
Program hosted by Itzik Gottesman

‫פֿון רעדאַקציע

מיט אַכצן חדשים צוריק האָבן זיך אָנגעהויבן די געשעענישן, וועלכע האָבן באַקומען דעם נאָמען פֿון "אַראַבישן פֿרילינג". אָבער דער ערשטער אינצידענט פֿון דער "וועסנע" האָט זיך אָפּגעשפּילט דווקא ווינטערצײַט, דעם 18טן דעצעמבער 2010. דעמאָלט איז אַן עולם אין טוניס אַרויס פּראָטעסטירן אין שײַכות מיטן טראַגישן טויט פֿון דעם יונגן־מאַן מאָהאַמאַד בואַזיזי — ער האָט זיך אַליין פֿאַרברענט נאָך דעם ווי אַ פּאָליציאַנטקע האָט אים געהאַט (לויט זײַן מיינונג) דערנידעריקט. ס’איז קלאָר, אַז אַזאַ בייזע, מאַסן-רעאַקציע אויף, אין תּוך אַרײַן, אַ צופֿעליקן עפּיזאָד האָט בולט אַנטפּלעקט די שווערע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען, וועלכע האָבן זיך אַקומולירט אין דער געזעלשאַפֿט.
אין די איבעריקע אַראַבישע לענדער, וווּ דער "פֿרילינג" האָט זייער גרינג און זייער גיך רעקרוטירט צענדליקער טויזנטער יחידים, האָט זיך דער טומל אויך אָפֿט מאָל אָנגעהויבן פֿון עפּעס אַ "קלייניקייט". דער סך-הכּל איז אומעטום געווען אַן ערנסטער: שוין איצט זײַנען אַראָפּגעפֿאַלן די פֿירערס פֿון פֿיר מדינות — טוניס, עגיפּטן, ליביע און תּימן. די ערד ברענט אין סיריע אונטער די פֿיס פֿון דעם פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד, וועלכער — אַן אויסגעשולטער אויגן-דאָקטער — וויל ניט זען, אַז ער איז ניט בכּוח אָפּצושטעלן דעם בירגער-קריג, וואָס צערײַסט זײַן לאַנד.
דער סצענאַר איז אין יעדן לאַנד געווען אַלע מאָל אַן אַנדערער און ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט ניט קלאָר, מיט וואָס די איבערקערענישן וועלן זיך פֿאַרענדיקן. אָבער דער פֿאַקט אַליין, אַז דאָס אַלץ האָט באַקומען אַן אַלגעמיינעם נאָמען, "אַראַבישער פֿרילינג", ווײַזט אויף דער פֿאַרבינדונג צווישן די געשעענישן. אַזוי גלײַכצײַטיק אַנדערש און ענלעך האָבן זיך, למשל, אַנטוויקלט די פּראָצעסן אין אַ צאָל אייראָפּעיִשע לענדער נאָכן סוף פֿון דער ערשטער און דערנאָך, דער צווייטער, וועלט-מלחמות; אַזוי איז געווען אויך ווען עס האָט זיך מיט צוויי יאָרצענדליק צוריק פֿאַרענדיקט די סאָוועטיש-קאָמוניסטישע תּקופֿה.

געזעלשאַפֿט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער פֿילם-מאַכער ברוס ראָבינס
ברוס ראָבינס, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ענגלישער ליטעראַטור בײַם קאָלומביע-אוניווערסיטעט, אַרבעט די טעג אויף אַ נײַעם דאָקומענטאַרישן פֿילם אונטערן טיטל "עטלעכע פֿון מײַנע בעסטע חבֿרים זענען ציוניסטן" (Some of My Best Friends Are Zionists). שוין פֿונעם טיטל, כאַפּט מען גלײַך, אַז עס רעדט זיך מכּוח אַ פּראָוואָקאַטיווער טעמע וואָס וועט, מסתּמא, אַרויסרופֿן געפֿילן פֿון כּעס און פֿאַרדראָס בײַ אַ טייל צוקוקערס, ווי אויך בײַ דעם ייִדישן "עסטאַבלישמענט" אין אַמעריקע. דער פֿילם באַשטייט פֿון אַ לאַנגער סעריע אינטערוויוען מיט כּלערליי ייִדישע אַמעריקאַנער געשטאַלטן, וואָס אַלע האַלטן קריטישע מיינונגען לגבי מדינת-ישׂראל און איר פּאָליטיק. "אָבער", זאָגט מיר ראָבינס, "איך האָב באַשלאָסן, אַז דער פֿילם וועט זיך נישט באַשעפֿטיקן מיט דער פֿראַגע — וואָס איז די ריכטיקע שטעלונג מכּוח ישׂראל? — דאָס איז אַ פֿילם וואָס פֿאָרשט, ווי אַזוי מענטשן האָבן געביטן זייערע פּאָזיציעס."
ראָבינס שטעלט די מענטשן, אין פּרינציפּ, צוויי הויפּט-קשיות אין זײַנע אינטערוויוען: 1. וואָס האָט מען דיר קינדווײַז אָדער יוגנטווײַז, דערציילט וועגן ישׂראל? 2. ווי אַזוי האָט זיך דײַן מיינונג שפּעטער געענדערט?
אויף דער ערשטער קשיא, ווי מע קען זען אין אַ שטיקל פֿונעם פֿילם שוין אַרויפֿגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ
http://www.kickstarter.com/projects/496652315/some-of-my-best-friends-are-zionists-0
,ענטפֿערט די זשורנאַליסטקע און פֿאָרשערין עליסאַ סאָלאָמאָן, אַז איר מאַמע איז געווען אַ פּרינציפּאַל פֿון אַ ייִדישער שולע. "און איך האָב געטראַכט", זאָגט עליסאַ, "אַז ישׂראל איז געווען אַ גוטע זאַך... אין תּוך אַ נייטיקער מקום-מיקלט פֿאַר ייִדן, דערהויפּט צו טאָן גוטס אין דער וועלט.

געזעלשאַפֿט
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עליאַנאַ רענער (רעכטס) און עוואַ מאַן
ווען דער גרינדער פֿון ייִדישיזם, ד״ר חיים זשיטלאָווסקי, האָט אין 1898 צום ערשטן מאָל באַקאַנט געמאַכט זײַן תּורה פֿאַר דער וועלט און גערופֿן ייִדן צו שאַפֿן נאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס אויף ייִדיש — ייִדישע אוניווערסיטעטן וכדומה — האָט ער פֿאַרגליכן די ייִדן מיט אַן אַנדער פֿאָלק: די שווייצער. "אויב דרײַ מיליאָנען שווייצער קענען אויסהאַלטן 10 אוניווערסיטעטן, וועלן די זיבן ביז אַכט מיליאָן ייִדן, וואָס רעדן ייִדיש, אַוודאי קענען אויסהאַלטן פֿינף און צוואַנציק". די שווייץ איז אים אײַנגעפֿאַלן, ווײַל דאָרט האָט ער טאַקע געוווינט איבער 10 יאָר; דאָרט האָט ער געמאַכט זײַן דאָקטאָראַט. רוסישע רעוואָלוציאָנערן, ווי זשיטלאָווסקי, און אַ סך ייִדישע סטודענטן, אויסגעשלאָסענע דורכן "נומערוס קלאַוסוס" פֿון די רוסישע אוניווערסיטעטן, האָבן אין דער שווייץ געפֿונען אַ מקום־מיקלט. ניט נאָר די אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, נאָר אויך ניט ווייניק אײַנגעבוירענע שווייצער ייִדן האָבן דעמאָלט נאָך גערעדט ייִדיש; טאַקע מיטן מערבֿ־ייִדישן דיאַלעקט, וואָס דער ליטוואַק זשיטלאָווסקי וואָלט אים, מסתּמא, קוים פֿאַרשטאַנען. אַזוי האָט די שווייץ אין יענע יאָרן געקאָכט מיט אַ מין ייִדיש לעבן, וואָס (צוליב דער שפּראַך־אַסימילאַציע פֿון די דײַטשע ייִדן) האָט שוין ניט עקזיסטירט אויף קיין אַנדער אָרט.
די צײַטן בײַטן זיך — הײַנט זײַנען דאָ אַ ביסל מער שווייצער און אַ סך ווייניקער ייִדיש־רעדערס — אָבער ס׳איז געבליבן אַ שטיקל לינגוויסטישע קרובֿישאַפֿט צווישן די צוויי גרופּעס. די שווייצער האָבן ניט קיין איין נאַציאָנאַלע שפּראַך, נאָר זיי רעדן פֿאַרשיידענע, וועלכע זײַנען געזעצלעך גלײַכבאַרעכטיקט: דײַטש, פֿראַנצויזיש, איטאַליעניש, און ראָמאַנש. די גרויסע מערהייט רעדט שווייצער־דײַטש, וואָס ער איז לויט זײַן קלאַנג און גראַמאַטיק מסתּמא אַזוי ווײַט פֿון כּלל־דײַטש ווי אונדזער ייִדיש.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Memorial Books of Eastern European Jewry:
Essays on the History
and Meaning of Yizker Volumes.
Ed. Rosemary Horowitz.
Jefferson, NC, 2011



