- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
האָבן מיר שוין אין אַמעריקע אַ נײַעם 44סטן פּרעזידענט. זײַן פֿולער נאָמען איז באַראַק כוסיין אָבאַמאַ. זײַן טאַטע איז געווען אַ שוואַרצער מוסולמענער און די מאַמע אַ ווײַסע קריסטלעכע. ער איז 47 יאָר אַלט, גלענצנדיק געבילדעט און האָט געמאַכט אַ קאָפּדרייענדיקע פּאָליטישע קאַריערע. מיט איין וואָרט, אַ שפּיגעלע פֿון זײַן לאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט; דאָס גרעסטע לאַנד מיט אַ מוסטער־קאָנסטיטוציע און אַנטוויקלטסטער דעמאָקראַטיע. איין קלייניקייט: אַ שוואַרצער בירגער איז געוואָרן איר פּרעזידענט! מאָנטיק, דעם 17טן נאָוועמבער, 7:00 אין אָוונט, אין ניו־יאָרק, וועט פֿאָרקומען אַ בענעפֿיט לטובֿת דעם "אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" און לכּבֿוד די צוויי מײַסטער פֿון דער ייִדישער טאַנץ־קונסט, פּערל לאַנג און פֿעליקס פֿיביך. דער אָוונט וועט פֿאָרקומען אין Theater 80 St. Mark‘s, וואָס געפֿינט זיך צווישן דער ערשטער און צווייטער עוועניו, 80 סײַנט־מאַרקס פּלייס, אין מאַנהעטן. "עס איז נישטאָ קיין באַוועגונג אָן אַן עמאָציאָנעלן אָפּקלאַנג אין דער כאָרעאָגראַפֿיע פֿון פּערל לאַנג" — האָט געשריבן אַנאַ קיסלגאָף, די טאַנץ־קריטיקערין פֿון די "ניו־יאָרק־טײַמס". דער שעפֿערישער כּוח־הדימיון פֿון די צוויי גרעסטע גאַליציאַנער ייִדישע שרײַבער פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט — אורי־צבֿי גרינבערג און ש.י. עגנון — האָט זיך טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם באָדן פֿון זייער היימלאַנד. דער באַגריף "סלאַווישע ערד" האָט פֿאַר זיי סײַ אַ קאָנקרעט־היסטאָרישן און סײַ אַן אַבסטראַקט־מעטאַפֿאָרישן באַטײַט, און אָט די צוויי באַטײַטן איז ניט אָפּצוטיילן איינער פֿונעם אַנדערן. אין תּוך גענומען, שטעלן זיי פֿאָר צוויי זײַטן פֿון איין מטבע, וואָס אין צווישן שטעקט דער קאָמפּליצירטער און צומאָל סתּירותדיקער שעפֿערישער מהות פֿונעם מחבר. די שטאָט סאַן־דיעגאָ און פֿאָרשטאָט לאַ־הויאַ אין קאַליפֿאָרניע זענען מער באַקאַנט פֿאַר זייערע וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס און טעכנאָלאָגישע פֿירמעס. אָבער פֿונעם 24סטן ביזן 27סטן אָקטאָבער האָט מען דאָרטן אָפּגעהאַלטן די יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון דער "אינטערנאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן"; אַן אונטערנעמונג וואָס ברענגט צונויף פֿאָרשטייער פֿון אַלע עקן אַמעריקע, ווי אויך ייִדיש־ליבהאָבער פֿון מעקסיקע, קאַנאַדע, און נאָך אַנדערע לענדער. די אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן האָט זיך געגרינדעט אין 1993 אין וואַשינגטאָן און די הײַיאָריקע קאָנפֿערענץ איז געווען די צוועלעפֿטע אין איר געשיכטע. דאָס יאָר האָט מען באַטאָנט עטלעכע טעמעס און צילן. די וואָרענונג אויף דער וואַנט די וואָרענונג באַווײַזט זיך אויף דער וואַנט אין די לעצטע יאָרן יעדן אָנהייב נאָוועמבער, ווען עס פֿאַלט אויס דער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. זי הענגט שוין אַזוי די אַלע דרײַצן יאָר, און אַפֿילו אין משך פֿון אַלע טעג פֿון דעם יאָר, נאָר מען לייגט שוין נישט אַזוי קיין אַכט, אַזוי ווי אויף יעדער זאַך, צו וועלכער מען געוווינט זיך צו. אָבער זי וועקט זיך אויף צו יעדן יאָרטאָג און מיט יעדן יאָר ווערט די וואָרענונג אַלץ שאַרפֿער און דראָענדיקער, ביז וואַנען זי הייבט אָן אַראָפּצושרײַען פֿון די ווענט. דער אייבערשטער האָט געזאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו: "גיי פֿון דײַן לאַנד, פֿון דײַן היימאָרט, און דײַן טאַטנס