יודל מאַרק |
(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער)
איך האָב געהאַט שוין דעמאָלט אַ מער קריטישן חוש און איך האָב גיכער געגלייבט דעם טאַטן. אָבער מיר איז געווען אינטערעסאַנט און איך האָב אין געוויסע פֿאַלן געוויסע מענטשן דערציילט די דאָזיקע טשיקאַווע און אינטערעסאַנטע מעשׂה. און ס׳זײַנען געווען געוויסע זאַכן, וואָס שפּעטער האָבן מיך אינטערעסירט: אונדזער גאַנצע משפּחה האָט אויסגעזען אַ ביסל מער ספֿרדיש ווי די דורכשניטלעכע ייִדן בײַ אונדז, אין אונדזערע געגנטן. אַלע שוואַרצע — קיין מאָל ניט געווען קיין אַנדער מין ווי אַ שוואַרצער — טונקעלע, אויך אַ ביסל מיט טונקעלער הויט. זיי זײַנען כּמעט אַלע געווען הויכע. און איך האָב געטראַכט: אפֿשר איז די באָבע גערעכט געווען? אפֿשר איז דער טאַטע, דער וואָס איז געווען אַ משׂכּיל און געווען אַ קריטישער און געהאַט אַ קריטישע באַציִונג צו אַלצדינג וואָס מען דערציילט סתּם אין פֿאָלק, און אונטן — גלייבן אין דעם, אַז עס קענען זיך שאַפֿן לעגענדעס אייגענע און אַזוי ווײַטער — האָט געהאַט אַ צו קריטישע באַציִונג צו דער באָבעס מעשׂה.
שוין אין ניו־יאָרק האָב איך זיך פּלוצעם דערוווּסט וועגן פֿאַקטן, אַ פֿאַקט, אַז מען האָט געפֿונען אין סורינאַם — גיב אַ טראַכט: פֿון פּאַלאָנגע ביז סורינאַם! — אַ מצבֿה און אויף דער מצבֿה איז געווען אויסגעקריצט אַ נאָמען: אַהרן מאַרק פֿון פּאַלאָנגע. האָב איך דעמאָלט אַ ביסעלע געטראַכט, אַז מע דאַרף די ערשטיקע גרונט־מעשׂה אַ ביסעלע בײַטן. ניט מרדכי — און ווי וואָלט יענער מרדכי זיך אָנגערופֿן פֿון פּאַלאָנגע? איז מיר קלאָר געוואָרן אַ געוויסע זאַך. ס׳איז טאַקע געקומען אַ מרדכי און דער מרדכי האָט טאַקע געוווינט אין פּאַלאָנגע, און חתונה געהאַט אין פּאַלאָנגע, און געהאַט קינדער אין פּאַלאָנגע — אָבער ס׳איז קלאָר, אַז דער אַהרן מאַרק איז ניט ער נאָר זײַנער אַ זון. און ס׳איז קלאָר, אַז דער אַהרן מאַרק איז ווען ניט איז אַוועק — אפֿשר איז ער אַ מאָל אַוועק זוכן זײַן טאַטן? אפֿשר איז ער אַוועק צוזאַמען מיטן טאַטן? אפֿשר איז ער אַוועק נאָך דעם ווי זײַן טאַטע איז שוין געשטאָרבן און דער טאַטע האָט אים געהאַט איבערגעגעבן געוויסע סודות פֿון זייער משפּחה? בכל־אופֿן הייב איך ניט אָן צו וויסן, ווי אַזוי דער דאָזיקער אַהרן מאַרק, וואָס האָט זיך גערופֿן אַהרן מאַרק פֿון פּאַלאָנגע, איז געקומען ביז סורינאַם. אויף וויפֿל מע ווייסט וועגן דעם אַהרן מאַרק פֿון סורינאַם, זײַנען דאָ באַריכטן וועגן אים, אַז ער איז געווען