- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די ערשטע שטאָט אין מײַן לעבן, פֿון וועלכער איך האָב געוואָלט גלײַך אַנטלויפֿן, איז געווען סאַראַנסק, די הויפּט-שטאָט פֿון מאָרדאָוויע, וואָס איז אַ מין רעפּובליק אין באַשטאַנד פֿון רוסלאַנד. באַקאַנט איז די געגנט, בפֿרט, מיט אירע אַרבעט-לאַגערן פֿאַר תּפֿיסהניקעס. ווען איך בין געפֿאָרן אַהין, האָט מען מיך געוואָרנט, און איך האָב עס אַליין דערהערט, אַז די תּושבֿים האָבן דאָרטן גערעדט אַ ווילד רוסיש, שטאַרק איבערגעשאָטן מיט זידלווערטער. אפֿשר איז עס אַ פּועל-יוצא פֿון דעם, וואָס די באַפֿרײַטע תּפֿיסהניקעס פֿלעגן זיך באַזעצן ניט ווײַט פֿון די לאַגערן. און אפֿשר איז דער מצבֿ איצט אַן אַנדערער — מײַן דערפֿאַרונג שטאַמט פֿון אַ מאָל — איך האָב דאָרטן פֿאַרבראַכט איין טאָג אין יאָר 1975 און בין געווען צופֿרידן, אַז די געשעפֿטן מײַנע האָט זיך מיר אײַנגעגעבן אויסצוסדרן זייער גיך: כ׳בין געקומען אין דער פֿרי, אַוועקגעפֿאָרן אויף דער נאַכט און קיין מאָל ניט געוואָלט זיך אַהין אומקערן. וועגן מײַן פֿאַר-היסטאָרישן באַזוך פֿון סאַראַנסק האָב איך זיך דערמאָנט, לייענענדיק וועגן די לעצטע אַוואַנטורעס פֿון דער וועלט-באַרימטער פֿיגור, דעם 64־יאָריקן זשיראַר דעפּאַרדיע. אָנגעהויבן האָט זיך עס ווי אַ פּראָטעסט קעגן די משונה-הויכע שטײַערן אין פֿראַנקרײַך. תּחילת האָט דעפּאַרדיע געלאָזט וויסן, אַז ער וויל ווערן אַ בעלגישער בירגער. אָבער אין גיכן האָט זיך דער סיפּור-המעשׂה געביטן, און ער איז געוואָרן אַ רוסישער בירגער. אַזוי צי אַזוי, אָבער דער ניטל שאַפֿט עפּעס אַן אידעאָלאָגישע פּראָבלעם. וואָס זאָל אַ ייִד טאָן אין אַזאַ טאָג? דאָ, אין ענגלאַנד, האָב איך געקענט אַ ייִדישע משפּחה, וואָס האָט אָפּגעמערקט דעם ניטל — זיי האָבן דעם מינהג געבראַכט פֿון דײַטשלאַנד. און איך קען אַ האַלב-ישׂראלדיקע משפּחה, וועלכע מאַכט פֿון דעם אַ יום-טובֿ. דאָס הייסט, אַז אין קלויסטער גייט מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט, אָבער מע זיצט בײַ אַ טיש אָנגעשטעלט מיט טראַדיציאָנעלע ניטל-מאכלים, און מע קויפֿט מתּנות איינער דעם אַנדערן. איך ווייס, אַז אין ניו-יאָרק האָבן ייִדן געפֿונען אַ צולהכעיסדיקע סגולה פֿאַרן ניטל — מע גייט אין קינאָ. איך וואָלט, אַ פּנים, געטאָן דאָס זעלבע, אָבער מיר איז קיין מאָל ניט אויסגעקומען צו זײַן אין ניו-יאָרק אין דער דאָזיקער צײַט. האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, אַן אייגענע סגולה — מיר פֿאָרן ערגעץ אַוועק פֿון ענגלאַנד. הײַיאָר האָט דער ניטל אונדז פֿאַרטראָגן קיין איטאַליע, אין אַן אָרט, וואָס הייסט אַבאַנאָ טערמע — אַ טערמאַלער קוראָרט ניט ווײַט פֿון דער באַרימטער שטאָט פּאַדוע. האָטעלן פֿון אַבאַנאָ טערמע האָבן באַסיינען מיט וואַרעם וואַסער, אַזוי אַז מע קען שווימען אין דרויסן אַפֿילו ווינטערצײַט. אַ סך סיבות מאַכן פּאַדוע באַרימט. