רײַזעס פֿון אַ ניו־יאָרקער ייִד
ייִדן קעגן דער אינטערנעץ
רעפּאָרטאַזשן פֿון אונדזער קאָרעספּאָנדענט שמואל פּערלין

Travelogues of a New York Jew
Jews Against the Internet
A Report From Our Correspondent Ross Perlin

‫פֿון רעדאַקציע

פֿוסבאָל ("סאָקער") ווערט אַלץ פּאָפּולערער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַן אַנומלטיקער אויספֿרעג ווײַזט, אַז צווישן די אַמעריקאַנער יונגע לײַט, אין עלטער פֿון 12—24, פֿאַרנעמט עס דאָס צווייטע אָרט. און בײַ די שפּאַניש-רעדנדיקע האָט עס פּשוט ניט קיין קאָנקורירנדיקע ספּאָרטיווע שפּיל. אַן אַנדער זאַך, אַז די היגע, אַמעריקאַנער קאָמאַנדעס אינטערעסירן דעם אַמעריקאַנער עולם ווייניקער ווי די לאַטיין־אַמעריקאַנישע צי אייראָפּעיִשע קלובן. ס’איז קלאָר, אָבער, אַז די יונגע ליבהאָבער וועלן אונטערוואַקסן, און אויב די טענדענץ וועט זיך ניט בײַטן, קען פֿוסבאָל ווערן נאָך מער פּאָפּולער אין צפֿון-אַמעריקע.
אין אייראָפּע איז פֿוסבאָל אַ וויכטיקער טייל פֿון דער מאַסן-קולטור. מענטשן לעבן ממש מיט די נצחונות און מפּלות פֿון זייערע קאָמאַנדעס. מע איז גרייט צו צאָלן אַ סך געלט, אַבי צו זײַן אויף אַ סטאַדיאָן, וווּ עס שפּילט זייער מאַנשאַפֿט, זאָל עס אַפֿילו זײַן אין אַן אַנדער עק וועלט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די בגדים פֿון דער קאָמאַנדע, וועלכע מענטשן טראָגן צו ווײַזן — און צו פֿילן — זייער כּמו-רעליגיעזן אָפּשײַ צו "זייער" פֿוסבאָל-קלוב.
דער מצבֿ אַרום די פֿוסבאָל-פֿאַנאַטיקער ווערט אָנגעשטרענגט, ווען ראַדיקאַלע לײַט פֿאַרנעמען דעם אויבנאָן אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה. אָפֿט מאָל זײַנען עס פּשוט כוליגאַנעס, וואָס האָבן הנאה פֿון אַ געשלעג, בפֿרט מיט די יאַטן, וואָס שטיצן אַן אַנדער קלוב. אָבער ניט זעלטן צעשפּילן זיך אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה גאָר פּרימיטיווע אינסטיקטן, ענלעכע צו לאָיאַלקייט צום אייגענעם שבֿט, סטײַע, טשאַטע. פֿאַר אַזעלכע פּאַרשוינען איז דער ספּאָרט אַליין ניט מער ווי אַ תּירוץ צו מאַכן אַ סקאַנדאַל.

