|
פּערל לאַנג |
|
מאָנטיק, דעם 17טן נאָוועמבער, 7:00 אין אָוונט, אין ניו־יאָרק, וועט פֿאָרקומען אַ בענעפֿיט לטובֿת דעם "אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" און לכּבֿוד די צוויי מײַסטער פֿון דער ייִדישער טאַנץ־קונסט, פּערל לאַנג און פֿעליקס פֿיביך. דער אָוונט וועט פֿאָרקומען אין Theater 80 St. Mark‘s, וואָס געפֿינט זיך צווישן דער ערשטער און צווייטער עוועניו, 80 סײַנט־מאַרקס פּלייס, אין מאַנהעטן.
"עס איז נישטאָ קיין באַוועגונג אָן אַן עמאָציאָנעלן אָפּקלאַנג אין דער כאָרעאָגראַפֿיע פֿון פּערל לאַנג" — האָט געשריבן אַנאַ קיסלגאָף, די טאַנץ־קריטיקערין פֿון די "ניו־יאָרק־טײַמס". פּערל לאַנג איז איינע פֿון די וויכטיקטסע מאָדערנע טענצערינס און כאָרעאָגראַפֿערינס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט אין אַמעריקע. אַ שיקאַגע־געבוירענע, האָט זי געטאַנצט אין דער לעגענדאַרער מאַרטאַ גראַהאַם־טרופּע צען יאָר לאַנג, איידער זי האָט געשאַפֿן איר אייגענער טרופּע וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט נאָוואַטאָרישע שאַפֿונגען במשך פֿון 50 יאָר. אַגבֿ, איז צווישן אירע סטודענטקעס געווען אַ קורצע צײַט די זינגערין מאַדאָנאַ.
ווי אַ לערערין אין יעיל־אוניווערסיטעט, און אין דער דזשוליאַרד־קאָנסערוואַטאָריע אין ניו־יאָרק, צווישן אַנדערע פּאָזיציעס, האָט זי משפּיע געווען אויף דער גאַנצער מאָדערנער כאָרעאָגראַפֿיע־קונסט. צווישן אירע באַקאַנטע ווערק אויף אַ ייִדישן מאָטיוו: "דער דיבוק", "חנעלע די יתומה", "דעם שנײַדערס מגילה", "תּהילים", "שיר־השירים" און "שירה". זי האָט געטאַנצט אין בראָדוויי־ און אַנדערע טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען, ווי אויך אויפֿגעטראָטן אויף טעלעוויזיע מיט עטלעכע לענגערע טענץ. יאָרן לאַנג שטיצן זי און איר מאַן, דער באַקאַנטער אַקטיאָר יוסף ווײַסמאַן, די ייִדישע קולטור אין לאַנד.
די ערשטע זכרונות וועגן טאַנץ זענען בײַ פֿעליקס פֿיביך פֿאַרבונדן מיט זײַן טאַטן, אַ חזן בײַם מאָדזשיצער רבין. דאָרטן האָט ער פֿון דער נאָענט געזען און זיך געלערנט חסידישע טענץ. ער איז אַנטלאָפֿן פֿון דער וואַרשעווער געטאָ קיין ביאַליסטאָק בײַם אָנהייב פֿון דער מלחמה און זיך געטראָפֿן מיט זײַן טאַנץ־לערערין, יהודית בערג, וועלכע איז באַקאַנט פֿאַר איר כאָרעאָגראַפֿיע פֿאַרן פֿילם "דער דיבוק". זיי האָבן זיך ביידע געלאָזט אויף מיזרח קיין אַשקאַבאַד, אין טורקמעניסטאַן. זיי האָבן חתונה געהאַט און צוריקגעקומען קיין פּוילן נאָך דער מלחמה און אָנגעפֿירט מיט אַ טאַנץ־שול פֿאַר ייִדישע קינדער. אין 1950 זענען זיי געקומען קיין פּאַריז און דערנאָך קיין אַמעריקע.
|
פֿעליקס פֿיביך און יהודית בערג |
|
אין אַמעריקע האָט פֿיביך געאַרבעט אינעם ייִדישן טעאַטער און דערנאָך אויף דער ענגלישער בינע. יהודית בערג איז געשטאָרבן אין 1991. אין דער נײַער קלעזמער־באַוועגונג וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין די 1980ער יאָרן, האָט פֿיביך געפֿונען אַן אָרט ווי אַ מײַסטער־לערער פֿון ייִדישע טענץ און זשעסטן. קיין פּוילן האָט מען אים פֿאַרבעטן אין 1996 אויף דער ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל אין קראָקע. דעמאָלט האָט די פּוילישע טעלעוויזיע געמאַכט וועגן זײַן לעבן און שאַפֿונג אַ פֿילם. אינעם יערלעכן "קלעזקעמפּ" קומט פֿיביך יאָר־אײַן, יאָר־אויס, צו לערנען מיט די באַטייליקטע וועגן ייִדישע טענץ. כאָטש ער איז שוין אין די 90ער יאָרן, באַוועגט ער זיך יוגנטלעך און מיט אַ זעלטענער גראַציעזקייט.
אויף דער ייִדישער בינע האָט ער געשפּילט דאָס לעצטע מאָל אין "גרינע פֿעלדער" אין צפּורה שפּײַזמאַנס טרופּע. די נישט־ייִדישע וועלט קען אים זען אויף טעלעוויזיע־רעקלאַמעס, ווי אויך אויף דער בינע.
אין דער פּראָגראַם פֿונעם בענעפֿיט וועלן אָנטיילנעמען די זינגערין עלענאָר ריסאַ, די קלעזמער־פֿידלערין אַלישאַ סוויגאַלס, די שרײַבערין מרים האָפֿמאַן, און די טענצער סטיווען ווײַנטרויב און אַריאַנאַ סיגאַל. בילעטן קאָסטן 36$ און 18$ פֿאַר סטודענטן. צו באַשטעלן בילעטן, קלינגט אין "קאָנגרעס", 8040־505־212, אָדער מע קען זיי קויפֿן בײַ דער קאַסע.