|
דער ייִדישער קולטור-קאָנגרעס, פּאַריז, סעפּטעמבער 1937 |
|
מיט צען יאָר צוריק האָט מען אין "מענדעלע", דעם אינטערנעץ-אַדרעס וווּ מע קיבעצט וועגן ייִדיש, זיך צערעדט וועגן דעם באַגריף "ייִדישלאַנד". דער עיקר, וועגן דעם, פֿון וואַנען דאָס וואָרט בכלל האָט זיך גענומען. יוסף ווײַסמאַן, דער אויסערגעוויינטלעך ערודירטער מענטש און איינער פֿון די טאַטעס פֿון "מענדעלע", האָט דעמאָלט אָנגעוויזן אויף צוויי זאַכן: ערשטנס, אַז דאָס וואָרט איז באַזונדערס פּאָפּולער אין פֿראַנצויזיש-שפּראַכיקע אויסגאַבעס; צווייטנס, אַז דאָס וואָרט באַווײַזט זיך אין אַ טעקסט, וואָס חיים זשיטלאָווסקי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין יאָר 1937.
דעם דאָזיקן טעקסט האָט חיים זשיטלאָווסקי אָנגעשריבן פֿאַר דעם ייִדישן קולטור-קאָנגרעס, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין סעפּטעמבער 1937 אין פּאַריז. פֿאָרן פֿון אַמעריקע קיין אייראָפּע האָט ער ניט געקענט, צוליב געוויסע פּראָבלעמען מיטן געזונט, אָבער ער איז סײַ-ווי-סײַ געווען דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער צונויפֿקומעניש, וועלכע האָט צוזאַמענגעבראַכט קולטור- און כּלל-טוער פֿון פֿאַרשיידענע לינקע פּאָליטישע שטראָמען, אַרײַנגערעכנט די קאָמוניסטן. נאָך מער — די קאָמוניסטן זײַנען געווען אין צענטער פֿון דער גאַנצער אונטערנעמונג. ניט צופֿעליק איז עס טאַקע אָרגאַניזירט געוואָרן אין פּאַריז, וווּ אויף דער ייִדישער גאַס האָבן די קאָמוניסטן געשפּילט אַן אויסערגעוויינטלעך ממשותדיקע ראָלע. אַ סימן האָט איר: די איינציקע טעגלעכע ייִדישע צײַטונג, וואָס מע האָט אין גאַנצן ארויסגעגעבן אין פּאַריז, איז געווען די קאָמוניסטישע "נײַע פּרעסע", בעת די צווייטע טעגלעכע ייִדישע צײַטונג, "פּאַריזער הײַנט", איז געווען, אין תּוך אַרײַן, אַ סאַטעליט פֿון דעם וואַרשעווער "הײַנט".
פֿאַר וואָס האָט זשיטלאָווסקי און אַ היפּש ביסל אַנדערע ייִדישע אינטעלעקטואַלן זיך געחבֿרט דעמאָלט מיט די קאָמוניסטן? די צײַט איז געווען אַזאַ. פֿאַשיסטן זײַנען געווען אַקטיוו צי אַפֿילו היפּער-אַקטיוו אין אַ צאָל לענדער. האָט מען געטראַכט ניט אַזוי וועגן אידעאָלאָגיע ווי וועגן אָפּשרײַען די גזירה. דערצו האָט מען אין די מיט-1930ער יאָרן שוין קלאָר געזען די סכּנה פֿון אַסימילאַציע, און פֿון דעם האָט מען אויך געוואָלט זיך פֿאַרטיידיקן. בכלל, אַ מין אָפּאָרטוניסטישקייט האָט אַרויסגעשטעקט פֿון דער קאָאָפּעראַציע. וועגן דעם האָט בשעת דעם קאָנגרעס גערעדט דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער-ייִדישער פּראָזאַיִקער דוד איגנאַטאָוו (ניט קיין קאָמוניסט):
"עס זאָל און עס מוז דאָ געזאָגט ווערן, אַז די קאָמוניסטישע גרופּן זענען די לעצטע עטלעכע יאָר די איינציקע, וואָס מאַכן פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור אַן אַקטיוון, פּאָליטישן פֿאַקטאָר. עס איז ניט גראָד דאָס, וואָס זיי געבן אַרויס צײַטונגען, זשורנאַלן און ביכער, דאָס טוען אויך אַנדערע ייִדישע גרופּן און פּאַרטייען. וויכטיק איז דאָס, וואָס זיי זעען אײַן די פּאָליטישע פֿעיִקייט און פּאָליטישע וויכטיקייט פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור."