געזעלשאַפֿט

דזשאָנסאָן דעניסאָן, אַ נאַוואַהאָ "מעדיצין־מאַן" (רעכטס) און ראַבינער האַרי ראָזענפֿעלד, בעת דעם דיאַלאָג אין ווינדאָו־ראָק, אַריזאָנע
מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָבן אַ ראַבינער און אַ גײַסטיקער פֿירער פֿונעם נאַוואַהאָ־שבֿט פֿון די אַמעריקאַנער אינדיאַנער זיך באַטייליקט אין אַ דיאַלאָג איבער דער פֿראַגע, "וואָס הייסט הייליקע ערד?" — אַ וויכטיקער ענין אין דעם געדאַנקען־גאַנג פֿון ביידע פֿעלקער.
דער ראַבינער — האַרי ראָזענפֿעלד, פֿונעם רעפֿאָרם־טעמפּל "קהילת אַלבערט" אין אַלבוקערקי, ניו־מעקסיקע — און דזשאָנסאָן דעניסאָן, אַ נאַוואַהאָ "מעדיצין־מאַן", האָבן גערעדט פֿאַר אַן עולם פֿון 40 ייִדן און נאַוואַהאָ-לײַט, אינעם Navajo Nation Museum (דער מוזיי פֿונעם נאַוואַהאָ־פֿאָלק), אין דער קרוינשטאָט פֿון די נאַוואַהאָ־אינדיאַנער — ווינדאָו־ראָק, אַריזאָנע.
דאָס איז געווען די צווייטע אין אַ סעריע פֿון דרײַ דיסקוסיעס צווישן ייִדישע און נאַוואַהאָ־רעדנער. די ערשטע דיסקוסיע, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער, אין ראַבינער ראָזענפֿעלדס טעמפּל, האָט אַרומגערעדט די פֿראַגע, ווי אַזוי ביידע פֿעלקער גיבן זיך אַן עצה אין צוויי וועלטן — די טראַדיציאָנעלע און די הײַנטצײַטיקע. דעם קומענדיקן האַרבסט וועט פֿאָרקומען דער לעצטער שמועס: די פּאַראַלעלן צווישן דעם "לאַנגן וועג" (די אַקציע אין 1864—1866 צו פֿאַרטרײַבן די נאַוואַהאָס פֿון זייער אור־אַלטער היים) און דעם חורבן.
גאָרדאָן בראָניצקי — דער ייִדישער אַנטראָפּאָלאָג, וואָס האָט אָרגאַניזירט די סעריע דיאַלאָגן — האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער האָט תּמיד געפֿילט אַ שײַכות מיט די אַמעריקאַנער אינדיאַנער: ערשטנס, ווײַל זײַן טאַטע, אַ דאָקטער בײַם אָרטיקן וועטעראַנען־שפּיטאָל, פֿלעגט אַרבעטן מיט זיי; און צווייטנס, ווײַל בעת זײַן אייגענער וואָלונטיר־אַרבעט איבערצוצײַגן די אינדיאַנער זיך צו רעגיסטרירן צו שטימען אין 1987, האָט ער זיך דערוווּסט וועגן געוויסע ענלעכקייטן צווישן די ייִדן און די אינדיאַנער.

געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאַצי־מלחמה־פֿאַרברעכער אַדאָלף אײַכמאַן בײַם פּראָצעס אין ירושלים, יוני 22, 1961
מיט צוויי וואָכן צוריק, דעם 31סטן מײַ 2012 איז פֿאָרגעקומען אין בערלין אין "וואַנזעע־הויז" אַן אויסנעמלעכע צערעמאָניע פֿון אַ היסטאָרישן כאַראַקטער.
אין דעם דאָזיקן הויז איז מיט 70 יאָר צוריק פֿאָרגעקומען די שענדלעכע קאָנפֿערענץ, ווען די נאַצי־פֿירער בראָש מיט אַדאָלף היטלערן, האָבן דאַן באַשלאָסן "ענדגילטיק צו לייזן די ייִדן־פֿראַגע אין אייראָפּע".
אין דער דאָזיקער צערעמאָניע האָבן די הײַנטיקע דײַטשישע פֿירער אָפּגעמערקט 50 יאָר נאָך דעם, ווי עס איז אויסגעפֿירט געוואָרן דער טויט־אורטייל איבער אַדאָלף אײַכמאַן.
איינער פֿון די געסט פֿון ישׂראל צו דער דאָזיקער צערעמאָניע, איז געווען מיקי גאָלדמאַן, וועלכער האָט געפֿאָרשט אײַכמאַנען בעת דעם פּראָצעס אין ירושלים, און אַ לעבעדיקער עדות בעת זײַן עקזעקוציע, מיט 50 יאָר צוריק, בעת מען האָט אײַכמאַנען געהאָנגען און זײַן קערפּער פֿאַרברענט.
איצט, בײַ דער צערעמאָניע אין "וואַנזעע־הויז" אין בערלין, האָט מיקי געשילדערט פֿאַר די אָנטיילנעמער אין דער קאָנפֿערענץ, אין דער דײַטשישער שפּראַך, זײַנע זכרונות פֿון יענער היסטאָרישער נאַכט "וואָס איז שווער צו פֿאַרגעסן".
מיקי גאָלדמאַן דערציילט:

"...מיר זענען אַרויף אויף אַ שיף אין מיטן ים, איבער די טעריטאָריעלע וואַסערן פֿון מדינת־ישׂראל, מיר האָבן איבערגעקערט דעם קרוג מיטן אַש פֿון דעם פֿאַרברענטן מאַסן־מערדער אַדאָלף אײַכמאַן, און עס צעשאָטן איבער די כוואַליעס פֿון דעם רוישיקן ים.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

צו אַבֿרהם סוצקעווערס באַקאַנט ליד "ווער וועט בלײַבן?" האָט די כאַרקאָווער זינגערין זשעניע לאָפּאַטניק געשאַפֿן אַ מעלאָדיע וואָס איז, אין איין אויגנבליק, פֿאַרשפּרייט געוואָרן איבער ימען. די ניו־יאָרקער גרופּע "ייִדישע פּרינצעסין" בראָש מיט דער זינגערין שׂרה־מינע גאָרדאָן און די לאָנדאָנער זינגערין הילדע בראָנשטיין האָבן רעקאָרדירט לאָפּאַטניקס ליד אויף זייערע קאָמפּאַקטלעך. נאָך סוצקעווערס פּטירה איז דאָס ליד געוואָרן נאָך מער געזונגען איבער דער וועלט.
ווער וועט בלײַבן
וואָס וועט בלײַבן?
בלײַבן וועט אַ ווינט
בלײַבן וועט די בלינדקייט פֿונעם בלינדן,
וואָס פֿאַרשווינדט.
בלײַבן וועט אַ סימן פֿונעם ים,
אַ שנירל שוים.
בלײַבן וועט אַ וואָלקנדל
פֿאַרטשעפּעט אויף אַ בוים...

זשעניע לאָפּאַטניק איז הײַנט אַ לערערין פֿון ייִדיש פֿאַר קינדער אין כאַרקאָוו, אוקראַיִנע, און איז צווישן אַ גרופּע מוזיקער, וועלכע איז ערשט באַקאַנט געוואָרן אין די מערבֿ־לענדער נאָך דעם ווי "קלעזפֿעסט־קיִעוו" און "קלעזפֿעסט־פּעטערבורג", און פֿעסטיוואַלן אין מאָסקווע האָבן צוזאַמענגעבראַכט יונגע טאַלאַנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט די קלעזמאָרים און ייִדישע זינגער פֿון אַמעריקע און אייראָפּע אין די 1990ער און אָנהייב 2000ער יאָרן. לאָפּאַטניק איז געוואָרן די זינגערין פֿון דער "כאַרקאָווער קאַפּעליע" וואָס דער פֿידלער סטאַש רײַקאָ האָט געשאַפֿן; אַ גרופּע וואָס איז אָנערקענט ווי איינע פֿון די בעסטע אין מיזרח־אייראָפּע.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר געשמועסט וועגן דעם, וואָס אינעם חומש "במדבר" גייט אַ רייד כּסדר וועגן די דיאַלעקטישע באַציִונגען צווישן געוויינטלעכע און אָרדינאַרע זאַכן, צווישן די כּללים און אויסנאַמען. דער דאָזיקער לייטמאָטיוו שפּילט אויס אַ וויכטיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער פּרשה.
די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיט דעם אייבערשטנס אָנזאָג צו אַהרן הכּהן אָנצינדן די מנורה אינעם מישכּן. די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות באַשטייען, אויף אַ גרויסער מאָס, פֿון דעמאָגראַפֿישע חשבונות, אין וועלכע עס זענען אַרײַן די צוועלף ייִדישע שבֿטים. די צוויי טיילן פֿון שבֿט־יוסף, אַפֿרים און מנשה, זענען איבערגעציילט געוואָרן באַזונדערס. דערנאָך זענען איבערגעציילט געוואָרן די משפּחות פֿון די לוויים; בסך־הכּל, באַקומען זיך דרײַצן שבֿט.
יעדער חודש אינעם ייִדישן יאָר ווערט אַסאָציִיִרט, על־פּי־קבלה, מיט אַ געוויסן שבֿט. ס׳רובֿ יאָרן באַשטייען פֿון צוועלף חדשים; פֿון צײַט צו צײַט גיט מען אָבער צו אַ צוגאָב־חודש — אָדר־שני. דער חודש אָדר ווערט אַסאָציִיִרט מיטן שבֿט־יוסף, וועלכער ווערט אַמאָל באַטראַכט ווי איין גרופּע, און אַמאָל ווערט ער צעטיילט אויף צווייען. די אייניקלעך פֿון יוספֿס צוויי זין, אפֿרים און מנשה, האָבן געהאַט באַזונדערע חלקים אין ארץ־ישׂראל.
אין פֿאַרגלײַך מיטן קרײַז־גאַנג פֿונעם יאָר, זענען די ייִדישע שבֿטים געווען אײַנגעאָרדנט, בעת די וואַנדערונגען אינעם מידבר, אויף אַן אַנדער שטייגער. די צוועלף שבֿטים, אַחוץ דער שבֿט־לוי, האָבן אַרומגערינגלט דעם מישכּן פֿון פֿיר זײַטן, און דער לאַגער פֿון די לוויים האָט זיך געפֿונען אינעם צענטער.

