- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ גוטער מלאך ער האָט ווײַטער געקלערט, אַז אין משך פֿון זײַן גאַנץ לעבן האָט אים געשיצט אַ גוטער מלאך, וואָס האָט אים געוויזן די ריכטיקע צײַט אַוועקצופֿאָרן. ער האָט געמיינט, למשל, אַז ער איז אַוועק פֿון פּעטערבורג אין דעם ריכטיקן מאָמענט; אַוועק פֿון ליבאַווע, כּדי צו גרינדן די ווילקאָמירער גימנאַזיע, אין דעם ריכטיקן מאָמענט; אַוועק פֿון ריגע און אַוועק פֿון קאָוונע — אויך אין דעם ריכטיקן מאָמענט. פּונקט אַזוי האָט ער געמיינט, אַז ער איז אַוועק פֿון ניו־יאָרק אין 1970 אין דעם ריכטיקן מאָמענט, כּדי זיך צו באַזעצן אין ירושלים און צו ברענגען מיט זיך די אַרבעט אויפֿן גרויסן ייִדישן ווערטערבוך. ייִדישע דערציִונג אין אַמעריקע אין אַ פּאָר מינוט אַרום וועל איך פּרוּוון זיך דערמאָנען אין זײַנע אייגענע געדאַנקען וועגן דעם, פֿאַר וואָס ער האָט זיך אונטערגענומען די אַרבעט אויפֿן ווערטערבוך. אָבער פֿריִער דאַרף מען זיך אומקערן צו זײַן זייער קורצער באַשרײַבונג פֿון זײַן אַרבעט אין ייִדישער דערציִונג אין אַמעריקע. אין שײַכות מיט זײַן פֿאַרביסענער שטימונג ווען ער האָט פֿאַרלאָזן אייראָפּע, האָט ער דערמאָנט ניט נאָר זײַן אַנטוישונג מיט ליטווישע ייִדן און זייער אומפֿעיִקייט אויפֿצוהאַלטן די רעכט פֿון נאַציאָנאַלע מינדערהייטן, און מיט די לינקע, אָפֿט אַנטי־ייִדישע געפֿילן בײַ עטלעכע געוועזענע מיטאַרבעטער זײַנע. קראַנקן־פֿאַרזיכערונג פֿון 1927 אָן, די לערניאָרן 1927—1930, האָב איך געלעבט אין ריגע. אין די דאָזיקע יאָרן, כּמעט די גאַנצע צײַט, [איז] מײַן ווײַב נישט געווען אין דער היים. זי פֿלעגט קומען אויף אַ קורצער צײַט, פֿלעגט אַוועקפֿאָרן. מיר האָבן באַוויזן זיך אײַנצואָרדענען מער־ווייניק אויף אַ לײַטישן אופֿן אין ריגע, ווי נאָך דעם זי האָט געדאַרפֿט פֿאָרן (און מע האָט געהייסן זאָל פֿאָרן) אין דער שווייץ. זי איז געווען, דער עיקר, ניט אין דער [אמתער] שווייץ, [נאָר] אין עסטרײַך, אין די בערג אין דעם עסטרײַכישן טייל פֿון שווייץ. נאָך דעם איז זי געווען אין איטאַליע, דער עיקר, אין אַן אָרט וואָס האָט געהייסן ([און] הייסט נאָך איצט אויך) מעראַן — מעראַנאָ. ייִדיש-פֿאָרשונג אין ריגע האָב איך, דער עיקר, זיך ווײַטער פֿאַרנומען מיט ייִדיש, מיטן אייגענעם ווײַטערדיקן פֿאָרשן ייִדיש. עס איז שוין דעמאָלט געווען דער ייִוואָ — אין 1925 איז ער געשאַפֿן געוואָרן. (איך בין געווען איינער פֿון די שאַפֿערס פֿון ייִוואָ, [אָבער] וועגן דעם רייד איך נישט, דאָס איז אַן אַנדער עפּיזאָד.) אין ריגע האָב איך געהאַט גענוג צײַט זייער אַ סך צו שטודירן וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדישער גראַמאַטיק. איך האָב