- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
זײַן וויסנשאַפֿטלעכער נאָמען איז Prunus amygdalus; ער געהערט צום זעלביקן מין, Prunus, וואָס די פֿלוים, די קאַרש, דער ווײַנשל, די פֿערשקע און דער אַפּריקאָס. דער מין איז אַ טייל פֿון דער משפּחה רויזנבלומיקע. דער לאַטײַנישער נאָמען פֿונעם מין קערט זיך אָן מיטן ייִדישן וואָרט "פֿלוים", אָבער דאָס איז אַ באַזונדערע מעשׂה. דער נאָמען פֿונעם זגאַל איז אַרײַן אין לאַטײַניש פֿון גרעקיש און ווײַטער זיך צעשפּרייט איבערן קאָנטינענט. נאָר פּונקט ווי דער וועלטשענער נוס, ווערט דער מאַנדל נישט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ נוס ממש, נאָר פֿאַר אַ ביינדלפֿרוכט. נאָר מיר האַלטן זיך, ווי געזאָגט, בײַ דער פֿאָלקס־באָטאַניק. כּידוע איז אַ מאַנדל נישט נאָר אַ פּרי, נאָר אויך אַ טייל פֿונעם גוף, אַ קליינער אָרגאַן וואָס געפֿינט זיך הינטערן גומען און וואָס העלפֿט אָפּצוהיטן דעם גוף פֿון פֿאַרשיידענע קרענק. ער הייסט "מאַנדל", וואָרן זײַן פֿאָרעם דערמאָנט אין דער פּרי מיט דעם נאָמען. דער מקור פֿון כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע טערמינען איז, ווי געזאָגט: גרעקיש -amygdal. אין הײַנטיקן גרעקיש איז amygdalo דער מאַנדל וואָס מע עסט, בשעת amygdali איז דער גוף-טייל. אין דער שול, וווּ איך האָב זיך געלערנט, איז געווען אַ ייִדישער בחור (דאָ וועל איך אים רופֿן מאַרק), אויף וועמען איך האָב תּמיד געקוקט מיט אַ שטיקל קינאה. ערשטנס, איז ער געווען מיט אַ יאָר עלטער. צווייטנס, האָט ער זייער גוט געשפּילט אויף כּלערליי אינסטרומענטן. דריטנס, האָט זײַן משפּחה געהערט צום היגן "באָמאָנד" — דער טאַטע איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר, אָנגעפֿירט מיט אַ קאַטעדרע פֿון מאַרקסיסטיש-לענינישער פֿילאָסאָפֿיע און אויך געשריבן אויף אוקראַיִניש אַנטי-ציוניסטישע ביכער. מיט יאָרן שפּעטער, ווען איך האָב שוין געאַרבעט אין מאָסקווע אין דעם ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" און געקומען צו מײַנע עלטערן, האָבן מיר זיך צופֿעליק באַגעגנט מיטן פּראָפֿעסאָר און ער האָט מיר געזאָגט, אַז זײַן קריטיק פֿון ציוניזם איז געווען די סאַמע פּאָזיטיווע אין גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד. איך האָב זיך נאָך געחידושט, צוליב וואָס ער האָט עס מיר געמוזט זאָגן. אָבער שפּעטער איז מיר קלאָר געוואָרן די סיבה: ער האָט זיך געקליבן צו פֿאָרן קיין ישׂראל און געוואָלט קומען אַהין אַ "ריינער". איך האָב געהערט, אַז אין ישׂראל איז ער, צווישן די רוסיש-רעדנדיקע עולים, געוואָרן אַ פּאָפּולערער לעקטאָר פֿון ייִדישער געשיכטע. איך לייען איצט אַ זאַמלבוך דערציילונגען, איבערגעזעצט אויף ענגליש, פֿון דעם באַוווּסטן סאָוועטישן שרײַבער וואַסילי גראָסמאַן. מע