דער קאָסמאָנויט געאָרגי בערעגאָוואָי אין רעדאַקציע ""סאָוועטיש היימלאַנד" |
אין דער שול, וווּ איך האָב זיך געלערנט, איז געווען אַ ייִדישער בחור (דאָ וועל איך אים רופֿן מאַרק), אויף וועמען איך האָב תּמיד געקוקט מיט אַ שטיקל קינאה. ערשטנס, איז ער געווען מיט אַ יאָר עלטער. צווייטנס, האָט ער זייער גוט געשפּילט אויף כּלערליי אינסטרומענטן. דריטנס, האָט זײַן משפּחה געהערט צום היגן "באָמאָנד" — דער טאַטע איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר, אָנגעפֿירט מיט אַ קאַטעדרע פֿון מאַרקסיסטיש-לענינישער פֿילאָסאָפֿיע און אויך געשריבן אויף אוקראַיִניש אַנטי-ציוניסטישע ביכער.
מיט יאָרן שפּעטער, ווען איך האָב שוין געאַרבעט אין מאָסקווע אין דעם ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" און געקומען צו מײַנע עלטערן, האָבן מיר זיך צופֿעליק באַגעגנט מיטן פּראָפֿעסאָר און ער האָט מיר געזאָגט, אַז זײַן קריטיק פֿון ציוניזם איז געווען די סאַמע פּאָזיטיווע אין גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד. איך האָב זיך נאָך געחידושט, צוליב וואָס ער האָט עס מיר געמוזט זאָגן. אָבער שפּעטער איז מיר קלאָר געוואָרן די סיבה: ער האָט זיך געקליבן צו פֿאָרן קיין ישׂראל און געוואָלט קומען אַהין אַ "ריינער". איך האָב געהערט, אַז אין ישׂראל איז ער, צווישן די רוסיש-רעדנדיקע עולים, געוואָרן אַ פּאָפּולערער לעקטאָר פֿון ייִדישער געשיכטע.
אָבער ניט דאָס בין איך אויסן. איך וויל זיך אומקערן צו די 1960ער יאָרן. דעמאָלט האָט דער קלאַס, וווּ מאַרק, דעם פּראָפֿעסאָרס זון, האָט זיך געלערנט, געוווּנען דאָס ערשטע אָרט אין עפּעס אַ גרויסן און קאָמפּליצירטן קאָנקורס. ווי אַ מתּנה, איז צו זיי, דעם בעסטן קלאַס אין לאַנד, געקומען אַ קאָסמאָנויט, פּאַוועל פּאָפּאָוויטש, איינער פֿון די סאַמע ערשטע. אַרום פּאָפּאָוויטשעס קומען האָט זיך אין דער שטאָט געמאַכט אַ גאַנצער יום-טובֿ. מײַן קינאה צו מאַרקן איז נאָך שטאַרקער געוואָרן, ווײַל ער האָט זיך געדרייט לעבן דעם גאַסט, און איך בין געווען איינער פֿון די אָרעמע קרובֿים אויף דער גאַנצער חתונה.
צו קאָסמאָנויטן האָט מען זיך טאַקע באַצויגן מיט גרויס דרך-ארץ און אַפֿילו מיט ליבע, בפֿרט נאָך, אַז זיי זײַנען געווען, בדרך-כּלל, סימפּאַטישע יאַטן. לעגענדאַר איז געוואָרן יורי גאַגאַרינס שמייכל. און די איבעריקע האָבן אויך געהאַט חן. אַ סבֿרא, אַז מע האָט זיי אַזוי אונטערגעקליבן — מענטשן אָן אַ גאַל. און נאָך איצט דערמאָן איך זיך יעדן יאָר, אַז דעם 12טן אַפּריל איז דער ערשטער מענטש, יורי גאַגאַרין, אַוועק אין אַ קאָסמאָס-נסיעה. געווען איז עס מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, אין 1961. ניט ווײַט פֿון דעם הויז, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן, האָט זיך גלײַך באַוויזן אַ "קאָסמאָנויטן-גאַס", און זי הייסט אַזוי, אויף וויפֿל איך ווייס, ביזן הײַנטיקן טאָג.
