- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין אייראָפּע איז געגרינדעט געוואָרן דער אייראָפּעיִשער ייִדישער פּאַרלאַמענט, וועלכער וועט באַשטיין פֿון 120 דעפּוטאַטן, וואָס זײַן פּרעזידענט וועט זײַן איגאָר קאָלאָמאָיסקי, אַ ביליאָנער פֿון אוקראַיִנע. די אייראָפּעיִשע "כּנסת" וועט זיך געפֿינען אין בריסל, וווּ עס געפֿינט זיך די שטאַב־קוואַרטיר פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. די וואָך איז אין פּאַריז פֿאָרגעקומען דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר אויפֿן אייראָפּעיִשן ייִדישן פֿאָרום. פֿון צענדליקער לענדער זײַנען געקומען דעלעגאַציעס פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. פּאַריז, זאָגט מען, איז שוין שווער מיט עפּעס איבערראַשן, אָבער אַזוינס האָט נאָך פּאַריז ביז אַהער נישט געזען. בײַ דער דערעפֿענונג פֿונעם פֿאָרום האָט די דעלעגאַטן באַגריסט דער ראָש פֿון די פֿראַנצויזישע ייִדן, פּיער בעסנאַנו. ער האָט אויך איבערגעלייענט די באַגריסונג פֿונעם ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּערעס, וווּ עס ווערט באַטאָנט, אַז אַזאַ פֿאָרום איז זייער וויכטיק הײַנט פֿאַר אַ נײַעם דיאַלאָג צווישן ישׂראל און אייראָפּע. פֿון דעם פֿאָלקלאָריסטישן אוצר, און נישט נאָר פֿון דעם ייִדישן, איז זייער פּאָפּולער דאָס ווערטל, אַז "בעסער שפּעטער ווי קיינמאָל, האָט געזאָגט אַ ייִד ווען ער האָט פֿאַרשפּעטיקט צו דער באַן". אַ ייִד אַן אויסטויגער זוכט אַן אַלטערנאַטיוון אויסוועג, אַן אַנדערן טראַנספּאָרט־מיטל אָנצוקומען באַצײַטנס, אָדער וואָס גיכער, צום ציל פֿון זײַן נסיעה. דאַקעגן אַ טויגעניכטס, אַ שלימזל אָדער אַ בטלן אָן איניציאַטיוו, קלײַבט אויס, געוויינטלעך, די צווייטע ברירה: ער וואַרט אויף אַ צווייטער געלעגנהייט, אויף אַ נס, אויף דער קומענדיקער באַן. געשעט אָבער נישט זעלטן, אַז דער קומענדיקער צוג פֿאַרשפּעטיקט אָדער איז אַ שנעלצוג, וואָס שטעלט זיך נישט אָפּ אויף דער געגעבענער סטאַציע, און דער מענטש בלײַבט מיטן בלויזן ווערטל, אַז "בעסער שפּעטער איידער קיינמאָל"... אַזוי זעט אויס די איצטיקע רעגירונג פֿון בנימין נתניהו, וועלכע האָט דעם 1טן אַפּריל פֿאַרענדיקט די ערשטע העלפֿט פֿון איר קאַדענץ: אַ זעלבסצופֿרידענע פֿון איר עצם אויסהאַלטן און איבערלעבן אַלע שטרויכלונגען און קריזיסן און דעם דרוק פֿון אינעווייניק און פֿון דרויסן, פֿון איבערלעבן די שׂרפֿות אַרום אונדז. געהערט, אַז עס שפּילט אַזאַ פֿילם ווי "אַ מתּנה סטאַלינען", בין איך געווען אַ בעלנטע דאָס צו זען. מיר זײַנען אָנגעקומען אין קינאָ, ווען מען האָט געוויזן דעם פֿילם צום לעצטן מאָל. אָבער פֿאַר די, וואָס זײַנען גאַנצע שמעלקעס מיט דער אינטערנעץ, וועט עס זיכער נישט זײַן קיין