די ישׂראל־סאָלדאַטן בײַם אַרײַנמאַרשירן אין עזה, 2008 |
Credit: Getty Images |
פֿון דעם פֿאָלקלאָריסטישן אוצר, און נישט נאָר פֿון דעם ייִדישן, איז זייער פּאָפּולער דאָס ווערטל, אַז "בעסער שפּעטער ווי קיינמאָל, האָט געזאָגט אַ ייִד ווען ער האָט פֿאַרשפּעטיקט צו דער באַן". אַ ייִד אַן אויסטויגער זוכט אַן אַלטערנאַטיוון אויסוועג, אַן אַנדערן טראַנספּאָרט־מיטל אָנצוקומען באַצײַטנס, אָדער וואָס גיכער, צום ציל פֿון זײַן נסיעה. דאַקעגן אַ טויגעניכטס, אַ שלימזל אָדער אַ בטלן אָן איניציאַטיוו, קלײַבט אויס, געוויינטלעך, די צווייטע ברירה: ער וואַרט אויף אַ צווייטער געלעגנהייט, אויף אַ נס, אויף דער קומענדיקער באַן.
געשעט אָבער נישט זעלטן, אַז דער קומענדיקער צוג פֿאַרשפּעטיקט אָדער איז אַ שנעלצוג, וואָס שטעלט זיך נישט אָפּ אויף דער געגעבענער סטאַציע, און דער מענטש בלײַבט מיטן בלויזן ווערטל, אַז "בעסער שפּעטער איידער קיינמאָל"...
אַזוי זעט אויס די איצטיקע רעגירונג פֿון בנימין נתניהו, וועלכע האָט דעם 1טן אַפּריל פֿאַרענדיקט די ערשטע העלפֿט פֿון איר קאַדענץ: אַ זעלבסצופֿרידענע פֿון איר עצם אויסהאַלטן און איבערלעבן אַלע שטרויכלונגען און קריזיסן און דעם דרוק פֿון אינעווייניק און פֿון דרויסן, פֿון איבערלעבן די שׂרפֿות אַרום אונדז.
די ברייטע קאָאַליציע, מיט וועלכער נתניהו האָט זיך פֿאַרפּאַנצערט, האָט אים דערמעגלעכט צו פֿאַרפֿרירן און צו פּאַראַליזירן אַלע פּאָליטישע איניציאַטיוון און נישט מקיים צו זײַן די דעקלאַראַטיווע פֿאַרפֿליכטונג — "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער". זי האָט אים דערמעגלעכט אויפֿצוהאַלטן די מאַכט פֿון די דרײַ מנהיגים: נתניהו, ליבערמאַן און ברק, מיטן מנהיג פֿון ש"ס, אלי ישי ווי דאָס פֿערטע ראָד פֿון דעם וואָגן, וועלכן נתניהו פֿירט ווי אַ שיכּורער שאָפֿער — לויטן אויסדרוק פֿון טאָמאַס פֿרידמאַן, דעם וועלט־באַרימטן פּובליציסט פֿון דעם "ניו־יאָרק טײַמס". און דאָס אין דער צײַט ווען מדינת־ישׂראל — אָבער נישט די רעגירונג — וואַרט נאָך אַלץ אויף דעם פֿאַרשפּעטיקטן שלום־צוג.
צו דער צופֿרידנקייט פֿון בנימין נתניהו האָט דער רעוואָלוציאָנערער אויפֿברויז אין דער אַרומיקער אַראַבישער וועלט אָפּגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון די וועלט־מנהיגים פֿונעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. צוויי עלעמענטן אין דעם קאָנפֿליקט זיצן אָבער נישט מיט קיין פֿאַרלייגטע הענט. זיי גרייטן זיך צו די קומענדיקע פֿאַרמעסטן. די טעראָריסטן פֿון דעם "מוסולמענישן דזשיהאַד" און פֿון "כאַמאַס" האָבן עטלעכע טעג אויספּרובירט אויף די תּושבֿים פֿון די ייִשובֿים אַרום עזה די מאָדערנערע ראַקעטעס און געווער־מיטלען, וואָס זיי באַקומען פֿון איראַן און פֿון "כעזבאָלאַ". אַ פֿלאָטיליע פֿון 20 שיפֿן גרייט זיך צו דעם שיפֿן־פּאַראַד אין חודש מײַ אַדורכצוברעכן די בלאָקאַדע פֿון עזה; און אַבו מאַזען, דער פּרעזידענט פֿון דעם פּאַלעסטינער מערבֿדיקן ברעג האָט שוין באַקומען די פּאָליטישע און דיפּלאָמאַטישע אָנערקענונג פֿון זיבן לענדער פֿון דרום־אַמעריקע פֿאַר אַן אומאָפּהענגיקער פּאַלעסטינער מדינה אין די גרענעצן פֿון פֿאַר יוני 1967, און אַ געהעכערטן דיפּלאָמאַטישן ראַנג אין דרײַ גרויסמאַכטן אין אייראָפּע; און, אויף דער קומענדיקער פֿולפֿאַרזאַמלונג פֿון דער "יו־ען" אין חודש סעפּטעמבער וועט אָפּגעשטימט ווערן די אָנערקענונג פֿון דער "יו־ען" פֿאַר דער פּאַלעסטינער מדינה.