די אויפֿנאַמע און די פֿונקציע פֿון יזכּור־ביכער ענדערן זיך מיט דער צײַט, באַמערקט ראָזמערי האָראָוויץ אין איר הקדמה צו דעם זאַמלבאַנד. עס וואַקסט אונטער אַ נײַער דור לייענער און פֿאָרשער, וואָס קען מער ניט לייענען די שפּראַכן, בפֿרט ייִדיש, און האָט ניט קיין פּערזענלעכע זכרונות וועגן דעם שטעטל. עס באַווײַזן זיך נײַע אויפֿלאַגעס אין איבערזעצונגען אויף נײַע שפּראַכן, ווי אויך נײַע מאַטעריאַלן און נײַע טעכנישע מעדיאַ, קודם־כּל עלעקטראָנישע. מיט דער צײַט גייען יזכּור–ביכער אַריבער פֿונעם פּריוואַטן אייגנטום פֿון לאַנדסמאַנשאַפֿטן אינעם רשות־הרבים פֿונעם ברייטערן פּובליקום.
די כּוונה פֿון די פֿאַרפֿאַסער פֿון יזכּור־ביכער איז געווען אונטערצוהאַלטן דעם אַחדות־געפֿיל פֿון די צעזייטע און צעשפּרייטע יוצאי־השטעטל דורך אויפֿבויען אַ ליטעראַרישן דענקמאָל פֿאַר זייער קאָלעקטיוון עבֿר. איצט, האַלט האָראָוויץ, באַנוצט מען זיך מיט די דאָזיקע ביכער קודם־כּל צוליב פֿאָרשערישע צוועקן, ווי אַ מקור פֿון קענטענישן וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. עס איז דערבײַ מערקווירדיק, אַז די היסטאָריקער פֿון דער פֿריִערדיקער תּקופֿה, בערך ביז די 1970ער, האָבן דווקא ניט געהאַלטן יזכּור־ביכער פֿאַר פֿאַרלאָזלעכע היסטאָרישע מקורים, אָבער די איצטיקע פֿאָרשער זײַנען געשטימט מער פּאָזיטיוו.

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיך אינטערעסירן אַלע לײַט, וואָס האָבן געאַרבעט אין "פֿאָרווערטס". אָבער דאָס לעבן איז, ווי אַלע ווייסן, רעלאַטיוו קורץ, אַזוי אַז מע דאַרף אויסקלײַבן די וויכטיקסטע פֿיגורן, און דער פֿירנדיקער מענשעוויק, און תּחילת בונדיסט, רפֿאל אַבראַמאָוויטש (1880—1963) געהערט, בלי-ספֿק, צו אָט דער קאַטעגאָריע. אַבראַמאָוויטש האָט, אין אַ היפּשער מאָס, באַאײַנפֿלוסט דעם אידעאָלאָגישן קורס פֿון דער צײַטונג; בפֿרט, לגבי דער סאָציאַליסטישער און קאָמוניסטישער באַוועגונגען. אייניקע פֿאָרשער האַלטן, אַז אַבראַמאָוויטש און מענטשן פֿון זײַן קרײַז האָבן אויך געהאַט אַן השפּעה אויף דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער פּאָליטיק.
קויף איך שוין אַלע נײַע ביכער, וואָס האָבן אַ שײַכות צו מענשעוויקעס בכלל און צו אַבראַמאָוויטשן בפֿרט. אין אַ מאָסקווער ביכער-געשעפֿט האָב איך זיך לעצטנס אָנגעשטויסן אויף דער סאָלידער פֿאָרשונג פֿון דעם רוסישן היסטאָריקער אַלבערט נענאַראָקאָוו, וואָס האָט אָנגערופֿן זײַן בוך Правый меньшевизм: прозрения российской социал-демократии ("רעכטער מענשעוויזם: דאָס באַרעכענען זיך פֿון דער רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטיע"). דאָס איז אַ טיפֿע, לאַנגיאָריקע פֿאָרשונג, באַזירט אויף דאָקומענטן פֿון כּלערליי אַרכיוון, וואָס ווײַזט אָן אויף די באַציִונגען צווישן פֿאַרשיידענע שטראָמען, וועלכע האָבן צעטיילט די מענשעוויקעס.
דאָ מוז מען, אַפּנים, דערמאָנען דעם פּרינציפּיעלן אונטערשייד צווישן די באָלשעוויקעס און די מענשעוויקעס: די באָלשעוויקעס האָבן זיך תּמיד אויסגעלאַכט פֿון דעמאָקראַטיע, טענהנדיק, אַז זיי האַלטן פֿון אַן "עכטער דעמאָקראַטיע", וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, בכלל קיין דעמאָקראַטיע ניט געווען (וולאַדימיר פּוטינס עולם ציט ווײַטער דעם דאָזיקן "עכט-דעמאָקראַטישן" פֿאָדעם). די מענשעוויקעס האָבן אין דעם זין געשאַפֿן דעם צד-שכּנגד אין דער רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער באַוועגונג. לויט זייער מיינונג, האָט דער באָלשעוויסטישער רעצעפּט פֿון בויען סאָציאַליזם געפֿירט דירעקט צו דיקטאַטור.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