האָט עס מיר צוגעשיקט כ’זאָל אָנשרײַבן אַ רעצענזיע, אַזוי, אַז איך לייען עס "מיט כּוונה". מע האָט די אויסגאַבע שוין געלויבט, און זי פֿאַרדינט עס, כאָטש אייניקע קאָמענטאַרן רופֿן אַרויס אַ שמייכל. למשל, מע דערציילט אַ באָבע-מעשׂה, אַז ס’רובֿ מענטשן האָבן אין רוסלאַנד גענוצט אָנעטשעס (אַ וואַרעם שטיק שטאָף, אַרומצוּוויקלען די פֿיס) אַזש ביז די 1950ער יאָרן, ווען מע איז אַריבער אויף שקאַרפּעטקעס. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן. צום סוף פֿונעם בוך איז געגעבן געוואָרן די כראָנאָלאָגיע פֿון געשעענישן אין גראָסמאַנס לעבן גופֿא, וואָס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו זײַן ביאָגראַפֿיע. כאַראַקטעריש, אַז דער דאָזיקער "פּינקס" הייבט זיך אָן פֿון 1881, כאָטש גראָסמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1905. דאָך, האָט מען באַשלאָסן, אַז די פֿאָרגעשיכטע פֿון זײַן לעבן האָט זיך אָנגעהויבן דעם 13טן מאַרץ 1881, ווען ס’איז דערהרגעט געוואָרן דער רוסישער צאַר אַלעקסאַנדער דער צווייטער. אין אַ "נאָרמאַלן לעבן" קוק איך אַרײַן אין משך פֿון אַ טאָג ניט מער ווי אין איין צײַטונג. אָבער ווען איך פֿלי פֿון אַמעריקע קיין אייראָפּע צי פֿאַרקערט, האָב איך צײַט צו לייענען אַזעלכע זאַכן, בפֿרט אויב איך פֿאַרגעס (צי וויל ניט) מיטשלעפּן קיין בוך, און אויב קיין לײַטישע פֿילמען זײַנען ניטאָ אין דער פֿאַרווײַלונג-פּראָגראַם. דאָס מאָל איז מיט די פֿילמען געווען גאָר שלעכט. איך האָב געקוקט נאָר איין קינאָ-ווערק, Morning Glory ("פֿרימאָרגן-גלאָריע"), וואָס האָט בײַ מיר איבערגעלאָזט אַ שווערן נאָכטעם. אַ חוץ כּלערליי נאַרישקייטן, טראָגט דער פֿילם אַזאַ גוואַלדיקע אידעע: די טעלעוויזיע נייטיקט זיך ניט, לכל-הפּחות אין דער פֿרי, אויף אַ ניכטערן מאָגן, אין קיין ערנסטע פּראָגראַמען. רק פֿאַרווײַלונג האָט די רעכט צו בלײַבן אויפֿן עקראַן. אפֿשר בין איך פּשוט אַלט פֿאַר אַזעלכע פֿילמען. קריטיקער שרײַבן דאָך לעצטנס, אַז די הײַנטיקע האָליוווּד-פּראָדוקציע אָריענטירט זיך, דער עיקר, אויף יונגע מענטשן צי קינדער. הקיצור, האָב איך געלייענט צײַטונגען. אַ לאָנדאָנער צײַטונג האָט מיך געמאַכט קליגער וועגן מײַן בלוט. אין מיר צירקולירט די AB-גרופּע, וועלכע איז אַ רעלאַטיוו זעלטענע זאַך. לאָזט זיך אויס, אַז מיט אַזאַ רויטער (צי אַפֿילו בלויער?) פֿליסיקייט דאַרף איך האָבן אַ נטיה צו קונסט, אָבער גלײַכצײַטיק איז שווער פֿאָרויסצוזאָגן מײַן אויפֿפֿירונג. מיך פֿרייט, אַז איך האָב ניט די A-גרופּע, וועלכע מע האָט אין נאַצי-דײַטשלאַנד געהאַלטן פֿאַר אַ סימן פֿון "אַריִיִשקייט", כאָטש מײַן גרופּע מאַכט העכער מײַן שאַנס צו אַנטוויקלען געוויסע קרענק. מײַן קאָלעגע יעקבֿ לאָנדאָן און איך האָבן שוין ניט איין מאָל געשריבן וועגן דער מאַסן-עקזעקוציע