ייִדן האָבן, פֿאַרשטייט זיך, געוואָלט האָבן אַן אייגענעם חלק אין דעם גאַנצן ענין. מע האָט זיך צוגעקוקט צו די נעז און זיך צוגעהערט צו די נעמען פֿון די קאָסמאָנויטן. אפֿשר איז ער אַ ייִד? אָדער, לכל-הפּחות, אַ האַלבער ייִד? גלײַך ווי מע האָט ניט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז דעם קאָסמישן רוים האָט מען געקענט באַפֿעלקערן אָן ייִדן. אָבער קיין קלאָרע דיבורים האָט די סאָוועטישע מעדיאַ וועגן דער ייִדישקייט צי ניט-ייִדישקייט פֿון די העלדישע יאַטן ניט געפֿירט.
אַ באַזונדערן וועזן האָט פֿון די קאָסמאָנויטן געמאַכט דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". ס׳איז געווען דאָרט אַזאַ אָפּטייל, וועלכער האָט געהייסן "אונדזער קאָסמאָס-ווינקל". געדרוקט האָט מען דאָרטן אָדער דאָקומענטאַלע דערציילונגען וועגן די קאָסמאָנויטן, אָדער מע האָט איבערגעזעצט פֿון רוסיש זייערע זכרונות. די רעדאַקטאָרן פֿלעגן זיך באַגעגענען מיט אייניקע קאָסמאָנויטן, געהאַט אַפֿילו מיט זיי פֿרײַנדלעכע באַציִונגען. וואָס שייך "אונדזער קאָסמאָס-ווינקל", איז עס געווען אַ סחורה, אויסגערעכנט אויף דעם אויסלענדישן לייענער פֿון דעם זשורנאַל, ווײַל די סאָוועטישע לייענער האָבן אַזעלכע מעשׂיות געהערט און געלייענט, דער עיקר, אויף רוסיש. איך האָב זיי, דאַכט זיך, קיין מאָל ניט געלייענט, און מײַנע עלטערן האָבן זיך צו זיי אויך ניט צוגערירט.
איצט ווייסן מיר, אַז צווישן די ערשטע קאָסמאָנויטן איז טאַקע געווען אַ ייִדן — זײַן מוטער איז געווען אַ ייִדישע. באָריס וואָלינאָוו האָט זיך באַטייליקט אין צוויי קאָסמאָס-נסיעות, אין 1969 און 1976. אין די יאָרן 1983—1990 האָט ער קאָמאַנדעוועט מיט דער גאַנצער סאָוועטישער קאָסמאָס־מחנה. געבוירן איז ער אין יאָר 1934 אין דער סיבירער שטאָט אירקוטסק, געוואָרן אַ מיליטערישער פּילאָט, און פֿון אַזעלכע מענטשן האָט מען רעקרוטירט קאָסמאָנויטן. מע זאָגט, אַז זײַן האַלב-ייִדישקייט האָט אים לענגער ווי עס האָט געדאַרפֿט זײַן פֿאַרהאַלטן אין רעזערוו, כאָטש אין אַלע פּאַפּירן זײַנע איז וואָלינאָוו געווען פֿאַרשריבן ווי אַ רוס, לויט דעם פֿאָטערס נאַציאָנאַליטעט. הײַנט, אָבער, האַלט מען אים פֿאַר אַ ייִדישן קאָסמאָנויט, און ער איז ניט קעגן אַזאַ אַפֿיליִאַציע. מע רופֿט אים פֿון מאָל צו מאָל קיין ישׂראל. אַזוי, אַז די ייִדן פֿון מײַן קינדהייט האָבן זיך ניט אומזיסט צוגעקוקט צו די נעז און זיך צוגעהערט צו די נעמען.