מניעה. דאָס לעצטע מאָל וואָס איך האָב געזען אַ פֿילם מיט קאַזאַכסטאַן, איז עס געווען נישט מער ווי אַן אָנשטעל, אַ מאַכערײַקע, אַ לאַכערײַקע מיט יאַשטשערקעס וווּ דער העלד פֿונעם פֿילם איז געווען נישט קיין אַנדערער ווי סאַשאַ באַראָן־כּהן, און דער פֿילם האָט געהייסן "באָראַט." אָבער דאָס מאָל איז עס געווען עכט, אַכצן קאַראַטיק, אין קאַזאַכסטאַן, איינע פֿון די רעפּובליקן אונטערן סאָוועטישן רעזשים און אונטער זייער לאַפּע. דאָס יאָר איז 1949, ווען די סאָוועטן האָבן זיך נישט אויפֿגעהערט צו איזדיעקעווען איבער זייער באַפֿעלקערונג, און מיינט נישט, אַז דער דיקטאַטאָר פֿון ליביע, מואַמאַר קאַדאַפֿי, האָט דערפֿינדן דעם מיטל אויסצוראָטן די אייגענע בירגער. פֿאַר אונדזערע אויגן באַווײַזן זיך טאַקע וואַגאָנען, פּונקט אַזעלכע ווי די נאַציס האָבן גענוצט בײַם אָפּפֿירן די ייִדישע קרבנות קיין אוישוויץ, טרעבלינקע און אַ שלל מיט אַנדערע טויטלאַגערן. און ווי נאָר די איבערגעלאָדענע וואַגאָנען מיט מענטשן־פֿראַכט באַווײַזן זיך אין קאַזאַכסטאַן, באַפֿאַלן זיי אָרעמע און פֿאַרוואָרלאָזטע קינדער־יתומים, מיט קרוגן אין די הענט און זיי שרײַען: שוין יאָרן לאַנג וואָס ייִדישע בחורים און מיידלעך קענען זוכן אַ שידוך דורך דער אינטערנעץ. אַ דאַנק דער נײַער וועבזײַט, JMom.com , קענען זייערע מאַמעס דאָס איצט טאָן פֿאַר זיי. די וועבזײַט איז געגרינדעט געוואָרן פֿון בראַד ווײַסבערג, אַ גרונט־הענדלער אין שיקאַגע, אילינוי, און זײַן שוועסטער, דאַניעל, מיט דער הילף פֿון אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירער. ווי אַזוי זענען זיי געקומען צו דעם געדאַנק? מיט אַ יאָר פֿריִער, נאָך דעם ווי בראַד האָט זיך פֿאַרשריבן אויף איינעם פֿון די ייִדישע שדכנות־וועבזײַטן, און נישט געהאַט קיין מזל, האָט זײַן מאַמע, באַרבאַראַ ווײַסבערג, אים געפֿרעגט, צי זי וואָלט געקאָנט אפֿשר איבערלייענען זײַן פּראָפֿיל אויף דער וועבזײַט, און פּרוּוון אויסזוכן אַ מיידל פֿאַר אים. סוף־כּל־סוף, האָט בראַד נאָכגעגעבן, און זי האָט זיך אַוועקגעזעצט בײַם קאָמפּיוטער. מיט צוויי שעה שפּעטער איז בראַד צוריקגעקומען און דערזען, ווי די מאַמע זיצט נאָך דאָרט. דערצו האָט זי אים געוויזן די פּראָפֿילן פֿון צען מיידלעך פֿאַר אים. ווען ער האָט זיי איבערגעלייענט, זענען ס׳רובֿ פֿון זיי אים טאַקע געפֿעלן געוואָרן. עד־היום פֿאַרמאָגן מיר ניט קיין געשיכטע פֿון ייִדישער קונסט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די סיבות דערצו זײַנען סײַ פֿונעם מעטאָדאָלאָגיש־טעאָרעטישן, סײַ פֿונעם פּראַקטישן מין. פֿון איין זײַט, איז עס ניט קלאָר, ווי אַזוי צו באַשטימען ייִדישקייט אין קונסט. אַוודאי זײַנען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען אַ סך ייִדישע קינסטלער, אָבער צי איז עס באַרעכטיקט צו פֿאַראייניקן זיי אַלע אונטער דער רובריק "ייִדישע קונסט"? אַזאַ צוגאַנג קאָן אַפֿילו פֿאַרטײַטשט ווערן ווי אַן אַנטיסעמיטישער, אָדער פֿאַרקערט — אַ נאַציאָנאַליסטישער — בפֿרט, ווען מען וויל דורכפֿירן אַ מחיצה צווישן דער "רוסישער" און דער "ניט־רוסישער" קונסט. