פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

משה רבינו האָט געשיקט אַ גרופּע פֿון צוועלף אויסשפּירער — די נשׂיאים פֿון יעדן ייִדישן שבֿט — אַרײַנצודרינגען אין ארץ־כּנען, כּדי געווויר צו ווערן וועגן דעם לאַנד, וווּהין דער אייבערשטער האָט צוגעזאָגט אַרײַנצוברענגען די ייִדן. ווען די אויסשפּירער — מרגלים — האָבן זיך אומגעקערט, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען אַרײַנקומען אינעם לאַנד, ווײַל די מלחמה מיט די דאָרטיקע פֿעלקער וועט זײַן צו סכּנותדיק, ווײַל זיי זענען זייער שטאַרק און וווינען אין פֿאַרפֿעסטיקטע שטעט.
יהושע בן נון, משה רבינוס הויפּט־תּלמיד, דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־אפֿרים, און כּלבֿ בן יפֿונה, דער נשׁיא פֿון שבֿט־יהודה, האָבן אָבער אָפּגעלייקנט די טענות פֿון די אַנדערע נשׂיאים און געמאָלדן, אַז מע וועט יאָ קאָנען באַזעצן דאָס צוגעזאָגטע לאַנד. ס׳רובֿ ייִדן האָבן זיך אָבער צוגעהערט צו די אַנדערע מרגלים און זענען אַנטוישט געוואָרן אין ארץ־כּנען. ווי אַ רעזולטאַט פֿאַר די דאָזיקע ספֿקות, איז דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק באַשטראָפֿט געוואָרן מיט דעם, וואָס זיי האָבן געמוזט וואַנדערן פֿערציק יאָר אינעם מידבר, און צו שטאַרבן דאָרטן. בלויז יהושע און כּלבֿ, די דערמאָנטע צוויי מרגלים, האָבן זוכה געווען אַרײַנצופֿירן אינעם לאַנד דעם ייִנגערן דור, וועלכער איז שוין אויפֿגעוואַקסן בעת די וואַנדערונגען אינעם מידבר.
אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, האָבן מיר באַטראַכט די סיבה, פֿאַרוואָס דער חומש "במדבר" ווערט אויך אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" אָדער "דאָס בוך פֿון חשבונות". ביידע טעמעס, וואַנדערונגען אינעם מידבר און פּרטימדיקע חשבונות, ווערן כּסדר באַהאַנדלט אינעם דאָזיקן טייל פֿון דער תּורה.
פֿון איין זײַט, ווערט אינעם חומש "במדבר" כּסדר באַהאַנדלט די דיאַלעקטיק צווישן געוויינטלעכע און אומגעוויינטלעכע סאָציאַלע און פּערזענלעכע דערשײַנונגען, צווישן כּללים און אויסנאַמען. פֿון דער צווייטער זײַט, אַנטהאַלט דער דאָזיקער טייל פֿון דער תּורה לאַנגע רייען פֿון חשבנות און איבערציילונגען פֿון נעמען.
דאָס וואָרט "חשבון" האָט צוויי באַדײַטן. אַחוץ דער טאָגטעגלעכער רוטינע־אַריטמעטיק, מיינט עס אויך, צומאָל, קריטישע און גורלדיקע באַשלוסן. ווי עס דערקלערן די חסידישע מפֿרשים, האָבן די מרגלים, אין דער אמתן, געמיינט לשם־שמים. זיי האָבן געוווּסט, אַז דאָס לעבן אין ארץ־כּנען וועט זײַן פֿול מיט נסיונות און סכּנות. ווי מיר ווייסן פֿונעם תּנ״ך, זענען אין דער ווײַטערדיקער געשיכטע פֿון ייִדן געשען נישט ווייניק מלחמות — סײַ מיט די אַרומיקע פֿעלקער, סײַ צווישן די ייִדישע שבֿטים גופֿא.