פֿון פּוילישע בירגער, מערסטנטייל אָפֿיצירן, וועלכע איז אַרײַן אין דער געשיכטע אונטער דעם נאָמען "קאַטין" — אַזוי הייסט דאָס רוסישע דאָרף אין דער סמאָלענסקער געגנט, לעבן וועלכן מע האָט מיט 70 יאָר צוריק אומגעבראַכט טויזנטער אָפֿיצירן, צווישן וועלכע עס זײַנען געווען אויך הונדערטער ייִדן. זינט אַפּריל 2010 איז דאָס דאָזיקע אָרט פֿאַרבונדן נאָך מיט איין טראַגעדיע: דער פּוילישער פּרעזידענט לעך קאַטשינסקי, זײַן פֿרוי און צענדליקער אַנדערע לײַט, דער עיקר הויכגעשטעלטע, זײַנען אומגעקומען אין אַן אַוויאַ-קאַטאַסטראָפֿע, אויפֿן וועג צום קאַטינער מעמאָריאַל. איך האָב די טעג געלייענט קאָרעקטורן פֿון אַ נײַ בוך, וואָס האָט אַ טוץ מחברים. האָב איך עס איבערגעלייענט און אָפּגעשיקט, און נאָר אין אַ פּאָר טעג אַרום זיך געכאַפּט, אַז מיר אַלע האָבן פֿאַרזען אַ טעות: דער נאָוועליסט פֿויכטוואַנגער טראָגט בײַ אונדז דעם נאָמען לעאָן, וואָס איז ניט ריכטיק. זײַן אמתער נאָמען איז געווען ליִאָן. מע וועט עס, מירטשעם, פֿאַרריכטן, דאָס בוך איז נאָך ניט אַוועק אין דרוקערײַ. אָבער איך מיין, אַז דער דאָזיקער גרײַז און דער פֿאַקט אַליין, וואָס אַזוי פֿיל גוט-אָנגעלייענטע אויגן האָבן עס דורכגעלאָזט, אַנטפּלעקט דעם מצבֿ פֿון פֿויכטוואַנגער און זײַנע ווערק אין דעם הײַנטיקן לעבן: ליִאָן פֿויכטוואַנגער (1884—1958) איז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן, בפֿרט אין דער ענגליש-שפּראַכיקער סבֿיבֿה. מיט זעכציק יאָר צוריק, דעם 23סטן נאָוועמבער 1950, האָט מען אין מאָסקווע דערשאָסן צוויי ייִדישע זשורנאַליסטן: שמואל פּערסאָוו און מירע אײַזענשטאַטד. ביידע האָבן געאַרבעט פֿאַר דער ייִדישער צײַטונג "אייניקייט", וועלכע איז מיט צוויי יאָר פֿריִער פֿאַרמאַכט געוואָרן ווי אַ טייל פֿון דער ליקווידאַציע פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס איז שוין לאַנג געווען ווי אַ דאָרן אין מלוכישן אויג. די פֿירנדיקע טוער פֿון דעם קאָמיטעט וועט מען דערשיסן שפּעטער, דעם 12טן אויגוסט 1952. אָבער מיט פּערסאָוון און זשעלעזנאָוואַ האָט מען זיך אָפּגערעכנט סוף 1950. מע קען זאָגן, אַז דעם 150סטן יוביליי פֿון שלום אַשן האָט מען הײַיאָר כּמעט ניט באַמערקט. אָנהייב יאָר האָב איך עס דערמאָנט אין אונדזער צײַטונג, אָבער דער ענגלישער "פֿאָרווערטס", אַ שטייגער, האָט (אויב איך פּלאָנטער ניט) וועגן דעם יובֿל אין גאַנצן ניט געשריבן, כאָטש דעם ענגליש-רעדנדיקן עולם איז דאָ וואָס צו זאָגן וועגן דעם שרײַבער, וועמענס ביכער מען האָט איבערגעזעצט און זשעדנע געלייענט איבער גאַנץ אַמעריקע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַש איז בשעתּו געווען דער סאַמע באַרימטער מחבר פֿון "פֿאָרווערטס". צוליב זײַנע ווערק פֿלעגן די צײַטונג לייענען אַפֿילו אַזעלכע לײַט, וועלכע