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מען עד־היום ניט קיין פֿאַרלאָזלעכן קאָרפּוס פֿון די קונסטווערק, וואָס וואָלטן געווען מעגלעכע קאַנדידאַטן אויף אַ פּאָזיציע אין אַזאַ מין געשיכטע. דאָס רובֿ פֿון זיי געפֿינען זיך אין פּריוואַטע זאַמלונגען אין רוסלאַנד און אין אַנדערע לענדער. אָבער אָנהייבן טראַכטן וועגן דעם, ווי אַזוי וואָלט מען געקאָנט אָנשרײַבן די דאָזיקע געשיכטע, וואָלט טאַקע געווען מעגלעך. מען קאָן אָנהייבן פֿון די קינסטלער, וואָס געהערן בלי־ספֿק צו דעם "קרן" פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קונסט. צו זיי געהערן: תּנחום קאַפּלאַן, הערש אינגער, דמיטרי ליאָן, מאיר אַקסעלראָד, מענדל גאָרשמאַן. זיי אַלע דערווײַזן אַ געוויסע סטיליסטישע קרובֿהשאַפֿט מיט דער קינסטלערישער טראַדיציע פֿון ייִדישן אַוואַנגאַרד, וואָס האָט אויפֿגעבליט אין סאָוועטן־לאַנד גלײַך נאָך דער רעוואָלוציע. אין דער פֿאָריקער פּרשה, "תזריע", איז געגאַנגען אַ רייד וועגן דעם געבורט פֿון קינדער און וועגן דעם צרעת — אַ מיסטעריעזע הויט־קראַנקייט, וואָס ווערט געוויינטלעך איבערגעזעצט ווי "לעפּרע". די חז״ל דערקלערן אָבער, אַז די דאָזיקע קראַנקייט האָט עקזיסטיקט בלויז אין די תּנ״כישע צײַטן, ווי אַ שטראָף פֿאַר רעדן לשון־הרע — ווי עס איז געשען מיט מרים, וועלכע האָט שלעכט גערעדט קעגן איר ברודער, משה. דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, "מצורע", קלינגט ווי "מצא רע" — "ער האָט אַרויסגעבראַכט שלעכטס"; אַזאַ נאָמען איז מרמז אויף דעם חטא פֿון לשון־הרע. דאָס צרעת איז מטמא געווען דעם קראַנקן; כּדי זיך אָפּצורייניקן, האָט מען געמוזט דורכפֿירן אַ גאַנצע סעריע ספּעציפֿישע קאָמפּליצירטע ריטואַלן, וואָס וועגן זיי עס ווערט דערציילט אין דער הײַנטיקער פּרשה. ווײַטער ווערט אין דער סדרה דערקלערט אַן אַנדער מין צרעת — אויף די ווענט פֿון אַ הויז. ווען די גרינע אָדער רויטע פֿלעקן האָבן זיך געוויזן אויף די ווענט בלויז אויף עטלעכע טעג, וואָלט מען געקאָנט אויסרייניקן דאָס הויז דורך אַן ענלעכן ריטואַל, מיט צוויי פֿייגעלעך און ספּעציפֿישע פֿלאַנץ־מאַטעריאַלן. אין געוויסע פֿאַלן, ווען די פֿלעקן האָבן זיך ווידער פֿאַרשפּרייט אויף די ווענט, האָט מען געמוזט צעשטערן דאָס גאַנצע הויז. די חז״ל זאָגן אָבער, אַז דאָס איז געווען אַ גוטער סימן פֿון אַ באַהאַלטענעם אוצר, וועלכער איז געלעבן באַגראָבן אונטערן הויז. מיט