געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מאַרקוס אַגיוס, דער פֿאָרזיצער פֿון "באַרקלייס", אַרויסגייענדיק פֿונעם פּאַרלאַמענט־בנין, וווּ ער האָט איבערגעגעבן דעם פֿינאַנץ־קאָמיטעט באַווײַז־מאַטעריאַלן אין שײַכות מיטן "ליבאָר־סקאַנדאַל"; פֿאַראַכטאָגן דינסטיק אין לאָנדאָן
פֿון מײַן טאַטן ע״ה פֿלעג איך פֿון מאָל צו מאָל הערן אַזאַ ווערטל: "דער קרעדיט מאַכט קאַליע די באַציִונגען". הגם אין דער היים האָט ער בדרך-כּלל גערעדט ייִדיש, פֿלעגט ער די דאָזיקע פֿראַזע תּמיד זאָגן אויף רוסיש — "קרעדיט פּאָרטיט אָטנאָשעניִיאַ". אַ סבֿרא, אַז ער האָט עס אַ מאָל געהערט אויף רוסיש, אפֿשר ווי אַ פֿרײַע איבערזעצונג פֿון דײַטש (Borgen schadet der Freundschaft). אַזוי צי אַזוי, אָבער איך געדענקט ניט, אַז מײַנע עלטערן זאָלן בײַ עמעצן באָרגן געלט. פֿאַרקערט, ניט-ייִדישע שכנים פֿלעגן פֿון צײַט צו צײַט נעמען אויף עטלעכע טעג בײַ דער מאַמען עטלעכע קערבלעך. דאַכט זיך, נאָר איין מאָל האָט מען יאָ גענומען אַ מין קרעדיט, כּדי צו קויפֿן מעבל. אָבער אין סאָוועטישן לשון האָט עס ניט געהייסן "קרעדיט", נאָר "אויף אויסצוצאָלן", און קיין פּראָצענט האָט מען בײַם אויסצאָלן, אויב מיך פֿירט ניט אונטער דער זכּרון, ניט געצאָלט.
אָבער דאָס איז געווען אין אַן אַנדער וועלט. אין דער איצטיקער וועלט איז כּמעט אוממעגלעך זיך אויסצודרייען אָן הלוואָות. אויף אַ דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער תּושבֿ קומט נאָענט צו זעקס טויזנט דאָלאַר, וואָס הענגען ווי אַ חובֿ אויף איר, צי זײַן, קרעדיט-קאַרטל. און דאָס איז נאָך אַ קלייניקייט, אין פֿאַרגלײַך מיט דער דורכשניטלעכער היפּאָטעק ("מאָרטגיידזש"), וואָס איז אַריבער 167 טויזנט דאָלאַר. צו דעם קומען אָפֿט מאָל צו אַנדערע הלוואָות, וואָס מענטשן נעמען כּדי קויפֿן אַ נײַעם אויטאָ, באַצאָלן פֿאַר דער בילדונג, צו רעכט מאַכן די ציין, וכ’. די גאַנצע עקאָנאָמיע, פּערזענלעכע, געשעפֿטלעכע און מלוכישע, דרייט זיך אַרום באָרגן געלט.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינע פֿון די מאַניפֿעסטאַציעס קעגן דעם געזעץ, וואָס דערהייבט דעם סטאַטוס פֿון דער רוסישער שפּראַך אין אוקראַיִנע, דעם 5טן יולי, אין קיִעוו
איך האָב שוין ניט איין מאָל אַנטפּלעקט דעם "סוד", אַז כ’בין אויסגעוואַקסן אין אוקראַיִנע — אין איר מיזרחדיקן טייל, וווּ עס האָט דאָמינירט, בפֿרט אין גרויסע שטעט, די רוסישע שפּראַך. דאָך האָב איך, ווי אַלע תּלמידים פֿון רוסישע שולן, געלערנט אויך אוקראַיִניש און (אויף אוקראַיִניש) די אוקראַיִנישע ליטעראַטור. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אוקראַיִניש האָט מען תּמיד געהערט אַרום זיך. אָפֿיציעל האָט קיינער ניט דערקוועטשט די שפּראַך, אָבער דער פֿאַקטישער סטאַטוס איז בײַ איר אין יענע מקומות געווען, בלי-ספֿק, נידעריקער ווי בײַ דער רוסישער שפּראַך.
