- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) איך האָב געהאַט שוין דעמאָלט אַ מער קריטישן חוש און איך האָב גיכער געגלייבט דעם טאַטן. אָבער מיר איז געווען אינטערעסאַנט און איך האָב אין געוויסע פֿאַלן געוויסע מענטשן דערציילט די דאָזיקע טשיקאַווע און אינטערעסאַנטע מעשׂה. און ס׳זײַנען געווען געוויסע זאַכן, וואָס שפּעטער האָבן מיך אינטערעסירט: אונדזער גאַנצע משפּחה האָט אויסגעזען אַ ביסל מער ספֿרדיש ווי די דורכשניטלעכע ייִדן בײַ אונדז, אין אונדזערע געגנטן. אַלע שוואַרצע — קיין מאָל ניט געווען קיין אַנדער מין ווי אַ שוואַרצער — טונקעלע, אויך אַ ביסל מיט טונקעלער הויט. זיי זײַנען כּמעט אַלע געווען הויכע. און איך האָב געטראַכט: אפֿשר איז די באָבע גערעכט געווען? אפֿשר איז דער טאַטע, דער וואָס איז געווען אַ משׂכּיל און געווען אַ קריטישער און געהאַט אַ קריטישע באַציִונג צו אַלצדינג וואָס מען דערציילט סתּם אין פֿאָלק, און אונטן — גלייבן אין דעם, אַז עס קענען זיך שאַפֿן לעגענדעס אייגענע און אַזוי ווײַטער — האָט געהאַט אַ צו קריטישע באַציִונג צו דער באָבעס מעשׂה. שוין אין ניו־יאָרק האָב איך זיך פּלוצעם דערוווּסט וועגן פֿאַקטן, אַ פֿאַקט, אַז מען האָט געפֿונען אין סורינאַם — גיב אַ טראַכט: פֿון פּאַלאָנגע ביז סורינאַם! — אַ מצבֿה און אויף דער מצבֿה איז געווען אויסגעקריצט אַ נאָמען: אַהרן מאַרק פֿון פּאַלאָנגע. האָב איך דעמאָלט אַ ביסעלע געטראַכט, אַז מע דאַרף די ערשטיקע גרונט־מעשׂה אַ ביסעלע בײַטן. ניט מרדכי — און ווי וואָלט יענער מרדכי זיך אָנגערופֿן פֿון פּאַלאָנגע? איז מיר קלאָר געוואָרן אַ געוויסע זאַך. ס׳איז טאַקע געקומען אַ מרדכי און דער מרדכי האָט טאַקע געוווינט אין פּאַלאָנגע, און חתונה געהאַט אין פּאַלאָנגע, און געהאַט קינדער אין פּאַלאָנגע — אָבער ס׳איז קלאָר, אַז דער אַהרן מאַרק איז ניט ער נאָר זײַנער אַ זון. און ס׳איז קלאָר, אַז דער אַהרן מאַרק איז ווען ניט איז אַוועק — אפֿשר איז ער אַ מאָל אַוועק זוכן זײַן טאַטן? אפֿשר איז ער אַוועק צוזאַמען מיטן טאַטן? אפֿשר איז ער אַוועק נאָך דעם ווי זײַן טאַטע איז שוין געשטאָרבן און דער טאַטע האָט אים געהאַט איבערגעגעבן געוויסע סודות פֿון זייער משפּחה? בכל־אופֿן הייב איך ניט אָן צו וויסן, ווי אַזוי דער דאָזיקער אַהרן מאַרק, וואָס האָט זיך גערופֿן אַהרן מאַרק פֿון פּאַלאָנגע, איז געקומען ביז סורינאַם. אויף וויפֿל מע ווייסט וועגן דעם אַהרן מאַרק פֿון סורינאַם, זײַנען דאָ באַריכטן וועגן אים, אַז ער איז געווען אין סורינאַם אַ גרויסער, רײַכער מאַן, אַ באַזיצער פֿון גרויסע פּלאַנטאַציעס, מיט אַ סך שקלאַפֿן און שקלאַפֿינס, און אַז מע האָט געמאַכט קעגן אים אַן אויפֿשטאַנד פֿון די שקלאַפֿן. די שקלאַפֿן האָבן געמאַכט קעגן אים אַן אויפֿשטאַנד, קען זײַן, אַז מע האָט אים אויך דערהרגעט, און ס׳איז געבליבן זײַן מצבֿה. די דאָזיקע אַלע פּרטים וועגן דעם אַהרן מאַרק זײַנען גיכער סבֿרות ווי היסטאָרישע. עפּעס ערגעץ וווּ האָט מען געפֿונען אויף דעם אָנצוהערענישן מער ווי אַ גענויע דערציילונג. איז ווען, מיט יאָרן שפּעטער, טעריטאָריאַליסטן האָבן גענומען טראַכטן וועגן מאַכן אַ ייִדישע טעריטאָריע אין סורינאַם, פֿלעג איך זיך מיט זיי חכמהנען, אַז דעמאָלט וועל איך קומען און פּרעטענדירן אויפֿן טראָן פֿון סורינאַם ווי אַ יורש פֿון