וועלכן ווערק זאָל מען אָנהייבן אַן עסיי וועגן באַשרײַבונגען פֿון ייִדישע מינהגים אין דער ייִדישער ליטעראַטור? אַ סך מעגלעכקייטן קען מען פֿאָרלייגן, אָבער איך וואָלט געשטימט פֿאַר משה־אַהרן שאַצקעס בוך "דער ייִדישער פֿאַר־פּסח: אָדער מנהג ישׂראל", אַ בוך, וואָס אין זײַן צײַט, האָט מען געלייענט, פּונקט ווי י. י. לינעצקיס שטאַרק אַנטי־חסידיש ווערק "דאָס פּוילישע ייִנגל", אין אַלע ווינקלען און עטלעכע אויפֿלאַגעס זענען אַרויסגעגעבן געוואָרן. משה־אַהרן שאַצקעס (זײַן אמתער נאָמען איז געווען מ. זעליקאָוויטש) איז געבוירן געוואָרן אין קאַרלין אין 1825 און געשטאָרבן אין קיִעוו אין 1899. דאָס בוך "דער ייִדישער פֿאַר־פּסח" האָט ער אָנגעשריבן אינעם משׂכּילישן גײַסט, מיט חוזק, סאַטירע און איראָניע לגבי דעם טראַדיציאָנעלן לעבן פֿונעם ייִד אין שטעטל. פּראָפֿ׳ דן מירון האָט לאַנצירט דעם טערמין "אַנטי־פֿאָלקלאָר", וואָס שייך די משׂכּילישע שרײַבער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, וועלכע האָבן אויסגעלאַכט די גלייבענישן, פֿירעכצן און מינהגים פֿונעם אַלטן שטייגער־לעבן. מירונס באַגריף איז פּונקט צוגעפּאַסט אין דעם פֿאַל. שאַצקעס שרײַבט: "באמת האָבן באַדאַרפֿט אונדזערע ייִדן נאָכגיין אונדזער טײַערן פֿאָטער אַבֿרהם. יעדע זאַך באַקלערן מיטן שׂכל־הישר, זען צו באַטראַכטן יעדער מינהג, יעדער פּאַראַדאָקס — צי האָט ער עפּעס אַ ממש, אָדער ניין? צי איז ער באמת אַ דין־תּורה, אָדער גלאַט אַ שטיקל חומרא און אַ פּוסק אַ פֿאַנאַטיקער, וואָס האָט קיין חס ניט אויף ייִדיש געלט, אויף זייערע מי און מאַטערניש". רעננה, אין מדינת־ישׂראל, איז אַ שטאָט פֿון אַ מיטלמעסיקער גרייס; און דאָך איז פֿאַראַן דאָרט אַ סימפֿאָנישער אָרקעסטער. אין די לעצטע וואָכן איז דער רעננה־אָרקעסטער געוואָרן אײַנגעלאַדן צו געבן אַ קאָנצערט פֿאַרן עולם פֿון אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. דער־אָ קאָנצערט איז מצד דער אייראָפּעיִשער איינהייט אַ זשעסט — אייראָפּע טוט זיך פֿאַרנייגן פֿאַר אַלמאַ ראָזע, דער גרויסער ייִדישער פֿידלערין און דיריגענטין וואָס איז אַוועק פֿון דער וועלט אין אוישוויץ. די שליחות צו באַערן דאָס קינסטלערישע לעבן פֿון אַלמאַ ראָזע, די לייטערין פֿון אַ פֿרויען־אָרקעסטער, דעם־אָ קדיש־בציבור איז דערלאַנגט געוואָרן דעם סימפֿאָנישן אָרקעסטער פֿון רעננה. שוידערלעך עפּעס קלינגט דער פֿאַקט, אַז אויף דער אוישוויץ־פּלאַנעטע, וווּ דאָס טאָג־טעגלעכע "לעבן" איז געווען טויט, זענען געווען לאַגערניקעס וואָס זייער אויפֿלאַגע פֿלעגט זײַן שפּילן מוזיק. אָט, אַלמאַ ראָזע, זי האָט אין אוישוויץ אָנגעפֿירט מיט אַן אָרקעסטער פֿון פֿערציק פֿרויען... וועגן דעם־אָ מאָדנעם ענין דערשײַנען די לעצטע יאָרן ביכער, גבֿית־עדות, פֿילמען