מיט אַכצן חדשים צוריק האָבן זיך אָנגעהויבן די געשעענישן, וועלכע האָבן באַקומען דעם נאָמען פֿון "אַראַבישן פֿרילינג". אָבער דער ערשטער אינצידענט פֿון דער "וועסנע" האָט זיך אָפּגעשפּילט דווקא ווינטערצײַט, דעם 18טן דעצעמבער 2010. דעמאָלט איז אַן עולם אין טוניס אַרויס פּראָטעסטירן אין שײַכות מיטן טראַגישן טויט פֿון דעם יונגן־מאַן מאָהאַמאַד בואַזיזי — ער האָט זיך אַליין פֿאַרברענט נאָך דעם ווי אַ פּאָליציאַנטקע האָט אים געהאַט (לויט זײַן מיינונג) דערנידעריקט. ס’איז קלאָר, אַז אַזאַ בייזע, מאַסן-רעאַקציע אויף, אין תּוך אַרײַן, אַ צופֿעליקן עפּיזאָד האָט בולט אַנטפּלעקט די שווערע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען, וועלכע האָבן זיך אַקומולירט אין דער געזעלשאַפֿט.
אין די איבעריקע אַראַבישע לענדער, וווּ דער "פֿרילינג" האָט זייער גרינג און זייער גיך רעקרוטירט צענדליקער טויזנטער יחידים, האָט זיך דער טומל אויך אָפֿט מאָל אָנגעהויבן פֿון עפּעס אַ "קלייניקייט". דער סך-הכּל איז אומעטום געווען אַן ערנסטער: שוין איצט זײַנען אַראָפּגעפֿאַלן די פֿירערס פֿון פֿיר מדינות — טוניס, עגיפּטן, ליביע און תּימן. די ערד ברענט אין סיריע אונטער די פֿיס פֿון דעם פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד, וועלכער — אַן אויסגעשולטער אויגן-דאָקטער — וויל ניט זען, אַז ער איז ניט בכּוח אָפּצושטעלן דעם בירגער-קריג, וואָס צערײַסט זײַן לאַנד.
דער סצענאַר איז אין יעדן לאַנד געווען אַלע מאָל אַן אַנדערער און ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט ניט קלאָר, מיט וואָס די איבערקערענישן וועלן זיך פֿאַרענדיקן. אָבער דער פֿאַקט אַליין, אַז דאָס אַלץ האָט באַקומען אַן אַלגעמיינעם נאָמען, "אַראַבישער פֿרילינג", ווײַזט אויף דער פֿאַרבינדונג צווישן די געשעענישן. אַזוי גלײַכצײַטיק אַנדערש און ענלעך האָבן זיך, למשל, אַנטוויקלט די פּראָצעסן אין אַ צאָל אייראָפּעיִשע לענדער נאָכן סוף פֿון דער ערשטער און דערנאָך, דער צווייטער, וועלט-מלחמות; אַזוי איז געווען אויך ווען עס האָט זיך מיט צוויי יאָרצענדליק צוריק פֿאַרענדיקט די סאָוועטיש-קאָמוניסטישע תּקופֿה.
מיר געדענקען, בפֿרט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע, אַז עטלעכע רעזשימען-פֿאַרזעענישן האָבן זיך תּחילת באַוויזן אין מיזרח-אייראָפּע, בפֿרט אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. ס’איז גאַנץ מעגלעך, אַז אידעאָלאָגישע מיאוסקייטן וועלן הערשן עפּעס אַ צײַט אין די לענדער, וועלכע זײַנען אַרומגעכאַפּט מיטן "פֿרילינג". די רייד גייט דאָך דאָ וועגן ווינקלען פֿון דער וועלט אָן שום דעמאָקראַטישע טראַדיציעס. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די ערנסטע עטנישע און רעליגיעזע קאָנפֿליקטן, וואָס צערײַסן ממש די דאָזיקע נאַציעס צי כּמו-נאַציעס. וועגן דער ערנסטקייט פֿון אָט די קאָנפֿליקטן דערמאָנט אונדז ווידער אַ מאָל די דערפֿאַרונג פֿון דער "ציוויליזירטער" אייראָפּע, און ניט בלויז די אייראָפּע פֿון אַמאָליקע צײַטן, נאָר דווקא איצט, צי כּמעט איצט: שכנים האָבן אין יוגאָסלאַוויע און אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַרויסגעוויזן זייער גרייטקייט צו הרגענען איינע די אַנדערע.
עס וואָלט געווען נאַיִוו צו דערוואַרטן, אַז דער "אַראַבישער פֿרילינג" וועט גלײַך שאַפֿן מדינות, קאָנסטרויִרטע לויט אַ מערבֿדיקן סטאַנדאַרד. אָבער עס ווילט זיך האָפֿן, אַז דער "פֿרילינג" איז אַ וויכטיקער עטאַפּ אויפֿן וועג — זאָל ער אַפֿילו זײַן אַ קרומען — וואָס פֿירט לסוף צו אַ מין רויִקייט אין דעם מערבֿ-מיזרחדיקן צווישן-לעבן, און אַז די דאָזיקע רויִקייט וועט אויך אַ מאָל קומען אין די באַציִונגען צווישן ישׂראל און דער אַראַבישער וועלט.
אמת, דערווײַל זעט מען עס גאָר ניט. אָבער דער מצבֿ קען זיך אפֿשר בײַטן, ווען דער "פֿרילינג" וועט זיך אַנטוויקלען ווײַטער, ווערן אַ "זומער" און סוף-כּל-סוף קומען צו אַ "האַרבסט", און קלײַבן צונויף די גערעטעניש. די דאָזיקע האָפֿענונג איז ניט אין גאַנצן אַן אוטאָפּישע, מחמת זי איז באַזירט אויף דעם קלאָרן פֿאַקט, אַז די רעזשימען, וועלכע האָבן זיך אײַנגעשטעלט — און וועלן זיך אײַנשטעלן — נאָכן "פֿרילינג" — וועלן זיך ניט קאָנען אויסדרייען אָן אַ שותּפֿות מיט דער מערבֿדיקער וועלט.
דער הײַנטיקער עפּיצענטער פֿון דעם "פֿרילינג" געפֿינט זיך אין סיריע. קיין טאָג גייט דאָרטן ניט דורך אָן נײַע קרבנות, אָן שאָקירנדיקע בילדער פֿון אומגעבראַכטע מענטשן. און מע זעט ניט, אַז עפּעס זאָל זיך ראַדיקאַל בײַטן. רוסלאַנד און כינע לאָזן ניט אָפּצושרעקן ווי עס דאַרף צו זײַן באַשאַר אַסאַדן און זײַנע שטיצערס. דערצו איז דער "פֿרילינג" געקומען אין סיריע צו נאָענט צום האַרבסט פֿון די אַמעריקאַנער פּרעזידענטישע וואַלן. אַ סבֿרא, אַז דאָס "ווײַסע הויז" וועט ניט וועלן ריזיקירן ערבֿ די וואַלן. און אייראָפּע האָט גענוג אייגענע צרות, באַזונדערס — עקאָנאָמישע — כּדי זיך ערנסט באַשעפֿטיקן מיט עפּעס אַ סיריע.