אָנגעהויבן שטודירן זאַכן מיט וועלכע ביז מיר האָט זיך בכלל קיינער ניט פֿאַרנומען. [למשל,] וועגן דעם ניצן פּרעפּאָזיציעס אין דער ייִדישער שפּראַך. אין דעם פּרט איז ייִדיש ענלעך צו ענגליש. ענגליש, קיין ענדונגען זײַנען ניטאָ, קען מען דאָך מיינען: ס׳איז דאָך אַזוי פּשוט. אָבער בשעת מע דאַרף ניצן אַ פּרעפּאָזיציע, גיי ווייס צי מע דאַרף on צי מע דאַרף at צי מע דאַרף אַן אַנדער פּרעפּאָזיציע האָבן? דאָס איז פּונקט די זעלביקע זאַך ווי אַן ענדונג פֿון אַ בייגפֿאַל וואָס איז ניטאָ. איך האָב געהאַלטן רעפֿעראַטן וועגן פֿאַרשיידענע ייִדישע ענינים. איך פֿלעג קומען אין ווילנע, פֿלעג זיך אויך באַטייליקן אויף זיצונגען, אויך אַדמיניסטראַטיווע, פֿון דעם וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט. [איך האָב] זייער אַ סך געלערנט זיך אין די דאָזיקע יאָרן אין ריגע.
בערגעלסאָן און דובנאָוו עס זײַנען דעמאָלט געקומען אויך, אויפֿן וועג קיין דײַטשלאַנד, אַ גאַנצע גרופּע ייִדישע שרײַבערס. עס איז געקומען דובנאָוו און איך פֿלעג כּמעט יעדן שבת צופֿאָרן צו זיי און זײַן מיט זיי און ריידן מיט זיי, פֿאַרברענגען מיט זיי. איך געדענק דעם שמועס, ווען איך האָב זיך באַקענט מיט בערגעלסאָנען. באַקענט מיט בערגעלסאָנען, דאַכט זיך, האָט מיך אָדער נחום שטיף אָדער קלמנאָוויטש, די גאָר נאָענטע מײַנע. בערגעלסאָן האָט ליב געהאַט מאַכן אַזעלכע שטיק. [זיי] זאָגן אים: “דאָס איז יודל מאַרק, אָט אָ דער וואָס האָט געשאַפֿן די ייִדישע גראַמאַטיק". זאָגט ער: “ס׳אַ ליגן. אַזוי פֿיל ייִדן, [און] ער איז... דער וואָס מאַכט אַ גראַמאַטיק איז ניט אַזאַ הויכער, איז ניט אַזאַ יונגער, ער האָט אַ באָרד און אַ פּליך. און אויב ער האָט ניט קיין פּליך און ניט קיין באָרד און ער איז אַזאַ יונגער, האָט ער די גראַמאַטיק ניט געמאַכט". דאָס איז געווען, אַזוי צו זאָגן, זײַן פֿאָרשטעלונג פֿון גראַמאַטיק, [וואָס איך בין] געווען אַ סתּירה צו דעם. * * * [מאַרק דערציילט מער פּרטים וועגן דעם קאָנפֿליקט מיט די העברעיִסטן אין אַ בריוו פֿון דעם 22סטן נאָוועמבער 1926 (?), וואָס ער האָט געשיקט צו יעקבֿ שאַצקין אין ניו־יאָרק. דערבײַ מאָלט ער דעם קאַמף אָפּ זייער דראַמאַטיש, ווײַל ער וויל שאַצקי זאָל בעטן אַ סובסידיע פֿאַר דער ווילקאָמירער גימנאַזיע בײַ דער אַמעריקאַנער הילף־אָרגאַניזאַציע “פּיפּל רעליעף" (פֿון דער שאַצקי־זאַמלונג אין ייִוואָ, RG 356, טעקע 14)]. שול־טערמינאָלאָגיע איך וועל גיין גיכער, כּדי צו פֿאַרנעמען אַ גרעסערן שטח צײַט. איך וועל נאָר דערציילן, אַז אין דעם ערשטן לערניאָר בין איך געווען דער וואָס איז געווען פֿאַרנומען די גאַנצע צײַט מיט שאַפֿן די נייטיקע אויסדרוקן און די בינדונגען פֿון ווערטער וואָס אָן