- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, מײַן בעסטע חבֿרטע באַקלאָגט זיך כּסדר. זי איז אַ זיסער מענטש אָבער, בטבֿע, אַ נעגאַטיווע. תּמיד שטעלט זי דעם טראָפּ אויף וואָס איז שלעכט, און נישט אויף וואָס איז גוט. בכלל בין איך אַ פּאָזיטיווער מענטש, אָבער איך האָב אָנגעהויבן באַמערקן, אַז איך ווער אויך נעגאַטיוו־געשטימט ווען איך רעד מיט איר. ווען איך פֿאַרברענג מיט איר, וויל איך זיך נישט באַרימען מיט די גוטע זאַכן וואָס קומען פֿאָר אין מײַן לעבן; דעריבער, רעדן מיר וועגן די שלעכטע זאַכן אין לעבן. דאָס געשעט נאָך אַ מאָל, און אָבער אַ מאָל, און עס געפֿעלט מיר אין גאַנצן נישט — איך וויל נישט ווערן אַזאַ באַקלאָגערטע ווי זי. ווי קען איך דאָס אָפּשטעלן? פּאָזיטיווע חבֿרטע טײַערע פּאָזיטיווע חבֿרטע, ס׳איז גוט, וואָס איר האָט אײַנגעזען, אַז אײַער אויפֿפֿירונג בײַט זיך. פֿאַראַן אַ נטיה, בפֿרט צווישן פֿרויען, צו סימפּאַטיזירן מיט זייערע פֿרײַנד, און זייערע פּערזענלעכקייטן לײַדן דערפֿון. אויב אײַער חבֿרטע באַקלאָגט זיך וועגן איר מאַן, וועט איר מסתּמא אויך געפֿינען אויף וואָס זיך צו באַקלאָגן וועגן אײַער מאַן, כּדי אַרויסצוּווײַזן מיטלײַד און שטיצע. עס קען זײַן, אַז פֿאַר דעם שמועס מיט דער חבֿרטע, האָט איר אין זינען נישט געהאַט צו באַקלאָגן זיך וועגן אים. אָבער נאָך דעם, זענט איר שוין גרייט זיך אויסצוטענהען מיטן מאַן. דאָס איז אַ משל ווי אַזוי אַ שלעכטע באַציִונג צום לעבן פֿון איין מענטש קען משפּיע זײַן אויף אַנדערע. מע דאַרף זיך באַמיִען צו סימפּאַטיזירן און זיך צוהערן צו איר, אָבער נישט ווערן ווי זי. כּדי ווײַטער צו בלײַבן אַ פֿרײַנד, דאַרף מען נישט אָננעמען די זעלביקע כאַראַקטער־שטריכן פֿון אַ צווייטן. ניין, לאָזט זיך נישט איבערמאַכן אין אַ באַוויינער און אַ באַקלאָגער. שטעלט דעם טראָפּ בלויז אויף די גוטע זאַכן, און אפֿשר וועט אײַער פֿרײַנד וועלן ווערן ענלעך צו אײַך און וועט אויך געפֿינען עפּעס גוטס! טײַערע חזנטע, איך האָב תּמיד געוואָלט ווערן אַ קראַנקן־שוועסטער. איצט, אַז מײַנע דרײַ קינדער זענען שוין אויסגעוואַקסן, און האָבן פֿאַרלאָזט אונדזער הויז, לייגן זיי פֿאָר, איך זאָל צוריק גיין און שטודירן צו ווערן אַ קראַנקן־שוועסטער. איך האָב זיי געזאָגט, אַז ס׳איז שוין צו שפּעט. צוליב די אַלע קורסן, אין וועלכע איך וואָלט זיך געדאַרפֿט פֿאַרשרײַבן, וואָלט איך זיי פֿאַרענדיקט צו קרובֿ 60 יאָר. דערצו איז דאָס שטודירן אַליין מסתּמא צו שווער פֿאַר מיר איצט. ענטפֿערן זיי, אַז איך דאַרף נאָכגיין מײַן טרוים. זאָג איך זיי, אַז מע דאַרף דאָך זײַן רעאַליסטיש. ווי האַלט איר? קראַנקן־שוועסטער טײַערע קראַנקן־שוועסטער, איך מיין, אַז די ריכטיקע קשיא איז: צי האָט איר נאָך דעם טרוים פֿון ווערן אַ קראַקן־שוועסטער? ווען איר וואָלט איצט געוואָרן אַ קראַנקן־שוועסטער וואָלט אײַער לעבן, אין אײַערע אויגן, געהאַט מער ווערט? אויב איר האָט געענטפֿערט, אַז יאָ, האַלט איך, אַז איר וואָלט געדאַרפֿט דאָס טאָן. אויב איר וועט געפֿינען, אַז די קלאַסן זענען אײַך צו שווער, נאָך דעם ווי איר האָט טאַקע שווער שטודירט אין זיי, וואָלט איר געקענט ווי אַ ברירה, ווערן אַ געהילף צו אַ קראַנקן־שוועסטער, אָדער געפֿינען אַן אַנדער פּאָזיציע אין דער מעדיצין־פּראָפֿעסיע. אָבער ווען מע מאַכט נישט קיין פּרוּוו, קען מען דאָך קיין מאָל נישט וויסן. געדענקט: דאָס ווערט פֿון לעבן איז נישט בלויז דער סוף־ציל, נאָר אויך "די נסיעה" אויפֿן וועגן צום ציל. טײַערע חזנטע, צי וואָלט געווען בעסער צו שפּאָרן געלט פֿאַר דער צוקונפֿט, צי מנדבֿ זײַן דאָס געלט צו צקדה? נײַגעריק טײַערער נײַגעריק, ביידע! מע דאַרף פֿאַרזיכערן, אַז די משפּחה זאָל האָבן וואָס זי דאַרף אויף הײַנט און אויף מאָרגן, און געדענקען, אַז לויט אונדזער טראַדיציע, וואָלט מען געדאַרפֿט שענקען 10% פֿון דער הכנסה צו צדקה — כאָטש מע וואָלט געקענט זיכער געבן מער, אויב מע קען זיך פֿאַרגינען.
* * *
|