משה רבינו האָט געשיקט אַ גרופּע פֿון צוועלף אויסשפּירער — די נשׂיאים פֿון יעדן ייִדישן שבֿט — אַרײַנצודרינגען אין ארץ־כּנען, כּדי געווויר צו ווערן וועגן דעם לאַנד, וווּהין דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט אַרײַנצוברענגען די ייִדן. ווען די אויסשפּירער — מרגלים — האָבן זיך אומגעקערט, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען אַרײַנקומען אינעם לאַנד, ווײַל די מלחמה מיט די דאָרטיקע פֿעלקער וועט זײַן צו סכּנותדיק, ווײַל זיי זענען זייער שטאַרק און וווינען אין פֿאַרפֿעסטיקטע שטעט.
יהושע בן נון, משה רבינוס הויפּט־תּלמיד, דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־אפֿרים, און כּלבֿ בן יפֿונה, דער נשׁיא פֿון שבֿט־יהודה, האָבן אָבער אָפּגעלייקנט די טענות פֿון די אַנדערע נשׂיאים און געמאָלדן, אַז מע וועט יאָ קאָנען באַזעצן דאָס צוגעזאָגטע לאַנד. ס׳רובֿ ייִדן האָבן זיך אָבער צוגעהערט צו די אַנדערע מרגלים און זענען אַנטוישט געוואָרן אין ארץ־כּנען. ווי אַ רעזולטאַט פֿאַר די דאָזיקע ספֿקות, איז דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק באַשטראָפֿט געוואָרן מיט דעם, וואָס זיי האָבן געמוזט וואַנדערן פֿערציק יאָר אינעם מידבר, און צו שטאַרבן דאָרטן. בלויז יהושע און כּלבֿ, די דערמאָנטע צוויי מרגלים, האָבן זוכה געווען אַרײַנצופֿירן אינעם לאַנד דעם ייִנגערן דור, וועלכער איז שוין אויפֿגעוואַקסן בעת די וואַנדערונגען אינעם מידבר.
אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, האָבן מיר באַטראַכט די סיבה, פֿאַרוואָס דער חומש "במדבר" ווערט אויך אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" אָדער "דאָס בוך פֿון חשבונות". ביידע טעמעס, וואַנדערונגען אינעם מידבר און פּרטימדיקע חשבונות, ווערן כּסדר באַהאַנדלט אינעם דאָזיקן טייל פֿון דער תּורה.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

צו מײַן טאַטנס 16טן יאָרצײַט, וואָס איז אויסגעפֿאַלן דעם 8טן יוני (י׳ח סיוון), וויל איך נאָך אַ מאָל זיך טיילן מיט דער בוקעווינער שפּראַך און מיטן פֿאָלקלאָר, וואָס איך האָב פֿאַרצייכנט אין מײַן נאָטיצביכל, אָבער געפֿין עס נישט אין די ווערטער־ביכער. אין דער בוקעווינע האָט מען אַרײַנגעמישט ייִדיש, דײַטש, אוקראַיִניש און רומעניש אין איין שפּראַכלעכן שמעלצטאָפּ.