דעם האָט מען ניט געקאָנט לערנען. אונדזער גרופּע האָט יעדע וואָך געהאַט אַ זיצונג, וואָס פֿלעגט זיך פֿאַרציִען ביז שפּעט אין אָוונט. אָבער חוץ דעם זײַנען געווען קאָמיסיעס. וואָס איז געווען די קאָמיסיע? דער לערער פֿון כעמיע און איך, דער לערער פֿון פֿיזיק און איך, און אַזוי כּסדר. און מיר פֿלעגן זיצן טעג און נעכט אַלע פֿרײַע שעהען צו קענען צוגרייטן. די שול־גראַמאַטיק נאָך דעם איז געווען זייער אַ שווערע זאַך: ווי מאַכט מען די פּראָגראַם פֿון ליטעראַטור? ווי מאַכט מען די פּראָגראַם פֿון גראַמאַטיק? ס׳איז דאָך ניט געווען עפּעס וואָס מיר האָבן געקענט נאָכקוקן און איבערמאַכן — איך האָב זיך געהאַט אָפּגעזאָגט צו קוקן ערגעץ וווּ אין אַנדערע שפּראַכן. מיר זײַנען געווען פֿאַר דער מאָדערנסטער שול, פֿאַר אַן אַרבעטס־שול, פֿאַר אַן עקספּערימענטאַלער שול. [קיינער וועט] ניט גיין קוקן [וואָס מיר טוען]. און צום סוף פֿון לערניאָר איז מיר געוואָרן קלאָר, אַז איך מוז, אָט פֿאַר דעם לעאָ לעפּקאָווסקי, האָבן אַ בוך פֿון גראַמאַטיק, אַניט לערנט ער אויפֿן ווילדסטן אופֿן. ער פֿאַרנעמט זיך מיט לערנען: “איך שרײַב, דו שרײַבסט, ער שרײַבט" מיט נאָך אַזעלכע זאַכן, וואָס די קינדער קענען במילא. אָדער ער פֿאַרנעמט זיך מיט בייגן זאַכן, וואָס די קינדער קענען במילא. און ער לערנט ניט אויס דערווײַלע די קינדער די טערמינען, די גרונט־באַגריפֿן פֿון יעדער מין גראַמאַטיק. אַרויסדרייען זיך פֿון מיליטער איין זאַך האָב איך דורכגעלאָזט: ווי אַזוי איך האָב זיך אין דער ערשטער וועלט־מלחמה באַפֿרײַט פֿון דינען. דאָס איז געווען אין דעם זומער פֿון 1916, איידער מײַן ברודער איז געשטאָרבן, [ווען] ס’איז [נאָך] געווען דער צאַר און מען האָט גענומען צום דינען אויך סטודענטן (אין אָנהייב האָט מען קיין סטודענטן נישט גענומען). ס׳איז געווען זייער אַ פּשוטע און אַ געוויינטלעכע זאַך: אַלע סטודענטן ווערן געשיקט אין קורץ־טערמיניקע אַזעלכע אָפֿיצערישע שולן, [וואָס] האָבן געדויערט 3־4 חדשים, נישט מער. נאָך דעם, נאָך אַ קורצער צוגרייטונג, האָט מען זיי געשיקט אויפֿן פֿראָנט. דער קאַמף פֿאַר דער ייִדישער שול צו וואָס האָבן מיר זיך איצט גענומען, יעפֿרויקין, איך, מענדל [מאַרק] און נאָך אַזעלכע? מיר האָבן זיך גענומען צו איין גרונט־זאַך: די דײַטשישע שול פֿאַר ייִדן, וואָס איז געווען פֿון פֿריִער נאָך און וואָס די דײַטשן האָבן געשטיצט, וואָס האָט געהערט צו דער שטאָט און [איז] אויסגעהאַלטן געוואָרן פֿון דער שטאָט; אַז די שול זאָל ווערן אַ ייִדישע שול, אַ שול וווּ מע לערנט ייִדיש, און אַלע לימודים אויף ייִדיש. דאָס איז געווען אין ליבאַווע, וואָס איז געווען זייער שטאַרק פֿאַרדײַטשט, איבערהויפּט די אייבערשטע שיכט. בײַ אונדז