ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָנהייב אויגוסט וועלן זיך די געשעענישן אין ענגלאַנד ניט אויסשעפּן מיט דער אָלימפּיאַדע, וואָס וועט צוציִען צו זיך אַן אינטערנאַציאָנאַלן עולם פֿון הונדערטער טויזנטער לײַט. אָבער גלײַכצײַטיק וועלן דורכגיין צוויי "שטילע" אונטערנעמונגען, וואָס האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט ספּאָרט; אָבער צום באַגריף פֿון אָלימפּ האָבן זיי יאָ אַ דירעקטן שײַכות. מיט דער דאַטע פֿונעם 12טן אויגוסט איז פֿאַרבונדן די טראַגישע געשעעניש פֿון פֿאַרלירן שרײַבער, וועלכע האָבן געהערט צום ייִדישן ליטעראַרישן אָלימפּ — אין יענעם טאָג האָבן, אין יאָר 1952, סאָוועטישע תּלינים אומגעבראַכט אין מאָסקווע די אָנפֿירונג פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. צווישן זיי זײַנען געווען אויך די שרײַבער דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, דוד האָפֿשטיין, לייב קוויטקאָ און איציק פֿעפֿער. עמעצער האָט עס אָנגערופֿן "די נאַכט פֿון אומגעבראַכטע דיכטער", וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט ריכטיק און ניט יושרדיק לגבי די איבעריקע אַכט לײַט, וואָס זײַנען קיין דיכטער ניט געווען.
אין ענגלאַנד וועט מען די טרויעריקע דאַטע אָפּמערקן ניט ווייניקער ווי צוויי מאָל. איך פּלאַניר, יעדנפֿאַלס, זיך צו באַטייליקן אין צוויי אונטערנעמונגען. דעם 12טן אויגוסט וועט מען אין לאָנדאָן פֿאָרשטעלן אַ נײַ בוך, צונויפֿגעשטעלט פֿון נײַע ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ווערק פֿון די אומגעבראַכטע שרײַבער. דאָס בוך, From Revolution to Repression: Soviet Yiddish Writers 1917—1952, האָט נאָך סוף 2008 צוגעגרייט יוסף שערמאַן (1944—2009), אָבער צוליב זײַן פֿריצײַטיקער פּטירה גייט עס אַרויס ערשט איצט. הגם איך האָב געשריבן אַ קורצע הקדמה צו אָט דער זאַמלונג, האָב איך דאָס בוך גופֿא ניט געזען. כ’ווייס נאָר, אַז מאַרקיש וועט דאָרטן זײַן פֿאָרגעשטעלט מיט זײַן דערציילונג "חבֿרים קוסטאַרן" — איך האָב עס "געשדכנט" יוסף שערמאַנען, אַזוי אַז איצט וועט מען קענען דאָס דאָזיקע אינטערעסאַנטע פּראָזע-ווערק לערנען מיט ענגליש-רעדנדיקע סטודענטן.
מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער, דעם 9טן אויגוסט, וועט זיך פֿאַרענדיקן אַ קאָנפֿערענץ אין אָקספֿאָרד, וואָס האָט אויך אַ שײַכות צום 12טן אויגוסט 1952, כאָטש די רייד וועט גיין וועגן אַ שרײַבער, וועלכער איז ניט געווען צווישן די דערשאָסענע יענעם דינסטיק מיט זעכציק יאָר צוריק. דער ניסתּר, וועמענס לעבן און שאַפֿן וועט געווידמעט זײַן די אָקספֿאָרדער אַקאַדעמישע צונויפֿקומעניש, איז געשטאָרבן אין אַ לאַגער. אַ סבֿרא, אַז די מערדער פֿון דער סאָוועטישער געהיימער דינסט האָבן אים ניט געהאַלטן פֿאַר אַ צענטראַלער פֿיגור אין דעם ענין פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אים, צוזאַמען מיט אַ צאָל אַנדערע ייִדישע קולטור-טוער, האָט מען געשיקט שמאַכטן אין "גולאַג".
צווישן סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער פֿאַרנעמט דער ניסתּר אָדער, ווי זײַן ניט-ליטעראַרישער נאָמען איז, פּיניע קאַגאַנאָוויטש, אַ באַזונדער אָרט. אין דער מסורה פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז ער פֿאַרבליבן שיִער ניט דער איינציקער גרויסער ייִדישער שרײַבער, וואָס איז געווען טעטיק אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אָבער האָט זיך געהאַלטן וואָס ווײַטער פֿון דעם גאַנצן פּאָליטיש-ליטעראַרישן טאַראַראַם, אין וועלכן עס האָבן זיך געקאָכט אַנדערע שרײַבער פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה.
איך האָב זיך די טעג אומגעקערט פֿון מאָסקווע, וווּ כ’האָב גענישטערט אין דעם אַרכיוו פֿאַר ליטעראַטור און קונסט, געלייענט כּלערליי מאַטעריאַלן פֿון דער ייִדישער סעקציע, וואָס האָט עקזיסטירט בײַם סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין. די דאָקומענטן ווײַזן ווידער אַ מאָל, אַז קיין קאָכלעפֿל איז דער ניסתּר ניט געווען. מע זעט און מע הערט אים כּמעט ניט בשעת פֿאַרשיידענע פֿאַרזאַמלונגען און באַראַטונגען, אין צענטער פֿון וועלכע עס געפֿינען זיך אַזעלכע שרײַבער ווי פּרץ מאַרקיש און דוד בערגעלסאָן.
מע דאַרף זאָגן, אַז מיך האָט עס גאָר ניט געחידושט. די אַרכיוו-פּאַפּירן האָב איך דאָך געלייענט ניט צוליב דער טעמע "דער ניסתּר". אַזוי אַז איך האָב זיך טאַקע באמת פֿאַרוווּנדערט, ווען אין איינער פֿון די טעקעס איז געווען אַרײַנגענייט דעם ניסתּרס אַ ליד, וואָס איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 5טן אַפּריל 1936 אין דער מינסקער צײַטונג פֿאַר קינדער "יונגער לענינעץ".
דאָס ליד הייסט "אַ מעשׂה מיט אַ פֿוקס" און איז כּולל 200 שורות. האָב איך עס גענומען לייענען און תּחילת ניט געקענט פֿאַרשטיין, וואָס פֿאַר אַ מוסר-השׂכּל האָט דער שרײַבער געוואָלט פֿאָרמולירן פֿאַר סאָוועטישע קינדער. סוף-כּל-סוף איז עס געוואָרן קלאָר: דער פֿוקס האָט, נעבעך, ניט באַמערקט, אַז דאָס לעבן אין סאָוועטישע דערפֿער איז געוואָרן גאָר אַנדערש, אַ סך בעסער, ווײַל עס האָבן זיך דאָרטן געשאַפֿן קאָלווירטן (קאָלכאָזן):