אין סורינאַם אַ גרויסער, רײַכער מאַן, אַ באַזיצער פֿון גרויסע פּלאַנטאַציעס, מיט אַ סך שקלאַפֿן און שקלאַפֿינס, און אַז מע האָט געמאַכט קעגן אים אַן אויפֿשטאַנד פֿון די שקלאַפֿן. די שקלאַפֿן האָבן געמאַכט קעגן אים אַן אויפֿשטאַנד, קען זײַן, אַז מע האָט אים אויך דערהרגעט, און ס׳איז געבליבן זײַן מצבֿה. די דאָזיקע אַלע פּרטים וועגן דעם אַהרן מאַרק זײַנען גיכער סבֿרות ווי היסטאָרישע. עפּעס ערגעץ וווּ האָט מען געפֿונען אויף דעם אָנצוהערענישן מער ווי אַ גענויע דערציילונג. איז ווען, מיט יאָרן שפּעטער, טעריטאָריאַליסטן האָבן גענומען טראַכטן וועגן מאַכן אַ ייִדישע טעריטאָריע אין סורינאַם, פֿלעג איך זיך מיט זיי חכמהנען, אַז דעמאָלט וועל איך קומען און פּרעטענדירן אויפֿן טראָן פֿון סורינאַם ווי אַ יורש פֿון דער משפּחה וואָס האָט אין סורינאַם געשאַפֿן די ערשטע פּלאַנטאַציעס און אַזוי ווײַטער.
בכל־אופֿן איז דער אָנהייב פֿון דער משפּחה אונדזערער פֿאַרוויקלט אין אַ היפּש ביסל סודות, און ס׳איז קלאָר, אַז ס׳איז געווען עפּעס פֿון אַ פֿרעמדן ייִדישן שבֿט, וואָס איז געקומען און וואָס איז שפּעטער ווידער אַוועק. צי דער דאָזיקער פֿרעמדער שטאַמט פֿון אַנוסים אָדער ניט, צי דער דאָזיקער פֿרעמדער האָט טאַקע געהאַט ערגעץ וווּ אוצרות באַהאַלטענע אָדער ניט, ווער ווייסט? די אַלע זאַכן זײַנען שוין אומקלאָר. אָבער נאָך מרדכי און נאָך אַהרן זײַנען די ווײַטערדיקע געשיכטעס שוין קלאָר.
מענדל דער שמוגלער
דער אַהרן האָט געהאַט אַ צאָל זין. איינעם, פֿון וואַנעט מיר שטאַמען, איז מיר קלאָר, ער האָט געהייסן שמואל. און ער איז טאַקע געווען דער ערשטער, וואָס מע האָט אים גערופֿן שמואל הײַדאַ. קלאָר ווײַל אין זײַנע יונגע יאָרן איז דער טאַטע ערגעץ וווּ אַוועק, און ער פֿלעגט זאָגן, אַז דער טאַטע איז הײַדאַ — דו ווייסט דאָך, דאָס וואָרט, וואָס אַלע קינדער האָבן גענוצט. די ווײַטערדיקע משפּחות אין דעם דור פֿון מײַנע עלטער־זיידעס זײַנען מיר שוין קלאָר. דער דאָזיקער שמואל האָט געהאַט אַ צאָל זין. נעמען פֿון פֿיר זין ווייס איך. ס׳איז געווען מענדל און ס׳איז געווען משה און ס׳איז געווען אַבֿרהם און ס׳איז געווען איינער וואָס האָט געהייסן העשל. ס’איז איצטער אַ פֿאַמיליע־נאָמען העשל — פֿאַרשטייט זיך, אין ליטע האָט מען גערופֿן "העסע", אָבער קלאָר וואָס ס׳איז געווען. און ניט נאָר איך קען די דאָזיקע נעמען, איך ווייס פֿון פֿאַרשיידענע דערציילונגען, נישט נאָר פֿון דער באָבעס, וועגן דעם גאַנצן כאַראַקטער פֿון די דאָזיקע מענטשן.