אין דער היים האָט מען גערעדט ייִדיש. אָבער אין די אמתע ליבאַווער היימען (מיר זײַנען דאָך געווען צוגעקומענע), אין די אינטעליגענטע [און] האַלב־אינטעליגענטע היימען [האָט מען] גערעדט דײַטש. מיר זײַנען געקומען מיט די דערפֿאַרונגען פֿון ביידע רוסישע רעוואָלוציעס און דאָרטן איז קיין שום רעוואָלוציעס ניט געווען, דאָרטן זײַנען נאָר געווען די דײַטשן די גאַנצע צײַט. משפּחה־אומגליקן און דאָ זײַנען געקומען פֿאַרשיידענע אייגענע משפּחה־פֿאַרוויקלענישן. מיר האָבן זיך דערוווּסט דערווײַלע, אַז דער טאַטע איז אין תּפֿיסה און דערפֿאַר קומט ער נישט. און ס׳איז געקומען אַ גרויס אומגליק אויף אונדז; אויב דו געדענקסט, איך האָב דערציילט, אַז איידער מען איז אַוועקגעפֿאָרן פֿון פּאַלאָנגע, האָט מען די אַלע בורשטינער וואָס מע האָט געהאַט, אויסגעאַרבעטע און ניט אויסגעאַרבעטע, פֿאַרשלאָסן אין אַ מײַערל וואָס איז געשטאַנען אין גאַס. אין די יאָרן פֿון דער מלחמה, ווען די דײַטשן זײַנען געווען אין דעם שטעטל, האָט קיינער ניט אָנגערירט — ס׳איז געווען אַ פֿאַרמאַכט, אַ פֿאַרשלאָסן מײַערל. ווען די דײַטשן האָבן געזאָלט אַוועקגיין, איז מען געקומען צו זיי און מע האָט געזאָגט, אַז — ווער ווייסט? — קען זײַן, אַז דאָרטן געפֿינט זיך גאָר געווער: באָמבעס, פּולווער, מאַלע וואָס קען זיך דאָרט געפֿינען. האָבן די דײַטשן גענומען און אויפֿגעריסן דאָס מײַערל. אַז זיי האָבן אויפֿגעריסן דאָס מײַערל, האָט ווער עס האָט נאָר געקאָנט אַרויסגעראַבעוועט פֿון דאָרטן וויפֿל מע האָט געקאָנט אַרויסראַבעווען. אויף מאָרגן נאָך דעם, אָדער אפֿשר אויף איבערמאָרגן, האָט זיך די מאַמע דערוווּסט [און] איז אַוועקגעפֿאָרן אַהין. מיט טרערן מער ווי מיט פּאָליציי האָט זי אַ ביסל אַרויסגעקראָגן צוריק פֿון דעם וואָס מע האָט אַוועקגעראַבעוועט. אָבער דאָס רובֿ זאַכן איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. פֿאַרליבן זיך אין אַ פֿידלערין אין דער זעלביקער צײַט ווען דאָס איז געשען בין איך געווען ביז משוגעת טיף פֿאַרליבט. מען האָט געעפֿנט דעם פּרץ־קלוב מיט אַ גרויסער אונטערנעמונג, [וואָס] איז באַשטאַנען פֿון צוויי טיילן: איך האָב געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן פּרצן און נאָך דעם האָט אַ מיידל געשפּילט אַ קאָנצערט אויף אַ פֿידל. אין יענעם מיידל האָב איך זיך פֿאַרליבט. איך האָב זי שוין געפֿירט אַהיים נאָך דעם דאָזיקן קאָנצערט. ווען עס האָט זיך אַ ביסל אײַנגעשטעלט די מעשׂה מיט דער שול און ס׳איז געווען קלאָר, אַז די גרויסע, וויכטיקע פּאָזיציע האָבן מיר, די ייִדישיסטן, אײַנגענומען, [זײַנען] מיר געווען גענוג פֿאַרמאַטערט פֿון די דאָזיקע אַלע זאַכן. דער פֿאָטער פֿונעם מיידל איז אויך נישט