זכרונות


יודל מאַרק
יודל מאַרק
דער ייִדישיסט יודל מאַרק (1897—1975) איז צום בעסטן באַקאַנט ווי דער רעדאַקטאָר פֿונעם "גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך", וואָס איז אַרויס אין פֿיר גרויסע בענד און נעמט אַרײַן אַן ערך 80,000 ווערטער. וויפֿל כּוחות ער האָט אין דעם ווערק אַרײַנגעלייגט זעט מען שוין פֿון דעם, וואָס דער פּראָיעקט האָט אים ניט לאַנג איבערגעלעבט און איז פֿאַרבליבן ניט פֿאַרענדיקט. אָבער מאַרק איז געווען אַ סך מער ווי אַ לעקסיקאָגראַף — אין ליטע נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה איז ער געווען אַ פּאָליטישער פֿירער פֿון דער פֿאָלקס־פּאַרטיי, דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַל־ראַט. אין די וועלטלעכע ייִדישע שולן האָט מאַרק געאַרבעט אַ האַלבן יאָרהונדערט ווי אַ לערער, אַ דערציִער פֿון דורות קינדער, סײַ אין ליטע, סײַ אין אַמעריקע. אַ סך יאָרן איז ער אויך געווען אַקטיוו בײַם ייִוואָ אין דער ראָלע פֿון "זײַן מאַיעסטעטס אָפּאָזיציע", ווי ער האָט עס אַליין אויסגעדריקט. ("זײַן מאַיעסטעט" איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען דער ייִוואָ־דירעקטאָר, ד"ר מאַקס ווײַנרײַך.)
אין זײַנע לעצטע יאָרן האָט מאַרק פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז געבליבן דער לעצטער פֿונעם דור פֿאָרשערס, וואָס האָט געגרינדעט דעם ייִוואָ. וועגן יענער תּקופֿה — ווי אַזוי ער האָט אין פּעטערבורג, אין דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, זיך באַקענט מיט ווײַנרײַך, שטיף, קלמנאָוויטש — האָט ער טאַקע געדרוקט אַ בינטל זכרונות. קיין אויטאָביאָגראַפֿיע האָט ער אָבער ניט באַוויזן צו שרײַבן, און די ייִדישע געשיכטע האָט גרויס מזל, וואָס אין 1972 איז מאַרק געקומען צו פֿאָרן פֿון ישׂראל און פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג בײַ זײַן טאָכטער ריוועלע קריגעל אין מעמפֿיס, טענעסי. דאָרט, אין משך פֿון פֿיר טעג, דעם 4טן ביזן 7טן יוני, האָט זי רעקאָרדירט זײַנע זכרונות אויף טאַשמעס. איצטער האָט זי ברייטהאַרציק געגעבן רשות, אַז דער "פֿאָרווערטס" זאָל דרוקן די דאָזיקע זייער אינטערעסאַנטע זכרונות אין המשכים.




אַרײַנפֿיר

איך וויל אַרײַנריידן וועגן צוויי זאַכן: ערשטנס, די געשיכטע פֿון אונדזער משפּחה, און צווייטנס, אויף וויפֿל איך וועל נאָך דעם באַווײַזן, מײַן אייגענע געשיכטע; דער עיקר, אויף וויפֿל איך געדענק, פֿון דער קינדהייט, פֿון די יונגע יאָרן, און אויב עס וועט בלײַבן צײַט, ביז צו מײַן קומען קיין אַמעריקע. די געשיכטע פֿון אונדזער משפּחה וואָלט געדאַרפֿט אָנגעשריבן ווערן, און אין די יונגע יאָרן האָב איך געטראַכט וועגן דעם. אָבער שפּעטער, ווען איך בין געקומען אַהער און איך האָב זיך באַקענט מיט געדרוקטע זכרונות פֿון אַ צאָל מענטשן, און זיך באַקענט אויך מיט מענטשן, וואָס דערציילן וועגן זייערע משפּחות, האָב איך געזען, אַז ס׳איז דאָ אין דעם אַזוי פֿיל באַרימערײַען און ס׳איז דאָ אין דעם אַזוי פֿיל ליגנס, אַז איך האָב בײַ זיך באַשלאָסן: איך וועל ניט דערציילן. וואָס זאָלן אַנדערע חושד זײַן דאָס זעלביקע בנוגע מיר? אָבער איצט פֿיל איך, אַז ס’איז געקומען די צײַט, אַז איך מוז עס טאָן.