ערנסט האָט מען וועגן דער שפּראַך-פּראָבלעם ניט גערעדט, סײַדן אין די קרײַזן צו וועלכע איך האָב ניט געהערט. דעם באַגריף "אוקראַיִנע" פֿלעגט מען, בדרך-כּלל, אויפֿנעמען דאָרטן גאַנץ באַדינגיק. היסטאָריש איז די גאַנצע געגנט מער אָדער ווייניקער געדיכט באַפֿעלקערט געוואָרן אין 19טן יאָרהונדערט, דורך מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע עטנישע גרופּעס, ניט נאָר אוקראַיִנער. אין די סאָוועטישע יאָרן, בעת דער אינדוסטריאַליזאַציע, איז ווידער געקומען אַ גרויסער שטראָם מיגראַנטן. אמת, די דערפֿער זײַנען פֿאַרבליבן אוקראַיִניש- צי, ריכטיקער, געמישט רוסיש-אוקראַיִניש-רעדנדיקע.
אין די עכטע אוקראַיִנישע געגנטן איז דער מצבֿ געווען, פֿאַרשטייט זיך, לחלוטין אַן אַנדערער. בײַ זיי איז די שפּראַך געווען דער צענטראַלער עלעמענט פֿון זייער נאַציאָנאַלן זעלבסט-באַוווּסטזײַן. באַזונדערס אין די מערבֿדיקע טיילן פֿון אוקראַיִנע, וועלכע זײַנען פֿאַראייניקט געוואָרן מיט סאָוועטן-אוקראַיִנע ערשט ערבֿ, און פֿאַקטיש — נאָך, דער צווייטער וועלט-מלחמה. קיין שטאַרקן שותּפֿות האָבן די גאַליציאַנער אוקראַיִנער און די מיזרחדיקע אוקראַיִנער צווישן זיך ניט געפֿילט. נאָך מער: אָפֿט מאָל האָט מען פּשוט פֿײַנט געהאַט איינער דעם אַנדערן.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויף דער זיצונג פֿונעם אַנטי־ציוניסטישן קאָמיטעט, מאָסקווע, 1967. אויפֿשריפֿטן אויף די פּלאַקאַטן: "בושה צו די ישׂראל־אַגרעסאָרן", "אַגרעסאָרן — אַרויס פֿון דער אַראַבישער ערד!"
סוף מײַ, ווען איך האָב פֿאַרבראַכט כּמעט אַ וואָך אין מאָסקווע, פֿלעג איך יעדן טאָג, אויפֿן וועג אין אַרכיוו, קויפֿן אַן אַנדער צײַטונג און לייענען זי, פֿאָרנדיק אין "מעטראָ" (אונטערבאַן). אין איינעם פֿון די טעג האָב איך געקויפֿט אַ פֿרישן נומער פֿון דער "ליטעראַטורנאַיאַ גאַזעטאַ" (ליטעראַרישע צײַטונג), וואָס איז אַ מאָל געווען מײַן באַליבטסטע צײַטונג. הגם זי האָט זיך תּחילת, אין יאָר 1929, באַוויזן ווי אַ ריין פּראָפֿעסיאָנעלע אויסגאַבע, אויסגערעכנט אויף דעם עולם פּען-מענטשן, האָט זי זינט 1967 געהאַט אַן אַנדער פּרצוף.
קודם-כּל, איז עס געוואָרן דאָס ערשטע סאָוועטישע "דיקע" וואָכנבלאַט — פֿון אַזש 16 זײַטן, וואָס איז געווען, לויט די סאָוועטישע מאָסן, זייער אַ סך, ווײַל אַ געוויינטלעכע צײַטונג האָט געהאַט נאָר פֿיר (זעלטן זעקס) זײַטן. בעת דער ערשטער טייל פֿון דער צײַטונג האָט געטראָגן אַרטיקלען פֿאַר דער ליטעראַרישער בראַנזשע, צי סתּם מוז-מאַטעריאַלן, זײַנען די איבעריקע אַכט זײַטן געווען אויסגערעכנט אויף אינטעלעקטועלע לייענער. ווי אַ פּועל-יוצא, איז עס געוואָרן די צײַטונג פֿון דער סאָוועטישער אינטעליגענץ. דער איבערבויער פֿון דער אויסגאַבע איז געווען אַלכּסנדר טשאַקאָווסקי, אַן אַסימילירטער ייִד און אַ דאָגמאַטישער קאָמוניסט, אָבער אַ טיכטיקער רעדאַקטאָר.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ שיטערע ריי באַזוכער בײַם מאָסקווער מאַווזאָליי
ניט לאַנג צוריק איז אין דעם ביולעטין פֿונעם צענטער פֿאַר פֿראַנצויזישע פֿאָרשונגען, וואָס אַרבעט אונטערן דאַך פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מײַן אַרטיקל, אין אַ פֿראַנצויזישער איבערזעצונג, וועגן די ייִדישע "היטער" פֿון לעניניזם (bcrfj.revues.org/6567). די רייד גייט דאָרטן, דער עיקר, וועגן די וועטעראַנען פֿון דער פּוילישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, וועלכע זײַנען סוף 1960ער יאָרן אַרויסגעשטופּט געוואָרן אי פֿון דער פּאַרטיי אי פֿון דעם לאַנד, האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל און דאָרטן געהאַלטן זיך פֿאַר די סאַמע ריכטיקע לעניניסטן, ניט צו פֿאַרגלײַכן ריכטיקערע איידער די סאָוועטישע און די פּוילישע קאָמוניסטישע מנהיגים. אַן ענלעכע דערשײַנונג האָט מען געקאָנט זען אויך אין אַנדערע לענדער. דער קרײַז פֿון דער ניו-יאָרקער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט" פֿלעגט אויך צולייגן אַ לעניניסטישן אַרשין צו די אויפֿטוען פֿונעם ייִנגערן קאָמוניסטישן עולם, וועלכער האָט זיי, די ייִדישע וועטעראַנען, אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער פּאַרטיי.
