אַ טשיקאַווע זאַך, דער מילגרוים. שטאַמען שטאַמט ער, אַ פּנים, פֿון אַזיע — אפֿשר פֿון איראַן. באַוווּסט איז ער נאָך פֿון העט ווען איבערן גאַנצן מיטעלן מיזרח. שוין אין חומש ווערט ער דערמאָנט — דאָס לשון-קודשדיקע וואָרט איז ״רימון״. וואָס הייסט אויף ייִדיש ״רימונים״? די קײַלעכדיקע באַפּוצונג אויף די עץ-חיימס (שטאַנגען) פֿון אַ ספֿר-תּורה. דער מילגרוים שפּילט אויך אַ ראָלע אין דער גרעקישער מיטאָלאָגיע פֿון גאָר אַמאָל: די געטין פּערסעפֿאָנע האָט אין גיהנום אויפֿגעגעסן זעקס מילגרוים-קערעלעך, האָט זי געמוזט דאָרטן וווינען זעקס חדשים פֿונעם יאָר. אין דער צײַט טרויערט איר מאַמע דעמעטער, די געטין פֿון תּבֿואה און גערעטעניש, און דעריבער וואַקסט גאָרנישט ווינטערצײַט. בײַ אַנדערע פֿאַרצײַטישע פֿעלקער אינעם מיטעלן מיזרח איז דער מילגרוים אַ סימבאָל פֿון פֿרוכפּערדיקייט.
אין כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע לשונות האָט ער דעם זעלביקן נאָמען. נישט אויף ייִדיש!
לויט מאַקס ווײַנרײַכן נעמט זיך דאָס וואָרט ״מילגרוים״ פֿון לעז — דאָס לשון, אַן אָפּשטאַמיקס פֿונעם סאַמע אַלטן פֿראַנצויזיש און איטאַליעניש, וואָס ייִדן האָבן גערעדט אין די יאָרהונדערטער פֿאַרן אויפֿקום פֿון מאַמע-לשון. אַזוי, אַז דאָס וואָרט געהערט צו דער קליינער גרופּע וואָס נעמט אויך אַרײַן ״בענטשן״, ״טשאָלנט״, ״לייענען״ און נאָך אַ צאָל. דער אַבֿי-אָבֿות איז דאָס לאַטײַנישע malum granatum ׳גראַנאַט-עפּל׳, דאָס הייסט, ׳עפּל (פֿול) מיט קערעלעך׳. איז דער מילגרוים, הייסט עס, אַ המשך פֿון אונדזער אַרטיקל בשעתּו וועגן קערעלעך און קוקורוזע.
ווי אַזוי פֿונעם לאַטײַנישן איז געוואָרן ״מילגרוים״ איז נישט קלאָר. אפֿשר זאָגט מען ״מיל-״, נישט ״מאַל-״, ווײַל דאָס איז דאָס לאַטײַנישע וואָרט פֿאַר ׳טויזנט׳ — פּונקט ווי אַ טויזנט-פֿיסלער מוז נישט האָבן אַזש טויזנט פֿיסלעך, מוז אַ מילגרוים נישט האָבן אַזש טויזנט קערעלעך. פֿאַר וואָס ״-גרוים״, נישט ״-גראַנאַט״ צי עפּעס אַנדערש? אויך נישט קלאָר. מיט דעם פֿאַרמעסט זיך אַפֿילו נישט ווײַנרײַך; אפֿשר איז אין דעם שולדיק אַן אַמאָליקער פֿראַנצויזישער דיאַלעקט. נאָר אויב ווײַנרײַך האָט אַזאַ דיאַלעקט נישט דערטאַפּט, האָב איך מורא צו זוכן...
נישט נאָר איז דאָס ייִדישע ״מילגרוים״ היפּשלעך אַנדערש פֿון אַנדערע אייראָפּעיִשע טערמינען, נאָר ס׳איז אויך אַנדערש פֿון קרובֿישע ייִדישע. די קליינע באָמבע וואָס מע וואַרפֿט אויף אַ שׂונא אין אַ מלחמה הייסט אויף ייִדיש ״גראַנאַט״, וואָס כאָטש עטימאָלאָגיש קערט עס זיך אָן מיט ״מילגרוים״ מיין איך, אַז קיינער חוץ אַ ספּעציאַליסט וואָלט עס נישט דערקענט. דאָס שײַכות פֿון ״גראַנאַט״ און granatum איז דאָך קלאָר ווי דער טאָג, נאָר דאָס וואָרט איז נענטער צום לאַטײַנישן דווקא ווײַל ס׳איז אַרײַן אין ייִדיש נישט (כּמעט) דירעקט פֿון לאַטײַניש דורך אַלט-פֿראַנצויזיש, נאָר פֿון נײַ-איטאַליעניש דורך דײַטשיש אָדער סלאַוויש. ווידער אַן איראָניע פֿון דער היסטאָרישער לינגוויסטיק: אַז ייִדיש נעמט איבער אַ וואָרט כּמעט דירעקט, איז די עטימאָלאָגיע מער נישט צו דערקענען; אַז אומדירעקט, איז זי יאָ צו דערקענען — פּונקט דער היפּוך פֿון דעם וואָס דער שׂכל איז מחייבֿ.
