פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר

צו מײַן טאַטנס 16טן יאָרצײַט, וואָס איז אויסגעפֿאַלן דעם 8טן יוני (י׳ח סיוון), וויל איך נאָך אַ מאָל זיך טיילן מיט דער בוקעווינער שפּראַך און מיטן פֿאָלקלאָר, וואָס איך האָב פֿאַרצייכנט אין מײַן נאָטיצביכל, אָבער געפֿין עס נישט אין די ווערטער־ביכער. אין דער בוקעווינע האָט מען אַרײַנגעמישט ייִדיש, דײַטש, אוקראַיִניש און רומעניש אין איין שפּראַכלעכן שמעלצטאָפּ.


אינעם שטעטל סערעט אין דער רומענישער גימנאַזיע, וווּ מײַן טאַטע, יונה גאָטעסמאַן, האָט זיך געלערנט, האָט די לערערין חוזק געמאַכט פֿונעם תּלמיד, וואָס האָט אַ נאַרישן ענטפֿער געגעבן. "אײַ אַוזיט און קלאָפּאָט" — ai auzit un clopot — "האָסט געהערט אַ גלאָק", האָט זי דעם תּלמיד געזאָגט, מיינענדיק, אַז דו האָסט געהערט קלינגען אַ גלאָק, אָבער דו פֿאַרשטייסט נישט וואָס דאָס מיינט.
ווי אַ קינד האָט יונהלע געהאַט אַ גרויסן אַפּעטיט, האָט מען אים גערופֿן "יונה קניש". און זײַן מאַמע, די באַבע גיטל, האָט געוווּסט, אַז ווען ער קומט אַהיים פֿון חדר, וועט זי מוזן גיין קאָכן עפּעס אין קיך. האָט זי זיך אויסבאַהאַלטן פֿאַר אים. איז ער אַרײַן אין שטוב און אויסגערופֿן מיט די ווערטער פֿאַרגרײַזט — "וווּ ביסטו מאַמע, אין שאַזלאָן [סאָלאָן] אָדער אין קאָלאָזעט [קלאָזעט]?"; איז געבליבן דאָס ווערטל אין דער משפּחה.
דער טאַטע האָט געדינט אין רומענישן מיליטער. דאַכט זיך, אַז ער איז אַפֿילו צוריקגעקומען פֿון דער מעדיצין־שול אין איטאַליע, צו דינען איין יאָר. אַלע אוניווערסיטעט־סטודענטן זענען געווען "איין יאָריקע" אין דער אַרמיי. דערציילט ער, אַז ווען דער סערזשאַנט פֿון די סאָלדאַטן האָט פֿאַרזוכט דאָס עסן אויף וועטשערע, האָט ער פֿאַרקרימט דאָס פּנים, אויסגעשפּיגן דאָס עסן און געזאָגט — "פּו! מינקאַץ באַיעץ" — דאָס הייסט, פּו! עסט חבֿרה!
די סאָלדאַטן האָבן מאַרשירט איין מאָל אין גאַס, און דער סערזשאַנט האָט דערזען אַ הונט לויפֿנדיק אַוועק, האָט ער געגעבן אַ באַפֿעל אויף רומעניש "דירעקציאַ קאַיִנעליו, מאַרש!" — אין דער ריכטונג פֿונעם הונט, מאַרש!
איין פֿאָלקס־רפֿואה וואָס דער טאַטע האָט געדענקט פֿון סערעט האָב איך פֿאַרשריבן. אַז מע האָט זיך צעקלאַפּט, האָט מען צוגעלייגט היניקעס (אָפּפֿאַל פֿון אַ פֿערד). איך געדענק, אַז צו איין קרענק האָט מען געדאַרפֿט "אונגערישן ווײַן" (אורין), אָבער איך געדענק נישט פּונקט צו וועלכער קרענק.