געווען אין ליבאַווע, ער איז גאָר געווען אין מאָסקווע, די משפּחה איז געווען פֿונאַנדערגעטיילט. זי איז אויך געווען אין רוסלאַנד, זי איז געקומען ערשט פֿון רוסלאַנד צו איר מוטער. דערווײַלע זײַנען געווען געשטאָרבן צוויי פֿון אירע עלטערע שוועסטער — זי איז געווען די דריטע. ס׳איז געווען אַ משפּחה פֿון דרײַ שוועסטער און אַלע דרײַ זײַנען געווען מוזיקערינס: איינע האָט געשפּילט פּיאַנע, די אַנדערע האָט גענומען טשעלאָ, די דריטע האָט געשפּילט פֿידל. פֿאַרלאָזן ליבאַווע די גאַנצע תּקופֿה אין ליבאַווע איז געווען ווייניקער ווי אַ האַלב יאָר, די ערשטע העלפֿט פֿון 1919. נאָך דעם האָבן מיר געמוזט פֿאַרלאָזן ליבאַווע און ס׳איז [געקומען] אַ נײַע תּקופֿה אין מײַן לעבן. אין ליבאַווע האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַ אָנשיקעניש. איך בין טאַקע געווען אַ זייער חשובֿער מענטש: אַ מיטגליד פֿון דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג, אַ מיטגליד פֿון דער קהילה, און אַ צײַטווײַליקער מיטגליד פֿון דער צײַטווײַליקער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג. דאָרטן בין איך אַ מאָל אויפֿגעטראָטן מיט אַ רוסישער דרשה וועגן דעמאָקראַטיע און פֿרײַהייט און וועגן די טויזנטערליי אַנדערע גליקן פֿון דעם דאָזיקן ענין. אָבער בשעת מע האָט גענומען מענטשן, וואָס זאָלן גיין זיך שלאָגן מיט יענע באַנדיטן, צו פֿאַראייניקן זיך מיט ריגע, אַרויסטרײַבן די דאָזיקע לאַנדסקנעכט פֿון מיטן — האָב איך אייגנטלעך קיין חשק ניט געהאַט. ס׳איז שוין איצט אויף מײַן קאָפּ געווען דער שווער, אויף מײַן קאָפּ געווען מײַן פֿעטער יעקבֿ (מײַן פֿאָטער איז נאָך ניט געווען), די טרערן פֿון דער מאַמען. וואָס הייסט? נאָך די אַלע פֿאַרשיידענע זאַכן, אַז איך האָב שוין חתונה געהאַט און אַלצדינג, זאָל איך איצט גיין דינען? פֿאַרלאָזן פּעטערבורג עס האָט גענומען ווערן אונדז אַלעמען קלאָר, אַז ס׳איז נישט קיין אָרט פּעטערבורג, מע דאַרף פֿון פּעטערבורג אַוועקפֿאָרן — ניט אַזאַ פּשוטע זאַך. אָבער ס’איז שוין געוואָרן אַ ליטווישע רעפּובליק און אַ לעטישע רעפּובליק. מיר זײַנען געווען פֿריִער אין ליבאַווע, איידער מיר זײַנען געווען אין פּאַלאָנגע, און פּאַלאָנגע איז דעמאָלט דאָך אויך געווען קורלאַנדער גובערניע. הכּלל, אונדזער גאַנצע משפּחה האָט געקראָגן אַ דערלויבעניש אַוועקצופֿאָרן. איך האָב ניט געוואָלט אַוועקפֿאָרן, מײַן טענה איז געווען: איך האָב כּמעט אַלצדינג וואָס מע האָט פֿאַרלאַנגט, [כּדי צו] ענדיקן אוניווערסיטעט. איך קען געפֿינען נאָך אַ צוויי אָדער דרײַ פּראָפֿעסאָרן אויף די עקזאַמענס וואָס איך דאַרף האָבן איצט צום סוף, קריג איך אַן אַטעסטאַט, אַז איך האָב געענדיקט דעם אוניווערסיטעט