נאָך דער "דע-סטאַליניזאַציע", לכל-הפּחות, אויסנווייניק פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג, זײַנען "לענין" און "לעניניזם" געוואָרן נאָך הייליקער פֿאַר האַרטנעקיקע קאָמוניסטן ווי פֿריִער. די פֿאַרברעכנס פֿון סטאַלינס תּקופֿה האָט מען געקענט פֿאַרטײַטשן ווי "אָפּווייכונגען" פֿון לעניניסטישע נאָרמעס, און שוין — צוריק צו די "נאָרמעס". דער גלויבן אין קאָמוניזם האָט דאָך תּמיד געהאַט רעליגיעזע עלעמענטן, און לענין איז געוואָרן דער אָפּגאָט אין אָט דעם קולט. ניט צופֿעליק איז ער אַוועקגעלייגט געוואָרן אין מאַווזאָליי, אויפֿן רויטן פּלאַץ, מענטשן זאָלן קענען קומען צו אָט דעם טעמפּל און זיך בוקן צו זייער געץ.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נאָרוועגישע בילדונג־מיניסטאָרין קריסטין האַלוואָרסען באַטייליקט זיך אין אַן אַנטי־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַציע
אין נאָרוועגיע איז מיר אויסגעקומען צו זײַן נאָר איין מאָל, מיט עטלעכע יאָר צוריק, און אויך איז עס געווען פֿאַרבײַפֿאָרנדיק קיין שוועדן. די זאַך איז, אַז מײַן ווײַבס אַ חבֿרטע וווינט אין אַזאַ שוועדישן ווינקל, וואָס אויפֿן וועג צו איר איז געווען בעסער צו פֿליִען קיין אָסלאָ, ווײַל פֿון דאָרטן בלײַבט שוין אַ קאַצנשפּרונג צו דעם דאָרף, וווּ די מאָסקווער פֿרוי האָט (דורך אינטערנעץ, פֿאַרשטייט זיך) געפֿונען איר שוועדיש מזל. האָבן מיר דעמאָלט פֿאַרבראַכט אַ טאָג אין דער נאָרוועגישער קרוינשטאָט, און קיין שטאַרקן אײַנדרוק האָט זי אויף מיר ניט געמאַכט, סײַדן די פּרײַזן האָבן אויסגעזען גאָר ווילד — אַזאַ יקרות דאַרף מען נאָך זוכן.
נאָרוועגיע איז טײַער און אויך רײַך, און דאָס קומט, דער עיקר, פֿון די מינעראַלע רעסורסן, מיט וועלכע ס׳איז אָנגעזעטיקט דער ים אַרום דער מדינה. אַנטפּלעקט האָט מען עס סוף 1960ער יאָרן, און הײַנט פֿאַרנעמט נאָרוועגיע איינע פֿון די פֿירנדיקע ערטער צווישן די לענדער, וואָס עקספּאָרטירן נאַפֿט און גאַז. ס׳איז שווער צו זאָגן, צי איז עס דער נאַפֿט, אָדער נאָך עפּעס אַן אַנדער סובסטאַנץ, וואָס גיט אַזאַ קלאַפּ אין קאָפּ דער נאַציע, אַז זי הייבט אָן אַקטיוו פֿײַנט האָבן ייִדן בכלל און ישׂראלים בפֿרט. דער סך-הכּל איז אָבער, אַז דווקא נאָרוועגיע האָט פֿאַרדינט דעם שם פֿון — אפֿשר — דער סאַמע אַנטי-ייִדישער מדינה אין אייראָפּע.
