"מיר זײַנען דאָ: זכרונות פֿון דעם ליטווישן חורבן" [We Are Here: [Memories of the Lithuanian Holocaust איז דער טיטל פֿון עלען קאַסעדיס בוך, וואָס איז נאָר וואָס אַרויס פֿון נעבראַסקאַ אוניווערסיטעט־פֿאַרלאַג. ווי באַוווּסט, שטאַמען די ווערטער "מיר זײַנען דאָ" — פֿונעם פּאַרטיזאַנער ליד "זאָג ניט קיינמאָל" — "ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט מיר זײַנען דאָ" — געשריבן אין ווילנער געטאָ פֿון הירש גליק, ווען ער האָט זיך דערוווּסט פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. אָבער לויטן בוך פֿון עלען קאַסעדי האָבן די ווערטער "מיר זײַנען דאָ", אַ נײַעם זין — ווי אַ דעקלאַראַציע פֿון די איצטיקע און אויך קומענדיקע דורות; פֿון די, וואָס האָבן געירשנט די קאָנסעקווענצן פֿון דער שרעקלעכסטער קאַטאַסטראָפֿע אין דער מאָדערנער געשיכטע.
דאָס בוך פֿאָרשט ווי די הײַנטיקע מענטשן באַציִען זיך צו דעם, וואָס ס׳איז געשען מיט די ייִדן. די ייִדן גופֿא און אויך די פֿעלקער פֿון די לענדער, וווּ ייִדן האָבן אַמאָל געוווינט, זײַנען נאָך אַלץ דערשלאָגן פֿון דעם מערדערישן אומגליק. ווי אַ צוגאָב צו דעם חורבן וואָס די ייִדן זײַנען אויסגעשטאַנען, דאַרף מען אויך צורעכענען די אַכזריותדיקע פֿאַרברעכנס פֿון די סאָוועטן, וואָס זענען געקומען נאָך דער נאַצישער אָקופּאַציע.
אין 2004, ווען קאַסעדי האָט זיך דערוווּסט וועגן דער ייִדיש-זומער-פּראָגראַם אין ווילנע, האָט זי זיך דאָרט באַלד פֿאַרשריבן. זי האָט געוואָלט זיך דערנענטערן צו איר משפּחה. אָבער בשעת אירע שטודיעס דאָרטן האָט זי באַגעגנט מענטשן און געהערט געשיכטעס, וואָס זי וואָלט זיך פֿריִער ניט געקענט פֿאָרשטעלן. אירע אַמאָליקע געדאַנקען מכּוח דער פֿראַגע — ווער זײַנען די שולדיקע און ווער זײַנען די קרבנות? — זײַנען אין גאַנצן צעמישט געוואָרן. אַלץ וואָס זי אַנטדעקט אין ליטע דורך איר פֿאָרשונג און אינטערוויוען מיט כּלערליי מענטשן, ווערט אַקוראַט באַשריבן אין איר בוך.
אַסנה, עלען קאַסעדי, אַ מיטגליד פֿון וואַשינגטאָנס באַוווּסטן ייִדיש־קרײַז, איז פֿון פֿאַך אַ זשורנאַליסטקע. ווען איר מאַמע איז געשטאָרבן אין 1989, האָט זי געפֿילט אַ גרויסן פֿאַרלוסט; ניט נאָר אַ בענקשאַפֿט נאָך דער מאַמען, נאָר אויך אַ בענקשאַפֿט נאָך דעם ביסל היימישן ייִדיש, די ייִדישע ווערטלעך, וואָס איר מאַמע פֿלעגט איר איבערגעבן. זי שרײַבט אין דעם ערשטן קאַפּיטל, אַז איר פֿאַרטיפֿן זיך אין די ייִדישע לימודים איז געווען ווי אַ תּפֿילה פֿאַר איר, אַ פֿאַרבינדונג צו איר פֿאָלק. זי האָט שווער געהאָרעוועט זיך אויסצולערנען ייִדיש און הײַנט איז זי אויך באַקאַנט ווי אַן איבערזעצערין פֿון ייִדיש אויף ענגליש.
|
עלען קאַסעדי |
|
קודם-כּל פֿאָרט קאַסעדי קיין ווילנע, די שטאָט פֿון וואַנען עס שטאַמט איר מאַמעס משפּחה. ווי אַ סך לעבן-געבליבענע פֿונעם חורבן און סתּם אַמעריקאַנער ייִדן וואָס שטאַמען פֿון מיזרח-אייראָפּע, האָבן אירע משפּחה־מיטגלידער אין אַמעריקע נישט געוואָלט באַזוכן דאָס לאַנד פֿון זייערע אָּבֿות. ווען די איצטיקע דורות דריקן אויס אַן אינטערעס צו פֿאָרן אַהין, הערט מען אָפֿט: "פֿאַרוואָס ווילסטו פֿאָרן אַהין? ס׳איז דאָרט קיינער ניטאָ! ס׳איז גאָרניט געבליבן!" — ווי עס וואָלט געווען אַ וווּנד וואָס מען טאָר ניט אָנרירן.
