ליטעראַטור

מיך אינטערעסירן אַלע לײַט, וואָס האָבן געאַרבעט אין "פֿאָרווערטס". אָבער דאָס לעבן איז, ווי אַלע ווייסן, רעלאַטיוו קורץ, אַזוי אַז מע דאַרף אויסקלײַבן די וויכטיקסטע פֿיגורן, און דער פֿירנדיקער מענשעוויק, און תּחילת בונדיסט, רפֿאל אַבראַמאָוויטש (1880—1963) געהערט, בלי-ספֿק, צו אָט דער קאַטעגאָריע. אַבראַמאָוויטש האָט, אין אַ היפּשער מאָס, באַאײַנפֿלוסט דעם אידעאָלאָגישן קורס פֿון דער צײַטונג; בפֿרט, לגבי דער סאָציאַליסטישער און קאָמוניסטישער באַוועגונגען. אייניקע פֿאָרשער האַלטן, אַז אַבראַמאָוויטש און מענטשן פֿון זײַן קרײַז האָבן אויך געהאַט אַן השפּעה אויף דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער פּאָליטיק.
קויף איך שוין אַלע נײַע ביכער, וואָס האָבן אַ שײַכות צו מענשעוויקעס בכלל און צו אַבראַמאָוויטשן בפֿרט. אין אַ מאָסקווער ביכער-געשעפֿט האָב איך זיך לעצטנס אָנגעשטויסן אויף דער סאָלידער פֿאָרשונג פֿון דעם רוסישן היסטאָריקער אַלבערט נענאַראָקאָוו, וואָס האָט אָנגערופֿן זײַן בוך Правый меньшевизм: прозрения российской социал-демократии ("רעכטער מענשעוויזם: דאָס באַרעכענען זיך פֿון דער רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטיע"). דאָס איז אַ טיפֿע, לאַנגיאָריקע פֿאָרשונג, באַזירט אויף דאָקומענטן פֿון כּלערליי אַרכיוון, וואָס ווײַזט אָן אויף די באַציִונגען צווישן פֿאַרשיידענע שטראָמען, וועלכע האָבן צעטיילט די מענשעוויקעס.
דאָ מוז מען, אַפּנים, דערמאָנען דעם פּרינציפּיעלן אונטערשייד צווישן די באָלשעוויקעס און די מענשעוויקעס: די באָלשעוויקעס האָבן זיך תּמיד אויסגעלאַכט פֿון דעמאָקראַטיע, טענהנדיק, אַז זיי האַלטן פֿון אַן "עכטער דעמאָקראַטיע", וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, בכלל קיין דעמאָקראַטיע ניט געווען (וולאַדימיר פּוטינס עולם ציט ווײַטער דעם דאָזיקן "עכט-דעמאָקראַטישן" פֿאָדעם). די מענשעוויקעס האָבן אין דעם זין געשאַפֿן דעם צד-שכּנגד אין דער רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער באַוועגונג. לויט זייער מיינונג, האָט דער באָלשעוויסטישער רעצעפּט פֿון בויען סאָציאַליזם געפֿירט דירעקט צו דיקטאַטור.
איצט וועגן די לינקע און די רעכטע מענשעוויקעס.
די לינקע, וואָס האָבן נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע געשאַפֿן די מערהייט אין דער פּאַרטיי, האָבן געגלייבט, אַז — ניט געקוקט אויף אַלע מיאוסקייטן פֿון באָלשעוויזם — מוז מען די רעוואָלוציע אונטערהאַלטן, ווײַל זי האָט פֿון דעסטוועגן אַראָפּגעוואָרפֿן די קאַפּיטאַליסטישע רעגירונג און האָט דורכגעפֿירט געוויסע רעפֿאָרמען, וועלכע זײַנען געווען טײַער יעדן סאָציאַליסט — נאַציאָנאַליזירט דאָס און יענץ, און געעפֿנט ברייטע מעגלעכקייטן פֿאַר פּראָלעטאַרישע עלעמענטן.
די רעכטע מענשעוויקעס האָבן זיך פֿון דעם אַלץ אָפּגעשאָקלט. זיי האָבן ניט געגלייבט, קודם-כּל, אַז די באָלשעוויקעס האָבן געשאַפֿן עפּעס גוטס. נאָך מער — די רעכטע סאָציאַליסטן האָבן ניט געזען די איבערקערעניש בראָש מיט לענינען ווי אַ פּראָלעטאַרישע רעוואָלוציע. דאָס איז געווען, לויט זייער אָפּשאַצונג, עפּעס אַ ווילדער עקספּערימענט; אַ פֿאַרברעכן, וואָס האָט פּשוט פֿאַרקריפּלט און דיסקרעדיטירט מאַרקסיסטיש-סאָציאַליסטישע אידעען.
רפֿאל אַבראַמאָוויטש
רפֿאל אַבראַמאָוויטש
עס זײַנען געווען צוויי מינים רעכטע מענשעוויקעס: אייניקע זײַנען פֿאַרבליבן אין דער פּאַרטיי און געשאַפֿן אין איר אַ רעכטן פֿליגל, געפֿירט הייסע דעבאַטן מיט די לינקע. אַנדערע, די סאַמע אַנטי-באָלשעוויסטישע רעכטע, זײַנען אַרויס פֿון דער פּאַרטיי און זיך קאָנסאָלידירט אין באַזונדערע גרופּעס מיט באַזונדערע אויסגאַבעס.
די פּאַרטיי אַליין, וואָס האָט געטראָגן ווײַטער דעם פֿאַר-רעוואָלוציאָנערן נאָמען פֿון "רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער אַרבעטער-פּאַרטיי", האָט געהאַט צוויי צענטערס: איינער האָט, קורץ נאָך דער רעוואָלוציע, געמוזט פֿירן אַן אומלעגאַלע אַרבעט אין רוסלאַנד גופֿא, בעת די צווייטע גרופּע איז געווען טעטיק מחוץ-לאָרץ אונטער דעם נאָמען פֿון "אויסלענדישע דעלעגאַציע". ביסלעכווײַז, ניט געקוקט אויף דער זעלטענער העראָיִשקייט און טיכטיקייט פֿון די אומלעגאַלע סאָציאַליסטן, איז פֿון דער מענשעוויסטישער באַוועגונג אין רוסלאַנד קיין זכר ניט פֿאַרבליבן — מע האָט זיי פּשוט אויסגעהרגעט. די איינציקע מענשעוויקעס זײַנען געבליבן אין אויסלאַנד. אַבראַמאָוויטש, וואָס איז אין די 1920ער און 1930ער יאָרן געווען צווישן די פֿירנדיקע טוער פֿון אָט דער אויסלענדיש-רוסלענדישער (און זייער ייִדישער) סאָציאַליסטישער מחנה, איז געוואָרן איר אָפֿיציעלער פֿירער אין יאָר 1940.
תּחילת איז אַבראַמאָוויטש געווען גאַנץ לינק; ער האָט זיך אויך געלייגט פֿייגעלעך אין בוזעם, גלייבנדיק, אַז דעמאָקראַטיע — און צוזאַמען מיט איר, אַ ריכטיקער סאָציאַליזם — וועלן קומען אין רוסלאַנד. פֿון נענאַראָקאָווס בוך זעט מען, ווי אַזוי זײַנע (און ניט נאָר זײַנע) השקפֿות האָבן זיך מיט די יאָרן גערוקט אויף רעכטס. אינטערעסאַנט זײַנען אין דעם זין זײַנע באַציִונגען מיט אַן אַנדער שטענדיקן מחבר פֿון "פֿאָרווערטס", ס. איוואַנאָוויטש (פּאָרטוגייז, 1881—1944), וועלכער האָט געהערט צו אויסגעהאַלטענע קעגנער פֿון באָלשעוויזם און איז אַרויס פֿון דער מענשעוויסטישער פּאַרטיי. אָט ווי אַבראַמאָוויטש האָט עס פֿאַרסך-הכּלט אין דעם נעקראָלאָג, וואָס ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס" (דעם 10טן מאַרץ 1944), נאָך איוואַנאָוויטשעס טויט:


ניט אַלע מאָל איז איוואַנאָוויטש געווען אומגערעכט און ניט אַלע מאָל זײַנען מיר, זײַנע קעגנער אין דער פּאַרטיי, געווען גערעכט. ...
איך האָב אים געקאָנט פּערזענלעך 41 יאָר, זינט מיר האָבן זיך באַגעגנט אין ציריך, אין זומער 1903. מײַן ערשטע באַגעגעניש מיט אים איז געווען אַ דיסקוסיע, און בײַ דער לעצטער געמיינזאַמער זיצונג אין אונדזער ניו-יאָרקער פּאַרטיי-גרופּע מיט עטלעכע וואָכן פֿאַר זײַן סוף, האָבן מיר דיסקוטירט.



כאַראַקטעריסטיש, אַז מענשעוויקעס פֿון אַלע שאַטירונגען האָבן געקענט זיך אַרויסזאָגן אין "פֿאָרווערטס", וואָס איז דאָך געווען — לויט אַב. קאַהאַנס קאָנסטרוקציע — ניט קיין סאָציאַליסטישע צײַטונג, נאָר אַ צײַטונג פֿאַר סאָציאַליזם. מיט אַנדערע ווערטער, איז זי ניט געווען קיין טריבונע פֿון איין פּאַרטיי צי איין פּאַרטיייִשער גרופּע, נאָר האָט אָפּגעשפּיגלט אַ ברייטע גאַמע פֿון סאָציאַליסטישע מיינונגען. אַגבֿ, היסטאָריקער האָבן נאָך וואָס צו שעפּן פֿון די אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס", בפֿרט מכּוח דער מענשעוויסטישער באַוועגונג, ווײַל אַבראַמאָוויטש און איוואַנאָוויטש זײַנען לחלוטין ניט געווען די איינציקע מחברים, וועלכע האָבן געהערט צו יענער אידעאָלאָגישער סבֿיבֿה.