זײַנען געווען אידעאָלאָגישע קעגנער פֿון דעם "פֿאָרווערטס"-שניט פֿון סאָציאַליזם. איך האָב שוין געשריבן וועגן דעם ייִדישן זשורנאַליסט א. ליטווין (שמואל הורוויץ, 1862—1943), וואָס איז אין 1901 געקומען קיין אַמעריקע, געשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס" און אַנדערע צײַטשריפֿטן. אין די יאָרן 1905—1914 האָט ער געוווינט אין וואַרשע און ווילנע, געדרוקט אַ סך אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס" אין געווען אַ מיזרח-אייראָפּעיִשער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג. אין 1914 האָט ער זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע. זײַנע אַרטיקלען פֿלעגן זיך אויך ווײַטער אָפֿט באַווײַזן אין דער צײַטונג. ווען מע לייענט דעם "פֿאָרווערטס" פֿאַר די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווי אויך שפּעטער, ביז 1922, זעט מען גלײַך, אַז איינער פֿון די אַקטיווסטע שרײַבער פֿון דער צײַטונג איז געווען משה אָלגין (1878—1939). ענציקלאָפּעדישע אויסגאַבעס ברענגען אַ ביסל פֿאַרשיידענע דאַטעס פֿאַר וויכטיקע געשעענישן אין זײַן לעבן: זײַנע יאָרן פֿון שטודירן אין קיִעוו, הײַדעלבערג און — לסוף — ניו-יאָרק, וווּ ער האָט אין דעם קאָלומביע-אוניווערסיטעט פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע וועגן רוסישער ליטעראַטור. אין דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס", ווי אויך פֿון דער גאַנצער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור, פֿאַרנעמט אַ ממשותדיק אָרט דער ייִדישער שרײַבער-פֿאַראיין, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון י. ל. פּרצן. ייִדישע פּענמענטשן האָבן, בכלל, געהאַט אַזאַ נטיה — צו פֿאַראייניקן זיך, כּדי העלפֿן איינער דעם אַנדערן. אָפֿט מאָל פֿלעגט מען שאַפֿן אָרגאַניזאַציעס צוזאַמען מיט ייִדישע קינסטלער, ווײַל דאָס איז געווען אַ קרובֿישע סבֿיבֿה. אין מײַן פֿאָרשונג איז מיר אויסגעקומען צו באַשעפֿטיקן זיך מיט עטלעכע אַזעלכע קרײַזן — אין מאָסקווע, בערלין וכ’. איצט, ווען קיין צײַט-גרענעצן פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציע עקסיסטירן כּמעט ניט, איז אָפֿט מאָל שווער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די קאַנאַלן פֿון פֿאַרבינדונגען האָבן פֿונקציאָנירט מיט אַ הונדערט יאָר צוריק. איך פֿאַרשטיי עס אַזוי: די פּאָסט האָט דעמאָלט געאַרבעט אַ סך בעסער ווי איצט. לעצטנס האָב איך אַ פּאָר מאָל געשיקט בריוו קיין טאָראָנטאָ און באַקומען פֿון דאָרטן בריוו. געדויערט האָט עס יעדעס מאָל בערך צוויי וואָכן. מיט ענגלאַנד איז עס בעסער — אַרום אַ וואָך. האָב איך טאַקע אַ חשד, אַז בריוו פֿון ניו-יאָרק קיין קאַנאַדע גייען לויט די אַלטע קאָלאָניאַלע מאַרשרוטן, דאָס הייסט, דורך ענגלאַנד. |