אינעם שטעטל סערעט אין דער רומענישער גימנאַזיע, וווּ מײַן טאַטע, יונה גאָטעסמאַן, האָט זיך געלערנט, האָט די לערערין חוזק געמאַכט פֿונעם תּלמיד, וואָס האָט אַ נאַרישן ענטפֿער געגעבן. "אײַ אַוזיט און קלאָפּאָט" — ai auzit un clopot — "האָסט געהערט אַ גלאָק", האָט זי דעם תּלמיד געזאָגט, מיינענדיק, אַז דו האָסט געהערט קלינגען אַ גלאָק, אָבער דו פֿאַרשטייסט נישט וואָס דאָס מיינט.
ווי אַ קינד האָט יונהלע געהאַט אַ גרויסן אַפּעטיט, האָט מען אים גערופֿן "יונה קניש". און זײַן מאַמע, די באַבע גיטל, האָט געוווּסט, אַז ווען ער קומט אַהיים פֿון חדר, וועט זי מוזן גיין קאָכן עפּעס אין קיך. האָט זי זיך אויסבאַהאַלטן פֿאַר אים. איז ער אַרײַן אין שטוב און אויסגערופֿן מיט די ווערטער פֿאַרגרײַזט — "וווּ ביסטו מאַמע, אין שאַזלאָן [סאָלאָן] אָדער אין קאָלאָזעט [קלאָזעט]?"; איז געבליבן דאָס ווערטל אין דער משפּחה.
דער טאַטע האָט געדינט אין רומענישן מיליטער. דאַכט זיך, אַז ער איז אַפֿילו צוריקגעקומען פֿון דער מעדיצין־שול אין איטאַליע, צו דינען איין יאָר. אַלע אוניווערסיטעט־סטודענטן זענען געווען "איין יאָריקע" אין דער אַרמיי. דערציילט ער, אַז ווען דער סערזשאַנט פֿון די סאָלדאַטן האָט פֿאַרזוכט דאָס עסן אויף וועטשערע, האָט ער פֿאַרקרימט דאָס פּנים, אויסגעשפּיגן דאָס עסן און געזאָגט — "פּו! מינקאַץ באַיעץ" — דאָס הייסט, פּו! עסט חבֿרה!

דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער
פֿון הערשל גלעזער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ טשיקאַווע זאַך, דער מילגרוים. שטאַמען שטאַמט ער, אַ פּנים, פֿון אַזיע — אפֿשר פֿון איראַן. באַוווּסט איז ער נאָך פֿון העט ווען איבערן גאַנצן מיטעלן מיזרח. שוין אין חומש ווערט ער דערמאָנט — דאָס לשון-קודשדיקע וואָרט איז ״רימון״. וואָס הייסט אויף ייִדיש ״רימונים״? די קײַלעכדיקע באַפּוצונג אויף די עץ-חיימס (שטאַנגען) פֿון אַ ספֿר-תּורה. דער מילגרוים שפּילט אויך אַ ראָלע אין דער גרעקישער מיטאָלאָגיע פֿון גאָר אַמאָל: די געטין פּערסעפֿאָנע האָט אין גיהנום אויפֿגעגעסן זעקס מילגרוים-קערעלעך, האָט זי געמוזט דאָרטן וווינען זעקס חדשים פֿונעם יאָר. אין דער צײַט טרויערט איר מאַמע דעמעטער, די געטין פֿון תּבֿואה און גערעטעניש, און דעריבער וואַקסט גאָרנישט ווינטערצײַט. בײַ אַנדערע פֿאַרצײַטישע פֿעלקער אינעם מיטעלן מיזרח איז דער מילגרוים אַ סימבאָל פֿון פֿרוכפּערדיקייט.
אין כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע לשונות האָט ער דעם זעלביקן נאָמען. נישט אויף ייִדיש!
לויט מאַקס ווײַנרײַכן נעמט זיך דאָס וואָרט ״מילגרוים״ פֿון לעז — דאָס לשון, אַן אָפּשטאַמיקס פֿונעם סאַמע אַלטן פֿראַנצויזיש און איטאַליעניש, וואָס ייִדן האָבן גערעדט אין די יאָרהונדערטער פֿאַרן אויפֿקום פֿון מאַמע-לשון. אַזוי, אַז דאָס וואָרט געהערט צו דער קליינער גרופּע וואָס נעמט אויך אַרײַן ״בענטשן״, ״טשאָלנט״, ״לייענען״ און נאָך אַ צאָל. דער אַבֿי-אָבֿות איז דאָס לאַטײַנישע malum granatum ׳גראַנאַט-עפּל׳, דאָס הייסט, ׳עפּל (פֿול) מיט קערעלעך׳. איז דער מילגרוים, הייסט עס, אַ המשך פֿון אונדזער אַרטיקל בשעתּו וועגן קערעלעך און קוקורוזע.
ווי אַזוי פֿונעם לאַטײַנישן איז געוואָרן ״מילגרוים״ איז נישט קלאָר. אפֿשר זאָגט מען ״מיל-״, נישט ״מאַל-״, ווײַל דאָס איז דאָס לאַטײַנישע וואָרט פֿאַר ׳טויזנט׳ — פּונקט ווי אַ טויזנט-פֿיסלער מוז נישט האָבן אַזש טויזנט פֿיסלעך, מוז אַ מילגרוים נישט האָבן אַזש טויזנט קערעלעך. פֿאַר וואָס ״-גרוים״, נישט ״-גראַנאַט״ צי עפּעס אַנדערש? אויך נישט קלאָר. מיט דעם פֿאַרמעסט זיך אַפֿילו נישט ווײַנרײַך; אפֿשר איז אין דעם שולדיק אַן אַמאָליקער פֿראַנצויזישער דיאַלעקט. נאָר אויב ווײַנרײַך האָט אַזאַ דיאַלעקט נישט דערטאַפּט, האָב איך מורא צו זוכן...