דער עלטסטער אין אונדזער משפּחה איז געווען מײַן פֿעטער שיִע. אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן איז ער אָבער געווען אין גאַנצן עובֿר־בטל, און אויב ער האָט געדענקט, האָט ער געדענקט נאָר זײַנע אייגענע יונגע יאָרן. אַנדערע זאַכן האָט ער שוין מער ניט געדענקט. און אויך דער פֿעטער שיִע איז מיט אַ האַלב יאָר צוריק געשטאָרבן. עס זײַנען אפֿשר דאָ אין אונדזער גרויסער משפּחה עלטערע פֿון מיר, אָבער ניט איך קען זיי און ניט זיי קענען עפּעס פֿון אונדזער געשיכטע. די אַלע וואָס זײַנען דאָ אין דער וועלט, זײַנען צעשפּרייט איבער דער וועלט. אַ סך פֿון זיי קען איך גאָר ניט, און אַנדערע וואָס איך קען יאָ, ווייס איך, אַז זיי ווייסן קיין סך נישט. וויל איך, עס זאָל ערגעץ וווּ בלײַבן. אַ מאָל, אפֿשר וועסטו, ריוועלע, קענען עס פֿאָרשפּילן פֿאַר עמעצן פֿון די קרובֿים, פֿאַר אַ ברודער, פֿאַר אַ פּלימעניק. און אפֿשר אַ מאָל וועסטו קענען עס פֿאָרשפּילן פֿאַר דײַנע קינדער, און אויב עס וועט בלײַבן עמעצער פֿון דײַנע קינדער, וואָס וועט האָבן פֿאַר דעם אַן אינטערעס, זאָל ער עס האָבן בירושה. און אויב דו וועסט זען, אַז ס׳איז ניטאָ אַזאַ מין יורש, גיב עס אָפּ נאָך דעם אין אַ ייִדישן היסטאָרישן מוזיי. ווי וועט הייסן יענער מוזיי, הייב איך נישט אָן צו וויסן. וווּ ער וועט זײַן, הייב איך אויך ניט אָן צו וויסן. דאָס איז די הקדמה.


פּאַלאָנגע

וועגן אונדזער שטעטל [פּאַלאָנגע] און מיט וואָס דאָס שטעטל איז געווען אַנדערש, האָב איך גענוי באַשריבן אין אַ לענגערן עסיי וואָס האָט זיך געדרוקט אין דעם ערשטן באַנד פֿונעם גרויסן בוך "ליטע", אונטער דער רעדאַקציע פֿון ד״ר מענדל סודאַרסקי, וואָס איז אַרויס אין ניו־יאָרק אין יאָר 1950 אָדער אין יאָר 1951. ווען ניט איז, וועסט עס קענען דורכלייענען. דאָרטן באַשרײַב איך בכלל, ווי דאָס לעבן אין דעם דאָזיקן מאָדנעם שטעטל איז געווען אַנדערש ווי אין אַלע אַנדערע אַרומיקע שטעטלעך פֿון יענעם טייל ליטע וואָס האָט געהייסן זאַמעט. און זאַמעט איז אַ ליטוויש וואָרט, וואָס איז אַ ייִדישע פֿאָרעם פֿון "זשעמײַטשו" — "זשעמײַטשו קראַשטאַס" — די געגנט פֿון די, וואָס וווינען אונטן; דאָס הייסט, פֿון די, וואָס האָבן געוווינט בײַם ברעג ים.