די נעגאַטיווע באַציִונג צו ייִדן האָט היסטאָרישע קוואַלן. קודם-כּל מוז מען געדענקען, אַז נאָרוועגיע איז געווען דאָס לעצטע לאַנד אין אייראָפּע, וואָס האָט דערלויבט ייִדן צו באַזעצן זיך אויף איר טעריטאָריע. געשען איז עס ערשט אין יאָר 1851.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לעצטנס איז יום-טובֿדיק געווען אין גרויס-בריטאַניע — מע האָט געפֿײַערט דעם 60סטן יובֿל פֿון דער מלכּהס ממשלה. אייניקע, און בסך-הכּל אַ סך, לײַט נעמען עס אויף ערנסט. אין מײַנע אויגן זעט אויס דער גאַנצער טאַראַראַם קאָמיש, כאָטש איך פֿאַרשטיי, אַז עס זײַנען דאָ געשעענישן וואָס זײַנען ניט צו פֿאַרגלײַכן ווילדער, לכל-הפּחות — עסטעטיש. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען דעם אייראָפּעיִשן פֿוסבאָל-פֿאַרמעסט מיט די צונויפֿשטויס צווישן רוסישע און פּוילישע פֿאַנאַטיקער. אַזוי צי אַזוי, מיט יאָרן צוריק האָב איך געגעבן אַ שבֿועה צו זײַן געטרײַ דער מלכּה. אָן דעם וואָלט מען מיך ניט נאַטוראַליזירט אין דעם פֿאַראייניקטן מלכות.
און דאָך האָבן מיר באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד אויף דער צײַט פֿון די יובֿל-פֿײַערונגען. מײַן ווײַב האָט באַשלאָסן, אַז אַזוי וועט זי קענען אײַנשפּאָרן צוויי טעג פֿון אירע וואַקאַציעס. דאָס האָט אויך געמיינט, אַז פֿאָרן האָט מען געדאַרפֿט ערגעץ באמת דרומדיק, וווּ אָנהייב יוני איז שוין אַ ריכטיקער זומער. הקיצור, האָבן מיר אויסגעקליבן מאָנטענעגראָ, דאָס לאַנד פֿון "שוואַרצע בערג". געפֿאָרן זײַנען מיר אַהין, האָבנדיק געוויסע באַוואָרענישן וועגן דער מדינה. אָבער איצט, נאָכן פֿאַרברענגען דאָרט כּמעט צוויי וואָכן, זײַנען מיר געוואָרן ענטוזיאַסטן פֿון אָט דעם געוואַלדיק שיינעם ווינקל פֿון אייראָפּע. דערצו האָט זיך בײַ אונדז געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז מענטשן זײַנען דאָרטן זייער סימפּאַטישע און גאַסטפֿרײַנדלעכע.
אַ חוץ דער נאַטור, שאַפֿט מאָנטענעגראָ אַ שטאַרקן אײַנדרוק ווי אַ "רוסיש אָרט".

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיך אינטערעסירן אַלע לײַט, וואָס האָבן געאַרבעט אין "פֿאָרווערטס". אָבער דאָס לעבן איז, ווי אַלע ווייסן, רעלאַטיוו קורץ, אַזוי אַז מע דאַרף אויסקלײַבן די וויכטיקסטע פֿיגורן, און דער פֿירנדיקער מענשעוויק, און תּחילת בונדיסט, רפֿאל אַבראַמאָוויטש (1880—1963) געהערט, בלי-ספֿק, צו אָט דער קאַטעגאָריע. אַבראַמאָוויטש האָט, אין אַ היפּשער מאָס, באַאײַנפֿלוסט דעם אידעאָלאָגישן קורס פֿון דער צײַטונג; בפֿרט, לגבי דער סאָציאַליסטישער און קאָמוניסטישער באַוועגונגען. אייניקע פֿאָרשער האַלטן, אַז אַבראַמאָוויטש און מענטשן פֿון זײַן קרײַז האָבן אויך געהאַט אַן השפּעה אויף דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער פּאָליטיק.