ליטעראַטור
פֿון מירל מניעווסקי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"מיר זײַנען דאָ: זכרונות פֿון דעם ליטווישן חורבן" [We Are Here: [Memories of the Lithuanian Holocaust איז דער טיטל פֿון עלען קאַסעדיס בוך, וואָס איז נאָר וואָס אַרויס פֿון נעבראַסקאַ אוניווערסיטעט־פֿאַרלאַג. ווי באַוווּסט, שטאַמען די ווערטער "מיר זײַנען דאָ" — פֿונעם פּאַרטיזאַנער ליד "זאָג ניט קיינמאָל" — "ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט מיר זײַנען דאָ" — געשריבן אין ווילנער געטאָ פֿון הירש גליק, ווען ער האָט זיך דערוווּסט פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. אָבער לויטן בוך פֿון עלען קאַסעדי האָבן די ווערטער "מיר זײַנען דאָ", אַ נײַעם זין — ווי אַ דעקלאַראַציע פֿון די איצטיקע און אויך קומענדיקע דורות; פֿון די, וואָס האָבן געירשנט די קאָנסעקווענצן פֿון דער שרעקלעכסטער קאַטאַסטראָפֿע אין דער מאָדערנער געשיכטע.
דאָס בוך פֿאָרשט ווי די הײַנטיקע מענטשן באַציִען זיך צו דעם, וואָס ס׳איז געשען מיט די ייִדן. די ייִדן גופֿא און אויך די פֿעלקער פֿון די לענדער, וווּ ייִדן האָבן אַמאָל געוווינט, זײַנען נאָך אַלץ דערשלאָגן פֿון דעם מערדערישן אומגליק. ווי אַ צוגאָב צו דעם חורבן וואָס די ייִדן זײַנען אויסגעשטאַנען, דאַרף מען אויך צורעכענען די אַכזריותדיקע פֿאַרברעכנס פֿון די סאָוועטן, וואָס זענען געקומען נאָך דער נאַצישער אָקופּאַציע.
אין 2004, ווען קאַסעדי האָט זיך דערוווּסט וועגן דער ייִדיש-זומער-פּראָגראַם אין ווילנע, האָט זי זיך דאָרט באַלד פֿאַרשריבן. זי האָט געוואָלט זיך דערנענטערן צו איר משפּחה. אָבער בשעת אירע שטודיעס דאָרטן האָט זי באַגעגנט מענטשן און געהערט געשיכטעס, וואָס זי וואָלט זיך פֿריִער ניט געקענט פֿאָרשטעלן. אירע אַמאָליקע געדאַנקען מכּוח דער פֿראַגע — ווער זײַנען די שולדיקע און ווער זײַנען די קרבנות?