דאָס ענגלישע וואָרט, pomegranate, נעמט זיך פֿונעם עלטערן פֿראַנצויזישן pomme grenade ׳עפּל מיט [אַ סך] קערעלעך׳. פֿון מײַנע קינדער-יאָרן געדענק איך אַ צווייטן טערמין, Chinese apple, וואָס דערמאָנט אונדז אינעם האָלענדיש-דײַטשיש-רוסישן טערמין פֿאַר ׳מאַראַנץ׳ — apel’sin אד״גל. מיט כינע איז דער מילגרוים נישט קיין מחותּן. איז דער טערמין סתּם אַ סימן עקזאָטישקייט, מיין איך.
אין הײַנטיקן פֿראַנצויזיש זאָגט מען פּשוט grenade — ס׳איז שוין גענוג היימיש, אַז דאָס וואָרט ׳עפּל׳ איז מער נישט נייטיק. דאָס וואָרט איז אויך טײַטש ׳גראַנאַט׳. און אַזוי איז בכלל איבער אייראָפּע: די צוויי טערמינען זענען אָדער אידענטיש, ווי אויף פֿראַנצויזיש, אָדער זייער ענלעך: דײַטשיש Granatapfel און Granate, רוסיש granat און granata, טשעכיש granátové jablko] jablko — ׳עפּל׳] און granát, אונגעריש gránátalma] alma — ׳עפּל׳] און gránát. דאָ און דאָרט איז, אָבער, אַנדערש: איטאַליעניש melograno] melo — ׳עפּל׳] און granata, רומעניש rodie, פֿון גרעקישן rodhi ׳רויט, ראָזעווע׳, און granată; גרעקיש rodhi, אָבער kheirovombis ׳האַנטבאָמבע, גראַנאַט׳; פּאָרטוגאַליש romã, אָבער granada. פֿון וואַנעט זשע נעמט זיך romã? לויט איין מקור, וויקיפּעדיאַ, נעמט זיך עס פֿונעם אַראַבישן ruman, אַ קאָגנאַט פֿון ״רימון״; לויט אַן אַנדער מקור, אַן עטימאָלאָגישן ווערטערבוך, איז עס טײַטש ׳רוימיש, פֿון רוים׳ — אפֿשר איז ער דורך איטאַליע אָנגעקומען קיין פּאָרטוגאַל.
פֿאַראַן נאָך אַנדערע טערמינען: אויף פּערסיש זאָגט מען anâr, אויף טערקיש און בולגאַריש nar. פֿאַראַן אַ מיינונג, אַז דאָס נעמט זיך פֿונעם אַראַבישן וואָרט פֿאַר ׳פֿײַער״ (פֿ״גל לשון-קודש ״נר״ (׳ליכט[ל]׳), אָבער ס׳איז קענטיק פֿון אַ פּערסיש וואָרט וואָס איז טײַטש ׳זאַפֿטיק׳.
וואַרט, איר זענט נאָך נישט פֿאַרטיק. פּונקט אַזוי ווי דער מאַראַנץ האָט באַקומען זײַן נאָמען אויף פֿראַנצויזיש און ענגליש צום טייל ווײַל ר׳איז ענלעך צו דער פֿראַנצויזישער שטאָט Orange — אַ ריינע טראַפֿזאַך — האָט אויך געשפּילט אַ ראָלע אינעם וואָרט grenade דער נאָמען פֿון דער שפּאַנישער שטאָט Granada, וואָס קערט זיך דאָ נישט אָן.
ס׳קערן זיך דאָ יאָ אָן אַנדערע צוויי ווערטער, ביידע — שטיינער. קודם-כּל: גראַניט, וואָס נעמט זיך אויך דערפֿון וואָס זײַנע פֿלעקן זעען אויס ווי קערעלעך. כאָטש כ׳קען עס נישט באַשטעטיקן, מוז דער צווייטער הייסן אויף ייִדיש ״גראַנאַט״ — אַזוי איז אויף דײַטשיש, רוסיש און פּויליש; אויף ענגליש garnet. דאָס איז אַ שיינער רויטער שטיין וואָס זײַן נאָמען שטאַמט פֿונעם זעלביקן מקור וואָס דער אַנדערער גראַנאַט, אפֿשר ווײַל דער מילגרוים איז רויט.