און איך וועל מער וועגן דעם ניט דאַרפֿן זאָרגן. פּאָגראָמען דערווײַל איז אין דעם ייִדישן לעבן געווען כּלערליי זאַכענישן. נאָך פֿריִער, אונטער קערענסקי, האָט אוקראַיִנע כּמעט געשאַפֿן אַן אייגענע מלוכה, און אין אוקראַיִנע איז געווען אַ ייִדישער מיניסטער — ביז דער גאַנצער ענין מיט אוקראַיִנע איז פֿאַרגאָסן געוואָרן מיט ייִדיש בלוט אין דעם יאָר 1919. אין דער צײַט פֿון דעם בירגערקריג, האָבן אַלע, ווער עס האָט נאָר געקענט, געמאַכט פּאָגראָמען אויף ייִדן. און נאָך עפּעס אַ פּונקט וואָס מע ווייסט ניט און וואָס אין דעם [איז] קיין שום ספֿק ניטאָ: אויך די באָלשעוויקעס האָבן אין אַ סך פֿאַלן געמאַכט פּאָגראָמען אויף ייִדן. ווײַל סוף־כּל־סוף, זײַנען ביידע זײַטן, אי בײַ די קאָנטער־רעוואָלוציאָנערן, אי בײַ די באָלשעוויקעס, געווען גענוג אָפּפֿאַל, גענוג כּללערליי באַנדיטן, וואָס בײַ יעדער געלעגנהייט האָבן זיי פֿריִער פֿון אַלץ געוואָלט רויבן, הרגענען, פֿאַרגוואַלדיקן. אָבער דאָס איז שוין געווען אין 1919, ווען איך אַליין בין שוין געווען אָפּגעטיילט און אָפּגעריסן פֿון זיי. אַנאַרכיע אין פּעטראָגראַד איז לעבן געוואָרן אַלץ שווערער. עס איז געווען אַן אמתע און אַן עכטע אַנאַרכיע אין דער צײַט, בכל־אופֿן אין דעם ערשטן יאָר אונטער די באָלשעוויקעס. פֿריִער פֿון אַלץ האָט זיך אָנגעהויבן, אַז סאָלדאַטן, וואָס די מאַכט האָט געשיקט אַכטונג געבן אויף די גאַסן, אויפֿן אָרדענונג, פֿלעגן באַפֿאַלן און אויסראַבעווען די לאַגערן פֿון בראָנפֿן. געשיקט האָט מען זיי אַלע מאָל, אַז מע זאָל די אַלע בראָנפֿנס צעגיסן, די פֿעסער בראָנפֿן צעברעכן, דער בראָנפֿן זאָל אויסרינען. איז דאָס בילד געווען אָפֿט אַזאַ מין שרעקלעכער און אָפּשטויסנדיקער: מענטשן פֿלעגן זיך וואַלגערן אויף דער גאַס, כּדי צו קענען פֿון שמוץ אַ לעק טאָן אַ ביסל בראָנפֿן. אַנדערע פֿלעגן פּשוט נעמען און פֿונאַנדערטיילן בראָנפֿן זיך און די אַלע וואָס קומען, וואָס שטייען אַרום. אַז מע האָט געשיקט אַ צווייטע אָפּטיילונג צעטרײַבן די ערשטע און מאַכן אַ שטיקל אָרדענונג, פֿלעגט די צווייטע אָפּטיילונג אויך צושטיין צו די, וואָס פֿלעגן טרינקען דעם בראָנפֿן. די באַלפֿור־דעקלאַראַציע אין דער צײַט זײַנען געווען אַזעלכע ווילדע זאַכן: עס זײַנען געווען וואַלן צו אַ ייִדישער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג, וואָס האָט זיך, פֿאַרשטייט זיך, שפּעטער גאָר קיין מאָל ניט געקענט צונויפֿקומען. אַ ביסל פֿריִער איז צו אונדז דערגאַנגען די מעשׂה מיט דער באַלפֿור-דעקלאַראַציע. אויף וויפֿל איך קען זיך דערמאָנען, איז דער ענין ניט אַזוי גלײַך דערגאַנגען — ס׳איז דאָך געווען אַ מלחמה, מען איז געווען אָפּגעריסן, און בשעת עס זײַנען