לעבן מײַן זיידע־באָבעס געשעפֿט אויפֿן "מעלפּלאַץ" אין טשערנאָוויץ, האָט דער מאַן פֿון פֿרוי בערנשטיין אויך געהאַט זײַן קראָם. אין די 1970ער און 1980ער יאָרן איז די פֿרוי בערנשטיין, אַ געבוירענע אין טשערנאָוויץ אַן ערך אין יאָר 1900, געווען אַ שטענדיקער גאַסט בײַ אונדז אין בראָנקס. כאָטש זי האָט זיך אויפֿגעפֿירט ווי אַ דאַמע, האָט זי מיר איבערגעגעבן עטלעכע קללות וואָס זי האָט געהערט אין מאַרק — און נישט פֿונעם הומאָריסטישן מין, וואָס איז הײַנט אין דער מאָדע. למשל: "אַ פֿײַער זאָל דיך טרעפֿן!", "זאָל אין דײַן שטוב קיין מיסט נישט זײַן!", "ס׳זאָל קיין רויך פֿון דײַן קוימען נישט גיין!" און "זי זאָל זיך נישט קענען איבערדרייען".
צווישן די ווערטלעך און ווערטער וואָס איך האָב פֿאַרשריבן פֿונעם טאַטן און פֿון דער בוקעווינער סבֿיבֿה בכלל: "שׂרה, רבֿקה, רחל, לאה וואָלטן אַזוינס נישט אויסגעהאַלטן!" (פֿאַרטראָגן). אַז איינער האָט געהאַט אַ גרויס בײַכל וואָס הענגט אָראָפּ רופֿט מען דאָס אַ "טרעל־בויך"; אויף ענגליש אַ beerbelly. אַ מאַן וויל אַ "ליפֿקעלע", דאָס הייסט, אַ פֿלירט טאָן מיט אַ מיידל. אַנדערע מענער ווילן אַ "לײַכטן פֿויגל" — אַ פֿרוי וואָס איז גרייט צו ליבן זיך.
אין ווערטערבוך שטייט "אומישנע" אָדער "אומיסטן" מיטן טײַטש בכּיוון, אייגנס, אָבער, ווי באַקאַנט, זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע דיאַלעקטישע פֿאָרמען. מײַן חבֿר שײַקע וואָס שטאַמט פֿון אַ משפּחה אין קאָנגרעס־פּוילן זאָגט "אין אַ מישנע", און פֿון קיִעווער ייִדן האָב איך געהערט "אין אַ מיסנע". אין דער בוקעווינע זאָגט מען "אין מיסטן". פֿאַרשיידענע אַרויסרעדן הערט מען אויך אין דיאַלעקטן פֿון "דערנאָך דעם". בײַם טאַטן האָט מען קלאָר געהערט ווי ער זאָגט — "אינאוּוון" — אַ ווײַטער מהלך פֿון "דערנאָך דעם".
באַשעוויס פֿלעגט זאָגן, אַז די ייִדן האָבן כּלערליי ווערטער פֿאַרן לערנער, חכם, נאַר, אָרעמאַן און גבֿיר, ווײַל דאָס האָט אָפּגעשפּיגלט דאָס ייִדישע לעבן און צוגאַנג צו דער וועלט. מע קען אויך צוגעבן, אַז די רשימה וואָס נעמט אַרײַן אַלע ווערטער פֿאַר נודניק, וואָלט אויך געווען אַ לאַנגע. "איך פּוסטע [פּיסטע] מיך" הייסט, אַז ס׳איז מיר נודנע, זיך נוד[י]ען. בײַ אונדז איז נישטאָ דאָס וואָרט "נודניק", נאָר "נידזש[י]אַק", און מע זאָגט "נידזשע נישט!", וואָס דאָס הייסט, "האַק מיר נישט אין טשײַניק."
צו געבן אַ באַפֿעל צו זיצן, זאָגט מען "סאַדע דיך אַנידער!", אָדער "סעקע דיך אַנידער". איך האָב אויך געהערט — "ער האָט/איז אָפּגעסעקעט דעם גאַנצן טאָג". מײַן מאַמע זאָגט, אַז ווען דאָס עסן האָט נישט קיין טעם, איז עס "מאַליאַווע" — אָן פֿעפֿער, אָן זאַלץ. "דער מענטש איז אַ שטופּ־שטוס" הייסט, מע קען טאָן מיט אים וואָס מע וויל. אויף ענגליש האָט מען אַן ענלעך וואָרט — "pushover".