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿון רעכטס: קייט דזשענינגס גראַנט אין דער ראָלע פֿון ליסאַ, דיק לאַטעסאַ ווי בען, און לינדע לאַווין ווי ריטאַ אין דער פּיעסע "די לײַאָנס"
כ׳הייב נישט אָן צו וויסן מיט וואָס די ייִדישע מאַמעס אין אַמעריקע האָבן זיך פֿאַרדינט אַזאַ שרעקלעכע רעפּוטאַציע. דאַכט זיך, עס איז געקומען צו אונדז זינט דער אַמעריקאַנער ייִדישער שרײַבער פֿיליפּ ראָטה האָט געשריבן זײַן "פּאָרטנויס קאָמפּליינט," וווּ די מאַמע איז די קללה און די סיבה פֿון אַלע אומגליקן. זי איז שולדיק אין אַלע דורכפֿאַלן אין לעבן, אין אַלע נישט־דערגרייכונגען, אַלע אומצופֿרידנקייטן אין לעבן. די הײַנטיקע און נעכטיקע קינדער לײַדן און סטענקען נעבעך און קענען גאָרנישט צו זיך קומען צוליב די ייִדישע מאַמעס. זיי באַגליקן די פּסיכיאַטאָרן, היילן זיך בײַ זיי יאָרן־לאַנג און צום סוף — בלײַבן זיי די זעלבע אומגליקלעכע באַשעפֿענישן.
די ייִדישע מאַמע אין אַמעריקע איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ נעווראָטיש געשטאַלט, אַ סטערעאָטיפּ און אַ מיאוסע פֿיגור פֿון דער ייִדישער משפּחה. די קינדער קלאָגן זיך, אַז זי איז נישט מער ווי אַן עגאָיִסטקע, וואָס מען דאַרף זי האַסן, שפּעטן פֿון איר, און אין דעם גייט עס טאַקע אין דער פֿאָרשטעלונג "די לײַאָנס."
די הויפּט־ראָליסטקע ריטאַ (לינדאַ לאַווין) איז נישט קיין אַנדערע ווי די באַרימטע טעלעוויזיע־ און פֿילם־אַקטריסע. זי שפּילט עס די אַכזריותדיקע מאַמע; און ווען די סצענע עפֿנט זיך, ליגט איר מאַן אין שפּיטאָל אויפֿן טויטנבעט, און האַלט בײַם שטאַרבן. די פֿרוי ווידער מיט די קינדער, קענען זיך שוין גאָרנישט דערוואַרטן אויף זײַן טויט. די מאַמע לאָזט נישט אָפּ דעם האַלבטויטן מאַן און שפּאַרט זיך מיט אים וועגן וואָס צו טאָן נאָך דעם ווי ער גייט אַ גאַנג. דער קראַנקער שעפּטשעט ניבול־פּה, וווּלגאַרע רייד קומען אַרויס פֿון זײַנע גסיסהדיקע ליפּן. די פֿרוי בלײַבט אים נישט שולדיק, און באַזינגט אים מיט די יום־טובֿדיקע קללות און מיאוסע רייד. דער עיקר זאָגט זי אים, אַז זי האָט אים קיין מאָל נישט ליב געהאַט.

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

1/4 טעפּל צעשניטענע ציבעלע
2 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע
2 לעפֿל רויטער ווײַן־עסיק
2 לעפֿעלעך פֿרישע טימיאַן־בלעטעלעך
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער
1/3 טעפּל איילבערט־בוימל
2 טעפּלעך געקאָכטע רײַז, אָפּגעקילט
1/2 טעפּל צעשניטענע פּאָמידאָרן
1/2 טעפּל געקאָכטע גרינע אַרבעס
1/2 טעפּל צעשניטענע זומער־קאַבאַק
1/2 טעפּל רעפֿטלעך רעטעכער
3/4 טעפּל צעשניטענע שאַלאַט־בלעטער
1/3 טעפּל צעשניטענע גרינע אָדער רויטע ציבעלע

צעמאָלט די ערשטע פֿיר באַשטאַנדטיילן אין אַ שפּײַז־מאַשין ביז ס׳איז גוט אויסגעמישט. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט דעם סאָוס. דרייט ווידער אָן די שפּײַז־מאַשין, און גיסט, בשעת־מעשׂה, צו־ביסלעך אַרײַן דעם בוימל.
מישט די אַנדערע אינגרעדיענטן צונויף אין אַ גרויסער שיסל, און באַגיסט דעם סאַלאַט מיטן סאָוס.