צווישן די שליסל-ווערטער פֿון דער פּאַריזער אַסיפֿה איז געווען אויך "ייִדישלאַנד". איך וועל ברענגען נאָר דרײַ ציטאַטן, אָנהייבנדיק פֿון זשיטלאָווסקיס ווערטער, אויף וועלכע עס האָט זיך פֿאַררופֿן יוסף ווײַסמאַן. דאָס זײַנען געווען ווערטער, וואָס האָבן אונטערגעשטראָכן די פֿאַרבינדונג צווישן דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, אין 1908, און דעם פּאַריזער קאָנגרעס:
"...די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ איז געווען דורכגעדרונגען מיט דעם גײַסט פֿון קאַמף אַנטקעגן אַסימילאַציע, פֿון קאַמף פֿאַר דער אייגענער נאַציאָנאַלער דערהאַלטונג און ווײַטערער פֿרײַער נאַציאָנאַלער אַנטוויקלונג. דער צוועק פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ איז געווען די באַשאַפֿונג פֿון אַזאַ אַלוועלטלעכער "גײַסטיק-נאַציאָנאַלער היים", אין וועלכער עס זאָלן זיך קענען קולטורעל אויסלעבן אַלע קלאַסן און שיכטן פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק, דעם צעשפּרייטן איבער גאָר דער וועלט; אַ גײַסטיק-נאַציאָנאַלע טעריטאָריע — "ייִדיש-לאַנד" ווערט דאָס איצט אָנגערופֿן — וואָס איר אַטמאָספֿערע איז די פֿרישע געזונטע לופֿט פֿון דער פֿאָלקס-שפּראַך, וווּ מיט יעדן אָטעם וואָס מען אָטעמט, מיט יעדן וואָרט, וואָס מען רעדט אויס, האַלט מען אויף דאָס לעבן, דאָס זײַן אויף דער וועלט ווי אַ פֿאָלק."
דער דיכטער און עסיייִסט דניאל טשאַרני, וואָס האָט דעמאָלט געוווינט אין פּאַריז, האָט באַדויערט, אַז: "עס זענען נאָך פֿאַראַן אַ סך קעגנער און צווייפֿלער פֿון אָט דעם פֿאַרמעסט אונדזערן צו שאַפֿן, ענדלעך, אַ צענטראַלן אַדרעס פֿאַר דעם אַזוי-גערופֿענעם ייִדיש-לאַנד".
און דער טיף-טראַכטנדיקער פּראָזע-מײַסטער יוסף אָפּאַטאָשו, וואָס איז צוזאַמען מיט דוד איגנאַטאָוון, ה. לייוויקן און אַ צאָל אַנדערע פּען-מענטשן געקומען קיין פּאַריז פֿון אַמעריקע, האָט דערקלערט דעם טײַטש פֿון "ייִדישלאַנד": "‘אַשכּנז’ האָט אויפֿגעהערט צו זײַן אַ געאָגראַפֿישער באַגריף, ס'איז געוואָרן אַן אידעיִשער, ס'איז געוואָרן ‘ייִדישלאַנד’." מע קען עס, אפֿשר, אַנטוויקלען ווײַטער: בעת אַשכּנז איז געווען באַפֿעלקערט דורך ייִדן, האָט "ייִדישלאַנד" אַן אַנדער מין באַפֿעלקערונג, דהײַנו: ייִדישיסטן.
הקיצור, ס'איז בלי-ספֿק ניט צופֿעליק, וואָס דווקא אויף פֿראַנצויזיש האָט מען זיך פֿריִער צוגעכאַפּט צום וואָרט "ייִדישלאַנד" — אַ רעשטל פֿון די אידעאָלאָגישע זוכענישן, מיט וועלכע מע האָט קרובֿ פֿאַרן חורבן זיך צונויפֿגעקליבן אין פּאַריז און געפּרוּווט פֿאַרלייגן דאָרטן אַ נײַע קרוינשטאָט פֿאַר ייִדיש. כאַראַקטעריש, אַז צווישן די בויקאָטירנדיקע אָרגאַניזאַציעס און אינסטיטוציעס (דער "פֿאָרווערטס" און דער "אַרבעטער-רינג" האָבן זיך פֿון דעם אויך אויסגעלאַכט) איז געווען דער ייִוואָ. מחמת צו קומען קיין פּאַריז וואָלט געמיינט אַראָפּנעמען די קרוין פֿון ווילנע.