און אַפֿילו אַן אָפּערע. אַ רײַכער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע איז די פֿאַרנעמיקע אַרבעט פֿונעם מוזיקאָלאָג ריטשאַרד ניומאַן — "אַלמאַ ראָזע, ווין 1906 — אוישוויץ 1944", 500 ז׳ באָן (דײַטשלאַנד), 2003. ריטשאַרד ניומאַן שילדערט די יאָרן פֿון מוזיקאַלישן לעבן אין ווין בסוף 19טן יאָרהונדערט. ער באַקענט אונדז מיט דער משפּחה פֿון אַלמאַ ראָזע, איר קינדהייט, אירע ערשטע מוזיק־דערפֿאָלגן ביז דעם אַרײַנמאַרש פֿון די נאַציס קיין עסטרײַך; מיר באַקענען די יאָרן פֿון גלות... און מען דערפֿילט דעם שוידער פֿון אוישוויץ־לאַגער... אין דער שול, וווּ איך האָב זיך געלערנט, איז געווען אַ ייִדישער בחור (דאָ וועל איך אים רופֿן מאַרק), אויף וועמען איך האָב תּמיד געקוקט מיט אַ שטיקל קינאה. ערשטנס, איז ער געווען מיט אַ יאָר עלטער. צווייטנס, האָט ער זייער גוט געשפּילט אויף כּלערליי אינסטרומענטן. דריטנס, האָט זײַן משפּחה געהערט צום היגן "באָמאָנד" — דער טאַטע איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר, אָנגעפֿירט מיט אַ קאַטעדרע פֿון מאַרקסיסטיש-לענינישער פֿילאָסאָפֿיע און אויך געשריבן אויף אוקראַיִניש אַנטי-ציוניסטישע ביכער. מיט יאָרן שפּעטער, ווען איך האָב שוין געאַרבעט אין מאָסקווע אין דעם ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" און געקומען צו מײַנע עלטערן, האָבן מיר זיך צופֿעליק באַגעגנט מיטן פּראָפֿעסאָר און ער האָט מיר געזאָגט, אַז זײַן קריטיק פֿון ציוניזם איז געווען די סאַמע פּאָזיטיווע אין גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד. איך האָב זיך נאָך געחידושט, צוליב וואָס ער האָט עס מיר געמוזט זאָגן. אָבער שפּעטער איז מיר קלאָר געוואָרן די סיבה: ער האָט זיך געקליבן צו פֿאָרן קיין ישׂראל און געוואָלט קומען אַהין אַ "ריינער". איך האָב געהערט, אַז אין ישׂראל איז ער, צווישן די רוסיש-רעדנדיקע עולים, געוואָרן אַ פּאָפּולערער לעקטאָר פֿון ייִדישער געשיכטע. ס׳זענען דאָ ערטער אויף דער ערד, וועלכע לעבן אין אונדזער פֿאַנטאַזיע יאָרן־לאַנג, נאָך איידער מיר האָבן געהאַט די זכיה זיי צו זען מיט די אייגענע אויגן. אַזאַ אָרט איז מסתּמא פֿאַר יעדן ייִדן די שטאָט אָדעס. יעדנפֿאַלס פֿאַר ייִדן פֿון מײַן היימשטאָט ווילנע — ירושלים דליטא... דער זומער־סעזאָן פֿון יאָר 1971 האָט זיך שוין אָנגעהויבן, און מיר — איך מיט מײַן מאַן שלמה ז״ל — זײַנען אַרויסגעפֿאָרן פֿון ווילנע קיין אָדעס אויף אורלויב ניט האָבנדיק דאָרט קיין באַקאַנטע; אויך ניט מיט זיך קיין קוראָרט־קאַרטעס און קיין אַדרעס, לויט וועלכן מיר זאָלן קענען דינגען אַ צימער. געפֿאָרן פּשוט מיטן איינציקן ציל צו לעבן אַ ביסל אין אָדעס. ס׳האָט אונדז אָפּגעגליקט — מען האָט אונדז באַוויזן ווי צוצוקומען צו דער