אַ משפּחה־וווּנד האָט זי טאַקע אויפֿגעדעקט בײַם צוגרייטן זיך צו פֿאָרן קיין ליטע. איר פֿעטער וויל, איר זיידנס ברודער, וועלכער האָט איבערגעלעבט דעם קריג אין שאַוולער געטאָ און אין אַנדערע לאַגערן, איז געבליבן דער איינציקער קרובֿ, וואָס קען איר אַ ביסל דערציילן וועגן דער אַלטער היים וווּ זי קלײַבט זיך צו פֿאָרן. זי פֿאָרט קיין ברוקלין אים באַזוכן איידער זי פֿאָרט אַוועק. שוין אַ ייִד אין די אַכציקער יאָרן, איז ער פֿאַר איר תּמיד געווען אַ באַליבטער מענטש.
זיצנדיק צוזאַמען בײַ דער מאַפּע פֿון ליטע, אויסגעשפּרייט אויפֿן טיש, ציט די מחברטע אַרויס פֿון אים אַ ידיעה וואָס ער האָט לאַנג געהאַלטן בסוד: ער איז געווען אַ ייִדישער פּאָליציאַנט אין שאַוולער געטאָ און איז געשטאַנען בײַם טויער בשעת דער קינדער־אַקציע אין 1943.
קאַסעדי פֿאָרט קיין ליטע מיט דער נײַער אינפֿאָרמאַציע, גרייט אויסצוגעפֿינען די פּרטים פֿון זײַן ראָלע. זי טרעפֿט זיך מיט פֿאַרשיידענע יחידים, ייִדן און נישט־ייִדן, וועמען זי אינטערוויויִרט, כּדי אויסצוגעפֿינען דעם אמת. ניצנדיק אירע זשורנאַליסטישע פֿעיִקייטן בעת די באַגעגענישן מיט די הײַנטיקע ווילנער אײַנוווינער, דערוויסט זי זיך וועגן זייערע געפֿילן און פֿאָראורטיילן. אויף זיי שפּאַרט זי זיך אָן בשעתן שאַפֿן פֿון איר בוך.
די געשיכטעס פֿון די פֿאַרשיידענע יחידים מכּוח זייערע איבערלעבונגען בשעת דער מלחמה פֿלעכטן זיך איבער מיט די עפּיזאָדן פֿון קאַסעדיס טאָג-טעגלעכן לעבן אין ווילנע ווי אַ סטודענטקע אין דער אינטענסיווער ווילנער ייִדיש־פּראָגראַם. זי באַשרײַבט אירע לערער, איר מיטוווינערין, די אַנדערע סטודענטן און אויך די שווערע היימאַרבעט יעדן אָוונט. מע זעט ווי די ייִדישע ליטעראַטור און פּאָעזיע וואָס די תּלמידים לערנען זיך, אינספּירירט זי אָנצוגיין מיט איר פֿאָרש־אַרבעט. די באַשרײַבונגען פֿון אירע פּאַסירונגען און געפֿילן, אירע ספֿקות און מוראס געבן צו אַ פּערזענלעכן חן דעם בוך. אָבער דער הויפּטפּונקט פֿון איר ווערק האַלט זיך אויף דער השערה, אַז מען ווייסט אַליין ניט, ווי אַזוי מען וואָלט זיך געפֿירט אין אַזעלכע שוידערלעכע צײַטן וואָס אונדזערע קרובֿים האָבן איבערגעלעבט.
צווישן די מענטשן וואָס קאַסעדי באַגעגנט אין ווילנע, איז געווען אַ יונגע דערציִערין וואָס פֿאָרט אַרום ליטע מיט אַן אויסשטעלונג, כּדי צו לערנען מיט די קינדער וועגן דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון ליטע. דער לערערינס צוגאַנג איז אַרויסצורופֿן בײַ די קינדער אַ שמועס וועגן די אַכזריותדיקע אַקציעס. ס׳איז אַ צוגאַנג וואָס לייגט ניט אַרויף קיין שולד אויף די ליטווינער, נאָר לערנט, אַז מע טאָר ניט שווײַגן.
פֿאַר אונדז, די וואָס זענען געבוירן געוואָרן נאָך דער מלחמה, ווי אויך פֿאַר די קומענדיקע דורות, איז זייער וויכטיק אויסצוגעפֿינען די פֿאַקטן, די פּרטים פֿון יעדן איינעמס איבערלעבונג — סײַ ייִד, סײַ נישט־ייִד. וואָס מער אינפֿאָרמאַציע מע האָט וועגן דער חורבן־תּקופֿה, אַלץ ווייניקער וועלן מיר קאָנען אָנהאַלטן די בלינדע שׂינאה און בייזקייט קעגן די געוועזענע שכנים, ווײַל מיר וועלן פֿאַרשטיין, אַז זיי האָבן אויך אַ סך געליטן.
די הײַנטיקע דורות, 20 יאָר נאָך דער סאָוועטישער אָקופּאַציע, האָבן די מעגלעכקייט צו אַנאַליזירן דעם נאַצישן גיהנום פֿון יעדן קוקווינקל כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי אַזאַ אומגליק איז געווען מעגלעך. דעם אמת געזאָגט, איז דאָס אוממעגלעך צו פֿאַרשטיין, אָבער ס׳איז קלאָר, פֿון עלען קאַסעדיס איבערלעבונגען און פֿאָרשונגען אין ליטע, אַז וואָס מער מיר וועלן קאָנען זיך צוהערן איינעם צום אַנדערן, אָן פֿאָראורטיילן, אַלץ לײַכטער וועלן מיר קענען אויסגעלייזט ווערן פֿון אונדזער געשיכטלעכן יאָך.