קויף איך שוין אַלע נײַע ביכער, וואָס האָבן אַ שײַכות צו מענשעוויקעס בכלל און צו אַבראַמאָוויטשן בפֿרט. אין אַ מאָסקווער ביכער-געשעפֿט האָב איך זיך לעצטנס אָנגעשטויסן אויף דער סאָלידער פֿאָרשונג פֿון דעם רוסישן היסטאָריקער אַלבערט נענאַראָקאָוו, וואָס האָט אָנגערופֿן זײַן בוך Правый меньшевизм: прозрения российской социал-демократии ("רעכטער מענשעוויזם: דאָס באַרעכענען זיך פֿון דער רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטיע"). דאָס איז אַ טיפֿע, לאַנגיאָריקע פֿאָרשונג, באַזירט אויף דאָקומענטן פֿון כּלערליי אַרכיוון, וואָס ווײַזט אָן אויף די באַציִונגען צווישן פֿאַרשיידענע שטראָמען, וועלכע האָבן צעטיילט די מענשעוויקעס.
דאָ מוז מען, אַפּנים, דערמאָנען דעם פּרינציפּיעלן אונטערשייד צווישן די באָלשעוויקעס און די מענשעוויקעס: די באָלשעוויקעס האָבן זיך תּמיד אויסגעלאַכט פֿון דעמאָקראַטיע, טענהנדיק, אַז זיי האַלטן פֿון אַן "עכטער דעמאָקראַטיע", וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, בכלל קיין דעמאָקראַטיע ניט געווען (וולאַדימיר פּוטינס עולם ציט ווײַטער דעם דאָזיקן "עכט-דעמאָקראַטישן" פֿאָדעם). די מענשעוויקעס האָבן אין דעם זין געשאַפֿן דעם צד-שכּנגד אין דער רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער באַוועגונג. לויט זייער מיינונג, האָט דער באָלשעוויסטישער רעצעפּט פֿון בויען סאָציאַליזם געפֿירט דירעקט צו דיקטאַטור.

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָנהייב אויגוסט וועלן זיך די געשעענישן אין ענגלאַנד ניט אויסשעפּן מיט דער אָלימפּיאַדע, וואָס וועט צוציִען צו זיך אַן אינטערנאַציאָנאַלן עולם פֿון הונדערטער טויזנטער לײַט. אָבער גלײַכצײַטיק וועלן דורכגיין צוויי "שטילע" אונטערנעמונגען, וואָס האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט ספּאָרט; אָבער צום באַגריף פֿון אָלימפּ האָבן זיי יאָ אַ דירעקטן שײַכות. מיט דער דאַטע פֿונעם 12טן אויגוסט איז פֿאַרבונדן די טראַגישע געשעעניש פֿון פֿאַרלירן שרײַבער, וועלכע האָבן געהערט צום ייִדישן ליטעראַרישן אָלימפּ — אין יענעם טאָג האָבן, אין יאָר 1952, סאָוועטישע תּלינים אומגעבראַכט אין מאָסקווע די אָנפֿירונג פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. צווישן זיי זײַנען געווען אויך די שרײַבער דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, דוד האָפֿשטיין, לייב קוויטקאָ און איציק פֿעפֿער. עמעצער האָט עס אָנגערופֿן "די נאַכט פֿון אומגעבראַכטע דיכטער", וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט ריכטיק און ניט יושרדיק לגבי די איבעריקע אַכט לײַט, וואָס זײַנען קיין דיכטער ניט געווען.
