קינאָ
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "אַ מתּנה סטאַלינען"
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "אַ מתּנה סטאַלינען"

געהערט, אַז עס שפּילט אַזאַ פֿילם ווי "אַ מתּנה סטאַלינען", בין איך געווען אַ בעלנטע דאָס צו זען. מיר זײַנען אָנגעקומען אין קינאָ, ווען מען האָט געוויזן דעם פֿילם צום לעצטן מאָל. אָבער פֿאַר די, וואָס זײַנען גאַנצע שמעלקעס מיט דער אינטערנעץ, וועט עס זיכער נישט זײַן קיין מניעה.

דאָס לעצטע מאָל וואָס איך האָב געזען אַ פֿילם מיט קאַזאַכסטאַן, איז עס געווען נישט מער ווי אַן אָנשטעל, אַ מאַכערײַקע, אַ לאַכערײַקע מיט יאַשטשערקעס וווּ דער העלד פֿונעם פֿילם איז געווען נישט קיין אַנדערער ווי סאַשאַ באַראָן־כּהן, און דער פֿילם האָט געהייסן "באָראַט." אָבער דאָס מאָל איז עס געווען עכט, אַכצן קאַראַטיק, אין קאַזאַכסטאַן, איינע פֿון די רעפּובליקן אונטערן סאָוועטישן רעזשים און אונטער זייער לאַפּע.

דאָס יאָר איז 1949, ווען די סאָוועטן האָבן זיך נישט אויפֿגעהערט צו איזדיעקעווען איבער זייער באַפֿעלקערונג, און מיינט נישט, אַז דער דיקטאַטאָר פֿון ליביע, מואַמאַר קאַדאַפֿי, האָט דערפֿינדן דעם מיטל אויסצוראָטן די אייגענע בירגער. פֿאַר אונדזערע אויגן באַווײַזן זיך טאַקע וואַגאָנען, פּונקט אַזעלכע ווי די נאַציס האָבן גענוצט בײַם אָפּפֿירן די ייִדישע קרבנות קיין אוישוויץ, טרעבלינקע און אַ שלל מיט אַנדערע טויטלאַגערן. און ווי נאָר די איבערגעלאָדענע וואַגאָנען מיט מענטשן־פֿראַכט באַווײַזן זיך אין קאַזאַכסטאַן, באַפֿאַלן זיי אָרעמע און פֿאַרוואָרלאָזטע קינדער־יתומים, מיט קרוגן אין די הענט און זיי שרײַען:

"קיפּיאַטאָק, הייסע וואַסער צום פֿאַרקויפֿן!"

פֿאַר מיר איז דאָס בילד נישט געווען פֿרעמד, ווײַל ווען מיר זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, סוף 1945, און אַדרוכגעמאַכט אַ צוויי־וואָכיקע רײַזע פֿון סאַראַטאָוו ביז לעמבערג, האָט מען בײַ יעדער סטאַנציע געקויפֿט "קיפּיאַטאָק" — ערשטנס, אָנצוּוואַרעמען זיך און צווייטנס, אויף אײַנצוטונקען אַ סוכאַרע (פּענעצל) צום עסן.

די נע־ונדניקעס־קינדער באַפֿאַלן די סאָלדאַטן מיט אויסגעשרייען:

"דערוואַרעמט זיך די קישקעס. קויפֿט דעם קיפּיאַטאָק."

דערווײַל שלײַדערן די סאָוועטן אַרויס די טויטע קערפּערס פֿון די וואַגאָנעס, וווּ די קאַזאַכן פֿאַרנעמען זיך מיט זייער קבֿורה אין איין קבֿר. זיי לאָזן איבער יענע וואָס ציִען נאָך דעם אָטעם, אין די וואַגאָנעס. די מענטשן־וואַרע איז צוזאַמענגעפּרעסט, אין די וואַגאָנעס פֿירט מען זיי אָפּ אין די שקלאַפֿן־לאַגערן קיין סיביר אויף קאַטאָרגע.

צווישן די טויטע קערפּערס האָט זיך אויך געפֿונען אַ לעבעדיק ייִנגעלע פֿון אַ יאָר נײַן, וועלכער איז געלעגן לעבן זײַן גוססדיקן זיידן, מיט אַן אָנשטעל, אַז ער איז טויט. ער האָט געזען מיט די אייגענע אויגן ווי די סאָוועטן אין די שינעלן גייען אַרום צווישן די מתים מיט לאַנגע מעסערס, שטעכן זיי אַרײַן אין די טויטע, אויף צו זײַן זיכער, אַז קיינער לעבט שוין נישט מער.