געשיכטע

אַן אילוסטראַציע פֿון אַן אַלטן איראַנישן מאַנוסקריפּט, וווּ עס ווערט געוויזן, ווי אַבֿרהם־אָבֿינו, משה־רבינו און יעזוס טרעפֿן זיך מיט מוכאַמעד
מיט עטלעכע טעג צוריק, דעם 30טן מײַ, האָט שמואל (שמולי) בוטח, אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער רבֿ און פּאָפּולערער שרײַבער, אָנגעשריבן אַן אָפֿענעם בריוו צו די רעפּובליקאַנער קאָנגרעס־לײַט סטיווען ראָטמאַן און ביל פּאַסקרעל, בעטנדיק אָפּצושטעלן דעם סיכסוך, וועלכער האָט אויסגעבראָכן פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק צוליב זייער פֿאַרמעסט פֿאַרן זעלבן זיץ־אָרט אינעם קאָנגרעס. בוטח האָט באַטאָנט, אַז אַזעלכע סיכסוכים שטערן דער אייניקייט פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי.
שמולי בוטח איז צום מערסטן באַקאַנט דעם ברייטן אַמעריקאַנער עולם ווי דער מחבר פֿונעם בוך "כּשרער סעקס". ער איז אַ ליובאַוויטשער חסיד, וועלכער טרעט כּסדר אַרויס אויף דער טעלעוויזיע און באַטראַכט פֿאַרשיידענע ענינים, אָפֿטמאָל — סתּירותדיקע. ער איז גאָר אַן אַקטיווע פּערזענלעכקייט און פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע מיינונגען אויף אַזעלכע טעמעס, ווי קינדער־דערציִונג און שלום־בית, פֿאַרן אַלגעמיינעם נישט־ייִדישן — דער עיקר, קריסטלעכן — עולם.
לעצטנס האָט בוטח זיך אויך פֿאַרנומען מיט דער אינערלעכער אַמעריקאַנער פּאָליטיק און האָט אָפֿיציעל פֿאָרגעלייגט זײַן קאַנדידאַטור ווי אַ רעפּובליקאַנער פֿאָרשטייער פֿאַרן נײַנטן קאָנגרעס־דיסטריקט אינעם שטאַט ניו־דזשערזי. מיט דער אויסערן־פּאָליטיק פֿאַרנעמט ער זיך, אָבער, שוין לאַנג, ווי אַן אַקטיווער רעכטער שטיצער פֿון ישׂראל, וועלכער ווײַזט אַרויס גרויס ליבשאַפֿט צו די פּראָטעסטאַנטישע קריסטלעכע ציוניסטן. מיט עטלעכע חדשים צוריק איז אַרויס זײַן לעצטער בעסטסעלער מיטן נאָמען "כּשרער יעזוס", אין וועלכן ער שילדערט דעם גרינדער פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע ווי אַן אויסגעצייכנטן ייִדישן פּאַטריאָט, וועלכער איז געפֿאַלן אין זײַן קאַמף קעגן דער פֿרעמדער רוימישער מאַכט. דאָס בוך איז באַגלייט מיט גלענצנדיקע רעקאָמענדאַציעס פֿון פּראָמינענטע אַמעריקאַנער רעכטע טוער און דענקער, בתוכם אַלאַן דערשאָוויץ און גלען בעק.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן


אַ נײַער ייִדישער "אַפּ": דער תּנ״ך אויף ייִדיש

אַן "אַפּ" איז אַן אַפּליקאַציע, אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, וואָס מע האָט געשאַפֿן בפֿירוש פֿאַר איינעם פֿון די מאָבילע "מאַקענטאַש"־קאָמפּיוטער־ פּראָדוקטן — "אײַ־פֿאָן", "אײַ־פּאַד" אָדער "אײַ־פּאַד־טאָטש".
זאבֿ קלעמענטסאָן, אַן אַנטוויקלער פֿון קאָמפּיוטער־פּראָגראַמוואַרג פֿאַר גרויסע פֿירמעס בײַ טאָג, פֿאַרנעמט זיך, נאָך דער אַרבעט, מיט דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע און העברעיִשע אַפּליקאַציעס. ער האָט אַנטוויקלט אַזאַ אַפּליקאַציע פֿאַר יהואשס קלאַסישער ייִדישער איבערזעצונג פֿונעם תּנ״ך. אויב מע וויל, קען מען זוכן דורך דעם גאַנצן טעקסט און געפֿינען אַ געוויס וואָרט אָדער נאָמען. די אַפּליקאַציע קען מען ניצן אָדער בלויז אויף ייִדיש, אָדער אויף ייִדיש און ענגליש, ייִדיש און העברעיִש, אָדער ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות, ניצנדיק די ייִוואָ־טראַנסקריפּציע. ווען מע לייענט דעם טעקסט אויף ייִדיש, למשל, קען מען געבן אַ קוועטש איבער אַ וואָרט און דער טײַטש פֿונעם וואָרט וועט זיך באַווײַזן.
קלעמענסאָן שרײַבט, אַז אויב מע גיט אַ קוועטש אויף די ערשטע צוויי אותיות פֿון אַ ייִדיש וואָרט, וועלן אַלע ייִדישע ווערטער וואָס הייבן זיך אָן מיט די צוויי אותיות זיך באַווײַזן. די אַפּליקאַציע האָט אין זיך אַ גאַנץ ווערטערבוך, דאַרף מען נישט אויפֿזוכן קיין דעפֿיניציע ערגעץ אַנדערש. פֿאַר יעדן אָרט וואָס ווערט דערמאָנט אינעם תּנ״ך, באַווײַזט זיך אַ מאַפּע צו ווײַזן דעם לייענער וווּ דאָס אָרט געפֿינט זיך. גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט: https://itunes.apple.com/us/app/yiddishbible/id494049348?mt=8

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Nathanael Riemer.
Zwischen Tradition und Häresie: ‶Beer Sheva″ –
eine Enzyclopädie des jüdischen Wissens der Frühen Neuzeit.
Wiesbaden: Harrassowitz, 2010


‶Be’er Sheva″ by Beer and Bella Perlhefter: An Edition of a Seventeenth Century Yiddish Encyclopedia. Ed. Nathanael Riemer and Sigrid Senkbeil. Wiesbaden: Harrassowitz, 2010



דאָס לעבן פֿון ר׳ בער פּערלהעפֿטער און זײַן פֿרוי ביילע איז געווען פֿול מיט צרות און אַוואַנטורעס. בער איז געבוירן געוואָרן אין פּראָג אַרום 1650 און האָט חתונה געהאַט מיט זײַן פֿרוי סוף 1660ער יאָרן. מיט דער פֿרוי האָט ער אויך גענומען דעם פֿאַמיליע-נאָמען פֿון איר פֿאָטער, ר׳ יעקבֿ פּערלהעפֿטער. און ווי עס האָט זיך געפֿירט אין יענער צײַט, האָט זיך דער יונגער בעל־הבית אָפּגעגעבן אי מיט תּורה אי מיט סחורה. אָבער ביילע איז ניט געווען קיין ייִדענע פֿון אַ גאַנץ יאָר. זי איז געווען גוט באַהאַוונט אין די קליינע אותיות און פֿלעגט אַפֿילו שרײַבן בריוו צו איר מאַן אויף לשון־קודש.