אין ענגלאַנד וועט מען די טרויעריקע דאַטע אָפּמערקן ניט ווייניקער ווי צוויי מאָל. איך פּלאַניר, יעדנפֿאַלס, זיך צו באַטייליקן אין צוויי אונטערנעמונגען. דעם 12טן אויגוסט וועט מען אין לאָנדאָן פֿאָרשטעלן אַ נײַ בוך, צונויפֿגעשטעלט פֿון נײַע ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ווערק פֿון די אומגעבראַכטע שרײַבער. דאָס בוך, From Revolution to Repression: Soviet Yiddish Writers 1917—1952, האָט נאָך סוף 2008 צוגעגרייט יוסף שערמאַן (1944—2009), אָבער צוליב זײַן פֿריצײַטיקער פּטירה גייט עס אַרויס ערשט איצט. הגם איך האָב געשריבן אַ קורצע הקדמה צו אָט דער זאַמלונג, האָב איך דאָס בוך גופֿא ניט געזען. כ’ווייס נאָר, אַז מאַרקיש וועט דאָרטן זײַן פֿאָרגעשטעלט מיט זײַן דערציילונג "חבֿרים קוסטאַרן" — איך האָב עס "געשדכנט" יוסף שערמאַנען, אַזוי אַז איצט וועט מען קענען דאָס דאָזיקע אינטערעסאַנטע פּראָזע-ווערק לערנען מיט ענגליש-רעדנדיקע סטודענטן.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַ דער קאָנפֿערענץ וועגן באָגדאַן כמעלניצקי
איך האָב שוין געהאַט דערמאָנט, אַז אָנהייב מײַ האָב איך זיך באַטייליקט אין אַ קאָנפֿערענץ וועגן באָגדאַן כמעלניצקי. אָרגאַניזירט האָט עס אַמעליאַ גלאַסער, וואָס איז אַ פּראָפֿעסאָר אין סאַן-דיעגאָ. איך מיין, אַז דאָס איז געווען אַ געראָטענע צונויפֿקומעניש פֿון אַקאַדעמיקער, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט גאַנץ פֿאַרשיידענע זאַכן — מיט געשיכטע, ליטעראַטור און קינאָ, מיט ייִדישע, אוקראַיִנישע און פּוילישע טעמעס. איך גלייב, אַז אין דעם באַנד, וואָס וועט קאָנסטרויִרט ווערן אויפֿן סמך פֿון דער קאָנפֿערענץ, וועט דער אוקראַיִנישער פֿירער אַרויסקומען ניט קיין פֿלאַכער. און די געשעענישן אַרום דער דאָזיקער פֿיגור, אין לעבן און אין קונסט, וועלן אויך אָפּגעשפּיגלט ווערן, מאַכנדיק טיפֿער, מיט מער ניואַנסן, אונדזער קענטעניש פֿון געשיכטע, ליטעראַטור און קונסט.
איך בין, אַגבֿ, ניט זיכער, צי אַלע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" האָבן אַ מאָל געהערט אַזאַ נאָמען: באָגדאַן כמעלניצקי. איך דערמאָן עס, ווײַל סטודענטן האָבן, בדרך-כּלל, קיין אַנונג ניט וועגן אַזאַ היסטאָרישער פֿיגור און קיין מאָל ניט געהערט וועגן די גזירות תּ״ח-ותּ״ט. מיט זעכציק יאָר צוריק, אין יאַנואַר 1952, בײַם אַרומרעדן אין דער כּנסת די פֿראַגן פֿון דײַטשישע רעפּאַראַציעס, האָט משה שרתּ, דער דעמאָלטיקער אויסערן-מיניסטער פֿון ישׂראל, געזאָגט: "מיר האָבן ניט פֿאַרגעסן כמעלניצקי, און די וואָס וועלן פֿאַרגעסן, וועלן אויפֿהערן צו זײַן ייִדן". מיר שײַנט, אַז ס’רובֿ הײַנטיקע ייִדן האָבן כמעלניצקין ניט פֿאַרגעסן — זיי האָבן פּשוט ניט געהאַט וואָס צו פֿאַרגעסן, ווײַל קיינער האָט זיי וועגן אים קיין מאָל ניט דערציילט.
בעת דער קאָנפֿערענץ האָב איך אַ סך געלערנט. אָבער נאָך מער פֿראַגעס זײַנען פֿאַרבליבן אָפֿן. למשל, אויב כמעלניצקי איז טאַקע פֿאַרגעדענקט געוואָרן ווי דער שרעקלעכער גזלן, וועמענס קאָזאַקן האָבן אויסגעהרגעט צענדליקער טויזנטער ייִדן, טאָ פֿאַר וואָס און ווי אַזוי האָבן ניט ווייניק ייִדן דערנאָך געטראָגן דעם פֿאַמיליע-נאָמען כמעלניצקי? איך וועל ניט גיין זייער ווײַט נאָך אַ בײַשפּיל: מלך כמעלניצקי (1885—1946), דער ייִדישער דיכטער און זשורנאַליסט. זינט 1919 ביז זײַן טויט האָט ער געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" אַרטיקלען אויף מעדיצינישע טעמעס. קיין פּסעוודאָנים האָט ער ניט געהאַט, אַזוי אַז די אַרטיקלען פֿלעגן זיך דרוקן אונטער זײַן נאָמען.