דער מענדל איז געווען דער עלטסטער זון פֿון שמואל. ער איז אויך, ווי די איבעריקע, געווען אַ הויכער, גרויסער מאַן, און אַ שטאַרקער מאַן. פֿון וואָס האָט דער מענדל געלעבט? ער איז געווען אַן אָנפֿירער פֿון אַ באַנדע, וואָס האָבן געבראַכט קאָנטראַבאַנד. דאָס איז שוין געווען נאָך 1795; 1795 איז געווען די לעצטע צעטיילונג פֿון פּוילן. איין זײַט, מיט פּאַלאָנגע, איז אַוועק צו רוסלאַנד. די אַנדערע זײַט, מיט מעמל און שפּעטער, פֿאַרשטייט זיך, קעניגסבערג, און די גאַנצע געגנט צווישן פּאַלאָנגע און מעמל, האָט שוין געהערט צו פּרײַסן. האָט זיך געשאַפֿן אַ שטאַרקע גרענעץ צווישן ביידע מלוכות, און בײַ אַזאַ גרענעץ האָט זיך געשאַפֿן די מעגלעכקייט פֿון קאָנטראַבאַנד. מיר קענען קוקן אויף קאָנטראַבאַנד ווי עפּעס וואָס איז ניט שיין, אָדער מיר האַלטן, אַז מיט דעם פֿאַרנעמען זיך נאָר, אַזוי צו זאָגן, מענטשן פֿון נידעריקערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג. דעמאָלט איז ניט געווען אַזאַ אײַנשטעלונג. קאָנטראַבאַנד איז געווען זייער אַ וויכטיקע און אַ חשובֿע באַשעפֿטיקונג. וואָס פֿלעגט מען אַריבערפֿירן? מע פֿלעגט אַריבערפֿירן אַזאַ זאַך ווי שאָקאָלאַד, אַזאַ זאַך ווי פֿאַרשיידענע זיסע זאַכן, גוטע זאַכן, מאַרצעפּאַנעס, וואָס אין פּרײַסן פֿלעגט זײַן און אין רוסלאַנד, אין די גובערניעס וואָס מע האָט שפּעטער געמאַכט, זײַנען נישט געווען. מע פֿלעגט אַריבערפֿירן ווײַן, מע פֿלעגט אַריבערפֿירן גוטע פּירות, און פֿאַרשיידענע זאַכן, אַזאַ מין זאַך ווי זײַדענע אָדער וואָלענע אָדער גוטע לײַוונטענע זאַכן. ס׳איז געווען אַ גרויסע באַשעפֿטיקונג.
בשעת קאָנטראַבאַנד גייט אין אַ גרויסער פֿאָרעם, איז דאָס אַ גאַנצע אָרגאַניזאַציע. די אָרגאַניזאַציע באַשטייט אין דעם, אַז אָדער עס זײַנען דאָ שותּפֿים, אָדער ס’איז דאָ איינער, וואָס ער איז דער בעל־הבית איבער דער דאָזיקער באַנדע, און ווי אַלע וואָס געהערן צו דער גרופּע זײַנען אין אַ געוויסן זינען זײַנע אָנגעשטעלטע און ער צאָלט זיי. ער איז געווען אַ רײַכער ייִד, אַ חשובֿער ייִד אין שטעטל, און ער איז געווען דער פֿירער פֿון דער דאָזיקער גרופּע פֿון דעם קאָנטראַבאַנד. און ניט נאָר פֿלעגט מען אַריבערקריגן אויף דער רוסישער זײַט, נאָר מע האָט די אַלע זאַכן דאָך ניט געקענט לאָזן אין פּאַלאָנגע. האָט מען געדאַרפֿט פֿירן די דאָזיקע אַלע זאַכן ביז לעפּײַ (אָדער ליבאַווע), וואָס איז געווען זיבעציק וויאָרסט פֿון אונדזער שטעטל ביז דאָרטן. און דאָס אַריבערפֿירן די דאָזיקע זאַכן איז אויך געווען פֿאַרבונדן מיט אַ היפּש ביסל געפֿאַר — נישט נאָר זשאַנדאַרמען פֿון דער רוסישער מאַכט, נאָר אויך פֿון רויבערס, וואָס האָבן געקענט אין מיטן וועג — מע האָט דאָך געדאַרפֿט דורכפֿאָרן דורך וועלדער — באַפֿאַלן. איז מען געפֿאָרן מיט אַ גאַנצער גרופּע, מע איז געפֿאָרן באַוואָפֿנט. פֿלעגט מען קומען אין ליבאַווע, פֿאַרקויפֿן דאָרטן די סחורה, און פֿאָרן ליידיקערהייט צוריק.