זאַמעט איז בײַ ייִדן שפּעטער געוואָרן אַ גרויסער צענטער פֿון ייִדישער געלערנטקייט מיט זייער אַ סך ישיבֿות. אַנדערע פֿון זיי זײַנען שפּעטער געוואָרן באַרימטע ישיבֿות, און מיט זייער אַ סך גרויסע תּלמודיסטן. מען האָט זיך געחכמעט, און אַ פּאָר ווערטלעך גיבן איבער דעם כאַראַקטער פֿון דער גאַנצער געגנט. עס איז געווען אין טעלז אַ גרויסע ישיבֿה. פֿלעגט מען זאָגן, אַז אויך די טעלזער טוקערקע קען פּסקענען אַ שאלה. אַ טוקערקע איז די פֿרוי וואָס העלפֿט די פֿרויען, וואָס דאַרפֿן גיין אין מקווה, זיך אָפּצוטונקען. ס׳איז געווען אַ שטעטעלע קעלעם, אויך ניט ווײַט פֿון אונדז — היפּש ווײַט, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר אונדזערע באַגריפֿן — דער אַנדער ברעג פֿון זאַמעט. און אין קעלעם פֿלעגט מען זאָגן, אַז די קעלעמער ציגן קענען אויך אָפּלערנען אַ בלאַט גמרא.
אָבער אין דעם דאָזיקן ראַיאָן האָט אונדזער שטעטל זיך ניט אויסגעצייכנט מיט צו פֿיל געלערנטקייט. דאָס שטעטל האָט געהאַט זייער אַן אַלטע באַפֿעלקערונג, ווייניקסטנס זיבן הונדערט יאָר האָט זיך געצויגן די געשיכטע פֿון דעם שטעטל. אינעם שטעטל האָט זיך אַפֿילו געפֿונען אַן אַלטער בית־עולם, וואָס האָט נאָך געהאַט קבֿרים פֿון די צײַטן פֿון תּ״ח ותּ״ט — דאָס הייסט, די גרויסע שלאַכטן (פּאָגראָמען), וואָס זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן קעגן ייִדן אין כמעליצקיס צײַטן אין מיטן פֿונעם 17טן יאָרהונדערט. און אין דעם שטעטל זײַנען געווען אַ צאָל גאַנץ גרויסע משפּחות. אַ טייל פֿון זיי האָבן געהאַט מאָדנע נעמען. אָט אונדזערע שכנים האָבן געהייסן ברוצקוס. ס׳איז געווען אַ נאָמען פֿון אַ משפּחה קלאָמפּוס. אָבער די מערהייט האָבן געהייסן פּשוט גוטמאַן, און צווישן די וואָס האָבן געהאַט אַ מאָדנעם נאָמען איז אויך געווען די משפּחה מאַרק.