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַז דער אוניווערסיטעט איז דאָרטן איינער פֿון די עלטסטע אין דער גאָרער וועלט — אין יאָר 1222 האָט ער שוין זיכער פֿונקציאָנירט. אין דעם דאָזיקן אוניווערסיטעט, וועלכער איז ניט געווען אונטער דער השגחה פֿונעם פּויפּסט, האָבן זיך געלערנט אויך ייִדן, בפֿרט אין דער מעדיצינישער שול. הונדערטער דאָקטוירים, וואָס זײַנען פֿון דאָרטן אַרויס, האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין אינטעלעקטועלן לעבן פֿון אייראָפּעיִשע ייִדן. הײַיאָר זײַנען אַרויס צוויי ביכער, וואָס באַרײַכערן און פֿאַרפּינקטלעכן דאָס בילד פֿון ייִדישן לעבן אין דער שטאָט, וואָס איז געווען שטאַרק באַליבט צווישן ייִדישע אינטעלעקטואַלן. די יונגע דײַטשישע היסטאָריקערין אַנע-קריסטין זאַס האָט פֿארטיידיקט איר דאָקטאָר-דיסערטאַציע וואָס אַנאַליזירט די געשיכטע פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן אין ווײַמאַרער בערלין, און אויפֿן סמך פֿון אָט דער אַרבעט איז אַרויס איר וואָגיקע מאָנאָגראַפֿיע, וואָס הייסט Berliner Luftmenschen: Osteuropäisch-jüdische Migranten in der Weimarer Republik (www.wallstein-verlag.de/9783835310841.html). דאָס איז זייער אַן ערנסטע פֿאָרשונג פֿון כּלערליי אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן שאַפֿן נאָך אין 19טן יאָרהונדערט, אָבער געוואָרן באַזונדערס "אָנזעעוודיק" ערבֿ און נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה. פֿאַקטיש איז עס קיין איינהײַטלעכע סבֿיבֿה קיין מאָל ניט געווען, ווײַל די געבילדעטע, ווי אויך פֿאַרמעגלעכע (גאָר ניט זעלטן פֿלעגן ביידע זאַכן צונויפֿפֿאַלן) אימיגראַנטן האָבן זיך געהאַלטן באַזונדער פֿון די פּראָסטע ייִדן. זיי פֿלעגן זיך, בדרך-כּלל, באַזעצן אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון דער שטאָט. די געגנט לעבן אַלעקסאַנדער-פּלאַץ, וווּ די אָרעמע ייִדישע אימיגראַנטן פֿלעגן געפֿינען אַ דאַך איבערן קאָפּ, האָט ניט געפּאַסט פֿאר "לײַטישע" ייִדן. הקיצור, פֿון מאָסקווע — און בכלל פֿון רוסלאַנד — בין איך אַוועקגעפֿאָרן ניט צוליב ווינטער, אָבער גלײַכצײַטיק בין איך גליקלעך פּטור צו ווערן פֿון אָט דעם מאכל. איך בענק קיין מאָל ניט נאָך שניי. אַ סבֿרא, אַז מײַן פּאָרציע האָב איך שוין באַקומען און הער ניט אויף צו באַקומען צוגאָב-פּאָרציעס אין ניו-יאָרק און אין אַנדערע ערטער. און דאָך האָט דער געדאַנק וועגן דער מעגלעכקייט זיך אַרײַנצופּאַקן אין דער מאָסקווער ווינטער-מיאוסקייט מיך ניט אָפּגעשטעלט פֿון פֿאָרן אויף דער גרויסער קאָנפֿערענץ, וועלכע עס האָט אָרגאַניזירט דער "אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿאַר געשיכטע און סאָציאָלאָגיע פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה", וואָס