הויז, אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן". ווי עס שטייט אינעם מדרש, האָט דער אורפֿאָטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וועלכער האָט דעמאָלט נאָך געהייסן אַבֿרם, אָן דעם אות "הא", זיך אָפּגעזאָגט זיך צו בוקן צום מלך נמרוד; פֿאַר זײַן ווידערשטאַנד, האָט נמרוד געהייסן צו פֿאַרברענען אַבֿרמען אין אַ קאַלך־אויוון; על-פּי-נס, אָבער, איז ער געראַטעוועט געוואָרן. דעם 8טן דעצעמבער 1991 איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער אַזוי-גערופֿענער "בעלאָוועזשער אָפּמאַך", וועלכער האָט געבראַכט צום סוף פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. הגם דאָס האָט, אין תּוך אַרײַן, אויך באַטײַט דעם סוף פֿון סאָוועטישן קאָמוניזם, האָבן אַ סך געוועזענע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי אָפּגעהיט פֿאַר זיך צענטראַלע פּאָזיציעס אין נאָך-סאָוועטישע לענדער. איינער פֿון דער אַלטער גוואַרדיע פּראָפּאַגאַנדיסטן איז מיכאַיִל פּאָלטאָראַנין, דער 69־יאָריקער באַקאַנטער זשורנאַליסט פֿון ברעזשנעווס תּקופֿה און דער פּרעסע-מיניסטער אין יעלצינס רעגירונג. מיט העכער אַ חודש צוריק האָב איך אין קורצן איבערגעגעבן וועגן די צוגרייטונגען צו די וואַלן פֿאַר אַ נײַעם ראָש־העיר — בירגערמײַסטער פֿון עיר־הקודש ירושלים — די הויפּשטאָט פֿון אונדזער מדינה. דאַן איז עס געווען נאָך פֿאַר די ימים־נוראָים און די דאַטע פֿון די וואַלן האָט אויסגעזען צו זײַן אַ ווײַטע מעטע, ביז דעם 11טן נאָוועמבער הײַיאָר. ווען מ'צערעדט זיך אַמאָל און איך דערמאָן עמעצן, אַז איך שרײַב פֿאַרן ייִדישן "פֿאָרווערטס", קריג איך אָפֿט מאָל אַזעלכע רעאַקציעס: "איך גלייב עס נישט. דער ׳פֿאָרווערטס׳ גייט נאָך אַרויס?!", אָדער: "איך געדענק ווען מײַנע עלטערן פֿלעגן לייענען דעם ׳פֿאָרווערטס׳ יעדן טאָג. אָבער איך קען נישט לייענען קיין ייִדישן אות און מײַן ייִדיש איז צעבראָכן. איך ברעך זיך די ציין איבער יעדן וואָרט." מיט צען יאָר צוריק האָט מען אין "מענדעלע", דעם אינטערנעץ-אַדרעס וווּ מע קיבעצט וועגן ייִדיש, זיך צערעדט וועגן דעם באַגריף "ייִדישלאַנד". דער עיקר, וועגן דעם, פֿון וואַנען דאָס וואָרט בכלל האָט זיך גענומען. יוסף ווײַסמאַן, דער אויסערגעוויינטלעך ערודירטער מענטש און איינער פֿון די טאַטעס פֿון "מענדעלע", האָט דעמאָלט אָנגעוויזן אויף צוויי זאַכן: ערשטנס, אַז דאָס וואָרט איז באַזונדערס פּאָפּולער אין פֿראַנצויזיש-שפּראַכיקע אויסגאַבעס; צווייטנס, אַז דאָס וואָרט באַווײַזט זיך אין אַ טעקסט, וואָס חיים זשיטלאָווסקי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין יאָר 1937. דער אָנגייענדיקער פֿינאַנציעלער קריזיס וואָלט אונדז געמעגט דערפֿירן צו פֿאַרשיידענע שאלות וואָס מיר אַלע (אַרײַנגערעכנט אונדזערע פּאָליטיקער און אינטעלעקטואַלן מכּלערליי מינים) האָבן זיך שוין פֿון לאַנג געווען געדאַרפֿט פֿרעגן: וואָס וועט אייגנטלעך זײַן די צוקונפֿט פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע וואָס שטיצט זיך אַזוי שטאַרק אויפֿן דויערנדיקן כּוח און וווילזײַן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און פֿון מערבֿ־אייראָפּע? טײַערע חזנטע, יעדן דאָנערשטיק, גייט אַרויס אַ גרופּע מיטאַרבעטער פֿון מײַן ביוראָ עסן צוזאַמען וועטשערע. איך האָב הנאה פֿון דער געלעגנהייט זיך בעסער צו באַקענען מיט אַלעמען, און איך קוק אַרויס אויף די דאָזיקע וועטשערעס. לעצטנס, אָבער, פּונקט ווען די פּרײַזן פֿונעם עסן זענען טײַערער געוואָרן, זענען אויך פֿאַרגרעסערט געוואָרן די אַפּעטיטן פֿון יעדן איינעם. מע באַשטעלט פֿאָרשפּײַזן, גרויסע מאָלצײַטן און געטראַנקען. |