אָפּשטאַם פֿון דער משפּחה מאַרק

די ערשטע מעשׂיות וועגן אונדזער משפּחה האָט מיר דערציילט די באָבע, מײַן באָבע שׂרה. איך בין געווען דער עלטסטער אין אַ משפּחה, וווּ כּמעט יעדעס יאָר איז געבוירן געוואָרן אַן אַנדער קינד. איז ווען ס׳איז שוין געווען דאָס צווייטע קינד, אָדער דאָס דריטע קינד, בין איך אַריבער, אַזוי צו זאָגן, אין רשות פֿון דער באָבען. איך בין געשלאָפֿן, כּמעט שטענדיק, אין זעלבן צימער וווּ די באָבע איז געווען, ביז איך בין אַוועקגעפֿאָרן קיין ווילנע און נאָך דעם, אפֿשר זומער געקומען אַהיים אין די צײַטן פֿון וואַקאַציעס, בין איך געשלאָפֿן שטענדיק מיט דער באָבען אין איין צימער. מיר האָבן געהאַט אַ גרויס הויז מיט אַ סך צימערן, אָבער די באָבע האָט געהאַט אַ באַזונדערן צימער און איך בין געשלאָפֿן אין דעם צימער צוזאַמען מיט דער באָבען. זינט איך געדענק, פֿלעג איך אויפֿשטיין אַזוי פֿרי ווי די באָבע. די באָבע פֿלעגט אויפֿשטיין, מע פֿלעגט דאַרפֿן זיך וואַשן נעגל־וואַסער — ס׳איז געשטאַנען פֿאַרטיק אַ קרוג מיט וואַסער מיט אַ שיסל. אפֿשר פֿלעגט זי בכּיוון מיך אויפֿוועקן ווײַל אַלע זײַנען נאָך געשלאָפֿן. ס׳איז איר געווען אומעטיק, האָט זי געוואָלט ריידן מיט איר אייניקל. און אפֿשר האָט זי געוואָלט אויסניצן גאַנץ באַוווּסטזיניק די דאָזיקע שעהען ווען זי איז אַליין מיט דעם אייניקל, כּדי אים אַלץ צו דערציילן. און די באָבע איז געווען זייער אַ גוטער דערציילער. די ערשטע פֿאָלקס־מעשׂיות וואָס איך האָב געהערט איז געווען פֿון דער באָבען. אַלע מעשׂיות וואָס זי האָט געלייענט אין צאינה־וראינה, און די מעשׂיות וואָס זי האָט געלייענט אין אירע מוסר־ספֿרים, איבערגעזעצט אויף ייִדיש, און סתּם מעשׂיות וואָס זי האָט זיך אָנגעהערט, פֿלעגט זי מיר דערציילן.
אַגבֿ, פֿאַרבײַגייענדיק, כּדי זיך ניט אומצוקערן צו דעם, האָב איך נאָך דעם אָנגענומען אַן אַנדער פֿאָרשטעלונג וועגן דעם, וואָס דאָס איז אַ פֿאָלקס־מעשׂה. דער באַרימטער זאַמלער פֿון פֿאָלקס־לידער און פֿאָלקס־מעשׂיות י. ל. כּהן, וואָס איז געגאַנגען אין די דרכים פֿון דײַטשישע פֿאָלקלאָריסטן, האָט געהאַט זיך אײַנגערעדט, אַז אַן אמתע פֿאָלקס־מעשׂה איז אַזאַ, וואָס האָט ניט קיין בײַטענישן און האָט ניט קיין וואַריאַנטן. דער דערציילער מוז איבערגעבן פּונקט אַזוי ווי מע האָט אים די מעשׂה דערציילט. איך האָב פֿון מײַן באָבען, אין עלטער פֿון 3, פֿון 4, פֿון 5 יאָר געוווּסט, אַז ס’איז אַנדערש. ווײַל די זעלביקע מעשׂה, ווען די באָבע פֿלעגט מיר דערציילן אַ פּאָר טעג שפּעטער, פֿלעגט עס האָבן אַן אַנדער נוסח. און די באָבע האָט אַליין ניט געוווּסט בײַם דערציילן, אַז זי פֿאַנטאַזירט צו, אָדער, אַז זי בײַט איבער. און ווען איך פֿלעג איר זאָגן: "באָבע, דו האָסט דאָך אייערנעכטן דערציילט די זעלביקע מעשׂה אַנדערש!" פֿלעגט זי זאָגן: "אַזוי, יודעלע? אָ, דו האָסט אַ טעות, ס׳איז דאָך די זעלביקע מעשׂה".
