- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) מענדלס צווייטער זון האָט געהייסן בנימין. דער בנימין האָט שוין באַקומען, אַזוי צו זאָגן, אַן אַנדער דערציִונג. ער איז געוואָרן אַ ישיבֿה־בחור, געלערנט פֿריִער אין דער היים, וויפֿל מע האָט געקאָנט; און נאָך דעם איז געווען אַ מאָדנע טבֿע. מען האָט ניט געוואָלט, אַז אַ בחור, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט לערנען גמרא, זאָל זײַן אין דעם זעלביקן שטעטל, וווּ זײַן משפּחה און וווּ זײַנע עלטערן זײַנען. מע האָט געזאָגט: ער קען ניט לערנען מתתּקן צו זײַן. האָט מען אים אַוועקגעשיקט אין ווילקאָמיר, וואָס האָט געהאַט אַ קליינע ישיבֿה. ער איז דאָרטן געוואָרן אַ ישיבֿה־בחור ווי אַלע ישיבֿה־בחורים, וואָס לעבן פֿון טעג. ער האָט דאָרטן אַ סך געלערנט, און פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָרטן האָט מען אים חתונה געמאַכט, און ער איז שוין געבליבן אין ווילקאָמיר. און פֿון דאָרטן שטאַמט דער צווײַג פֿון אונדזער משפּחה אין ווילקאָמיר, וואָס געבליבן פֿון זיי איז — פּונקט ווי איך בין שמואלס אַן אייניקל — אַזוי איז דאָ איצט אין פתח־תּקווה עמעצער וואָס הייסט מענדל, און ער איז דעם בנימינס אַן אייניקל. בנימין האָט געהאַט קינדער, זין און טעכטער. אַ טייל פֿון זײַן משפּחה איז אַוועק אין דרום־אַפֿריקע. דער גרעסטער טייל פֿון זײַן משפּחה איז אומגעקומען אין דער צײַט פֿון חורבן, און געבליבן אין דער משפּחה נאָכן חורבן זײַנען קרובֿים אין ווילנע, און דער מענדל דאָ מיט זײַן משפּחה אין ארץ־ישׂראל. דאָס זײַנען די קינדער פֿון מײַן עלטער־זיידן מענדל. די קינדער פֿון מײַן עלטער־זיידן משה זײַנען געווען: מײַן אייגענער זיידע יודל; זײַנער אַ ברודער, וואָס האָט געהייסן לייב; זײַנער אַ זון שמואל, וואָס האָט געשאַפֿן דעם אָפּצווײַג פֿון אונדזער משפּחה אין ענגלאַנד; און זײַנער נאָך אַ ברודער, וואָס איך געדענק ניט זײַן נאָמען — אָבער וואָס האָט געהאַט אַ פֿאַנטאַסטישע געשיכטע. איך וועל אָנהייבן פֿון מײַן זיידן יודל. (המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) ווײַטער איז געווען עמעצער וואָס האָט געהייסן העשל. ביז הײַנטיקן טאָג איז מיר ניט קלאָר, צי דער העשל איז געווען אַ ברודער פֿון משה און פֿון מענדלען, אָדער אפֿשר איז דער העשל געווען אַ זון פֿון מענדלען. נאָר זײַן סוף ווייס איך. דאָס איז געווען אין די ערשטע יאָרן; איידער מע פֿלעגט גנבֿענען די גרענעץ אויף דער יבשה, האָט מען געמיינט, אַז ס׳איז גרינגער צו גנבֿענען אַלצדינג מיטן ים. מע זעצט זיך אַרײַן אין מעמל אָדער לעבן מעמל אין אַ שיפֿל, און מע פֿאָרט מיטן שיפֿל צו ביז פּאַלאָנגע, וואָס איז אין גאַנצן אַ 20 קילאָמעטער. אָבער די געפֿאַר איז געווען אַ סך גרעסער. עס פֿלעגן פֿאָרן שיפֿן מיט זשאַנדאַרמעריע, האָבן זיי געקענט עס דערזען, און הייסן זיך אָפּשטעלן אַזאַ שיפֿל וואָס איז געווען אין פֿאַרדאַכט, אַז ניט קיין פֿישערס פֿאָרן, נאָר אַז עס פֿאָרן קאָנטראַבאַנדיסטן. און אויב מע פֿלעגט אַזאַ שיפֿל כאַפּן, האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, אַלץ קאָנפֿיסקירן, און מע פֿלעגט אַוועקזעצן אין תּפֿיסה די קאָנטראַבאַנדיסטן. אויב דאָס שיפֿל פֿלעגט זיך ניט אָפּשטעלן, פֿלעגט מען פּשוט שיסן אויף אַזאַ שיפֿל. איז אין דער צײַט, ווען מען איז געפֿאָרן אויף שיפֿלעך — און איך מיין, אַז דאָס האָט געמוזט זײַן מענדלס אַ ברודער — האָט מען געשאָסן און מע האָט איינעם דערשאָסן; דערהרגעט אויף טויט. דאָס איז געווען דער העשל, וואָס איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דעם קאָנטראָבאַנדיסטישן געשעפֿט. נאָך זײַן טויט האָט מען אויפֿגעהערט די גאַנצע אַרבעט צו פֿאָרן מיט שיפֿלעך און מען איז אַריבער גנבֿענען די גרענעץ אויף דער יבשה ערגעץ וווּ: לעבן ים, ווײַטער פֿון ים, אין אַ וואַלד. (המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) איך האָב געהאַט שוין דעמאָלט אַ מער קריטישן חוש און איך האָב גיכער געגלייבט דעם טאַטן. אָבער מיר איז געווען אינטערעסאַנט און איך האָב אין געוויסע פֿאַלן געוויסע מענטשן דערציילט די דאָזיקע טשיקאַווע און אינטערעסאַנטע מעשׂה. און ס׳זײַנען געווען געוויסע זאַכן, וואָס שפּעטער האָבן מיך אינטערעסירט: אונדזער גאַנצע משפּחה האָט אויסגעזען אַ ביסל מער ספֿרדיש ווי די דורכשניטלעכע ייִדן בײַ אונדז, אין אונדזערע געגנטן. אַלע שוואַרצע — קיין מאָל ניט געווען קיין אַנדער מין ווי אַ שוואַרצער — טונקעלע, אויך אַ ביסל מיט טונקעלער הויט. זיי זײַנען כּמעט אַלע געווען הויכע. און איך האָב געטראַכט: אפֿשר איז די באָבע גערעכט געווען? אפֿשר איז דער טאַטע, דער וואָס איז געווען אַ משׂכּיל און געווען אַ קריטישער און געהאַט אַ קריטישע באַציִונג צו אַלצדינג וואָס מען דערציילט סתּם אין פֿאָלק, און אונטן — גלייבן אין דעם, אַז עס קענען זיך שאַפֿן לעגענדעס אייגענע און אַזוי ווײַטער — האָט געהאַט אַ צו קריטישע באַציִונג צו דער באָבעס מעשׂה. שוין אין ניו־יאָרק האָב איך זיך פּלוצעם דערוווּסט וועגן פֿאַקטן, אַ פֿאַקט, אַז מען האָט געפֿונען אין סורינאַם — גיב אַ טראַכט: פֿון פּאַלאָנגע ביז סורינאַם! — אַ מצבֿה און אויף דער מצבֿה איז געווען אויסגעקריצט אַ נאָמען: אַהרן מאַרק פֿון פּאַלאָנגע. האָב איך דעמאָלט אַ ביסעלע געטראַכט, אַז מע דאַרף די ערשטיקע גרונט־מעשׂה אַ ביסעלע בײַטן. ניט מרדכי — און ווי וואָלט יענער מרדכי זיך אָנגערופֿן פֿון פּאַלאָנגע? אין זײַנע לעצטע יאָרן האָט מאַרק פֿאַרשטאַנען, אַז ער איז געבליבן דער לעצטער פֿונעם דור פֿאָרשערס, וואָס האָט געגרינדעט דעם ייִוואָ. וועגן יענער תּקופֿה — ווי אַזוי ער האָט אין פּעטערבורג, אין דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, זיך באַקענט מיט ווײַנרײַך, שטיף, קלמנאָוויטש — האָט ער טאַקע געדרוקט אַ בינטל זכרונות. קיין אויטאָביאָגראַפֿיע האָט ער אָבער ניט באַוויזן צו שרײַבן, און די ייִדישע געשיכטע האָט גרויס מזל, וואָס אין 1972 איז מאַרק געקומען צו פֿאָרן פֿון ישׂראל און פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג בײַ זײַן טאָכטער ריוועלע קריגעל אין מעמפֿיס, טענעסי. דאָרט, אין משך פֿון פֿיר טעג, דעם 4טן ביזן 7טן יוני, האָט זי רעקאָרדירט זײַנע זכרונות אויף טאַשמעס. איצטער האָט זי ברייטהאַרציק געגעבן רשות, אַז דער "פֿאָרווערטס" זאָל דרוקן די דאָזיקע זייער אינטערעסאַנטע זכרונות אין המשכים. אונדזערע היימען און אונדזערע ליבע משפּחות זענען אַוועק מיט פֿײַער און רויך. די יאָרן לויפֿן פֿאַרבײַ און אונדזער זכּרון ווערט מיט דער צײַט עטוואָס פֿאַרטונקלט. די שאַרפֿקייט פֿון געדענקען געשעענישן און מענטשלעכע פּנימער, ווערט אַלץ בלאַסער און בלאַסער... עס זענען אָבער פֿאַראַן געוויסע פּעריאָדן און געשטאַלטן, וועלכע זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער זכּרון, וואָס זענען אומפֿאַרגעסלעך; און וואָס מיר טראָגן אין זיך און מיט זיך, ביז די לעצטע טעג פֿון אונדזער לעבנס־גאַנג. מיט 70 יאָר צוריק איז נאַצי־דײַטשלאַנד אָנגעפֿאַלן אויפֿן געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. יעדע משפּחה האָט זיך געהאַט אין דער שרעקלעכער מלחמה אירע אייגענע קרבנות, וואָס איצט איז די פּאַסיקע צײַט זיי צו דערמאָנען. בײַ מיר זײַנען אומגעקומען 18 קרובֿים, און אפֿשר נאָך מער. אונדזערע חכמים זאָגן, אַז "יעדער מענטש איז אַ וועלט, און ווער עס הרגעט איין מענטש, ברענגט אום די גאַנצע וועלט". אייניקע פֿון מײַנע אומגעקומענע קרובֿים קען איך אָנרופֿן נאָר לויט זייערע נעמען; וועגן די אַנדערע — קען איך דאָס אויך נישט טאָן. אָט, למשל, האָב איך געהערט פֿון מײַן פֿרוי דעם נאָמען ראָמע — געלעבט האָט אַזאַ ייִנגעלע אין אָדעס. ווי ס'האָבן דערציילט די שכנים, האָט ראָמע זיך בעת אַן אָבלאַווע באַהאַלטן אין הויף הינטער די מיסט־קאַסטנס. האָט איינע אַ פֿרוי אים דערזען און מיט די ווערטער "אַזוינס וועט נישט זײַן!" — אים פֿון דאָרט אַרויסגעשלעפּט און איבערגעגעבן אין די הענט פֿון די דײַטשן. לאָמיך כאָטש דערמאָנען די נעמען פֿון די אומגעקומענע באַקאַנטע קינדער: ראָמע, טאָניע, לעסיע... — זאָלן זיי נאָך אַ מאָל אַ קלינג טאָן צווישן די לעבעדיקע... ס’איז געווען זונטיק, נאָר אויפֿגעשטאַנען בין איך אַ סך פֿריִער ווי אין אַ וואָכעדיקן טאָג. צו צוויי אַ זייגער האָב איך באַדאַרפֿט זײַן אין אינסטיטוט, וווּ עס איז מיר פֿאָרגעשטאַנען אָפּגעבן אַ מינדלעכן עקזאַמען. קיין שום תּירוצים וועלן פֿאַרן פּראָפֿעסאָר, וואָס אונטערריכט שולֿ־היגיענע, ניט אָנגיין. ער דאַרף, מען זאָל אים ענטפֿערן פּינקטלעך, ווי עס שטייט אין לערנביכל, וואָס ער איז דער מחבר דערפֿון. זיץ איך און קנעל שוין פֿון פֿינף פֿאַר טאָג. ס’איז נאָר אַ פֿראַגע, צי וועל איך מײַנע אויף גיך באַקומענע קענטענישן דערטראָגן פֿונעם הינטערמאָסקווער ייִשוב ביזן אינסטיטוט. פֿאַר דער צײַט קאָן זיך נאָך אַלץ פֿון קאָפּ אויסטרייסלען. געווען איז עס אין ווילנע, לאַנגע יאָרן צוריק. אייניקע פֿון אונדז, שילער פֿון דער ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע, וואָס זײַנען ניצול