אַ קלוגער קאַזאַך, קאַסים (גורזשומאַן איכטימבאַיעוו) איז אַ מענטש אין די מיטעלע יאָרן; דאָס פּנים אין גאַנצן געשטופּלט, צעקנייטשט און פֿאַרברענט פֿון דער זון, מיט אויגן וואָס זײַנען כּמעט פֿאַרוואַקסן איבער די לעפּלעך. כאַפּט ער אַ קוק און דערזעט, אַז דאָס ייִנגעלע עפֿנט די אייגעלעך און קוקט זיך אַרום וואָס דאָ קומט פֿאָר. דער קאַזאַך פֿאַרזיכערט דעם סאָוועטישן מערדער מיטן מעסער, אַז ער וועט זיי שוין אַליין באַגראָבן, אין זינען האָבנדיק, אַז ער וועט ראַטעווען דאָס קינד וואָס רופֿט זיך סאַשקאַ (דאַלען שינטעמיראָוו).

קאַסים, דער קאַזאַך, נעמט דאָס ייִנגעלע צו זיך אַהיים ערגעץ אין די בערג פֿון אַ קליינעם ייִשובֿ, וווּ עס האָבן זיך געפֿונען פּאָליטישע אַרעסטאַנטן. סאַשקאַ לעבט זיך איין צווישן די אומגליקלעכע אַרעסטאַנטן און ווערט כּמעט זייערס אַ זון. זײַן נײַע מוטער טראָגט אַ קרייץ וואָס איז פֿאַרבאָטן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זי הייסט ווערקאַ און וווינט לעבן דעם פּאָליאַק יעזשי. אין צווישן באַווײַזט זיך דער רוסישער קאָמאַנדיר באַלגאַבײַ. ער איז אַן אײַנגייער אַ פּאָר מאָל אַ וואָך און האַלט אין איין שענדן ווערקען. ער איז נישט אַליין צווישן די מיליטער־לײַט. דער סאָוועטישער אָפֿיציר איזדיעקעוועט זיך אויך איבער ווערקען בײַם שענדן זי.

אַ סצענע פֿונעם פֿילם "אַ מתּנה סטאַלינען"
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "אַ מתּנה סטאַלינען"

אָבער דער פֿילם קאָנצענטרירט זיך דער עיקר אויף סאַשקען און קאַסימען, דעם גוטהאַרציקן קאַזאַך. און ווען ווערקאַ וויל סאַשקען וואַשן, דערזעט זי גאָר, אַז דאָס קינד איז געמלעט. גיט מען אים גלײַך אַ קאַזאַכישן נאָמען "יעכים," קיינער, זאָל חלילה, נישט חושד זײַן, אַז דאָ געפֿינט זיך אַ ייִדיש קינד. נאָך אַלעמען, אַנטיסעמיטיזם הערשט און האָט געהערשט איבער גאַנץ רוסלאַנד אין אַלע צײַטן. סאַשקאַ קוקט זיך צו ווי דער ווילדער, שיכּורער אָפֿיציר באַלגאַבײַ איז אַ וואָכעדיקער קונה בײַ ווערקען. ער שענדעט זי כּסדר און סאַשקאַ קען אים נישט מוחל זײַן פֿאַר זײַן ברוטאַלן אויפֿפֿיר.

מיט דער צײַט פֿאַרבינדט זיך סאַשקאַ־יעכים מיט דער חבֿרה כוליגאַנעס וואָס לעבן פֿון גנבֿה, גזלה און קיפּיאַטאָק. ער באַמערקט, אַז זיי פֿאַרמאָגן געווער, געלט און פּראָדוקטן. די רוסן קומען אַלע מאָל מיט וועגענער און שלעפּן אַוועק די שעפֿעלעך פֿונעם דאָרף. סאַשקאַ האָט זײַנס אַן אייגנס ווײַס לעמעלע, צו וועלכן ער איז שטאַרק צוגעבונדן. ער לאַשטשעט עס און שפּילט זיך דערמיט מיט גרויס ליבשאַפֿט. ווען עס קומען די אָפֿיצירן מיט זייערע מאַשינען גזלען און שלעפּן אַלץ וואָס זיי געפֿינען אונטער דער האַנט, לויפֿט סאַשקאַ זיי אַנטקעגן מיט זײַן ווײַס שעפֿעלע, וואָס ער האָט אַזוי ליב און זאָגט זיי:

"אָט האָט איר מײַן באַליבט ווײַס לעמעלע. ס׳איז אַ מתּנה פֿאַר סטאַלינען. ער איז דער גרעסטער און מעכטיקסטער און באַליבטסטער פֿירער פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד."

די ברוטאַלע אָפֿיצירן צעלאַכן זיך אויף אַ קול און נעמען צו דאָס איינציקע שעפֿעלע, מיט חוזק און שפּאָט. פֿאַרשטייט זיך, אַז סטאַלינס קול הילכט אָפּ פֿון אַלע ווינקעלעך אין שטעטל דורך אַ ראַדיאָ־טעלער, און דאָ דערוויסט מען זיך וואָס סטאַלין טוט אויף פֿאַר זײַן לאַנד, און וויפֿל אָרדערס ער באַקומט פֿונעם רוסישן פֿאָלק, קומט אים. און ווען די קינדער הערן דאָס, גלייבן זיי. סאַשקאַ ווייסט גאַנץ גוט, אַז די אָפֿיצירן גזלען אַוועק און רוימען אויס דאָס דאָרף פֿון יעדן טראָפּן וואָס זיי פֿאַרמאָגן.