איך האָב די מעשׂה געהערט ווען איך בין שוין געווען אַ גרויס ייִנגל, אפֿשר 9 יאָר, אפֿשר אַפֿילו 10 יאָר. האָט זי מיך איין מאָל געפֿרעגט: "ווייסטו פֿון וואַנען האָט איר דעם פֿאַמיליע־נאָמען מאַרק?" זאָג איך: "מסתּמא מאַרק — דאָס איז אַ מאַרק, וואָס עס קען זײַן אַ רובל, עס קען זײַן אַ מאַרק, אַ נאָמען פֿון אַ מטבע". זאָגט זי: "ניין. דער נאָמען איז פֿון דעם נאָמען פֿון אַ מענטש. מיט אַ סך יאָרן צוריק, אפֿשר מיט הונדערט יאָר צוריק און אפֿשר נאָך מער, האָבן ליטווישע פֿישערס אָנגעקלאַפּט אין טיר פֿון אַ ייִדיש הויז און זיי האָבן געבראַכט אַ האַלב־טויטן בחור. זיי האָבן געזען, אַז דאָס איז אַ ייִד, האָבן זיי אים געבראַכט צו ייִדן. זיי האָבן אים דערציילט, אַז זיי האָבן אויפֿן ים אים געפֿונען שווימענדיק אויף אַ ברעט, אַ האַלב־טויטן, אַ פֿאַרחלושטן. זיי האָבן אים אַרײַנגענומען צו זיך אין פֿישער־שיפֿל, זיי האָבן אים געבראַכט ביזן ברעג, און זיי האָבן אים צוגעטראָגן צו דעם דאָזיקן הויז. ער איז אין דעם דאָזיקן הויז געבליבן. ער איז געזונט געוואָרן, און ער האָט חתונה געהאַט מיט דער עלטסטער טאָכטער פֿון יענער פּאַלאָנגער משפּחה. יענע עלטסטע טאָכטער האָט געהייסן, אַזוי ווי די מאַמע דײַנע הייסט, פֿייגע. מסתּמא האָט ער געהייסן מיטן נאָמען מרדכי, ווײַל ער אַליין האָט שפּעטער געזאָגט, אַז ער הייסט מאַרקאָ. קיין ייִדיש האָט ער ניט געקענט. אַ ייִד איז ער געווען, האָבן מיר פֿאַרשטאַנען, אַז ער קומט פֿון אַנדערע געגנטן, אַז ער איז אפֿשר אַ ייִד נאָך פֿון די פֿאַרטריבענע פֿון שפּאַניע; אפֿשר פּשוט אַ ייִד פֿון די ספֿרדים. פֿאַרשטייט זיך, אַז ער האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש. ער האָט געוווינט אין פּאַלאָנגע. ער האָט חתונה געהאַט מיט דער פֿייגע, געהאַט עטלעכע קינדער, און ער איז אין איינעם אַ טאָג פֿאַרשוווּנדן. ער איז אַריבער די גרענעץ — דו ווייסט, דאָ איז דאָך אַלע מאָל געווען אַ גרענעץ, און אויב ס׳איז ניט געווען אַ גרענעץ פֿון איין מלוכה מיט אַ צווייטער, איז דאָס געווען אַ גרענעץ פֿון איין שבֿט מיט אַ צווייטן שבֿט — און ער איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. פֿאַרשטייט זיך, אַז יענע פֿייגע, דײַנע אַן עלטער־עלטער־עלטער־באָבע, איז געווען אַן אומגליקלעכע פֿרוי. זי איז געווען אַן עגונה אַ סך יאָרן. מיר האָבן ניט געוווּסט — דאָס הייסט, ניט מיר, די גאַנצע משפּחה האָט ניט געוווּסט, וווּ ער איז אַהין געקומען. שפּעטער איז געקומען, מיט יאָרן שפּעטער, אַ שליח מיט אַ גט וואָס ער האָט איבערגעגעבן דורך דעם שליח.
