פּובליציסטיק
די צוויי גרינדער פֿון JMom, בראַד (רעכטס) און דאַניעל ווײַסבערג (לינקס),
מיט זייער מאַמע, באַרבאַראַ
די צוויי גרינדער פֿון JMom, בראַד (רעכטס) און דאַניעל ווײַסבערג (לינקס), מיט זייער מאַמע, באַרבאַראַ
Credit: JMom.com

שוין יאָרן לאַנג וואָס ייִדישע בחורים און מיידלעך קענען זוכן אַ שידוך דורך דער אינטערנעץ. אַ דאַנק דער נײַער וועבזײַט, JMom.com , קענען זייערע מאַמעס דאָס איצט טאָן פֿאַר זיי.

די וועבזײַט איז געגרינדעט געוואָרן פֿון בראַד ווײַסבערג, אַ גרונט־הענדלער אין שיקאַגע, אילינוי, און זײַן שוועסטער, דאַניעל, מיט דער הילף פֿון אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירער.

ווי אַזוי זענען זיי געקומען צו דעם געדאַנק? מיט אַ יאָר פֿריִער, נאָך דעם ווי בראַד האָט זיך פֿאַרשריבן אויף איינעם פֿון די ייִדישע שדכנות־וועבזײַטן, און נישט געהאַט קיין מזל, האָט זײַן מאַמע, באַרבאַראַ ווײַסבערג, אים געפֿרעגט, צי זי וואָלט געקאָנט אפֿשר איבערלייענען זײַן פּראָפֿיל אויף דער וועבזײַט, און פּרוּוון אויסזוכן אַ מיידל פֿאַר אים. סוף־כּל־סוף, האָט בראַד נאָכגעגעבן, און זי האָט זיך אַוועקגעזעצט בײַם קאָמפּיוטער.

מיט צוויי שעה שפּעטער איז בראַד צוריקגעקומען און דערזען, ווי די מאַמע זיצט נאָך דאָרט. דערצו האָט זי אים געוויזן די פּראָפֿילן פֿון צען מיידלעך פֿאַר אים. ווען ער האָט זיי איבערגעלייענט, זענען ס׳רובֿ פֿון זיי אים טאַקע געפֿעלן געוואָרן.

"כ׳בין געווען איבערראַשט צו זען וויפֿל צײַט און מי זי האָט אַרײַנגעלייגט אין דער אַרבעט — אַ סך מער ווי איך — און דערצו, האָט זי גאָר הנאה געהאַט דערפֿון!" האָט בראַד געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "ערשט דעמאָלט האָב איך זיך געכאַפּט, אַז אפֿשר איז דאָס נישט אַזאַ שלעכטער אײַנפֿאַל." שפּעטער, ווען זײַן מומע איליין האָט מיט הצלחה צונויפֿגעשדכנט איר זון מײַקל מיט אַ פֿײַן מיידל, האָט בראַד אָנגעהויבן צו קלערן: "אפֿשר ווייסן די מאַמעס עפּעס וואָס מיר ווייסן נישט?"

ווײַזט אויס, אַנדערע מענטשן זענען מיט אים מסכּים. זינט ער און זײַן שוועסטער האָבן לאַנסירט JMom אין דעצעמבער, האָט די וועבזײַט שוין צוגעצויגן 760 מיטגלידער.

נישט בלויז מאַמעס קענען זיך באַטייליקן אין דער וועבזײַט. ס׳קען אויך זײַן אַ טאַטע, מומע, שוועסטער, ברודער אָדער אַ גוטער פֿרײַנד. צו ערשט אָבער, זאָגט בראַד, מוז מען בעטן די הסכּמה פֿונעם בחור אָדער מיידל, איידער מע רעגיסטרירט זיך. "אַוודאי איז אונדזער וועבזײַט נישט פֿאַר אַלעמען," האָט בראַד דערקלערט. "אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, איז עס אַ סך גרינגער ווי אַליין גיין זוכן אַ מיידל — דו דאַרפֿסט גאָרנישט טאָן!"

אויב דער בחור אָדער מיידל איז יאָ מסכּים, רעגיסטרירט זיך די מאַמע אויף דער וועבזײַט, און גיט איבער אַ באַשרײַבונג סײַ פֿון דער משפּחה, סײַ פֿונעם קינד. דערנאָך זוכט זי אַלע קאַנדידאַטן פֿון אַ געוויסן עלטער און געאָגראַפֿיש אָרט. ווען זי געפֿינט אַ מענטש, וואָס לויט איר מיינונג, וואָלט אפֿשר געפֿעלן געוואָרן איר קינד, פֿאַרבינדט זי זיך מיט יענער מאַמען, און אויב ביידע זענען מסכּים, שיקט מען ביידע קינדער די קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע.

