|
פֿון רעכטס: קייט דזשענינגס גראַנט אין דער ראָלע פֿון ליסאַ, דיק לאַטעסאַ ווי בען, און לינדע לאַווין ווי ריטאַ אין דער פּיעסע "די לײַאָנס" |
Photo: Carol Rosegg |
כ׳הייב נישט אָן צו וויסן מיט וואָס די ייִדישע מאַמעס אין אַמעריקע האָבן זיך פֿאַרדינט אַזאַ שרעקלעכע רעפּוטאַציע. דאַכט זיך, עס איז געקומען צו אונדז זינט דער אַמעריקאַנער ייִדישער שרײַבער פֿיליפּ ראָטה האָט געשריבן זײַן "פּאָרטנויס קאָמפּליינט," וווּ די מאַמע איז די קללה און די סיבה פֿון אַלע אומגליקן. זי איז שולדיק אין אַלע דורכפֿאַלן אין לעבן, אין אַלע נישט־דערגרייכונגען, אַלע אומצופֿרידנקייטן אין לעבן. די הײַנטיקע און נעכטיקע קינדער לײַדן און סטענקען נעבעך און קענען גאָרנישט צו זיך קומען צוליב די ייִדישע מאַמעס. זיי באַגליקן די פּסיכיאַטאָרן, היילן זיך בײַ זיי יאָרן־לאַנג און צום סוף — בלײַבן זיי די זעלבע אומגליקלעכע באַשעפֿענישן.
די ייִדישע מאַמע אין אַמעריקע איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ נעווראָטיש געשטאַלט, אַ סטערעאָטיפּ און אַ מיאוסע פֿיגור פֿון דער ייִדישער משפּחה. די קינדער קלאָגן זיך, אַז זי איז נישט מער ווי אַן עגאָיִסטקע, וואָס מען דאַרף זי האַסן, שפּעטן פֿון איר, און אין דעם גייט עס טאַקע אין דער פֿאָרשטעלונג "די לײַאָנס."
די הויפּט־ראָליסטקע ריטאַ (לינדאַ לאַווין) איז נישט קיין אַנדערע ווי די באַרימטע טעלעוויזיע־ און פֿילם־אַקטריסע. זי שפּילט עס די אַכזריותדיקע מאַמע; און ווען די סצענע עפֿנט זיך, ליגט איר מאַן אין שפּיטאָל אויפֿן טויטנבעט, און האַלט בײַם שטאַרבן. די פֿרוי ווידער מיט די קינדער, קענען זיך שוין גאָרנישט דערוואַרטן אויף זײַן טויט. די מאַמע לאָזט נישט אָפּ דעם האַלבטויטן מאַן און שפּאַרט זיך מיט אים וועגן וואָס צו טאָן נאָך דעם ווי ער גייט אַ גאַנג. דער קראַנקער שעפּטשעט ניבול־פּה, וווּלגאַרע רייד קומען אַרויס פֿון זײַנע גסיסהדיקע ליפּן. די פֿרוי בלײַבט אים נישט שולדיק, און באַזינגט אים מיט די יום־טובֿדיקע קללות און מיאוסע רייד. דער עיקר זאָגט זי אים, אַז זי האָט אים קיין מאָל נישט ליב געהאַט.
די אַמעריקאַנער זײַנען ספּעציאַליסטן אין געבן נעמען צו יעדער מחלה, צו יעדער גוטער אָדער שלעכטער סיטואַציע, וואָס דאָס דאַרף קריסטאַליזירן און אויפֿקלערן אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. אָט האָבן זיי זיך אַרײַנגעטאָן אין אַזאַ וואָרט ווי "דאָמעסטיק דיספּאַנשאָן." דאָס דאַרף באַלײַכטן אַ פֿאַמיליע וואָס קומט נישט אויס. זיצן די קינדער און די פֿרוי בײַם טויטנבעט פֿון מאַן און טאַטן און וואַרטן. און בשעת זיי וואַרטן דער פֿאָטער זאָל שוין צומאַכן אַן אויג, קריגט מען זיך און מען שפּאַרט זיך, מ׳קלאָגט אָן איינער דעם אַנדערן אין באַגאַנגענע עוולות, אין נישט־געטרײַשאַפֿט, אין קליינלעכקייטן. דער עיקר, האַרצלאָזע מענטשן, פֿאַרלוירענע נשמות פֿול מיט גריזאָטע.
ריטאַ, די פֿרוי און מאַמע הייסט עס, זיצט אומגעדולדיק און בלעטערט אומגעדולדיק די זשורנאַלן. זי איז פֿאַראינטערעסירט אין איבערדעקאָרירן און איבערניצעווען איר סאַלאָן ווען איר מאַן בען (דיק לאַטעסאַ) וועט אויסציִען די קאָפּעטעס. די טאָכטער ליסאַ (קייט דזשעניגס־גרענט), אַ געגטע טאָכטער און מוטער פֿון האָמאָסעקסועלן זון קוירטיס (מײַקל עספּער), וועלכער שרײַבט קורצע מעשׂהלעך. אַלע אָנגעלאָדן מיט שיספּולווער איינער קעגן אַנדערן און ביידע — זון און אייניקל קעגן דער מאַמען און באָבען.