דער משפּחה וואָס האָט אין סורינאַם געשאַפֿן די ערשטע פּלאַנטאַציעס און אַזוי ווײַטער. בכל־אופֿן איז דער אָנהייב פֿון דער משפּחה אונדזערער פֿאַרוויקלט אין אַ היפּש ביסל סודות, און ס׳איז קלאָר, אַז ס׳איז געווען עפּעס פֿון אַ פֿרעמדן ייִדישן שבֿט, וואָס איז געקומען און וואָס איז שפּעטער ווידער אַוועק. צי דער דאָזיקער פֿרעמדער שטאַמט פֿון אַנוסים אָדער ניט, צי דער דאָזיקער פֿרעמדער האָט טאַקע געהאַט ערגעץ וווּ אוצרות באַהאַלטענע אָדער ניט, ווער ווייסט? די אַלע זאַכן זײַנען שוין אומקלאָר. אָבער נאָך מרדכי און נאָך אַהרן זײַנען די ווײַטערדיקע געשיכטעס שוין קלאָר. מענדל דער שמוגלער דער אַהרן האָט געהאַט אַ צאָל זין. איינעם, פֿון וואַנעט מיר שטאַמען, איז מיר קלאָר, ער האָט געהייסן שמואל. און ער איז טאַקע געווען דער ערשטער, וואָס מע האָט אים גערופֿן שמואל הײַדאַ. קלאָר ווײַל אין זײַנע יונגע יאָרן איז דער טאַטע ערגעץ וווּ אַוועק, און ער פֿלעגט זאָגן, אַז דער טאַטע איז הײַדאַ — דו ווייסט דאָך, דאָס וואָרט, וואָס אַלע קינדער האָבן גענוצט. די ווײַטערדיקע משפּחות אין דעם דור פֿון מײַנע עלטער־זיידעס זײַנען מיר שוין קלאָר. דער דאָזיקער שמואל האָט געהאַט אַ צאָל זין. נעמען פֿון פֿיר זין ווייס איך. ס׳איז געווען מענדל און ס׳איז געווען משה און ס׳איז געווען אַבֿרהם און ס׳איז געווען איינער וואָס האָט געהייסן העשל. ס’איז איצטער אַ פֿאַמיליע־נאָמען העשל — פֿאַרשטייט זיך, אין ליטע האָט מען גערופֿן "העסע", אָבער קלאָר וואָס ס׳איז געווען. און ניט נאָר איך קען די דאָזיקע נעמען, איך ווייס פֿון פֿאַרשיידענע דערציילונגען, נישט נאָר פֿון דער באָבעס, וועגן דעם גאַנצן כאַראַקטער פֿון די דאָזיקע מענטשן. משה דער שניצער גאַנץ אַנדערש איז געווען זײַן ברודער משה. זײַן ברודער משה איז פֿריִער געווען אַ שותּף מיט אים, נאָר מענדל האָט אײַנגעזען, אַז זײַן ברודער משה טויג ניט צום געשעפֿט. האָט ער אים געזאָגט: "דו בלײַבסט מײַן שותּף מיטן תּנאַי, אַז דו גייסט ניט מיט מיר". און אַזוי האָט ער יאָרן לאַנג אָפּגעלעבט ווי אַ שותּף. וואָס האָט דער משה געטאָן אין זײַן לעבן? ער איז געווען אַ שניצער, ער פֿלעגט שניצן. פֿריִער און געוויינטלעך פֿלעגט ער שניצן פֿון האָלץ, נאָך דעם האָט ער אָנגעהויבן שניצן פֿיגורן פֿון גרויסע שטיקער בורשטין. מע טרעפֿט זעלטן גרויסע שטיקער בורשטין, אָבער מע טרעפֿט — איז דאָס זייער טײַער. מע האָט נאָך דעמאָלט זיך ניט פֿאַרנומען מיט אויסאַרבעטן דעם בורשטין — דאָס איז געקומען שפּעטער אין דעם שטעטל. אָבער מען דערציילט — דאָס דערציילט מען שוין ניט ווי אַ לעגענדע — אַז ס׳איז געקומען אַ מאָל פֿון דער ווײַטער איטאַליע אַ מענטש און ער האָט געזען איין פֿיגור אַזאַ און ער האָט אים פֿאַר דעם באַצאָלט אַזוי פֿיל, אַז מע האָט אין זאַמעט געקענט לעבן אַ יאָר צײַט. איך ווייס ניט וואָס איז געווען — עפּעס איז געווען, נאָך דעם האָט ער זיכער זיך פֿאַרנומען מיט אויסשניצן פֿיגורן פֿון בורשטין. ס׳איז קיין זאַך ניט פֿאַרבליבן ביז אין מײַנע צײַטן פֿון די דאָזיקע פֿיגורן. ער האָט אַלץ געוואַרט, עס וועט קומען נאָך עמעצער אַזאַ, ס׳איז קיין מאָל מער [ניט געקומען]. דער משה האָט אייגנטלעך זײַן גאַנץ לעבן מיט קיין אַנדער זאַך זיך ניט פֿאַרנומען נאָך דעם, ווי מיט שניצערײַ. (המשך אין קומענדיקן נומער) |