דער מענדל איז אויף דער עלטער געוואָרן בלינד — געלעבט לאַנג. און ער האָט ניט געוואָלט קיין זאַך אויפֿגעבן, האָט קיינעם ניט געוואָלט טרויען. פֿלעגט ער אַלע מאָל גיין מיט די אַלע פֿון זײַן גרופּע. זײַן עלטסטער זון, וואָס האָט געהייסן שמואל, איז געווען דער וואָס פֿלעגט אים טראָגן אויף די פּלייצעס. זײַן זון שמואל איז געווען דער העכסטער ייִד אין פּאַלאָנגע, און זײַן זון שמואל איז געווען דער שטאַרקסטער ייִד אין פּאַלאָנגע. ווען ער איז בלויז געווען אַ ייִנגל פֿון 16־17 יאָר, האָט ער — בעת זײַן פֿאָטער האָט נאָך געקענט — פֿלעגט ער אים שוין דעמאָלט טראָגן. טראָגן עטלעכע וויאָרסט אַהין און צוריק און אַזוי ווײַטער.
פֿון דעם מענדל זײַנען דאָ פֿאַרשיידענע כּלומרשטע חכמהלעך, ווערטלעך. די דאָזיקע אַלע חכמות האָבן ניט קיין טיפֿן אינטעלעקטועלן זינען, נאָר ס׳איז געווען אַזוי, אַז ער מיט זײַן גאַנצער קאָמפּאַניע פֿלעגט קומען אין אַן אַכסניא, אָדער אין אַ קרעטשמע, און אונטערוועגס, לאָמיר זאָגן, אין אַ ווינטערדיקן טאָג אָדער אין אַ ווינטערדיקן אָוונט, און זיי פֿלעגן פֿריִער פֿון אַלץ באַשטעלן זופּ. פֿלעגט מען ניט געבן יעדן אַ באַזונדערן טעלער זופּ, נאָר מע פֿלעגט אַוועקשטעלן די גאַנצע שיסל אָדער דעם גאַנצן טאָפּ אויפֿן טיש און יעדער פֿלעגט נעמען צו זיך אין שיסל. האָט מען דערציילט די גרויסע חכמה פֿון דעם דאָזיקן מענדלען, אַז, פֿאַרשטייט זיך, אַז יעדער איינער פֿלעגט פֿריִער פֿון אַלץ אַרײַנגיסן צו זיך אין שיסל אָדער צו זיך אין טעלער וויפֿל ער האָט געקאָנט, וויפֿל עס איז אַרײַן אין טעלער. מענדל פֿלעגט נעמען אַלע מאָל אַ האַלבן טעלער. וואָס איז דער שׂכל פֿון אַ האַלבן טעלער? וועט ער אויפֿעסן דעם האַלבן טעלער גיכער פֿון אַלע אַנדערע, וועט ער האָבן די מעגלעכקייט נאָך אַ מאָל זיך אָנצוגיסן אַ פֿולן טעלער. דאָס איז געווען, אַזוי צו זאָגן, די חכמה פֿון דעם דאָזיקן מענדל. ער איז געווען אויך אין שטעטל אַ גאַנצער קנאַקער, ער איז געווען דער הויפּט־פֿירער פֿון דער חבֿרה־קדישא. חבֿרה־קדישא איז די חבֿרה וואָס באַזאָרגט דעם בית־עולם, די טויטע און אַזוי ווײַטער.