פֿאַר די מאַמעס, וואָס באַקלאָגן זיך, הלמאַי זייערע קינדער האָבן נאָך נישט חתונה געהאַט, איז JMom ווי אַ מתּנה פֿון הימל. "ס׳איז גלײַך ווי מע האָט מיר געגעבן די שליסל צו אַ באַנקקאַסע!" האָט איין מאַמע געזאָגט, און אַ צווייטע האָט באַמערקט: "דו האָסט מיר געגעבן די מעגלעכקייט, סוף־כּל־סוף, צו קריגן אייניקלעך."

כאָטש אַ סך יונגע לײַט האַלטן אפֿשר, אַז דאָס באַקענען זיך דורך די עלטערן איז צו אַלט־מאָדיש, ווייס איך טאַקע פֿון עטלעכע מאָדערנע פּאָרפֿעלקער וואָס זייערע עלטערן האָבן זיי צונויפֿגעפֿירט. אין איין פֿאַל, זענען דווקא די טאַטעס געווען די שדכנים. די צוויי ייִדן האָבן איין מאָל געכאַפּט אַ שמועס אין שיל וועגן זייערע קאָלעדזש־געבילדעטע קינדער, און בעת דעם שמועס איז אַרויסגעקומען, אַז איינער האָט אַ נישט־חתונה געהאַטן זון, און דער צווייטער — אַ טאָכטער. האָט מען דעם בחור געגעבן דעם מיידלס טעלעפֿאָן, זיי האָבן זיך באַקאַנט געמאַכט, און אין אַ האַלב יאָר אַרום זענען זיי פֿאַרקנסט געוואָרן.

פֿאַרן 20טן יאָרהונדערט, בפֿרט אין די שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָבן די עלטערן אַפֿילו נישט געוואַרט אויף דער דערלויבעניש פֿון די קינדער, צו שטעלן אַ חופּה. אויב ביידע משפּחות האָבן מסכּים געווען מיטן שידוך, האָבן די טאַטעס זיך געגעבן די האַנט, און מע האָט געבראָכן טעלער. אַ מאָל האָבן חתן־כּלה זיך אַפֿילו נישט געזען ביזן טאָג פֿון דער חתונה.

בײַ די חסידים הײַנטיקע צײַטן פֿרעגט מען שוין יאָ בײַ חתן־כּלה, צי זיי געפֿעלן זיך, אָבער אַפֿילו דעמאָלט איז עס בלויז אַ פֿאָרמאַליטעט. "איידער איך האָב זיך באַקענט מיטן חתן, האָבן נישט בלויז די טאַטע־מאַמעס, נאָר אַפֿילו די באַבעס זיך שוין געהאַט געטראָפֿן," האָט דערציילט אַ יונגע מאַמע פֿון אַ סאַטמערער משפּחה. "מע האָט מיך פּשוט געפֿרעגט: ׳נו?׳ אַוודאי האָב איך געמוזט זאָגן, יאָ."

בײַ די מאָדערנערע חסידים און ליטווישע משפּחות, איז אָבער אַ ביסל אַנדערש. נאָך דעם ווי די עלטערן טרעפֿן זיך און האַלטן, אַז די משפּחות זענען מער־אָדער־ווייניקער צוגעפּאַסט, טרעפֿט זיך דאָס פּאָרל אין אַן עפֿנטלעך אָרט (געוויינטלעך, אין אַ רעסטאָראַן אָדער אינעם אַרײַנגאַנג־זאַל פֿון אַ האָטעל), און אויב זיי געפֿעלן זיך, גייען זיי אַרויס אויף נאָך עטלעכע ראַנדקעס, ביז זיי באַשליסן, צי ס׳איז אַ שידוך צי נישט. אויב נישט — זוכן די עלטערן ווײַטער.

מיר דאַכט זיך, אַז ווען די מאָדערנע חסידישע און ליטווישע משפּחות וועלן זיך דערוויסן וועגן JMom, וועלן זיי זיך אָנכאַפּן אין דעם, ווײַל עס קאָמבינירט דעם היימישן שדכנות־מינהג מיט די נײַסטע טעכנאָלאָגישע מיטלען. אפֿשר דערפֿאַר איז טאַקע נישט קיין חידוש, וואָס צווישן די בחורים און מיידלעך אויף דער וועבזײַט, וואָס ווערן באַצייכנט ווי קאָנסערוואַטיוו, רעפֿאָרם אָדער פּשוט "אַשכּנזי" (מסתּמא אַ קאָד־וואָרט פֿאַר "סעקולער"), האָבן שוין אויך אָנגעהויבן צו פֿיגורירן אָרטאָדאָקסישע, און אַפֿילו חסידישע מיטגלידער.

די וועבזײַט איז נאָך אַ יונגע, דעריבער איז נאָך צו פֿרי צו זען וויפֿל חתונות וועלן אַרויסקומען דערפֿון, אָבער איין זאַך קען מען שוין יאָ זען: דערווײַל האָט עס שוין דערפֿירט צו בערך 100 ראַנדקעס.