די פֿייגע האָט שוין קיין מאָל ניט חתונה געהאַט. אירע קינדער זײַנען געבליבן אין פּאַלאָנגע, און מען האָט מיט אירע קינדער זיך גערייצט — דו ווייסט דאָך, מענטשן זײַנען נאַרישע מענטשן און מע פֿלעגט אַלע מאָל פֿרעגן: "וווּ איז דער טאַטע? ווען וועט דער טאַטע קומען?" און די קליינע קינדער האָבן געענטפֿערט, אַז דער טאַטע איז הײַדאַ. און פֿון דעם איז געוואָרן דער צונאָמען פֿאַר דער משפּחה, פֿריִער הײַדאַ און נאָך דעם געוואָרן יײַדאַ. דו ווייסט, דײַן זיידע שמואל רופֿט מען אויך אַ מאָל שמואל יײַדאַ. דאָס איז געווען דער באָבעס מעשׂה.
דער באָבעס מעשׂה האָט מיך גוואַלדיק פֿאַראינטערעסירט. איך האָב שוין דעמאָלט געלייענט אַ סך. איך קען דיר זאָגן וואָס איך האָב געלייענט. איך האָב געלייענט אויף העברעיִש — די ערשטע שפּראַך אויף וועלכער איך האָב געלייענט אַליין און פֿרײַ איז געווען העברעיִש. ס׳איז געווען אַ גאַנצע סעריע, וואָס האָט געהייסן "מגיבורי ישׂראל" — פֿון די ייִדישע העלדן. אָט דאָס איז געווען אַ גאַנצע סעריע, וואָס האָט געהייסן "כּל אַגדות ישׂראל". און נאָך דעם האָב איך שוין געהאַט געלייענט דאָס באַרימטע בוך, וואָס איז געווען אָנגעשריבן אויף דײַטש — אין דעם מאָמענט געדענק איך ניט דעם נאָמען פֿון דעם שרײַבער, פּונקט ווי איך וועל אַ סך נעמען ניט געדענקען ווײַטער אין מײַן דערציילונג. אָבער ס׳איז געווען די בריוו, די זכרונות, די באַרימטע זכרונות פֿון דודס משפּחה. איך מיין, אַז דו ווייסט אויך די דאָזיקע סעריע מעשׂיות. און די מעשׂה איז מיר זייער שטאַרק געפֿעלן געוואָרן. ס׳איז אַוועק עטלעכע טעג און ווען אין אָוונט האָב איך שפּאַצירט מיטן טאַטן — וועגן דעם וועל איך שפּעטער אפֿשר דערציילן, וועגן די שפּאַצירן מיטן טאַטן אין אָוונט, שפּעטער נאָך — האָב איך אים געפֿרעגט. "אַ", זאָגט ער, "אַ באָבע־מעשׂה. טאַקע געקומען ער איז, און ער האָט געהייסן מרדכי, און ער האָט זיך גערופֿן מאַרק, און מע האָט אים גערופֿן מאַרק. ער איז געקומען ערגעץ וווּ פֿון דײַטשלאַנד. אַניט וואָלט ער דאָך זיך ניט גערופֿן מאַרק פֿאַר מרדכי. ער איז שוין מסתּמא געווען פֿון די משׂכּילים, אפֿשר פֿון די ערשטע משׂכּילים. פֿאַר וואָס ער איז אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד אָדער אַוועקגעוואַנדערט פֿון דײַטשלאַנד ווייס איך ניט, נאָר איך מיין, אַז דאָס איז דער אָפּשטאַם פֿון דער משפּחה. און די שיינע מעשׂה מיט אַ מענטשן, וואָס מע האָט אים געראַטעוועט פֿון ים — און עס זײַנען דאָ אַפֿילו נאָך מעשׂיות: ס׳איז דאָ מעשׂיות וועגן דעם, אַז ווען ער איז געפֿאָרן צוריק נאָך דעם ווי ער האָט באַהאַלטן אַן אוצר ערגעץ וווּ אויף אַן אינדזל אין באַלטישן ים לעבן ריגע און די שיף איז אונטערגעגאַנגען און ער איז געבליבן דער איינציקער — די דאָזיקע אַלע מעשׂיות, ווער ווייסט ווער די דאָזיקע מעשׂיות האָט אויסגעטראַכט".

(המשך אין קומענדיקן נומער)