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך וועל ניט מאַכן קיין סוד פֿון דעם פֿאַקט, וואָס מיט אָלעג בודניצקין, דעם מחבר פֿונעם בוך Russian Jews Between the Reds and the Whites, 1917—1920 (רוסישע ייִדן צווישן די רויטע און די ווײַסע, 1917—1920), בין איך אַ פֿרײַנד. הגם מיר וווינען אין פֿאַרשיידענע לענדער, זעען מיר זיך גאַנץ אָפֿט, און ניט בלויז אין "סקײַפּ". די זאַך איז, אַז בודניצקי — אַ פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע אין דער עליטאַרער מאָסקווער העכערער שול פֿון עקאָנאָמיע — איז הײַנט-צו-טאָג איינער פֿון די סאַמע "אָנזעעוודיקע" און "נאָכגעפֿרעגטע" היסטאָריקער אין רוסלאַנד; בפֿרט צווישן די, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט פֿראַגן פֿון ייִדישער געשיכטע. ער נעמט אַן אַקטיוון אָנטייל אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן אַקאַדעמישן לעבן, אַזוי אַז מע קען אים באַגעגענען אין ניו-יאָרק, טאָראָנטאָ, בריסל און אַנדערע שטעט פֿון דער וועלט.
ס׳רובֿ פּובליקאַציעס זײַנע געהערן צו דרײַ טעמעס: די געשיכטע פֿון רוסלענדישער עמיגראַציע, די געשיכטע פֿון דעם בירגער-קריג, און די געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. ייִדישע אַספּעקטן פֿאַרנעמען אַ ממשותדיק, צי אַפֿילו צענטראַל, אָרט אין אָט די אַלע ריכטונגען. די ייִדישע טעמע איז, פֿאַרשטייט זיך, די צענטראַלע אין דעם בוך, וואָס איז לעצטנס אַרויס אין אַן ענגלישער איבערזעצונג. דער רוסישער נוסח איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 2005. גלייבט מיר — כ׳זאָג עס ניט ווי אַ לויבגעזאַנג פֿאַר מײַן פֿרײַנד — אַז דאָס איז אַ בוך, וואָס מאַכט קליגער.
דער זעקס-מיליאָן-קרבנותדיקער חורבן האָט, מיט דעם פֿאַרנעם פֿון זײַן אימה, פֿאַרטונקלט אַנדערע שרעקלעכע געשעענישן אין ייִדישן לעבן, אַרײַנגערעכנט די שחיטות בשעתן בירגער־קריג אין רוסלאַנד, ווי אויך די פֿריִערדיקע טראַגעדיעס פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, מיט וועלכע בודניצקי מאַכט אַ דירעקטע פֿאַרבינדונג. גלײַכצײַטיק, לייגט ער פֿאָר ניט פּרוּוון אויסצוגעפֿינען אַלע סיבות פֿון די פּאָגראָמען פֿון יענער צײַט, ווײַל עס האָט ניט קיין זין צו "ראַציאָנאַליזירן דאָס אומראַציאָנעלע".

דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

הײַיאָר, דעם 7טן אָקטאָבער, וועט ווערן 115 יאָר זינט דער גרינדונג אין ווילנע פֿון דעם "בונד" — די ייִדישע סאָציאַליסטישע פּאַרטיי, וואָס האָט אַרײַנגעשריבן אַ סך וויכטיקע, ווי אויך העראָיִשע, זײַטן אין דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע. לויט דער היסטאָרישער לאָגיק (אַזוי, גאַנץ פּאַטעטיש, קען מען אויך באַשרײַבן אַ צונויפֿפֿאַל) איז אין דעם זעלבן יאָר געשאַפֿן געוואָרן דער "פֿאָרווערטס". די באַציִונגען צווישן דעם "בונד" און דער אַמעריקאַנער צײַטונג פֿאַרדינען אַ באַזונדערן בוך. אין איין שורה קען מען די דאָזיקע באַציִונגען באַשרײַבן אַזוי: קיין גרינגע זײַנען זיי ניט געווען, כאָטש אין דער צײַטונג האָבן אין פֿאַרשיידענע יאָרן געאַרבעט ניט ווייניק בונדיסטן. אין מײַן אַרטיקל שטעל איך זיך אָפּ אויף אייניקע עפּיזאָדן אין דער געשיכטע פֿון די "ניט קיין גרינגע" באַציִונגען.