משה דער שניצער
גאַנץ אַנדערש איז געווען זײַן ברודער משה. זײַן ברודער משה איז פֿריִער געווען אַ שותּף מיט אים, נאָר מענדל האָט אײַנגעזען, אַז זײַן ברודער משה טויג ניט צום געשעפֿט. האָט ער אים געזאָגט: "דו בלײַבסט מײַן שותּף מיטן תּנאַי, אַז דו גייסט ניט מיט מיר". און אַזוי האָט ער יאָרן לאַנג אָפּגעלעבט ווי אַ שותּף. וואָס האָט דער משה געטאָן אין זײַן לעבן? ער איז געווען אַ שניצער, ער פֿלעגט שניצן. פֿריִער און געוויינטלעך פֿלעגט ער שניצן פֿון האָלץ, נאָך דעם האָט ער אָנגעהויבן שניצן פֿיגורן פֿון גרויסע שטיקער בורשטין. מע טרעפֿט זעלטן גרויסע שטיקער בורשטין, אָבער מע טרעפֿט — איז דאָס זייער טײַער. מע האָט נאָך דעמאָלט זיך ניט פֿאַרנומען מיט אויסאַרבעטן דעם בורשטין — דאָס איז געקומען שפּעטער אין דעם שטעטל. אָבער מען דערציילט — דאָס דערציילט מען שוין ניט ווי אַ לעגענדע — אַז ס׳איז געקומען אַ מאָל פֿון דער ווײַטער איטאַליע אַ מענטש און ער האָט געזען איין פֿיגור אַזאַ און ער האָט אים פֿאַר דעם באַצאָלט אַזוי פֿיל, אַז מע האָט אין זאַמעט געקענט לעבן אַ יאָר צײַט. איך ווייס ניט וואָס איז געווען — עפּעס איז געווען, נאָך דעם האָט ער זיכער זיך פֿאַרנומען מיט אויסשניצן פֿיגורן פֿון בורשטין. ס׳איז קיין זאַך ניט פֿאַרבליבן ביז אין מײַנע צײַטן פֿון די דאָזיקע פֿיגורן. ער האָט אַלץ געוואַרט, עס וועט קומען נאָך עמעצער אַזאַ, ס׳איז קיין מאָל מער [ניט געקומען]. דער משה האָט אייגנטלעך זײַן גאַנץ לעבן מיט קיין אַנדער זאַך זיך ניט פֿאַרנומען נאָך דעם, ווי מיט שניצערײַ. (המשך אין קומענדיקן נומער)
די אַרבעט וואָס ער האָט געטאָן איז געווען האַלב לעגאַל, ווײַל פֿון שטאַנדפּונקט פֿון פֿרומע ייִדן, פֿון שטאַנדפּונקט פֿון סתּם דורכשניטלעכע ייִדן, איז דאָס געווען אַ זינד. מע טאָר ניט שניצן פֿיגורן; מע קען שניצן אַן אָרון־קודש, מע קען שניצן באַפּוצונגען צום אָרון־קודש, די געוויינטלעכע, די טראַדיציאָנעלע: אַ לייב, אַ הירש, אַ טויב. אָבער לאָמיר זאָגן אויסשניצן אַ געשטאַלט פֿון אַ מענטשן איז אַלע מאָל באַטראַכט געוואָרן ווי אַ גרויסע זינד. ער האָט עס געטאָן. ער איז געווען, אַזוי צו זאָגן, אין אונדזער משפּחה, אויב דו ווילסט, דער ערשטער קינסטלער, און אויב דו ווילסט, דער ערשטער מענטש, וואָס האָט געלעבט די גאַנצע צײַט מיט זינדיקייט אין דער משפּחה.