איז רעלאַטיוו ניט לאַנג צוריק געשאַפֿן געוואָרן בײַ דער העכסטער עקאָנאָמיע-שול. אַזוי הייסט איינער פֿון די בעסטע מאָסקווער אוניווערסיטעטן, וועלכער — ניט געקוקט אויף זײַן "עקאָנאָמישן" נאָמען — באַשעפֿטיקט זיך ניט נאָר מיט עקאָנאָמיע. די קאָנפֿערענץ האָט געהאַט אויך אַ צאָל מיט-שותּפֿים, אַרײַנגערעכנט דעם וואַשינגטאָנער חורבן-מוזיי. אין דער אמתן, וואָלט מען אין ברײַטאָן ביטש געקאָנט מאַכן יום-טובֿדיק, ווײַל — אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי — האָט מען אַ קײַלעכדיקע דאַטע: מיט פֿערציק יאָר צוריק זײַנען אין דעם בײַ-ימיקן טייל פֿון ברוקלין אָנגעקומען די ערשטע אימיגראַנטן (אָדער, אָפֿיציעל, “פּליטים") פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַזוי איז פֿאַרלייגט געוואָרן דער יסוד פֿון דעם איצטיקן “קליין אָדעס" צי “קליין רוסלאַנד", ווי מע האָט גענומען רופֿן די געגנט. אין משך פֿון די פֿיר יאָרצענדליק האָט ברײַטאָן ביטש באַקומען אַן אַנדער פּנים און גענומען רעדן אַן אַנדער לשון — רוסיש. איך האָב זיך אין ברײַטאָן ביטש אַרײַנגעכאַפּט צום ערשטן מאָל אין מײַ 1990, ווען כ’בין געקומען קיין ניו-יאָרק לויט אַן אײַנלאַנדונג פֿון “פֿאָרווערטס" און “אַרבעטער-רינג". דערנאָך פֿלעג איך קומען פֿון מאָל צו מאָל, אָבער די לעצטע צען יאָר וווין איך ממש בײַם ים, לעבן דעם וועלט-באַרימטן פּראָמענאַד, “באָרדוואָרק". אין משך פֿון די 22 יאָר — אַזאַ טיפֿקייט האָט מײַן אימאַזש פֿון דעם דאָזיקן ווינקל — האָט זיך אַ סך געביטן. דאָס “קליינע רוסלאַנד" האָט געלאָזט וואָרצלען און געשאַפֿן פֿאַר זיך אַ באַקוועמע סבֿיבֿה, וווּ אַלץ, אָדער כּמעט אַלץ, ווערט געלייזט אויפֿן אָרט. איטשע איז שוין ניטאָ, און — אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי — איז די זשיטלאָווסקי-פֿונדאַציע אויך אונטערגעגאַנגען. מע זעט זי ניט און מע הערט ניט וועגן איר. און דאָס איז אַ שאָד. אָן איר איז אונדזער סבֿיבֿה אָרעמער געוואָרן. דער נאָמען אַליין פֿון חיים זשיטלאָווסקין איז כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן. ס’איז דאָ אַ לאָגישקייט אין דעם וואָס זײַן נאָמען זאָגט גאָרנישט דעם הײַנטיקן ייִדן, ווײַל אַזאַ ייִד איז זייער ווײַט פֿון דעם “אַנדערן ייִדן", וועלכן זשיטלאָווסקי האָט געוואָלט אויסכאָווען. און דאָך איז ער ניט אין גאַנצן פֿאַרשאָטן געוואָרן מיטן היסטאָרישן שטויב, ווײַל ייִדישע היסטאָריקער געדענקען וועגן אים, איינעם פֿון די פֿירנדיקע היסטאָרישע פֿיגורן אין מאָדערנעם ייִדישן לעבן. אייניקע ליבהאָבער פֿון ייִדיש האָבן אויך וועגן אים געהערט. וועגן זשיטלאָווסקיס געבוירנטאָג, אין אַפּריל, האָט מען ניט פֿאַרגעסן אין דעם צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור און בילדונג, וואָס הייסט “ייִדישקייט" און פֿירט