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָנהייב אויגוסט וועלן זיך די געשעענישן אין ענגלאַנד ניט אויסשעפּן מיט דער אָלימפּיאַדע, וואָס וועט צוציִען צו זיך אַן אינטערנאַציאָנאַלן עולם פֿון הונדערטער טויזנטער לײַט. אָבער גלײַכצײַטיק וועלן דורכגיין צוויי "שטילע" אונטערנעמונגען, וואָס האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט ספּאָרט; אָבער צום באַגריף פֿון אָלימפּ האָבן זיי יאָ אַ דירעקטן שײַכות. מיט דער דאַטע פֿונעם 12טן אויגוסט איז פֿאַרבונדן די טראַגישע געשעעניש פֿון פֿאַרלירן שרײַבער, וועלכע האָבן געהערט צום ייִדישן ליטעראַרישן אָלימפּ — אין יענעם טאָג האָבן, אין יאָר 1952, סאָוועטישע תּלינים אומגעבראַכט אין מאָסקווע די אָנפֿירונג פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. צווישן זיי זײַנען געווען אויך די שרײַבער דוד בערגעלסאָן, פּרץ מאַרקיש, דוד האָפֿשטיין, לייב קוויטקאָ און איציק פֿעפֿער. עמעצער האָט עס אָנגערופֿן "די נאַכט פֿון אומגעבראַכטע דיכטער", וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט ריכטיק און ניט יושרדיק לגבי די איבעריקע אַכט לײַט, וואָס זײַנען קיין דיכטער ניט געווען.
אין ענגלאַנד וועט מען די טרויעריקע דאַטע אָפּמערקן ניט ווייניקער ווי צוויי מאָל. איך פּלאַניר, יעדנפֿאַלס, זיך צו באַטייליקן אין צוויי אונטערנעמונגען. דעם 12טן אויגוסט וועט מען אין לאָנדאָן פֿאָרשטעלן אַ נײַ בוך, צונויפֿגעשטעלט פֿון נײַע ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ווערק פֿון די אומגעבראַכטע שרײַבער. דאָס בוך, From Revolution to Repression: Soviet Yiddish Writers 1917—1952, האָט נאָך סוף 2008 צוגעגרייט יוסף שערמאַן (1944—2009), אָבער צוליב זײַן פֿריצײַטיקער פּטירה גייט עס אַרויס ערשט איצט. הגם איך האָב געשריבן אַ קורצע הקדמה צו אָט דער זאַמלונג, האָב איך דאָס בוך גופֿא ניט געזען. כ’ווייס נאָר, אַז מאַרקיש וועט דאָרטן זײַן פֿאָרגעשטעלט מיט זײַן דערציילונג "חבֿרים קוסטאַרן" — איך האָב עס "געשדכנט" יוסף שערמאַנען, אַזוי אַז איצט וועט מען קענען דאָס דאָזיקע אינטערעסאַנטע פּראָזע-ווערק לערנען מיט ענגליש-רעדנדיקע סטודענטן.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מאַרי לויִז־ווילסאָן און גאַבריעל עבערט אין אַ סצענע פֿון "פֿיר טויזנט מײַל"
די פֿאָרשטעלונג "פֿיר טויזנט מײַל," ווערט געשפּילט אין לינקאָלן־צענטער, מיצי אי. ניוהאַוס־טעאַטער. געשריבן האָט די פּיעסע איימי הערצאָג. איר פּיעסע "נאָך דער רעוואָלוציע," האָב איך מיט אַ צײַט צוריק באַשריבן. זי איז אַ באַגאַבטע דראַמאַטורגין; זיך אויפֿגעכאָוועט בײַ טאַטע־מאַמע, באָבע־זיידע, אויסגעלינקטע, אַמאָליקע גלייביקע אין סאָוועטישן גן־עדן און, אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די חבֿרה אויסגעלינקטע זײַנען פֿאַרבליבן אויפֿן לעבן גלייביקע אַז ערגעץ, דאָרט ווײַט, אין לאַנד פֿון די ווײַסע בערן, עקזיסטירט די אמתע נירוואַנע, דער אָלימפּוס, וואַלהאַלאַ, אַ גערעכטע וועלט געבויט אויף מאַרקסיזם און יושר, וווּ אַ וואָלף הויזט בײַנאַנד מיט אַ שעפֿעלע און מ׳וועט מער נישט הייבן קיין שווערד קעגן אַן אַנדערן.
כ׳מיין, אַז איך האָב אײַך אַרײַנגעפֿירט אינעם מאָמענט פֿון גלייבן אין אַ "בעסערער וועלט." דאָ האַנדלט זיך וועגן אַן 91־יאָריקער באָבע (מערי לויִס־ווילסאָן) וועלכע איז אויפֿגעכאָוועט געוואָרן אין אַ צײַט ווען מען האָט זי געוויקלט אין "די רויטע ווינדעלעך," און איר אויסגעלינקט 21־יאָריקע אייניקל לעאָ (גייבריעל עבערט) פֿאַלט נישט ווײַט פֿון ביימעלע.
נעמט זיך אין זינען. די זקנה וווינט אין אַ דירה אין גרעניטש־ווילעדזש, אַן אָרט וווּ אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט זיך באַזעצט די סמעטענע פֿון לינק־געשטימטע באַרימטע אַרטיסטן, מאָלער און קינסטלער. זייער אידעאַל איז געווען צו קעמפֿן פֿאַר מענטשן־רעכט, אַרבעטער־רעכט, פֿרויען־רעכט און ראַסן־רעכט. זיי האָבן טאַקע בײַגעשטײַערט, מאַרשירט, פּראָטעסטירט און אײַנגעשטעלט זיך פֿאַר זייער אידעאַל.