די מאַמע נעמט אַ מענטשלעכן טאָן און לאַדט זיי אײַן, נאָכן טאַטנס טויט צו קומען וווינען מיט איר צוזאַמען. אָבער די טאָכטער און איר זון האָבן יאָרן־לאַנג אויסגעמיטן צו האָבן צו טאָן מיט זייער מאַמען און טאַטן, כאָטש דאָס מאָל דערשרעקן זיי זיך ווײַל מען האָט זיי אויסגעהאַלטן, געהאָלפֿן ווען זיי זײַנען אַרײַן אין אַ צרה. וועמען וועלן זיי איצטער באַשולדיקן אין זייער צעבאַלעוועט און צעטרענצלט לעבן?
מען ברענגט אונדז סצענעס פֿון "אַלקאָהאָליקער־אַנאָנים," וווּ יעדער פֿון זיי לאָדנט אויס זייערע טענות צו עמעצן. מען נעמט זיך קיין מאָל נישט ערנסט — ס׳הייסט, יעדער איינער פֿון זיי איז גאָט די נשמה שולדיק; הס־וחלילה, מ׳זאָל וואַרפֿן אַ שפּרענקעלע אויף זיך. יעדער איינער פֿון זיי איז אומשולדיק, שולדיק איז די מאַמע, דער טאַטע, די באָבע מיטן זיידן צוזאַמען, די גאַנצע חד־גדיא.
דער זון פֿון דער טאָכטער זוכט אַ דירה, און אַ יונגער־מאַן ווײַזט אים אַ צוגענגלעכע וווינונג אין מאַנהעטן, און די דירה געפֿעלט, און דער יונגער־מאַן וואָס ווײַזט אים די דירה געפֿעלט אים אויך. ביז ס׳ברעכט אויס אַ סקאַנדאַל בײַם באַשולדיקן איינער דעם אַנדערן אין האָמאָסעקסואַליסטישע אַטראַקציעס.
אויב איר האָט גענוג פֿון דעם פּאַשקוויל, מוז איך אײַך זאָגן, אַז ס׳עקלט. דער דראַמאַטורג פֿון דעם שטיק וואָס ס׳גייט אויף בראָדוויי, רחמנא־לצלן, הייסט ניקי סילווער, און ווי איך פֿאַרשטיי איז דאָס זײַן צווייטע דראַמע וואָס האָט צו טאָן מיט דער זעלבער טעמע. כ׳ווייס נישט וואָס ער האָט זיך אָנגעזעצט אויף אַ פּאַסקודנער ייִדישער משפּחה, מיט אַ פּערוועזער מאַמע און קינדער. אים דאָקוטשעט מסתּמא דער פֿאַקט, וואָס זײַן מאַמע איז געווען אַזאַ און אַזאַ, און דער טאַטע אַ שמעלקע, און די קינדער־דורכפֿאַלן. וואָס נאָך ווילט איר?
רעזשיסירט די פּיעסע האָט מאַרק בראָקאָוו, מיט פֿײַנע דעקאָראַציעס פֿון אַלען מויער. אַלע אויסגעשולטע טעאַטראַלן.
אַז מען איז אַ דראַמאַטורג, מוז מען אויך זײַן באַהאַוונט אין דראַמאַטורגיע. זיכער האָבן אַזעלכע נאָוועליסטן און דראַמאַטורגן ווי העמינגוויי, טענעסי וויליאַמס, אַרטור מילער און אַנדערע באַשריבן די משפּחות, די נאָענטסטע, די אינטערעסאַנטע טיפּן, מיט אַ שפּראַך וואָס איז געווען אַ נחת פֿאַר די אויערן. אָבער הײַנט, זעלטן ווען מ׳זעט און מ׳הערט אַ שעפֿעריש וואָרט. בלויז באַשולדיקונגען און סקאַנדאַלן.
פֿאַראַן געווען אין דער ייִדישער אַקאַדעמיע אין אונדזער אוניווערסיטעט איינער, וואָס האָט געהאַסט זײַן מאַמען. נו? האָט ער אויך געהאַסט איר לשון־ייִדיש, און ייִדיש האָט ממילא געליטן דערפֿון. איך געדענק אָבער נישט אין דער ייִדישער דראַמאַטורגיע שטעלעס וווּ מען האָט אויף אַזוי פֿיל געהאַסט די מאַמע. פֿאַרקערט, די מאַמע איז אַלע מאָל געווען אַן אָנגעלייגטער גאַסט. אין יענע יאָרן האָט מען נישט אויסגעזאָגט פֿון חדר. דער עולם וואָלט זיי פֿאַרשריגן.
הײַנט צו טאָג און טאַקע נעכטיקע ריזיקע האָליוווּדער אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן און שוישפּילער ווי וווּדי אַלען, מעל ברוקס, זיכער ניל סײַמאָן, וועלכע האָבן געמאַכט זייערע פּסיכיאַטערס גבֿירים־אַדירים, יאָרן־לאַנג זיך געפּאַשעט אויף פּסיכיאַטריע; און ווער איז געווען דער בעל־דבֿר — די מאַמע, דער טאַטע, דער רבי, דער יויזל אויפֿן בוים. דער עיקר, מען רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן.
די דאָזיקע דראַמע שפּילט זיך אָפּ, ווי געזאָגט אויף בראָדוויי, און מיט בראָדוויי מיינט מען צו זאָגן, אַז דער טעאַטער־זאַל פֿאַרמאָגט מער ווי טויזנט זיצפּלעצער. ווערט עס געשפּילט אין קאָרט־טעאַטער, 138 וועסט 48סטע גאַס, אין מאַנהעטן. אַרויסגעוואָרפֿן די טירחה.