זײַן אַרבעט אין לאָס-אַנדזשעלעס (yiddishkayt.org). און לעצטנס האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן אַרטיקל וועגן זשיטלאָווסקין אויפֿן וועבזײַטל פֿון דעם קאָנגרעס פֿון סעקולערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דער אַרטיקל הייבט זיך אָן אַזוי: The work of Chaim Zhitlovsky should long ago have been available in English. איך וואָלט צו דעם צוגעגעבן, אַז ניט נאָר זײַנע ווערק, לכל-הפּחות די וויכטיקסטע, וואָלט מען געדאַרפֿט איבערזעצן, אָבער אויך אַ בוך וועגן אים וואָלט מען געדאַרפֿט אָנשרײַבן אויף ענגליש. איך וויל גלײַך זאָגן, אַז קיין מאכלים פֿון קראָקאָדיל האָב איך ניט געגעסן, כאָטש מע האַלט אַזאַ אַכילה, דאַכט זיך, שיִער ניט פֿאַר אַ מוז-זאַך: אומעטום פֿאַרקויפֿט מען עס. אַפֿילו קאָלבעס מאַכט מען פֿון קראָקאָדיל-פֿלייש. כ’ווייס שוין ניט פֿאַר וואָס, אָבער מײַן אינערלעך קול, וואָס איז בטבֿע לחלוטין ניט קאָנסערוואַטיוו און איז אין גאַנצן טריף, האָט מיר געזאָגט, אַז איך קען לעבן אָן אַזאַ דערפֿאַרונג. וואָס האָב איך אָבער יאָ געטאָן, איז אַוועק מיט עטלעכע פֿרײַנד און קאָלעגן אין אַ דזשאַז-קלוב. דאָס איז אויך, אין תּוך אַרײַן, אַ טייל פֿון דער טוריסטישער אינדוסטריע. קומסטו, אַ שטייגער, קיין ווין — גייסטו אין אָפּערע צי אויף אַ קאָנצערט פֿון קלאַסישער מוזיק. קומסטו קיין ניו-אָרלעאַנס, גייסטו הערן דזשאַז. דאָס איז, אַוודאי, ניט דער מין מוזיק, וואָס רעדט צו מײַן האַרץ. אָבער דאָס איז, פֿון דעסטוועגן, ניט קיין קראָקאָדיל-פֿלייש און האָט זיך מיר ניט געשטעלט ווי אַ ביין אין האַלדז. איך האָב טאַקע הנאה געהאַט פֿון דעם דזשאַז, ווײַל די מוזיקער זײַנען געווען אמתע מײַסטערס. 1. דעפֿיציט או "פֿרייַער מאַרק" גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק) ווען איך האָב זיך באַשעפֿטיקט מיט דער געשיכטע פֿונעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד", האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף דעם בייזן גערײַסערײַ, אין בריוו און אַרטיקלען, צווישן דעם רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל, אַהרן ווערגעליס, און כּלערליי באַקאַנטע פֿיגורן פֿון אויסלאַנד. זיי, ווי פֿאָרשטייער פֿון דער מערבֿדיקער געזעלשאַפֿטלעכקייט, האָבן באַשולדיקט די סאָוועטישע רעגירונג אין פֿירן אַן אַנטי-סעמיטישע קאַמפּאַניע קעגן ייִדישע “ספּעקולאַנטן". די טענה איז געווען, אַז מע האָט ספּעציעל באַשולדיקט ייִדן, כּדי אַרויסרופֿן בײַם ברייטן סאָוועטישן עולם די נייטיקע, דאָס הייסט אַנטי-סעמיטישע, געפֿילן. די רייד גייט וועגן די געשעענישן, וואָס האָבן זיך אָפּגעשפּילט מיט אַרום פֿופֿציק יאָר צוריק, אין די פֿריִע 1960ער יאָרן, בימי ניקיטאַ כרושטשיאָוו. אין אַמעריקע איז דער מצבֿ אויך ניט קיין גרויסאַרטיקער. אין יאָר 2009 (קיין