זכרונות


יודל מאַרק
דער ייִדישיסט יודל מאַרק (1897—1975) איז צום בעסטן באַקאַנט ווי דער רעדאַקטאָר פֿונעם "גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך", וואָס איז אַרויס אין פֿיר גרויסע בענד און נעמט אַרײַן אַן ערך 80,000 ווערטער. וויפֿל כּוחות ער האָט אין דעם ווערק אַרײַנגעלייגט זעט מען שוין פֿון דעם, וואָס דער פּראָיעקט האָט אים ניט לאַנג איבערגעלעבט און איז פֿאַרבליבן ניט פֿאַרענדיקט. אָבער מאַרק איז געווען אַ סך מער ווי אַ לעקסיקאָגראַף — אין ליטע נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה איז ער געווען אַ פּאָליטישער פֿירער פֿון דער פֿאָלקס־פּאַרטיי, דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַל־ראַט. אין די וועלטלעכע ייִדישע שולן האָט מאַרק געאַרבעט אַ האַלבן יאָרהונדערט ווי אַ לערער, אַ דערציִער פֿון דורות קינדער, סײַ אין ליטע, סײַ אין אַמעריקע. אַ סך יאָרן איז ער אויך געווען אַקטיוו בײַם ייִוואָ אין דער ראָלע פֿון "זײַן מאַיעסטעטס אָפּאָזיציע", ווי ער האָט עס אַליין אויסגעדריקט. ("זײַן מאַיעסטעט" איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען דער ייִוואָ־דירעקטאָר, ד"ר מאַקס ווײַנרײַך.)
אין זײַנע לעצטע יאָרן האָט מאַרק פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז געבליבן דער לעצטער פֿונעם דור פֿאָרשערס, וואָס האָט געגרינדעט דעם ייִוואָ. וועגן יענער תּקופֿה — ווי אַזוי ער האָט אין פּעטערבורג, אין דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, זיך באַקענט מיט ווײַנרײַך, שטיף, קלמנאָוויטש — האָט ער טאַקע געדרוקט אַ בינטל זכרונות. קיין אויטאָביאָגראַפֿיע האָט ער אָבער ניט באַוויזן צו שרײַבן, און די ייִדישע געשיכטע האָט גרויס מזל, וואָס אין 1972 איז מאַרק געקומען צו פֿאָרן פֿון ישׂראל און פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג בײַ זײַן טאָכטער ריוועלע קריגעל אין מעמפֿיס, טענעסי. דאָרט, אין משך פֿון פֿיר טעג, דעם 4טן ביזן 7טן יוני, האָט זי רעקאָרדירט זײַנע זכרונות אויף טאַשמעס. איצטער האָט זי ברייטהאַרציק געגעבן רשות, אַז דער "פֿאָרווערטס" זאָל דרוקן די דאָזיקע זייער אינטערעסאַנטע זכרונות אין המשכים.