אין 1921, ווען די אַמעריקאַנער ייִדישע סאָציאַליסטישע באַוועגונג האָט זיך געשפּאָלטן אויף די מער (צי גאָר) סימפּאַטישע צו די באָלשעוויקעס און די ווייניקער (צי גאָר ניט) סימפּאַטישע צו זיי גרופּעס, האָט דער הויפּטשטראָם פֿון "פֿאָרווערטס" זיך אַפֿיליִיִרט מיט דעם ייִדישן סאָציאַליסטישן פֿאַרבאַנד, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין יענעם יאָר און פֿאַראייניקט די ווייניקער (צי גאָר ניט) סימפּאַטישע. און אַזוי איז עס שוין פֿאַרבליבן אויף לאַנגע יאָרן — דער "פֿאַרבאַנד" און די רעדאַקציע זײַנען געווען זייער ענג פֿאַרבונדן, ניט געקוקט אויף די רײַבונגען וואָס פֿלעגן זיך צו מאָל מאַכן צווישן די שותּפֿים. דאָס הייסט ניט, אַז אַנדערע ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן זיך אין גאַנצן אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער צײַטונג.
אין דעם "פֿאַרבאַנד" זײַנען געווען ניט ווייניק בונדיסטן פֿון אַ מאָל און פֿון הײַנט. אייניקע פֿון זיי האָבן זיך מיט דער צײַט באַטראַכט און זיך אָפּגעזאָגט פֿון זייערע "אַלט-היימישע" בונדיסטישע פּרינציפּן, געוואָרן מער אַמעריקאַנישע סאָציאַליסטן. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַז אין משך פֿון 15 יאָר האָט מיטן "פֿאַרבאַנד" אָנגעפֿירט נחום כאַנין, וועלכער איז געווען אַן אָנגעזעענער בונדיסט אין דער אַלטער היים, און אַז אַקטיוו אין דעם "פֿאַרבאַנד" איז געווען ברוך וולאַדעק, דער הויפּט-פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס" — אַ מענטש מיט אַ לעגענדאַרן נאָמען אין די בונדיסטישע קרײַזן.

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אוקראַיִנע איז אַ גרויס לאַנד. כ’ווייס עס ניט בלויז טעאָרעטיש — כ’בין דאָרטן געבוירן און אויסגעוואַקסן געוואָרן. מיט ייִדישער געשיכטע איז דאָרטן, דאַכט זיך, דורכגעזאַפּט יעדער ווינקל, יעדער שטיין. פֿון צײַט צו צײַט רעד איך (דורך "סקײַפּ") מיט מײַן קיִעווער פֿרײַנד יעפֿים מלמד, וואָס איז אַ מומחה אין אַרכיוואַלע ענינים. דערציילט ער מיר וועגן די אוצרות, וואָס ווערן אָפּגעהיט אין פֿאַרשיידענע אַרכיוו-זאַמלונגען פֿון לאַנד. אָבער דער סוף איז דערווײַל אַזאַ: קיין באַלעבאַטישע ייִדישע היסטאָריקער האָט דאָס לאַנד ניט. איך מיין אַזעלכע לײַט, וואָס דרוקן זייערע אַרבעטן אין הויפּטשטראָמיקע אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן אָדער אין אַקאַדעמישע פֿאַרלאַגן. מע דערציילט מיר וועגן גראַדויִר-סטודענטן, וואָס שנײַדן זיך אויף גוטע געלערנטע, אָבער דערווײַל איז עס ניט מער ווי אַ פּאָטענציאַל.
איך שרײַב די דאָזיקע נאָטיצן מײַנע אין סאַן-דיעגאָ, וווּ כ’האָב זיך אויפֿגעכאַפּט זייער פֿרי, לויט דער ניו-יאָרקער צײַט. געקומען בין איך אַהער אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ מכּוח באָגדאַן כמעלניצקי (וועגן איר וועל איך שרײַבן באַזונדער), וועמענס דענקמאָל אָדער גאַס, צי ביידע זאַכן, געפֿינט מען אין יעדער אוקראַיִנישער שטאָט. ער איז דאָך אין אוקראַיִנע ווי טעאָדאָר הערצל, להבֿדיל, אין ישׂראל. אָבער אין דער פּראָגראַם זע איך ניט קיין אָנטיילנעמער פֿון אוקראַיִנע. וועגן ייִדישע ענינים אַרום כמעלניצקי, סײַ אין די צײַטן פֿון די גזירות תּ״ח תּ״ט סײַ אין די שפּעטערדיקע יאָרן, וועלן רעדן געלערנטע פֿון ענגלאַנד, ישׂראל און צפֿון-אַמעריקע. איך פֿאַרטײַטש עס ווי אַ סימן, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן קיינעם ניט געפֿונען, וואָס זאָל זיך אויסטויגן אויף אַזעלכע זאַכן אין אוקראַיִנע גופֿא.