שפּעטערדיקע באַריכטן זײַנען דערווײַל ניטאָ) האָבן אין גאַנצן לאַנד בלויז 30 גראַדויִר-סטודענטן געלערנט ייִדיש. געלערנט הייסט נאָך ניט אויסגעלערנט. דאָס ווייס איך אויך פֿון מײַן דערפֿאַרונג. וועט איר פֿרעגט: וואָס הייסט בײַ דיר אויסגעלערנט? בײַ מיר הייסט עס, אין דעם פֿאַל, צו קענען נוצן ייִדישע טעקסטן. קיין ממשותדיקן פֿאַרנעם פֿון אַזעלכע פֿאָרשונגען, וואָס זײַנען באַזירט אויף ייִדישע מאַטעריאַלן, זעט מען, צום באַדויערן, גאַנץ ווייניק. נאָך ווייניקע — ממש נאָר אויפֿן שפּיץ מעסער — פֿירט מען פֿאָרשונגען באַזירט אויף דער ייִדישער פּרעסע, ווײַל דאָס פֿאָדערט, אַ חוץ דער שפּראַך, געדולד און צײַט. איך האָב געמאַכט אָט די לאַנגע “הקדמה" צו ווײַזן דעם אַלגעמיינעם פֿאָן, אויף וועלכן איך נעם אויף די פֿאָרשונג פֿון רבֿקה מאַרגאָליס, דער קאַנאַדער ייִדישער היסטאָריקערין. צוריק גערעדט, גלייב איך ניט, אַז איר אַרבעט וואָלט אויסגעזען “בלייכער" טאָמער דער הינטערגרונט וואָלט געווען רײַכער מיט פֿאָרשונגען פֿון אַן ענלעכן ניוואָ. און דאָ וועל איך אָפּשטעלן דעם שטראָם פֿון מײַנע שבֿחים און אַריבערגיין צו דער נײַער פּובליקאַציע פֿון רבֿקה מאַרגאָליסעס פֿאָרשונגען. (איך ווייס, אַז אין דײַטשלאַנד איז דערווײַל אַרויס נאָך איין פּראָדוקט פֿון איר אַרבעט, אָבער דער דאָזיקער “פּראָדוקט" איז אָנגעקומען אויף מײַן אָקספֿאָרדער אַדרעס, און איך געפֿין זיך איצט אין ניו-יאָרק.) אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, איז אַלאַ אַקסעלראָד אַ מוזיקער, און אירע לעבנס-איבערלעבענישן נעמט זי אויף עמאָציאָנעל, בעיקר נאָכן געהער; מער דורך געפֿילן איידער דורך אַ פּראָצעס פֿון זיך ערנסט אַרײַנטראַכטן אין די געשעענישן, וואָס קומען פֿאָר אַרום איר. פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט זי, אַ פּנים, אַרויסגעטראָגן אַ טראַוומאַטישע דערפֿאַרונג, וואָס איז בײַ איר באַזונדערס בולט אַסאָציִיִרט געוואָרן מיט שוועריקייטן צו קריגן אַשר-יצר-פּאַפּיר און מיט נוצן צײַטונגען פֿאַר אָט דער באַדערפֿעניש. מיט אַן אימפּעט דערמאָנט זי זיך וועגן דער דאָזיקער טראַוומע, און מע פֿילט, אַז זי האָט, נעבעך, מורא איבערצולעבן דאָס זעלבע נאָך מאָל, ווײַל אַזאַ געפֿאַר — די געפֿאַר פֿון סאָציאַליזם, און דאָס הייסט, בפֿרט, פֿון פֿאַרלירן צוטריט צו טואַלעט-פּאַפּיר — לויערט אויף אַמעריקע, אויב דאָס לאַנד וועט אויסקלײַבן באַראַק אָבאַמאַן. בכלל, אויף דעם גורל פֿון ייִדן אין פֿראַנקרײַך קען מען דאָך אַ קוק טאָן “פּאָזיטיוו": די 75 טויזנט אומגעבראַכטע ייִדן האָבן אויסגעמאַכט “נאָר" 24 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און דער דאָזיקער “פּראָצענט" איז נידעריקער אין פֿאַרגלײַך מיט כּמעט אַלע אַנדערע אָקופּירטע לענדער — אַ חוץ: איטאַליע, דענמאַרק און בולגאַריע. מע קען אויך זיך גרויסן (און