אַרײַנצוברענגען אַ טראָפּ פֿרייד אינעם דריבנעם לעבן פֿון די פֿאַרשיקטע, באַשליסט ווערקאַ צו הייראַטן מיטן פּוילישן אַרעסטאַנט. מען גרייט צו אַ יום־טובֿדיקע חתונה־סעודה, מיט געסט, וועלכע ברענגען אייגענעם בראָנפֿן, פֿרוכטן, אַ טאָרט, ליכט און בלומען. אַלע טוען זיך משׂמח זײַן, ווען מיט אַ מאָל באַווײַזט זיך דער שיכּורער אָפֿיציר באַלגאַבײַ. דערזעט די חתונה־סעודה, ווערט ער ווילד. ווערקאַ איז זײַנע, שרײַט ער און וואַרפֿט זיך אויפֿן חתן מיט אַ ווילדער רציחה.

פֿאַרשטייט זיך, אַז דער סוף איז אַ טרויעריקער, דער אָפֿיציר לייגט אַוועק דעם חתן אָן אַ שום געוויסן. די געסט צעלויפֿן זיך, די חבֿרה כוליגאַנעס באַשליסט צו נעמען נקמה. אָבער דאָ האָט זיך דער פֿילם נאָך נישט געענדיקט.

עס ווײַזט זיך אַרויס אַז מיט אַ פֿופֿציק יאָר שפּעטער באַגעגענען מיר סאַשקען, אַ מענטש אין די זעכציקער. ער קומט צוריק אינעם שטעטל אין קאַזאַכסטאַן צו קבֿר־אָבֿות צום קבֿר פֿון זײַן זיידן. ער קומט פֿון ירושלים און מיר פֿאַרשטייען שוין וואָס דער סאַשקאַ האָט אַדורכגעמאַכט, איידער ער איז אַוועק פֿון דער פֿאַברלוטיקטער ערד און אָנגעקומען קיין ארץ־ישׂראל.

די רעזשי פֿונעם אייגנאַרטיקן פֿילם געהערט צו אַדבראַשיטאָוו רוסטעם. ער האָט נישט נאָר אַרויסגעוויזן גרויס פֿעיִקייט בײַם צונויפֿשטעלן פֿון די סצענעס אַ בילד וואָס אומשולדיקע אַרעסטאַנטן האָבן אַדורכגעמאַכט אינעם "רויטן גן־עדן," נאָר אין דער זעלבער צײַט איבערגעגעבן אַ קאַפּיטל מאָרד־עקספּאַנסיע וואָס איז פֿאָרגעקומען צענדליקער יאָר נאָך אַנאַנד איבער גאַנץ רוסלאַנד, און צווישן די קרבנות האָבן זיך אויך געפֿונען מײַנע עלטערן. צום שטוינען איז דאָס יאָר 1949, פֿיר יאָר נאָך היטלערס מלחמה, שטעלט אײַך פֿאָר, האָבן די רציחות נישט אויפֿגעהערט ביז דער פּגירה פֿון סטאַלינען.

ליבע פֿרײַנד. איך באַגעגן מענטשן ביזן הײַנטיקן טאָג וואָס קוקן אויף רוסלאַנד ווי אויף אַן אויסלייזער, ווי אויף אַ לאַנד וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן, און איך מוז זיי אויפֿשטאָפּן די קעפּ, אַז סטאַלין איז געווען היטלער און היטלער איז געווען סטאַלין. ביידע רוצחים האָבן געפֿירט אַן אויסראָרטונגס־אַקציע. בײַ סטאַלינען האָט מען זיך נישט געקימערט מיטן אָפּשטאַם פֿון די אומשולדיקע קרבנות. צענדליקער מיליאָנען זײַנען אומגעקומען בײַ סטאַלינען און צווישן זיי הונדערטער טויזנטער ייִדן. זיכער קען מען נישט פֿאַרגלײַכן דעם ייִדישן אומקום אין רוסלאַנד צו היטלערס פּסיכאָפּאַטיע. אָבער סטאַלינען האָט אויך נישט געפֿעלט פֿון דער מאַטעריע, און אַז אַ ייִד האָט זיך געראַטעוועט פֿון היטלערס גיהנום, קען מען דאָך נישט זאָגן אַז היטלער האָט זיי געראַטעוועט. אַזוי קען מען נישט ברענגען איבערן מויל די פֿראַזע אַז סטאַלין האָט זיי געראַטעוועט. די שארית־הפּליטה איז על־פּי נס געבליבן לעבן, און נישט צוליב דער גוטהאַרציקייט פֿון די טיראַנען.

אויב איר וועט געפֿינען ערגעץ דעם פֿילם "אַ מתּנה סטאַלינען," פֿאַרפֿעלט עס נישט צו זען.