איצט, ווען די וועלט איז פֿאַרנומען מיט די רעוואָלוציעס אין ליביע און אין סיריע, און מיט די נאַטור־קאַטאַסטראָפֿעס אויפֿן פּאַציפֿישן (דעם "שטילן") אָקעאַן — אויף וואָס און אויף ווען וואַרטן זיי אַלע?
דער פּרעזידענט אָבאַמאַ וואַרט איצט אָנצוהייבן זײַן נײַעם וואַל־קאַמף געוויילט צו ווערן אויף ס׳נײַ אויף אַ צווייטער קאַדענץ ווי דער פּרעזידענט פֿון אַמעריקע.
אַבו מאַזען וואַרט אויפֿן חודש סעפּטעמבער, אויף דער סעסיע פֿון דער "יו־ען", כּדי צו דערגרייכן די איזאָלאַציע פֿון מדינת־ישׂראל און די פֿולע לעגיטימאַציע פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה; נתניהו וואַרט אויף משיחן.
די באַן פֿון דער געשיכטע וואַרט אָבער נישט אויף קיינעם, זי האָט זיך איר אייגענעם גאַנג: דעם לאָגישן גאַנג פֿון דער היסטאָרישער אומפֿאַרמײַדלעכקייט, ווי עס איז די איצטיקע מרידה אין די אַראַבישע לענדער. די טאַקטיק פֿון נתניהו איז — אַ טריט פֿאָרויס, און דערנאָך צוויי טריט צוריק. די דעקלאַראַציע אין בר־אילן ("צוויי מדינות פֿאַר צוויי פֿעלקער") איז געווען דער געוואַגטער טריט פֿאָרויס; די צוויי טריט צוריק זײַנען — דאָס אָפּזאָגן זיך פֿון אַן אייגענער פּאָליטישער איניציאַטיוו און דאָס פֿאַרצוימען דעם וועג פֿאַר דעם שלום־צוג.
די אידעאָלאָגיע פֿון דעם פּרעמיער נתניהו און פֿון זײַנע אָנהענגער איז געבויט אויף קאַטאַסטראָפֿעס. אָדער, ריכטיקער: דאָס וואַרטן אויף קאַטאַסטראָפֿעס. יעדער אומגליק, יעדער טעראָר־אַקט איז אַ געלעגנהייט אויסצוברייטערן דעם בוי און פֿאַרשטאַרקן די קאָלאָניזאַציע. דער שוידערלעכער מאָרד פֿון דער משפּחה מיט די דרײַ פּיצלעך קינדער אין דעם ייִשובֿ איתּמר נעבן שכם איז געוואָרן אויסגענוצט ווי אַ געלעגנהייט צו פֿאַרמאַכן דאָס מויל דער קריטיק און צו עפֿענען אַ פֿרײַען וועג פֿאַר דעם אומגעזעצלעכן בוי אויף די "שטחים", כּדי נאָך מער צו צוימען דעם פּאָליטישן פּראָצעס, דעם וועג צו אַ שלום.
איצט איז אונטערגעקומען אַ נײַע געלעגנהייט פֿאַר די פּאַטריאָטן פֿון דער "ארץ ישׂראל השלמה", מיטן אויסנוצן דעם חרטה־אַרטיקל פֿון דעם ריכטער גאָלדסטאָון, ווי אַ כּשרות־צײַגעניש פֿאַר דער אויפֿפֿירונג פֿון צה"ל אין דער אָפּעראַציע "צעשמעלצטער בלײַ" אין עזה. האָט דאָך גאָלדסטאָון געשריבן אַז, ווען ער וואָלט דעמאָלט געהאַט די באַווײַזן וואָס ער האָט הײַנט, וואָלט ער אַנדערש געשריבן דעם באַריכט. ער האָט אויך אין דעם אַרטיקל אין "וואַשינגטאָן פּאָסט" צוריקגעצויגן זײַן באַשולדיקונג, אַז די זעלנער פֿון צה"ל האָבן בכּיוון געשאָסן אויף אומבאַוואָפֿנטע ציווילע תּושבֿים אין עזה. ער האָט אָבער נישט צוריקגעצויגן זײַן טענה, אַז די מסקנות זענען אַזוי אַרויסגעקומען צוליב דעם אָפּזאָג פֿון ישׂראל מיטצואַרבעטן מיט דער "יו-ען" קאָמיסיע פֿאַר מענטשנרעכט, מחמת איר פֿײַנטלעכער באַציִונג צו ישׂראל.