ער מיינט: ס’איז אַ מאָל אים!
ער מיינט, ס’איז פֿריִער:
דער דאַך איז אין לעכער
אַ לאָך איז די טיר.


...


אַ טעות, אַ טעות!
אוי, רויבערל מײַן!
אין דאָרף איז איצט ליכטיק,
אין שײַנבעלעך — שײַן.


און שטאַל איז אַ גראַמע,
אונדז נײַ אויסגעבויט,
און וועכטער די ביקס
האַלט געלאָדן מיט טויט.


און באַנאַכט איז ער וואַך,
און אויך תּמיד ער היט, —
וואָס געווען איז אַ מאָל
איז שוין הײַנט, איז שוין ניט.


ניטאָ, שוין ניטאָ,
פֿון דער מאָדע אַרויס,
אויך מעשׂיות מיט פֿוקסן
געענדיקט — און אויס.


איז עס אָנגעשריבן געוואָרן ערנסט? קיין ענטפֿער וועלן מיר, אַ פּנים, קיין מאָל ניט באַקומען. ס’איז קלאָר, אָבער, אַז אין דער רעדאַקציע פֿון דער קינדער-צײַטונג האָט מען קיין איראָניע אין אָט די שורות ניט אײַנגעזען. אַנדערש וואָלט מען זיי ניט אויסגעטיילט אַן אָרט אין דער אויסגאַבע. עס זעט אויס, אַז דאָס געפֿיל פֿון הומאָר איז אין יענע יאָרן געווען גאַנץ אַנדערש בײַ סאָוועטישע בירגער. נאָך מער: בעסער איז געווען, ווען דער מענטש האָט אַזאַ געפֿיל אין גאַנצן ניט געהאַט.