אין דעם זין, זענען די מרגלים געווען גערעכט. בעת די וואַנדערונגען אינעם מדבר האָבן די ייִדן פֿאַרבראַכט די צײַט אין הויכע ריין־רוחניותדיקע עבֿודות, געגעסן דעם הימלישן מן און נישט געדאַרפֿט זיך זאָרגן וועגן גשמיותדיקע זאַכן, געהאַט די מעגלעכקייט צו באַקומען אַן עצה און צו לערנען די תּורה בײַם גרעסטן רבין, משה רבינו.
דאָס איז טאַקע געווען, ווי עס דערקלערן די מפֿרשים, אַן אַנדער סיבה, פֿאַרוואָס די מרגלים האָבן נישט רעקאָמענדירט צו גיין קיין ארץ־כּנען. משה רבינו האָט שוין באַקומען די נבֿואה, אַז ער וועט שטאַרבן אינעם מידבר, און זיי האָבן געוווּסט דערפֿון. דאָס הייסט, אַז אינעם נײַעם לאַנד וואָלט דאָס ייִדישע פֿאָלק געמוזט בײַקומען אַלע נײַע סכּנות און מאַכן אַלע באַשלוסן אָן אַזאַ גרויסן מנהיג און נבֿיא, ווי משה.
דעריבער, ווען די מרגלים האָבן אַנאַליזירט די סיטואַציע, האָבן זיי געמאַכט אַ חשבון און געקומען צו אַ סתּירותדיקן אויספֿיר: הגם דער אייבערשטער האָט געהייסן די ייִדן צו באַזעצן דאָס לאַנד פֿון זייערע אָבֿות, איז בעסער זיך נישט צו אײַלן אַהין. ווי מיר זעען, האָבן זיי אָבער געמאַכט אַ גרויסן טעות אויפֿן חשבון פֿונעם גאַנצן פֿאָלק.
מע קאָן אָפּטײַטשן אין אַזאַ זין דעם אַלטערנאַטיוון נאָמען פֿונעם חומש "במדבר" — "דער ספֿר פֿון חשבנונות". די לאַנגע ייִדישע וואַנדערונגען אינעם מידבר זענען געווען אַ רעזולטאַט פֿונעם נישט־ריכטיקן חשבון פֿון געוויסע יחידים. פֿונדעסטוועגן, ריכטיק צי נישט, איז עס געווען אַזוי באַשערט. די חסידישע און קבלה־ספֿרים זענען מסביר, אַז די מאַפּע פֿון די ייִדישע מידבר־נסיעות שטימט מיט די פּונקטן פֿון די פּערזענלעכע בלאָנדזשענישן פֿון יעדן מענטש אין עולם־הזה.
מיר מוזן מאַכן אייגענע חשבונות און מיר מוזן זײַן גרייט, אַז נישט אַלעמאָל וועלן זיי ברענגען צו ריכטיקע רעזולטאַטן. די מרגלים האָבן אָבער אָנגענומען אַ קריטישן באַשלוס נישט פֿאַר זיך, נאָר פֿאַרן גאַנצן פֿאָלק. כּלבֿ בן יפֿונה האָט געזאָגט די ייִדן: "עלה נעלה" — לאָמיר גיין באַזעצן דאָס לאַנד, ווײַל מיר קענען עס טאָן. צוזאַמען מיט יהושע בן־נון, האָבן זיי צעריסן זייערע בגדים און געפּרוּווט איבערצוצײַגן דאָס פֿאָלק, אַז ארץ־כּנען איז אַ גוט לאַנד, "וווּ עס גיסט זיך מילך מיט האָניק".