אָבער — און דאָ קומט צום אויסדרוק דער פאַרשוויגענער פּאַראַדאָקס, אַז — ערשט אין רעזולטאַט פֿון דעם גאָלדסטאָון־באַריכט האָט צה"ל פֿאַרפֿירט אַן אויספֿאָרשונג וועגן בערך 400 פֿאַלן פֿון געזעץ־פֿאַרלעצונגען מצד ישׂראלדיקע סאָלדאַטן בעת דער "אָפּעראַציע"; און די אויספֿאָרש־רעזולטאַטן פֿון צה"ל, וואָס זײַנען מיט צוויי וואָכן צוריק דערלאַנגט געוואָרן דער "יו־ען" האָבן באַווויגן דעם ריכטער גאָלדסטאָון צו פֿאַרעפֿנטלעכן זײַן חרטה־אַרטיקל אין דער אַמעריקאַנער צײַטונג.
די חרטה פֿון דעם ריכטער גאָלדסטאָון איז געקומען "צו שפּעט און איז צו ווייניק", כּדי צו פֿאַרריכטן דעם אומגעהויערן שאָדן, וועלכן דער גאָלדסטאָון־באַריכט האָט פֿאַרשאַפֿט ישׂראל. אָבער צו שפּעט איז אויך געקומען אין ישׂראל דער באַוווּסטזײַן, וואָס ווערט אויסגעדריקט אין אַ טייל פֿון די רעגירונגס־קרײַזן, אַז דער שאָדן וואָלט געוואָרן פֿאַרמיטן, ווען ישׂראל וואָלט די אויספֿאָרש־קאַמיסיע נישט געהאַט באָיקאָטירט.
אָבער די "פּאַטריאָטן" פֿון "ישׂראל ביתּנו" און פֿון הרבֿ כּהנאס תּלמידים האָבן שוין אויפֿגעהויבן אַ העצע און אַדורכגעפֿירט אין דער כּנסת דעם מעקאַרטיסטישן געזעץ קעגן די "לינקע פֿאַררעטער", וואָס האָבן "אונטערגעזאָגט און צוגעטראָגן" דער קאָמיסיע, און זיי גרייטן שוין אַ געזעץ וואָס זאָל באַשטימען טויט־שטראָף פֿאַר אַזעלכע פֿאַררעטערס וואָס וועלן ווירקן אָדער רופֿן אַוועקצוגעבן סוּווערענע שטחים צו אַן אַנדער מדינה..." און זיי ווײַזן אָן אויף די לינקע הומאַניטאַרע פֿונדאַציעס ווי, דאָקטוירים און אַפֿילו "רבנים פֿאַר צדק", קעגן וועלכע עס איז צעבלאָזן געוואָרן אַ וויסטע העצע ווי די שולדיקע, וואָס דאַרפֿן ווערן באַשטראָפֿט.
האָט דאָך אַפֿילו דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל זיך פֿאַרפֿליכטעט אַוועקצוגעבן אַזעלכע שטחים דער צוגעזאָגטער פּאַלעסטינער מדינה. איז אויך ער אַ פֿאַררעטער? זעט אויס, אַז ער האָט שוין דעם הכשר פֿאַר זײַנע צוזאָגן, מחמת זיי ווייסן, אַז ער האָט נישט בדעה זיי צו רעאַליזירן. אָבער די "לינקע פֿאַררעטער" וועלן, לויט ליבערמאַנס געזעץ, ווערן אויסגעשטעלט אויף טויט־שטראָף אָדער לעבנס־אַרעסט און אויף צונעמען בײַ זיי די בירגערשאַפֿט.
דאָס איז, אַלזאָ, די "דערגרייכונג" פֿון בנימין נתניהו אין דער ערשטער העלפֿט פֿון זײַן קאַדענץ ווי דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל.