מע גרויסט זיך) מיט דעם וואָס אין יולי 1942 האָט די פֿראַנצויזישע פּאָליציי פֿון דעסטוועגן ניט אויסגעפֿילט דעם פּלאַן, געשטעלט מצד די דײַטשן. אַרום צען טויזנט “פֿאַרפּלאַנירטע ייִדן" האָבן זיך געראַטעוועט — אַ דאַנק די שכנים, דער זעלבער פּאָליציי און אַנדערע מענטשן. און דאָך האָבן טויזנטער ייִדן געהאַט אַן אַנדער דאָליע, און אויך “אַ דאַנק" שכנים, פּאָליציי און אַנדערע לײַט. און דײַטשן זײַנען אין דעם אַלץ ניט געווען דירעקט אַרײַנגעמישט. איך האָב מורא צו קוקן פֿילמען וואָס באַרירן טעמעס פֿונעם חורבן. און ניט נאָר ווײַל איך לעב שטאַרק איבער. נאָך מער האָב איך מורא זיך צונויפֿשטויסן מיט אַ טאַנדעט צי אַ דורכפֿאַל — מיט פֿאַלשקייט, מיט שמאַלץ, מיט סכעמאַטישקייט. צום באַדויערן, האָט זיך מײַן מורא שוין ניט איין מאָל באַרעכטיקט. אָבער פֿון “שׂרהס שליסל" האָב איך אַזאַ געפֿיל ניט אַרויסגעטראָגן. פֿאַרקערט, מיר האָבן גערעדט דערנאָך צווישן זיך (מײַן טאָכטער האָט אויך געלייענט דאָס בוך פֿון טאַטיאַנאַ דע ראָסניי), אַז נאָר אַזאַ הויכער ניוואָ פֿון קונסט — אי פֿון דער מחברטע, אי פֿון די טוער פֿון קינאָ — איז באַרעכטיקט פֿאַר דער דאָזיקער טעמע. און דאָ, גאָר ניט לאַנג צוריק, באַקום איך אַן אַײַנלאַדונג צו זען נאָך איין פֿילם מכּוח די געשעענישן אין יוני פֿון סאַמע אָנהייב האָב איך עס פֿאַרטײַטשט ווי זײַן (און, אַגבֿ, גאָר ניט אוניקאַל “זײַן") רעאַקציע אויף דער גוואַלדיקער סאָציאַלער און קולטורעלער איזאָלירטקייט, וואָס ער (און — נאָך אַ מאָל — ניט נאָר ער אַליין) האָט געפֿילט אין אַמעריקע. אַזעלכע ווי אָפּאַטאָשו האָבן זיך געקאָכט אין די אייגענע — אידעאָלאָגיש־צעברעקלטע און גאַנץ אָפּגעריסענע פֿון זייערע לייענער — אינטעלעקטועלע קרײַזן. און די דאָזיקע קרײַזן זייערע האָבן ווייניק, צי גאָרנישט, געהאַט צו טאָן מיטן ענגליש-רעדנדיקן הויפּטשטראָם. דער מצבֿ איז געווען, און נאָך מער אויסגעזען, אַנדערש אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וווּ טויזנטער קינדער האָבן זיך געלערנט אין ייִדישע טאָגשולן, און דער ייִדישער שרײַבער, בפֿרט אַזאַ ווי אַפּאַטאָשוס חבֿר פּרץ מאַרקיש, האָט געהערט אויך צו אַלגעמיינע קולטורעלע קרײַזן. איך בין געווען צופֿרידן צו געפֿינען אַן ענלעכן “דיאַגנאָז" אין אַן אַרטיקל פֿון דעם זשורנאַליסט (געשריבן אויף רוסיש, ייִדיש און העברעיִש) ישעיהו קלינאָוו, וואָס איז געווען אַן אָנגעזעענע פֿיגור אין דער ייִדישער פּרעסע-וועלט, ביז 1933 אין בערלין, דערנאָך אין ארץ-ישׂראל. טאָמער עמעצער זוכט אַ קלוגן אַנאַליז פֿון פּראָ-סאָוועטישקייט פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי יוסף אָפּאַטאָשו און דוד בערגעלסאָן, לייענט קלינאָווס “פֿאַר וואָס גייען זיי אַוועק?" אין דעם ניו-יאָרקער זשורנאַל “דער ייִדישער קעמפֿער", דעם 16טן נאָוועמבער 1934. |