מע קאָן זאָגן, אַז כּלבֿ און יהושע האָבן זיך גערעכנט מיטן פֿאָלק און באַטראַכט מיטן עולם די קומענדיקע באַזעצונג פֿונעם נײַעם לאַנד. די אַנדערע נשׂיאים האָבן אָבער געפּרוּווט אַרויפֿצווינגען זייערע פּאָזיציעס. ווי אַ רעזולטאַט, איז דער עולם געוואָרן ברוגז אויף יהושע און כּלבֿ, און האָט פֿאָרגעלייגט אויסצוקלײַבן אַ נײַעם מנהיג, כּדי זיך אומצוקערן קיין מצרים, וווּ דאָס לעבן איז געווען סטאַביל און פֿאַרשטענדלעך, הגם זיי זענען דאָרטן געווען פֿאַרשקלאַפֿט.
אַ צאָל מדרשים באַמערקן, אַז די נשׂיאים, אַחוץ יהושע און כּלבֿ, זענען געווען גרויסע בעלי־גאווה. עס קאָן זײַן, אַז צוליב דעם האָבן זיי אָנגענומען אַ באַשלוס, וועלכער האָט געשאַט דעם גאַנצן פֿאָלק, און דערצו האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אינעם צווייפֿלהאַפֿטיקן געדאַנק צו גיין צוריק קיין מצרים, כּדי ווידער צו ווערן שקלאַפֿן. אַן אויטאָריטאַרער מנהיג אַ בעל־גאווה איז בעצם אַ סכּנותדיקער פּערסאָנאַזש, אויב אַפֿילו ער טראַכט לשם־שמים.
אין ספֿרי־חסידות ווערט באַטאָנט, אַז די פֿאַרשפּרייטונג פֿון די ייִדן אַרום דער וועלט איז בעצם נישט אַ שטראָף. ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק וואָלט נישט געזינדיקט, וואָלט דער אייבערשטער געהייסן די ייִדן צו וואַנדערן איבער דער וועלט, כּדי צו ברענגען אַ תּיקון און צו פֿאַרשפּרייטן דאָס ג־טלעכע ליכט. צוליב די עבֿירות, אָבער, האָט זיך אַנשטאָט אַזאַ פֿרידלעכער מיסיע באַקומען דאָס ביטערע גלות.
עס קאָן זײַן, אַז ווען די מרגלים וואָלטן אָפֿן און קלאָר באַטראַכט זייערע געדאַנקען מיטן פֿאָלק, אָן גאווה און אָן מאַניפּולאַציעס, וואָלט דער אייבערשטער אַליין מסכּים געווען, אַז איידער מע גייט אַרײַן קיין ארץ־כּנען, איז כּדאַי צו פֿאַרברענגען פֿערציק יאָר אינעם מידבר, עסנדיק מן און נאָכפֿאָלגנדיק די אַנטפּלעקונגען פֿון דער הייליקער שכינה. אין אַזאַ פֿאַל, וואָלטן די דאָזיקע וואַנדערונגען געווען אַ בכּבֿודיקע נסיעה, און נישט אַן עונש.
דער איזשביצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר "מי השילוח", אַז דער שבֿט־יוסף רעפּרעזענטירט די אָרדענונג, און שבֿט־יהודה — דעם כאַאָטישן דרך מחוץ די געוויינטלעכע כּללים. ס׳איז מערקווירדיק, אַז די נשׂיאים פֿון ביידע שבֿטים — יהושע און כּלבֿ — זענען געווען צדיקים. ביידע דרכים, פֿון כּסדרדיקע און ספּאָנטאַנע חשבונות, קאָנען זײַן גוט. מע מוז אָבער געדענקען, אַז ווען מע מאַכט אַ חשבון — אויב אַפֿילו עס דאַכט זיך, אַז מע טראַכט אינגאַנצן לשם־שמים — מוז מען האָבן אין באַטראַכט די אַנדערע מענטשן און נישט טאָן עס אויף זייער חשבון. ווען מע נעמט אָן די באַשלוסן סײַ לשם־שמים, סײַ אינעם גײַסט פֿון ברידערלעכער ליבשאַפֿט און אַחדות, קאָן מען פֿאַרוואַנדלען אונדזער וואַנדערונג אינעם "מידבר" פֿון עולם־הזה אין אַ ליכטיקן וועג צו ג־טלעכקייט.