אָפּרו־זאָנע אויפֿן שוואַרצן ים, צו די אָדעסער אַ״ג דרײַ "פֿאָנטאַנען" — דעם קליינעם פֿאָנטאַן, דעם מיטעלן און דעם גרויסן פֿאָנטאַן. און טאַקע דאָרט, אין איינעם פֿון זיי, האָבן מיר געדונגען אַ צימער (געוווינט האָט דאָרט אַן אַרבעטער־פּאָרפֿאָלק; ער אַן אָדעסיט און זי — פֿון דער היים אַ סיבירערין. די טאָכטער זײַנע, אַ יאָר 17 אַלט, איז געווען אַוועקגעפֿאָרן אין אַ יוגנט־קאָלאָניע, און איר צימער איז געווען פֿרײַ). טײַערע חזנטע, מײַן בעסטע חבֿרטע באַקלאָגט זיך כּסדר. זי איז אַ זיסער מענטש אָבער, בטבֿע, אַ נעגאַטיווע. תּמיד שטעלט זי דעם טראָפּ אויף וואָס איז שלעכט, און נישט אויף וואָס איז גוט. בכלל בין איך אַ פּאָזיטיווער מענטש, אָבער איך האָב אָנגעהויבן באַמערקן, אַז איך ווער אויך נעגאַטיוו־געשטימט ווען איך רעד מיט איר. ווען איך פֿאַרברענג מיט איר, וויל איך זיך נישט באַרימען מיט די גוטע זאַכן וואָס קומען פֿאָר אין מײַן לעבן; דעריבער, רעדן מיר וועגן די שלעכטע זאַכן אין לעבן. דאָס געשעט נאָך אַ מאָל, און אָבער אַ מאָל, און עס געפֿעלט מיר אין גאַנצן נישט — איך וויל נישט ווערן אַזאַ באַקלאָגערטע ווי זי. ווי קען איך דאָס אָפּשטעלן? פּאָזיטיווע חבֿרטע אין מײַן סאָוועטישן לעבן האָב איך תּמיד געזען אַרום זיך ייִדן, וועלכע עס האָט געצויגן נאָר צו איין זאַך, דהײַנו: געלט. אין מײַן משפּחה פֿלעגן אַזעלכע טיפּן זיך טרעפֿן זעלטן, ווײַל ס׳רובֿ קרובֿים האָבן געשטאַמט פֿון ייִדישע קאָלאָניסטן, צי פּשוט געזאָגט — פּויערים, האָרעפּאַשניקעס. און אַ געשעפֿט איז דאָך, בדרך-כּלל, אַ שטעטלדיקער, מנחם-מענדלשער (אין שלום-עליכמס זין) ענין. בײַ אַ מנחם-מענדל אַרבעט אַנדערש ניט נאָר דער קאָפּ זײַנער, נאָר אויך דאָס געוויסן. לויט מנחם-מענדלס אייגנאַרטיקער מאָראַל איז אַ גנבֿה כּשר און אַפֿילו יושרדיק, אויב מע גנבֿעט בײַ דער מלוכה צי בײַ פֿרעמדע מענטשן. און יעדער "געשעפֿטמענטש" פֿון אַזאַ סאָרט האָט אַן אייגענעם באַגריף פֿון "אייגענע מענטשן", בײַ וועלכע ער וועט (אפֿשר) קיין איבעריקע פּרוטה ניט נעמען. די דאָזיקע גנבֿישע פּסיכאָלאָגיע איז כאַראַקטעריש ניט נאָר פֿאַרן אַלטן שטעטל. זי לעבט אויך אין זייער מאָדערן-אויסזעענדיקע ייִדן, אין וועלכע מע זעט ניט צו מאָל גלײַך די מאָראַלישע פּרימיטיווקייט פֿון די אַמאָליקע צײַטן. דאָס זײַנען דאָך, אין תּוך אַרײַן, מענטשן, וועלכע זײַנען פּשוט ניט אימשטאַנד צו פֿירן אַ נאָרמאַלן געשעפֿט, אַפֿילו ווען קיינער שטערט זיי ניט עס צו טאָן. זיי מוזן דרייען. וואָס האָט, דאַכט זיך, געשטערט מיידאָפֿן צו זײַן אַ נאָרמאַלער ביזנעסמען? נאָר איין זאַך: ער איז געווען מאָראַליש פֿאַרפֿוילט, האָט געבויט אַלץ אין זײַן לעבן אויף איין פּרינציפּ — אַבי געלט. און ער איז, אַוודאי, גאָר ניט דער איינציקער. |