געוואָרן פֿון געטאָ און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אָדער אין אָנהייב מלחמה באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון דעם אָנגרײַפֿנדיקן נאַצישן שׂונא טיפֿער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און קעמפֿן קעגן די דײַטשן אויפֿן פֿראָנט און אין די פּאַרטיזאַנער־אָטריאַדן, האָבן זיך אומגעקערט אין אונדזער היימשטאָט. יאָרן־לאַנג האָבן מיר געזוכט די שפּורן פֿון נאָענטע, חבֿרים, פֿרײַנד און לערער. ווען עמעץ פֿון די געפֿונענע פֿלעגט קומען צו פֿאָרן קיין ווילנע, פֿלעגט עס פֿאַר אונדז זײַן אַ יום־טובֿ. רעדנדיק וועגן ביכער. בײַ אונדז אין שטוב זײַנען אַלע מאָל געווען ביכער. אין רוסלאַנד צווישן די אַרעסטן און באַפֿרײַונג פֿלעגט מײַן טאַטע פֿאָרלייענען שלום־עליכמען פֿאַר זײַנע פֿרײַנד; און דאָס בײַ אונדז, אין אַן איין־צימערדיקער דירה. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין נאָך געווען אַ קינד, האָב איך כּמעט גאָרנישט פֿאַרשטאַנען, אַ חוץ איין וואָרט "שוין." איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ווען מען זאָגט שוין, איז מען געקומען צו אַ סוף. אָבער ניין. ווי נאָר ער האָט פֿאַרענדיקט מיט אַ "שוין," האָט ער איבערגעבלעטערט דאָס זײַטל און ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט דער מעשׂה. דאָס האָב איך שוין נישט פֿאַרשטאַנען. ווי קומט עס וואָס נאָך אַ "שוין" הייבט זיך אָן אַ נײַע מעשׂה? אין די יאָרן 1963—1968 האָב איך זיך געלערנט אין טיראַספּאָלער מלוכישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. צווישן די לימודים, וואָס איך האָב דאָרט שטודירט איז אויך געווען די דײַטש. מיט דער קאַטעדרע פֿון גערמאַנישע שפּראַכן האָט אין יענע יאָרן אָנגעפֿירט שמעון (סעמיאָן אַנאַטאָליעוויטש) סאַנדלער. ווען מ'צערעדט זיך אַמאָל און איך דערמאָן עמעצן, אַז איך שרײַב פֿאַרן ייִדישן "פֿאָרווערטס", קריג איך אָפֿט מאָל אַזעלכע רעאַקציעס: "איך גלייב עס נישט. דער ׳פֿאָרווערטס׳ גייט נאָך אַרויס?!", אָדער: "איך געדענק ווען מײַנע עלטערן פֿלעגן לייענען דעם ׳פֿאָרווערטס׳ יעדן טאָג. אָבער איך קען נישט לייענען קיין ייִדישן אות און מײַן ייִדיש איז צעבראָכן. איך ברעך זיך די ציין איבער יעדן וואָרט." (פֿערטער קאַפּיטל) ביז אַהער איז דאָס לעבן פֿון די נײַע אימיגראַנטן, וואָס זײַנען געקומען קיין אַמעריקע געפֿלאָסן געמיטלעך. די שארית־הפּליטה האָבן זיך אויסגעשפּאַנט פֿון יענע טרויעריקע טעג און זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דעם אַמעריקאַנעם לעבן מיט אַלע אבֿרים. עס האָט אויסגעזען אַז נאָכן חורבן וועט די וועלט אויפֿהערן האַלטן מלחמות, און דאָ האָט זיך אונטערגערוקט קאָרעע, און די מאַמעס האָבן גענומען זאָרגן וועגן זייערע זין וואָס וועלן גענומען ווערן אין מיליטער. דערווײַל פֿאַרזאַמלען זיך די ווײַבער אין דערבײַיִקן פּאַרקל אין דער בראָנקס און האַלטן גאַנצע וויכּוחים וועגן שפּינאָזען. דעם שמועס האָט אַרײַנגעברענגט טאָליע. |