דערגאַנגען די ערשטע קלאַנגען וועגן דעם, האָט מען ניט אַזוי קלאָר געוווּסט וואָס און ווען און ווי. בשעת מען האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם, איז אין איינעם פֿון די אָוונטן אין הויז פֿון די קריינים, אַ רײַכער ייִד, וואָס איז געווען דובנאָווס אַ שטענדיקער חסיד, געווען אַ זיצונג פֿון אַ 7־8 מענטשן [צו דיסקוטירן], צי די באַלפֿור־דעקלאַראַציע האָט געביטן עפּעס וואָס, צי ס׳איז ניט געקומען אַ נײַע סיטואַציע פֿאַר ייִדן. און כּמעט אַלע האָבן געהאַלטן, אַז דאָס הייסט ניט, אַז עס וועט זײַן אַ ייִדישע מלוכה, און מען איז געווען זייער צופֿרידן, אַז עס וועט ניט זײַן אַ ייִדישע מלוכה. עס הייסט, עס וועט זײַן אַן ענגלישע קאָלאָניע, וואָס וועט האָבן אַ גוטע באַציִונג צו די ייִדן וואָס וועלן אימיגרירן קיין ארץ־ישׂראל. לענין און טראָצקי איך בין געווען אַ פּאָר מאָל אויף אַזעלכע זיצונגען. איך בין געווען אַ מאָל אויף אַ זיצונג וווּ עס האָט אויך גערעדט לענין, איידער ער איז אַנטלאָפֿן קיין פֿינלאַנד. ווען לענין האָט גערעדט, האָבן אַלע זיך צוגעהערט צו אים. ער איז געווען אַ מענטש, וואָס אויך די ניט־קאָמוניסטן האָבן געהאַט צו אים דרך־ארץ. און אויב זיי האָבן געהאַט האָפֿענונג פֿון שטאַנדפּונקט פֿון וואָס וועט קומען פֿון די קאָמוניסטן, איז זייער האָפֿענונג געווען, אַז לענין וועט זײַן דער, וואָס וועט זיי צוריקהאַלטן פֿון לײַכטזיניקע אויפֿשטאַנדן. די פֿאָלקספּאַרטיי דעמאָלט, [ווי] איינע פֿון די ערשטע דרייענישן, נאָך איידער ס’איז אַרויס דאָס געזעץ וואָס האָט אָפּגעשאַפֿט אַלע ייִדישע געזעצן, האָט די גרופּע מיט וועלכער איך האָב זיך באַקאָנט אויפֿן ריגער פּראָספּעקט, צוזאַמען מיט דובנאָוו און מיט זײַן גרופּע, באַנײַט די פֿאָלקספּאַרטיי. זיי האָבן געשאַפֿן פֿאַקטיש די פֿאָלקספּאַרטיי אין מאַרץ פֿון 1917. די צוויי פֿאַרשיידענע גרופּעס זײַנען געווען צוזאַמען אַזוי ווי פֿריִער: די גרופּע וואָס זײַנען געווען מיט דובנאָוון אַלע מאָל — מער אַן אידעאָלאָגישע גרופּע ווי אַ גרופּע וואָס ווילן דורכפֿירן עפּעס וואָס אין פּראַקטישן לעבן; און די וואָס זײַנען געווען פֿריִער, אין 1905, מיטגלידער פֿון פֿאַרשיידענע סאָציאַליסטישע פּאַרטייען און וואָס זיי זײַנען געוואָרן נאָך דעם פּראַגמאַטישער, פּראַקטישער, און זיי זײַנען [דעריבער] געוואָרן מיטגלידער פֿון דער פֿאָלקספּאַרטיי. ווען די פֿאָלקספּאַרטיי האָט שפּעטער זיך באַטייליקט אין די ערשטע וואַלן אין דער ייִדישער קהילה, [זײַנען] פֿון 70 אויסגעקליבענע געווען 7 אָדער 8 פֿאָלקיסטן, וואָס איז פֿאַר אונדז געווען אַ קאָלאָסאַלער דערפֿאָלג. מיר האָבן אייגנטלעך נישט געהאַט קיין מאַסן, נישט קיין אָרגאַניזאַציע אאַז"וו. |