די אָפּגעלאָפֿענע ערשטע צוויי יאָר, אין וועלכע דער פּרעמיער נתניהו האָט זיך אונטערגענומען — און ממש צוגעזאָגט — צו דערגרייכן דעם הויפּט־ציל פֿון זײַן דעקלאַרירטער רעגירונגס־פּאָליטיק — האָבן זיך אָבער ביז איצט אויסגעצייכנט מיט איר פֿולשטענדיקער סטאַגנאַציע. די צוויי יאָר האָבן זיך געלאָזט כאַראַקטעריזירן מיט נתניהוס "רעגולערע פֿאַרשפּעטיקונגען" צו דער באַן, "נישט פֿאַרפּאַסנדיק קיינמאָל קיין געלעגנהייט צו פֿאַרפּאַסן אַ געלעגנהייט" — ווי עס האָט אַמאָל געזאָגט דער פֿאַרשטאָרבענער ישׂראלדיקער מלוכה־מאַן אַבאַ אבֿן, רעדנדיק אין זײַן צײַט וועגן די אַראַבישע שכנים פֿון ישׂראל.
דאָס הייסט אָבער נישט, אַז ער לאָזט אַדורך אַלע געלעגנהייטן. ניין. ער פֿאַרפּאַסט נישט קיין געלעגנהייט, וואָס קען אים דינען ווי אַ תּירוץ צו בלאָקירן און פֿאַרהאַלטן דעם שלום־צוג. און אַזעלכע תּירוצים פֿעלן אים נישט אין דער ישׂראלדיקער ווירקלעכקייט, באַזונדערס אונטער דעם רעזשים פֿון זײַן עקסטרעם־רעכטער קאָאַליציע.
אויך אין בטלנות קאָן מען אים נישט באַשולדיקן. זײַן גאַנצע ענערגיע לייגט ער אָבער אַרײַן אין צואײַלן דעם בוי אויף די קאָלאָניזירטע שטחים, כּדי צו מאַכן אוממעגלעך זייער צוריקקער, וואָס איז דער ערשטער תּנאַי צו דערגרייכן דעם שלום, צו וועלכן ער האָט זיך מתחייבֿ געווען.
די אָנפֿירונג פֿון די באַזעצטע פּאַלעסטינער שטחים, דער "ראַט פֿון יהודה און שומרון" האָט איצט אונטערגענומען, מיט דער הילף פֿון אַ צאָל כּנסת־דעפּוטאַטן פֿון "ליכּוד", אַ ברייטע אַגרעסיווע קאַמפּאַניע צו פֿאַרשטאַרקן די קאָלאָניזאַציע און אויסברייטערן זי אויף אַלע מעגלעכע שטחים; אַזוי וועט באַפֿעסטיקט ווערן דאָס רעכט פֿון יעדן ייִד צו לעבן אין יעדן אָרט אין ארץ־ישׂראל... שרײַבט וועגן דעם אַרי שבֿיט, איינער פֿון די פּראָמינענטסטע פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן אין לאַנד: "דער אמת איז, אַז נישט די קאָלאָניעס האָבן אַרויסגערופֿן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט און נישט מיטן אָפּשטעלן דעם בוי פֿון זיי וועט דער קאָנפֿליקט זיך פֿאַרענדיקן. אָבער די קאָלאָניזאַציע געפֿינט זיך מחוץ דער אינטערנאַציאָנאַלער לעגיטימלעכקייט און די קאָלאָניזאַציע פֿירט אַריבער ישׂראל מחוץ דעם פּלויט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער לעגיטימלעכקייט. דאָס פֿאָרזעצן דעם בוי פֿאַרשאַרפֿט דעם קאָנפֿליקט מיט דער וועלט, אין וועלכן ישׂראל וועט פֿאַרשפּילן. דעריבער מוז דער בוי־שוווּנג ווערן אָפּגעשטעלט, ווײַל ער איז געפֿערלעך נישט נאָר פֿאַרן שלום, נאָר פֿאַר דעם עצם פֿון נאַציאָנאַלער זיכערהייט, און ער באַדראָט די עצם־עקזיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל".
אין דעם וועט־געיעג צווישן דער קאָלאָניזאַציע און דעם שלום־פּראָצעס האָט דערווײַל די אויבערהאַנט די קאָלאָניזאַציע.
אָבער נתניהו האָט פֿאַרשפּעטיקט צו דער באַן פֿון די געלעגנהייטן און איז געבליבן וואַרטן אויף משיחן.
תּל־אָבֿיבֿ, 5טער אַפּריל, 2011