דער זיידע חיים אין סערעט איז געווען אַ תּלמיד־חכם, אָבער נישט געהאַט קיין פּרנסה און קוים געקענט רעדן גוייִש (אוקראַיִניש). ער האָט אַזוי שלעכט געקענט אוקראַיִניש, אַז ווען ער האָט זיך געדונגען מיט די קונים, האָט ער געזאָגט פּונקט דאָס פֿאַרקערטע וואָס ער האָט געדאַרפֿט — "בילשע ניע וואַט!" — ס׳איז נישט ווערט מער!
דער אַנדערער זיידע, בנימין, האָט שלעכט געקענט רומעניש, און אין זײַן געשעפֿט אויפֿן מעלפּלאַץ אין טשערנאָוויץ האָט ער פֿאַרקויפֿט פֿרויען־קליידער. ער האָט נישט געקענט דאָס רומענישע וואָרט פֿאַר סטאַניק, האָט ער אויף רומעניש געזאָגט "טרײַסטע פּענטרו ציצי" — אַ טאָרבע פֿאַר די בריסטן.
אין טשערנאָוויצער ייִדיש האָט מען געניצט אַ חוזק־פֿאָרעם פֿון "עס פֿרייט מיך" — "עס פֿרויטלט־טוטלט מיך". "עס קאָנפֿינינירט מיר נישט" (פֿון דײַטש) איז טײַטש — עס לוינט זיך נישט, עס צאָלט זיך נישט אויס. אַ קליין מענטשעלע האָט מען גערופֿן "אַ קאַרדופּניק". אויך פֿון דײַטש, האָט מען גערופֿן אַ מענטש וואָס פֿאַרשטייט נישט קיין חכמות, נישט קיין חריפֿותדיקער — "אײַן גראַדער מיכל". "אַ בעזהאָלאָוויע אויף דיר!" איז אַ פֿאַרייִדישטע קללה פֿון די אוקראַיִנישע ווערטער "אָן דעם קאָפּ." "ער איז צוגעלייגט" הייסט, אַז ער איז דערשלאָגן. "דו זאָלסט מיר געשענקט זײַן", האָט די גליקלעכע מאַמע געזאָגט צו איר טײַער קינד, מיטן טײַטש, מע זאָל דיך נישט אַוועקנעמען פֿון מיר, איך האָב דיך אַזוי ליב. אין טשערנאָוויץ האָט מען אויך געזאָגט "ער איז אַ פֿוילענצער" [פֿון דײַטש], און "ער פֿוילענצט", אַלץ פֿונעם וואָרט "פֿויל".
צוויי ווערטלעך אויף אוקראַיִניש וואָס בוקעווינער ייִדן האָבן געזאָגט — "וועלעקע כמאַראַ, מאַליי דאָשטש" — אַ גרויסע כמאַרע, אַ קליינער רעגן. און "טוט בייזש אי טוט ניע וויבייזש" — דאָ שלאָג איך, אָבער גאָרנישט קומט אַרויס. און לסוף, אַ וויץ וועגן "פֿרידמאַנס" מילכיקן רעסטאָראַן אין טשערנאָוויץ, וואָס איז געווען באַקאַנט פֿאַר זײַנע חוצפּהדיקע קעלנער (אַ שטריך מיט וועלכן די ייִדישע קעלנער אין אַמעריקע האָבן אויך געשמט):
צוויי ייִדן זיצן בײַ אַ טישל אין "פֿרידמאַנס" און ווילן באַשטעלן פֿרישטיק. זאָגט דער ערשטער צום קעלנער — "אַן איי, זײַט אַזוי גוט", און דער צווייטער קונה זאָגט, "יאָ, איך אויך אַן איי", און ער גיט צו — "אָבער אַ פֿרישס!". שרײַט אויס דער קעלנער צו דער קיך: "צוויי אייער — איינס אַ פֿרישס!"